לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

די יונגערלעך אנאליז איז נאכנישט געווען אין דער אשכול, לייגן מיר עס ארויף דא צוזאמצוברענגן אלע ארטיקלעך לפונדק אחד.
כ׳טראכט פון צוריק באנייען די ארטיקלעך דא. חשק האב איך צו באשרייבן די ׳שבחים׳ סידי. בינעך געווען ביים מעמד און כ׳קען זאגן מיט פולע באקן אזא חול המועד פארברענג האב איך נאכנישט געהאט. ווער ס׳געווען דארט פארשטייט. ממש כמים קרים על נפש עייפה.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

כינור האט געשריבן:כ׳טראכט פון צוריק באנייען די ארטיקלעך דא. חשק האב איך צו באשרייבן די ׳שבחים׳ סידי. בינעך געווען ביים מעמד און כ׳קען זאגן מיט פולע באקן אזא חול המועד פארברענג האב איך נאכנישט געהאט. ווער ס׳געווען דארט פארשטייט. ממש כמים קרים על נפש עייפה.

אויב די לעצטע שטופ איז אז איך וועל דיר זאגן אז ׳איך באלעק מיר מיט דיינע אנאליזן׳, דאן קוק צוריק צו די לעצטע פאר ווערטער...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

׳ענדע צדיק׳, ׳נאר מיט שמחה׳, שכוח שכוח פאר די שטופ און חיזוק.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

כינור! זייער זייער שיין אנאלאזירט.
דער בחור פארשטייט אן עסק...

לאז דיך הערן אפטער...
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

זייער שיין כינור!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

שוין געליינט בשעתו, הערליך טיף און שיין!!


(@כינור, אפי' געווענליך טראכסטו פארקערט פון מיר, און מיינע אנאליזן זענען כמעט פארקערט ווי דיינע... אבער דאך, און אפשר גאר טאקע דארפאר, ווארט איך אזוי אויף דיינע, מ'זעהט אז דו ביסט א טיפער מבין און ביסט א שטיק מיוזיק... דיינע ריוויו'ס זענען זייער באלערנד און אינטרעסאנט, סאו מיר ווארטן...)
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

לעבעדיגע ספרי תורה - מיכאל שניצלער

די היימישע מוזיק מארק איז ארויף אפאר שטיגן. מוזיק איז ביינונז. מען דארף נישט קריכן אין פרעמדע פעלדער. ס׳טוט זיך א וועלט פון טאלאנט ברוך השם. די שטיקל ירידה די לעצטע פאר יאר קוקט אויס און איך האף אז ס׳וועט בלייבן לצורך עליה.
פאר מיר גייען ווייטער, כ׳האב געזען אז מאנכע ווייסן נישט וואס איז דאס א מיקס. איז לאמיר דא פשוטיזירן די נושא און עס ארויסנעמען פון די מאדנע אומהיימליכע געהיימנעס וואס נעמט דאס ארום.
לאמיר עס איינטיילן אין דריי.
די ערשטע פאזע, הייסט levelling. דאס איז ווי הויעך אדער נידריג יעדער אינסטרומענט זאל געהערט ווערן. אן אינטערסאנטע קרישקעלע, ס׳איז דא אינסטרומענטן וואס איז אוממעגליך אויפצוכאפן ווען ס׳שפילט אינעם מיקס! עס איז דארט ווייל ס׳מאכט עס פולער און רייכער.
דערנאך איז דא panning, דאס מיינט פלאצירן די אינסטרומענט אינעם stereo field. א מענטש פארמאגט צוויי אויערן. איז קען מען רוקען אינסטרומענטן ס׳זאלן זיך הערן מער רעכטס אדער מער לינקס, אזוי קען מען זיכער מאכן אז מען הערט אלע אינסטרומענטן קלאר און נישט אין איין גרויסע צומישעניש. ס׳איז דא אסאך כללים דערין. די kick drum, די bass, און די זינגער זענען געווענטליך אינדערמיט. דער הויכע אינסטרומענטן ווי פידל און פלוט, זענען אביסל גענויגט רעכטס, און די מער נידריגע אינסטרומענטן ווי טראמבאן און cello זענען מער לינקס.
דערנאך איז דא די מער קאמליצירטע פאזע און דאס איז dynamics. דאס איז איינגעטיילט אין צוויי, equalization און compression.
די equalizer איז א פראגראם וואס האט צוויי אויפגאבעס.
איינס איז צו רייניגען די מיקס. למשל overlapping frequencies. דאס הייסט אז ס׳איז דא צופיל נידריגע אינסטרומענטן ווי bass kick drum trombone cello און ס׳הערט זיך מאראסטיג און נישט קלאר. איז דורך eq קען מען אוועקנעמען די frequencies וואס פעלט נישט אויס צום timbre (די עיקר קול) פונעם אינסטרומענט און אזוי רייניגט מען אויס די אומנויטיגע קולות. דאס איז אביסל צו קאמפליצירט צו ערקלערן אין די ראמען פון א רעלאטיוו קורצע ארטיקל.
דערנאך איז דא די חלק פון eq וואס עפענט אויף דעם מיקס און מאכט עס קלאר און הערליך. דאס טוט מען דורך boosted און שניידן געוויסע frequencies. לדוגמא אז מען וויל הערן דעם זעץ שטערקער פונעם kick drum, קען מען boosten די frequency ביי ארום 80 kHz וואס איז פאראנווארטליך פאר די bass פונעם דראם. מען קען מאכן די זינגער זאל זיך הערן שענער ווי זיי זינגען עכט דורכ׳ן ארויסהייבן די שיינע חלקים און שניידן די נישט גוטע.
דערנאך איז דא compression. לדוגמא, ווען מען זינגט אריין אין א מיקריפאן, הערט זיך די קול אמאל העכער און אמאל נידריגער. א מענטש שטייט דאך נישט אויף איין פלאץ ביים זינגען. איז די קאמפרעסער קאמפרעסט די הויכע קולות צו מער נידריג, און די נידריגע מאכט ער העכער ביז ס׳הערט זיך גלייך אויף גלייך און נישט ווי א ראולער קאוסטער. ס׳איז א פשוטע automated volume knob.
די לעצטע פאזע איז effects. דאס הייסט מען לייגט צו reverb און delay צו די אינסטרומענטן און וואקאלן.
דאס איז די אוועראלל פיקטשער פון א מיקס. ס׳איז נאך דא automation ,stereo width, און נאך א געוואלד מיט דעטאלן. ס׳איז פארשטייט זיך אוממעגליך אלס צו באשרייבן יעצט.
דערנאך איז דא MASTER. דאס איז שוין נאכן פארטיגן די ניגון אינגאנצען ווען אלעס איז מסודר אין פלאץ. מעסטער מיינט שטעלן די טרעק אויף די ריכטיגע volume ס׳זאל זיך הערן גוט איבעראל, אינדערהיים, אין קאר, און נישט קראצן. און אויך קען עס polishen די ניגון ס׳זאל זיך הערן ווארימער און נישט ווי אין א קאלטע סטודיא רעקארדירונג. א גוטע מיקס דארף בעצם נישט קיין מעסטער.
פארשטאנען? כ׳האף אז מען איז אביסל קלארער געווארן.
נא איז לאמיר אריינגיין.
פאר איך גיי ווייטער, במחילת כבודו פון דער וואס האט געשריבן אז די סידי פארמאגט נישט קיין פיינע מיקס, איר זענט נישט גערעכט. דעי סידי האט מיקסעס איינס אין די וועלט, ס׳דא ניגונים דא וואס איך בין געשפרינגען פונעם מיקס. שוין, גענוג געפעניעט.
צופיל צייט האב איך נישט געהאט, גיי איך אפשרייבן נאטיצן וואס איך האב מיך אנגעצייכענט ביים הערן דעם אלבום.

דער שפאלער זיידע.
איך האב נישט געזען אז די זעלבע וואס האבן געהאט טענות אויף שמואלי אונגאר׳ס יוסף מוקיר שבת ניגון, היתכן מען מאכט א ליד אויף אן אלטע באקאנטע מעשה, זאלן זיך דא אפרעדן. שוין. פארוואס ווייס איך נישט.
מיכאל הייבט אן דעם סידי מיט א הערליכ׳ן פינקי קלאסיק. ער איבערראשט. שוין לאנג נישט געהערט פון אים אזאנע גוטע סחורה. די ערשטע פאל אידאך גאונות. פארמאגט אזא אלטע קרעטשמע ווייב (מיט א צירי). די קומענדיגע צוויי פעלער איז טאקע שיין אבער נישט אזוי ניי ווי די ערשטע. דער פזמון! אזוי זיס... ס׳זינגט זיך איבער און איבער אין קעפיל. די חידוש פון דעם ניגון איז, אז דאס איז ׳אלל טיים׳ און וואלט רואיג געקענט פלאצירן ווערן אינעם ערשטן נשמה פלאם. די גראמען איז פול מיט נייע הערליכע גראמען ווי ׳אזוי קענען - באבויקענען׳ ׳ימלאו - שפאלע׳ ׳נצח - טוט זיך׳, ווי נאר פינקי קען.
די מוזיק מאכט הערשי גינסבערג. הערליך איז נישט דאס ווארט. דא ליגט הארץ און דעדיקאציע. דאס איז נישט סתם א קאמערציעלע ארראנדזשירונג. דא ליגט הקשבה צו יעדן דעטאל. למשל די פזמון איז יעדע מאל אנדערשט אררעינדזשט. מיכאל וואלט נישט געקענט גיין בעסער, דאס איז א שלימות פון א יצירה.
ניגון: 10
ווערטער: 10
מוזיק: 10

אתה הראתה
די צווייטע ליד איז טראדיציאנאל א מלחמה ליד. דער ניגון פארמאגט שוין מער עלטערע פינקי תנועות און חוץ די ערשטע פאל און די אתה הראת שטיקל איז עס נישט צו ניי. אבער די ווערטער! ער האט דא ליניעס וואס שניידן. ׳מיר וועלן זיין ענקערע ספרי תורות, מיט אונז וועט מען צוריק בויען די קומענדיגע דורות׳, ׳הייליגע קינדערלעך קומט׳ס מיר וועל אייך אויפהייבן, און ווייזן פארן בורא אז מיר טוהן נאך אין אים גלייבן׳, ׳א שאלה פון דיר פרעגן לכאורה וועל איך, ווען וועסטו שוין טאנצן מיט דיינע ספר תורה׳לעך׳.
די סטרינגס דא פון הערשי איז עפעס מורה׳דיג.
די מעשה קומט ארגיניעל פון אייבי רוטענבערג. ס׳איז כדאי יענץ אויסצוהערן. ס׳איז אין ענגליש אבער די ווערטער דארט זענען נורא נוראות.
ניגון: 9
ווערטער: 10
מוזיק:10

ביה אנא רחיץ
די דריטע ליד איז א טאנץ ניגון דורך בענצי שטיין. שיין און איידל. ביים אויבערשטן פאל פארלירט ער אביסל ענערגיע ווען ער גייט אראפ ביי אנא אנא. ער וואלט רואיג געקענט ארויפגיין דארט. א בעטעמט שיין לידל. אינמיטן האט ער ווערטער אידעלע פידעלע וואס איך ווייס נישט פונקט ווי ס׳קומט אריין דארט. ער הייבט אן מיט א cut off filter ווער ס׳ווייסט וואס איך מיין.ער גייט פון שניידן הויעכע צו שניידן נידריגע frequencies.
ניגון: 8
ווערטער אינדערמיט: 6
מוזיק: 9

עפעס בעסער
די פערטע ליד איז פארפאסט דורך חזקי ווייס. א קלאסישע הערליכע ניגון. די ערשטע פאל אנהייב האט אביסל ענליכקייט צו די אידישע לכה דודי פון ישראל ורדיגער. די ווערטער איז נישט געזעצט 100 פערצענט. א מוראדיגע מעשה און מעסעדזש. מיכאל איז אביסל הייזעריג דא. איך האב הנאה געהאט פון די double bass אנהייב די ניגון. די קווייער דא איז עפעס נישט. די פיאנא און סטרינגס הערן זיך פאלש. חזקי לאזט זיך הערן דא די ערשטע מאל מיט א סאלא.
ניגון: 10
ווערטער: 8
מוזיק: 8

אידן א טובה
פארפאסט דורך אנשי פרידמאן. הערליך! דער האט עפעס מיט גדולי ישראל… א שיין חלק ניגונים זיינע זענען אויף ווערטער פון גדולים. ער הייבט אן מיט קאנטרי סטייל, פון דארט פארט ער אריין אין rock און דערנאך צו פרייליך. די ואהבת שטיקל איז שוין נישט אזוי ניי אבער שיין.
איך ווער משוגע פון די kick drum! איינער איז מיט מיר? ס׳איז אזוי שיין און קלאר. בכלל די מוזיק דא איז עפעס געוואלדיג. די קווייער דא איז אויך אייזן.
ניגון: 10
ווערטער: 8
מוזיק: 10

וזאת התורה
מוטי קומט אריין קלאר. נאך א מעשה ווי ס׳פעלט א ספר תורה. ביים צווייטן פאל שפאצירט ער צווישן גאר נייע פארגעשריטענע תנועות און אונגארישע. די הויעכע פאל שלענגעלט זיך מורה׳דיג שיין. די אררעינדזשמענטס איז גאונות. די מוזיק איז אויך געוואלדיג.
מיכאל׳ס וואקאלן זענען הערליך!
ניגון: 10
ווערטער: 10
מוזיק: 10

כל עצמותי
ליפא. אן אינטערסאנטן געשמאקן לידעלע. די צווייטע פאל איז שיין. איך פיל אבער אז ס׳הערט זיך מער ווי א מיטעלע פאל. ער וואלט דא געדארפט מאכן אן ענערגעטישע דריטע פאל. די מוזיק איז געוואלדיג. ער באנוצט זיך מיטן ארגאן אינסטרומענט דורכאויסן ניגון. שיין! מיכאל איז אביסעלע הייזעריג דא. און וואס איז די אריינגערעדעכץ אינמיטן די ניגון?
ניגון: 8 אהאלב
מוזיק: 9

שטיינדעלעך
אברמ׳לע שפירא. א פיקטיווע נאמען. ער איז א לעיקוואדער ראש ישיבה. א שיינעם ניגון! נישט די נייעסטע תנועות טאקע, אבער ס׳איז געוואלדיג שיין.
די מוזיק האב איך גראד געזען אז ס׳איז דויד טאוב. ווארום ער באנצט זיך מיט די זעלבע בעיס גיטאר ווי ביי כל עצמותי. די קווייער מיין איך אז גערשי שווארץ זינגט א חלק, און א חלק זינגט דוד טויב.
ניגון: 10
ווערטער: 8
מוזיק: 8

א געלט מעשה
נפתלי משה שניצלער. א הערליך לידל! די ווערטער דא איז מורא׳דיג גוט געזעצט דורך ר׳ הערשל דייטש. ער האט דא געוואלדיגע נייע גראמען. מוזיק איז געוואלדיג.
ניגון: 10
ווערטער: 10
מוזיק: 10

עצת השם
דאס איז א גענצליך א נייע יצירה. דאס איז א מער פארגעשריטענע ניגון נישט טראדיציאנאל. אסאך גאונות ליגט דא. ער האט דא געוואלדיגע ליינס. ׳ביזט געפאלן זיבן מאל, שטיי אויף אכט׳, ׳פאלן איז שווער, אבער בלייבן געפאלן איז שווערער׳.
עטס הערטס דעם snare drum און די ride אין די אינטרא? מוראדיג! ער קומט אזוי אריין מין א שטיקל jazz אינטרא. די סעקסעפאן איז דאך אזוי מין קלאר אז ס׳הערט זיך ווי ער שפילט ביי מיר אין צימער. שיין מיט ווייניג effects דערויף. איך וואלט געזאגט אז די אררעינדזשמענטס אויף דעם ניגון איז גויאיש.
ניגון: 10
ווערטער: 10
מוזיק: 10

בעתן ובזמנו
מיינע נאטיצן וואס איך האב אנגעפירקלט ביים ערשטן מאל הערן: אזוינע דיימאנטען ביז אהער, און יעצט?! ליפא קומט אריין אביסל נאריש. די מוזיק איז די ניגון. די ניגון האט נישט קלעבאכץ. ער האט דא צאמגעפאטשקעט שלישקעס מיט פרעצעלס. האט נישט קיין הענט און פיס. ווי קומט אריין אראבישע געדרייעכצער אינדערמיט.
למעשה נאך אפאר מאל הערן זעה איך אז אין די ניגון ליגט טאלאנט. ס׳איז אן אנדערע קאליר ניגון און מאכט גרינג אויפן געמיט. פאר די יונגווארג וועט עס זיין זיס. די אררעינדזשמענט דא איז א dubstep. דאס הייסט עלעקטראנישע דראמס און hi hats.
די ניגון פאסט ארויסצוקומען פון רויטע קארס. איך צולאך מיך יעדע מאל איך הער די לעצטע ליין פון מיכאל ׳יעצט די מינוט׳...
ניגון: 7
ווערטער: 6
מוזיק: 10

מיין ברודער
הערליך! הארציגע נייע תנועות. געוואלדיגע אררעינדזשמענטס. די ערשטע פאל איז ניי און אינגאנצען נישט פינקי׳ס סטייל. מיכאל צוגיסט זיך זיין נשמה דא.
ניגון: 9
ווערטער: 10
מוזיק: 10

שלח - א לאך
א מייסטערווערק. א הערליכע ניגון! נמש האט דעליווערט. געוואלדיגע געשמאקע גראמען דורך ר׳ וועלוועל פעלדמאן. די מוזיק איז אזאנס וואס איך האב נאך קיינמאל געהערט פון דויד טאוב. גאונות. ער פארציילט א מעשה מיט די מוזיק. די קווייער איז אויך עפעס נישט נארמאל. ביים ברידזש גייט ער אזוי אפפביעט. אייזן.
ניגון: 10
ווערטער: 10
מוזיק: 10

רבי שמעון׳ס קלאמקע
wow wow נורא נוראות. אזאנע שיינע פעלער. כדאי ר׳ שמעון לסמוך עליו. ס׳האט א אנדער משמעות יעצט.
ניגון: 10
ווערטער: 9
מוזיק: 9

מען קען נאך אסאך ארומרעדן. כלל ישראל וועט לאנג געדענקען דעם אלבום. מיכאל האט דעליווערט העכער אלע ערווארטונגען. ממש אן אוצר.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טענקס כינור! שיין און דעטאלירט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

הערליך
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

נאך אזא אנאליז גיי מיר נאכאמאל אויסהערן דעם אלבום און צולייגן קאפ צו די אלע דעטאלן ס'וועט זיכער האבן אן אנדערע משמעות.
@כינור טינק איין נאכאמאל דעם פעדער אונז ווארט מיר אויף נאך אזאנס אויף די נייע יונגערליך אלבום
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

קנאפער ידען האט געשריבן:טענקס כינור! שיין און דעטאלירט.

Re'tweet ;l;p- ;l;p-
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

;l;p- ;l;p- ;l;p- כינור!
א געוואלדיגע אנאליז און נאכדערצו אזא קורצע צייט נאכן ארויסקום פונעם אלבום...
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

שכח כינור
הערליך באשריבן
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

ייש”כ כינור

איך וואלט אבער געגעבן מינימום א צענער פאר דו ווערטער אינעם שטיינדלעך ניגון
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

לפי עניות דעתי האט געשריבן:ייש”כ כינור

איך וואלט אבער געגעבן מינימום א צענער פאר דו ווערטער אינעם שטיינדלעך ניגון

געוויסע שורות זענען טאקע א 10'ער, אבער כ'קען זען פארוואס אוועראלל איז ער נאר א 8'ער
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

כינור האט געשריבן:לעבעדיגע ספרי תורה - מיכאל שניצלער

די היימישע מוזיק מארק איז ארויף אפאר שטיגן. מוזיק איז ביינונז. מען דארף נישט קריכן אין פרעמדע פעלדער. ס׳טוט זיך א וועלט פון טאלאנט ברוך השם. די שטיקל ירידה די לעצטע פאר יאר קוקט אויס און איך האף אז ס׳וועט בלייבן לצורך עליה.
פאר מיר גייען ווייטער, כ׳האב געזען אז מאנכע ווייסן נישט וואס איז דאס א מיקס. איז לאמיר דא פשוטיזירן די נושא און עס ארויסנעמען פון די מאדנע אומהיימליכע געהיימנעס וואס נעמט דאס ארום.
לאמיר עס איינטיילן אין דריי.
די ערשטע פאזע, הייסט levelling. דאס איז ווי הויעך אדער נידריג יעדער אינסטרומענט זאל געהערט ווערן. אן אינטערסאנטע קרישקעלע, ס׳איז דא אינסטרומענטן וואס איז אוממעגליך אויפצוכאפן ווען ס׳שפילט אינעם מיקס! עס איז דארט ווייל ס׳מאכט עס פולער און רייכער.
דערנאך איז דא panning, דאס מיינט פלאצירן די אינסטרומענט אינעם stereo field. א מענטש פארמאגט צוויי אויערן. איז קען מען רוקען אינסטרומענטן ס׳זאלן זיך הערן מער רעכטס אדער מער לינקס, אזוי קען מען זיכער מאכן אז מען הערט אלע אינסטרומענטן קלאר און נישט אין איין גרויסע צומישעניש. ס׳איז דא אסאך כללים דערין. די kick drum, די bass, און די זינגער זענען געווענטליך אינדערמיט. דער הויכע אינסטרומענטן ווי פידל און פלוט, זענען אביסל גענויגט רעכטס, און די מער נידריגע אינסטרומענטן ווי טראמבאן און cello זענען מער לינקס.
דערנאך איז דא די מער קאמליצירטע פאזע און דאס איז dynamics. דאס איז איינגעטיילט אין צוויי, equalization און compression.
די equalizer איז א פראגראם וואס האט צוויי אויפגאבעס.
איינס איז צו רייניגען די מיקס. למשל overlapping frequencies. דאס הייסט אז ס׳איז דא צופיל נידריגע אינסטרומענטן ווי bass kick drum trombone cello און ס׳הערט זיך מאראסטיג און נישט קלאר. איז דורך eq קען מען אוועקנעמען די frequencies וואס פעלט נישט אויס צום timbre (די עיקר קול) פונעם אינסטרומענט און אזוי רייניגט מען אויס די אומנויטיגע קולות. דאס איז אביסל צו קאמפליצירט צו ערקלערן אין די ראמען פון א רעלאטיוו קורצע ארטיקל.
דערנאך איז דא די חלק פון eq וואס עפענט אויף דעם מיקס און מאכט עס קלאר און הערליך. דאס טוט מען דורך boosted און שניידן געוויסע frequencies. לדוגמא אז מען וויל הערן דעם זעץ שטערקער פונעם kick drum, קען מען boosten די frequency ביי ארום 80 kHz וואס איז פאראנווארטליך פאר די bass פונעם דראם. מען קען מאכן די זינגער זאל זיך הערן שענער ווי זיי זינגען עכט דורכ׳ן ארויסהייבן די שיינע חלקים און שניידן די נישט גוטע.
דערנאך איז דא compression. לדוגמא, ווען מען זינגט אריין אין א מיקריפאן, הערט זיך די קול אמאל העכער און אמאל נידריגער. א מענטש שטייט דאך נישט אויף איין פלאץ ביים זינגען. איז די קאמפרעסער קאמפרעסט די הויכע קולות צו מער נידריג, און די נידריגע מאכט ער העכער ביז ס׳הערט זיך גלייך אויף גלייך און נישט ווי א ראולער קאוסטער. ס׳איז א פשוטע automated volume knob.
די לעצטע פאזע איז effects. דאס הייסט מען לייגט צו reverb און delay צו די אינסטרומענטן און וואקאלן.
דאס איז די אוועראלל פיקטשער פון א מיקס. ס׳איז נאך דא automation ,stereo width, און נאך א געוואלד מיט דעטאלן. ס׳איז פארשטייט זיך אוממעגליך אלס צו באשרייבן יעצט.
דערנאך איז דא MASTER. דאס איז שוין נאכן פארטיגן די ניגון אינגאנצען ווען אלעס איז מסודר אין פלאץ. מעסטער מיינט שטעלן די טרעק אויף די ריכטיגע volume ס׳זאל זיך הערן גוט איבעראל, אינדערהיים, אין קאר, און נישט קראצן. און אויך קען עס polishen די ניגון ס׳זאל זיך הערן ווארימער און נישט ווי אין א קאלטע סטודיא רעקארדירונג. א גוטע מיקס דארף בעצם נישט קיין מעסטער.
פארשטאנען? כ׳האף אז מען איז אביסל קלארער געווארן.
נא איז לאמיר אריינגיין.
פאר איך גיי ווייטער, במחילת כבודו פון דער וואס האט געשריבן אז די סידי פארמאגט נישט קיין פיינע מיקס, איר זענט נישט גערעכט. דעי סידי האט מיקסעס איינס אין די וועלט, ס׳דא ניגונים דא וואס איך בין געשפרינגען פונעם מיקס. שוין, גענוג געפעניעט.
צופיל צייט האב איך נישט געהאט, גיי איך אפשרייבן נאטיצן וואס איך האב מיך אנגעצייכענט ביים הערן דעם אלבום.

דער שפאלער זיידע.
איך האב נישט געזען אז די זעלבע וואס האבן געהאט טענות אויף שמואלי אונגאר׳ס יוסף מוקיר שבת ניגון, היתכן מען מאכט א ליד אויף אן אלטע באקאנטע מעשה, זאלן זיך דא אפרעדן. שוין. פארוואס ווייס איך נישט.
מיכאל הייבט אן דעם סידי מיט א הערליכ׳ן פינקי קלאסיק. ער איבערראשט. שוין לאנג נישט געהערט פון אים אזאנע גוטע סחורה. די ערשטע פאל אידאך גאונות. פארמאגט אזא אלטע קרעטשמע ווייב (מיט א צירי). די קומענדיגע צוויי פעלער איז טאקע שיין אבער נישט אזוי ניי ווי די ערשטע. דער פזמון! אזוי זיס... ס׳זינגט זיך איבער און איבער אין קעפיל. די חידוש פון דעם ניגון איז, אז דאס איז ׳אלל טיים׳ און וואלט רואיג געקענט פלאצירן ווערן אינעם ערשטן נשמה פלאם. די גראמען איז פול מיט נייע הערליכע גראמען ווי ׳אזוי קענען - באבויקענען׳ ׳ימלאו - שפאלע׳ ׳נצח - טוט זיך׳, ווי נאר פינקי קען.
די מוזיק מאכט הערשי גינסבערג. הערליך איז נישט דאס ווארט. דא ליגט הארץ און דעדיקאציע. דאס איז נישט סתם א קאמערציעלע ארראנדזשירונג. דא ליגט הקשבה צו יעדן דעטאל. למשל די פזמון איז יעדע מאל אנדערשט אררעינדזשט. מיכאל וואלט נישט געקענט גיין בעסער, דאס איז א שלימות פון א יצירה.
ניגון: 10
ווערטער: 10
מוזיק: 10

אתה הראתה
די צווייטע ליד איז טראדיציאנאל א מלחמה ליד. דער ניגון פארמאגט שוין מער עלטערע פינקי תנועות און חוץ די ערשטע פאל און די אתה הראת שטיקל איז עס נישט צו ניי. אבער די ווערטער! ער האט דא ליניעס וואס שניידן. ׳מיר וועלן זיין ענקערע ספרי תורות, מיט אונז וועט מען צוריק בויען די קומענדיגע דורות׳, ׳הייליגע קינדערלעך קומט׳ס מיר וועל אייך אויפהייבן, און ווייזן פארן בורא אז מיר טוהן נאך אין אים גלייבן׳, ׳א שאלה פון דיר פרעגן לכאורה וועל איך, ווען וועסטו שוין טאנצן מיט דיינע ספר תורה׳לעך׳.
די סטרינגס דא פון הערשי איז עפעס מורה׳דיג.
די מעשה קומט ארגיניעל פון אייבי רוטענבערג. ס׳איז כדאי יענץ אויסצוהערן. ס׳איז אין ענגליש אבער די ווערטער דארט זענען נורא נוראות.
ניגון: 9
ווערטער: 10
מוזיק:10

ביה אנא רחיץ
די דריטע ליד איז א טאנץ ניגון דורך בענצי שטיין. שיין און איידל. ביים אויבערשטן פאל פארלירט ער אביסל ענערגיע ווען ער גייט אראפ ביי אנא אנא. ער וואלט רואיג געקענט ארויפגיין דארט. א בעטעמט שיין לידל. אינמיטן האט ער ווערטער אידעלע פידעלע וואס איך ווייס נישט פונקט ווי ס׳קומט אריין דארט. ער הייבט אן מיט א cut off filter ווער ס׳ווייסט וואס איך מיין.ער גייט פון שניידן הויעכע צו שניידן נידריגע frequencies.
ניגון: 8
ווערטער אינדערמיט: 6
מוזיק: 9

עפעס בעסער
די פערטע ליד איז פארפאסט דורך חזקי ווייס. א קלאסישע הערליכע ניגון. די ערשטע פאל אנהייב האט אביסל ענליכקייט צו די אידישע לכה דודי פון ישראל ורדיגער. די ווערטער איז נישט געזעצט 100 פערצענט. א מוראדיגע מעשה און מעסעדזש. מיכאל איז אביסל הייזעריג דא. איך האב הנאה געהאט פון די double bass אנהייב די ניגון. די קווייער דא איז עפעס נישט. די פיאנא און סטרינגס הערן זיך פאלש. חזקי לאזט זיך הערן דא די ערשטע מאל מיט א סאלא.
ניגון: 10
ווערטער: 8
מוזיק: 8

אידן א טובה
פארפאסט דורך אנשי פרידמאן. הערליך! דער האט עפעס מיט גדולי ישראל… א שיין חלק ניגונים זיינע זענען אויף ווערטער פון גדולים. ער הייבט אן מיט קאנטרי סטייל, פון דארט פארט ער אריין אין rock און דערנאך צו פרייליך. די ואהבת שטיקל איז שוין נישט אזוי ניי אבער שיין.
איך ווער משוגע פון די kick drum! איינער איז מיט מיר? ס׳איז אזוי שיין און קלאר. בכלל די מוזיק דא איז עפעס געוואלדיג. די קווייער דא איז אויך אייזן.
ניגון: 10
ווערטער: 8
מוזיק: 10

וזאת התורה
מוטי קומט אריין קלאר. נאך א מעשה ווי ס׳פעלט א ספר תורה. ביים צווייטן פאל שפאצירט ער צווישן גאר נייע פארגעשריטענע תנועות און אונגארישע. די הויעכע פאל שלענגעלט זיך מורה׳דיג שיין. די אררעינדזשמענטס איז גאונות. די מוזיק איז אויך געוואלדיג.
מיכאל׳ס וואקאלן זענען הערליך!
ניגון: 10
ווערטער: 10
מוזיק: 10

כל עצמותי
ליפא. אן אינטערסאנטן געשמאקן לידעלע. די צווייטע פאל איז שיין. איך פיל אבער אז ס׳הערט זיך מער ווי א מיטעלע פאל. ער וואלט דא געדארפט מאכן אן ענערגעטישע דריטע פאל. די מוזיק איז געוואלדיג. ער באנוצט זיך מיטן ארגאן אינסטרומענט דורכאויסן ניגון. שיין! מיכאל איז אביסעלע הייזעריג דא. און וואס איז די אריינגערעדעכץ אינמיטן די ניגון?
ניגון: 8 אהאלב
מוזיק: 9

שטיינדעלעך
אברמ׳לע שפירא. א פיקטיווע נאמען. ער איז א לעיקוואדער ראש ישיבה. א שיינעם ניגון! נישט די נייעסטע תנועות טאקע, אבער ס׳איז געוואלדיג שיין.
די מוזיק האב איך גראד געזען אז ס׳איז דויד טאוב. ווארום ער באנצט זיך מיט די זעלבע בעיס גיטאר ווי ביי כל עצמותי. די קווייער מיין איך אז גערשי שווארץ זינגט א חלק, און א חלק זינגט דוד טויב.
ניגון: 10
ווערטער: 8
מוזיק: 8

א געלט מעשה
נפתלי משה שניצלער. א הערליך לידל! די ווערטער דא איז מורא׳דיג גוט געזעצט דורך ר׳ הערשל דייטש. ער האט דא געוואלדיגע נייע גראמען. מוזיק איז געוואלדיג.
ניגון: 10
ווערטער: 10
מוזיק: 10

עצת השם
דאס איז א גענצליך א נייע יצירה. דאס איז א מער פארגעשריטענע ניגון נישט טראדיציאנאל. אסאך גאונות ליגט דא. ער האט דא געוואלדיגע ליינס. ׳ביזט געפאלן זיבן מאל, שטיי אויף אכט׳, ׳פאלן איז שווער, אבער בלייבן געפאלן איז שווערער׳.
עטס הערטס דעם snare drum און די ride אין די אינטרא? מוראדיג! ער קומט אזוי אריין מין א שטיקל jazz אינטרא. די סעקסעפאן איז דאך אזוי מין קלאר אז ס׳הערט זיך ווי ער שפילט ביי מיר אין צימער. שיין מיט ווייניג effects דערויף. איך וואלט געזאגט אז די אררעינדזשמענטס אויף דעם ניגון איז גויאיש.
ניגון: 10
ווערטער: 10
מוזיק: 10

בעתן ובזמנו
מיינע נאטיצן וואס איך האב אנגעפירקלט ביים ערשטן מאל הערן: אזוינע דיימאנטען ביז אהער, און יעצט?! ליפא קומט אריין אביסל נאריש. די מוזיק איז די ניגון. די ניגון האט נישט קלעבאכץ. ער האט דא צאמגעפאטשקעט שלישקעס מיט פרעצעלס. האט נישט קיין הענט און פיס. ווי קומט אריין אראבישע געדרייעכצער אינדערמיט.
למעשה נאך אפאר מאל הערן זעה איך אז אין די ניגון ליגט טאלאנט. ס׳איז אן אנדערע קאליר ניגון און מאכט גרינג אויפן געמיט. פאר די יונגווארג וועט עס זיין זיס. די אררעינדזשמענט דא איז א dubstep. דאס הייסט עלעקטראנישע דראמס און hi hats.
די ניגון פאסט ארויסצוקומען פון רויטע קארס. איך צולאך מיך יעדע מאל איך הער די לעצטע ליין פון מיכאל ׳יעצט די מינוט׳...
ניגון: 7
ווערטער: 6
מוזיק: 10

מיין ברודער
הערליך! הארציגע נייע תנועות. געוואלדיגע אררעינדזשמענטס. די ערשטע פאל איז ניי און אינגאנצען נישט פינקי׳ס סטייל. מיכאל צוגיסט זיך זיין נשמה דא.
ניגון: 9
ווערטער: 10
מוזיק: 10

שלח - א לאך
א מייסטערווערק. א הערליכע ניגון! נמש האט דעליווערט. געוואלדיגע געשמאקע גראמען דורך ר׳ וועלוועל פעלדמאן. די מוזיק איז אזאנס וואס איך האב נאך קיינמאל געהערט פון דויד טאוב. גאונות. ער פארציילט א מעשה מיט די מוזיק. די קווייער איז אויך עפעס נישט נארמאל. ביים ברידזש גייט ער אזוי אפפביעט. אייזן.
ניגון: 10
ווערטער: 10
מוזיק: 10

רבי שמעון׳ס קלאמקע
wow wow נורא נוראות. אזאנע שיינע פעלער. כדאי ר׳ שמעון לסמוך עליו. ס׳האט א אנדער משמעות יעצט.
ניגון: 10
ווערטער: 9
מוזיק: 9

מען קען נאך אסאך ארומרעדן. כלל ישראל וועט לאנג געדענקען דעם אלבום. מיכאל האט דעליווערט העכער אלע ערווארטונגען. ממש אן אוצר.


א גרויסן ישר כח!! באמת הנאה געהאט! קומט באלד ארויס די יונגערליך סידי, איך ווארט אויך דיין אנעליז!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

האסט נישט געברויכט ציטירן דערפאר.

---

כינור א מסיווער ארבעט. נאך אזא שיעור הכנה קען מען גיין הערן דעם CD.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח @כינור! כאטש איך בין נישט פון מיכאל'ס און זיינס גלייכן'ס קלייענטעל, דאך גלייך איך פשוט דיין מוזיקאלישע שפראך.

אויב וועל איך זיך פארלירן און קויפן דעם אלבום.. איז עס דיין אנאליז צו פארדאנקן...
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

פשיהא, אזאנע שיינע פידבעק. ס׳האט געלוינט צו שרייבן נאר דערפאר. יישר כח. פאר יונגערליך וועט מען בעזר הויה שרייבן מער באריכות.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

טשקויעיך כינור, מסכים אויף רוב ווערטער פון שיין באשרייבן.
מיין פעיוואר פונעם אלבום איז טאקע די פזמון פון טאנץ טאנץ פון שפאלער זיידעס ניגון שוין סך יארן נישט געהערט אזא קלעסיק, זוי היימיש און ווארים און צוגאסין אין אלע ביינער, אראפ ארויף גיב נישט אויף
אין עוד מלבדו
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

יישר כוח @כינור אזוי ווי אייביג, א פארגעניגן צו ליינען דיין ריוויו, מורא'דיג רייך און פראפעשעניל, ברענגסט ארויס אזוי לעכטיג די געפילן וואס בלייבן שטעקן אין אונזערע מוח!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

כינור. הערליך הערליך. מיר וועלן ווארטן געדולדיג אויפן יונגערליך - צאן קדשים אפשאצונג.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

כינור טנקס סוי מאטש זייער זייער ליב דיינע אנאליזן
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הערליכע אנאליז כינור. זייער הנאה געהאט.

איך זעה מיר זענען כמעט אייניג אויף די הערות אויפן סידי כמעט אויף יעדע ניגון געהאט כמעט די זעלבע בליק. איין זאך וואס איך פיל קאמפליטלי אנדערש, דאס איז אויף די ערשטע צוויי ניגונים פון פינקי, איך פערזענליך פיל זייער דיסעפוינטעד אויף ביידע פון די ניגונים. די ערשטע ניגון, די טאן… סאיז עפעס נישט אפגעבאקן געהעריג, די טשאקלאד און די ווענילע פילן זיך נאך היפש עקסטער, און לגבי די ווערטער-גראמען, סאיז גאונות ממש, ריזיג אבער קאמפליעט אווערדאן, סהערט זיך נישט געשמאק צום אויער, און אפגערעדט פון די ׳יא יא יא יא׳ פילערס פאר וואו סאיז נישטא גענוג ווערטער אדער גראם. נעריש.

און די צווייטע ניגון, די ניגון איז שיין אבער סהאט נישט ממש קיין חידוש, א קלאסישע פינקי ניגון אן די פרישע ׳זעץ׳, ועל כולנה די ליינס זענען שוואך געשריבן פון א שרייבערס פוינט אוו וויאו, זייער טרוקן, זייער נישט טאטשי, איך ווייס סדא וואס גייען מיר זאגן וואט? נישט הארציג? אבער יא, סאיז נישטא קיין הארץ רייסנדע ליינס. קאמפער למשל די ניגון צו די מצה ניגון, יענס איז געווען חידושים אוו חידושים אין די ׳ליינס׳, חידוש פון א מעשה, האסט געקענט אויספלאצן אין געוויין נאך יעדע פאראגרף אבער יעצט, די מעשה איז א אלטע, די טאן איז גאנץ פלעין, און ליינס נאך פלענער (סהאט אפדר אפאר גוטע ׳גראמען׳ דא דארט, אבער נישט קיין פאוערפול ליינס, כמעט נישט).

עכ״פ איך בין געווען סורפרייזד אז פינקי איז נישט אריינגעקומען אזוי שטארק ווי כהאב געמיינט, און מער סורפרייזד געווארן ווואס מאטי האט דעליווערד אויף וזאת התורה, וואף אניגון, א מעשה, און ליינס… איינס אין די וועלט. מיין פעיוואריט. סאו פאר.

און א סעמפל פון א געזעצטע פערפעקט ניגון פון אלע זייטן איז די געלט ניגון פון נמש און הערשל דייטש, א כליל המעלות!

סאיבריגע האסטו דאך אזוי שיין געשריבן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ענדע צדיק! האט געשריבן:הערליכע אנאליז כינור. זייער הנאה געהאט.

איך זעה מיר זענען כמעט אייניג אויף די הערות אויפן סידי כמעט אויף יעדע ניגון געהאט כמעט די זעלבע בליק. איין זאך וואס איך פיל קאמפליטלי אנדערש, דאס איז אויף די ערשטע צוויי ניגונים פון פינקי, איך פערזענליך פיל זייער דיסעפוינטעד אויף ביידע פון די ניגונים. די ערשטע ניגון, די טאן… סאיז עפעס נישט אפגעבאקן געהעריג, די טשאקלאד און די ווענילע פילן זיך נאך היפש עקסטער, און לגבי די ווערטער-גראמען, סאיז גאונות ממש, ריזיג אבער קאמפליעט אווערדאן, סהערט זיך נישט געשמאק צום אויער, און אפגערעדט פון די ׳יא יא יא יא׳ פילערס פאר וואו סאיז נישטא גענוג ווערטער אדער גראם. נעריש.

און די צווייטע ניגון, די ניגון איז שיין אבער סהאט נישט ממש קיין חידוש, א קלאסישע פינקי ניגון אן די פרישע ׳זעץ׳, ועל כולנה די ליינס זענען שוואך געשריבן פון א שרייבערס פוינט אוו וויאו, זייער טרוקן, זייער נישט טאטשי, איך ווייס סדא וואס גייען מיר זאגן וואט? נישט הארציג? אבער יא, סאיז נישטא קיין הארץ רייסנדע ליינס. קאמפער למשל די ניגון צו די מצה ניגון, יענס איז געווען חידושים אוו חידושים אין די ׳ליינס׳, חידוש פון א מעשה, האסט געקענט אויספלאצן אין געוויין נאך יעדע פאראגרף אבער יעצט, די מעשה איז א אלטע, די טאן איז גאנץ פלעין, און ליינס נאך פלענער (סהאט אפדר אפאר גוטע ׳גראמען׳ דא דארט, אבער נישט קיין פאוערפול ליינס, כמעט נישט).

עכ״פ איך בין געווען סורפרייזד אז פינקי איז נישט אריינגעקומען אזוי שטארק ווי כהאב געמיינט, און מער סורפרייזד געווארן ווואס מאטי האט דעליווערד אויף וזאת התורה, וואף אניגון, א מעשה, און ליינס… איינס אין די וועלט. מיין פעיוואריט. סאו פאר.

און א סעמפל פון א געזעצטע פערפעקט ניגון פון אלע זייטן איז די געלט ניגון פון נמש און הערשל דייטש, א כליל המעלות!

סאיבריגע האסטו דאך אזוי שיין געשריבן.


כ׳הער וואס דו זאגסט ענדע לגבי די ווערטער, איך האב נאכנישט פולי אריינגעדייווט אין די וועלט פון פינקי גראמען, איז קען זיין פאר דיר איז עס נישט צו חידוש׳דיג, אבער מיר האט עס זייער געכאפט. די ניגון איז אבער פיין אפגעבאקן. די ערשטע איז טאקע מער חידוש פונעם צווייטן.
ש׳כוח פארן קאמפלימענט.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”