לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:.

wow!!!!!!!!!!!
נאר יעצט באמעקט דיין מעכטיגן אנאליז אויפן יונגערליך אלבום, סופער דופער דזשאב איז פיצי געזאגט, נעקסט לעוול!!!!

נישטא קיין ווערטער צו באטאנען דיין ארבעט, און כ'האב גארנישט צוצולייגן, האסט ארויגעברענגט יעדע פוינט און געפיל וואס מ'קען נאר הערן און שפירן ביים סידי, און ארויסגעלייגט אויף א גאלדענעם טעצל מיט דיין גאלדענעם פעדער, נאך קיינמאל געווען אזא ריוויו!!

יישר כוח!! און ס'באמת נישטא וואס צוצולייגן.

אפשר איין פוינט, אז ביים 'מיין זיידע' ניגון האסטו פארפאסט די הערליכע 'מענער קווייער' וואס מאכן א סופער דזשאב, זיי זינגען און באגלייטן אונטער דעם ניגון עפעס געוואלדיג, אויף די נוסח פון יוסי גליק'ס הערליכע וואקאלי'ס סידי'ס. זייער זייער הנאה געהאט.

און די אלע אנדערע מחשבות וואס כ'האב געטראכט ארויסצוברענגען האסטו שוין דערמאנט.

@כינור דיין ריוויו איז א היט!!! ישר כוח!!!

אינעם בוק שטייט נישט ווער עס האט געמאכט די קווייער ביי מיין זיידע. דו ווייסט אז יוסי גליק האט עס געמאכט?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

שכח כינור.
א שיינע אנאליז, דו פארשטייסט אן עסק..
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

איצל פיצל האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:.

wow!!!!!!!!!!!
נאר יעצט באמעקט דיין מעכטיגן אנאליז אויפן יונגערליך אלבום, סופער דופער דזשאב איז פיצי געזאגט, נעקסט לעוול!!!!

נישטא קיין ווערטער צו באטאנען דיין ארבעט, און כ'האב גארנישט צוצולייגן, האסט ארויגעברענגט יעדע פוינט און געפיל וואס מ'קען נאר הערן און שפירן ביים סידי, און ארויסגעלייגט אויף א גאלדענעם טעצל מיט דיין גאלדענעם פעדער, נאך קיינמאל געווען אזא ריוויו!!

יישר כוח!! און ס'באמת נישטא וואס צוצולייגן.

אפשר איין פוינט, אז ביים 'מיין זיידע' ניגון האסטו פארפאסט די הערליכע 'מענער קווייער' וואס מאכן א סופער דזשאב, זיי זינגען און באגלייטן אונטער דעם ניגון עפעס געוואלדיג, אויף די נוסח פון יוסי גליק'ס הערליכע וואקאלי'ס סידי'ס. זייער זייער הנאה געהאט.

און די אלע אנדערע מחשבות וואס כ'האב געטראכט ארויסצוברענגען האסטו שוין דערמאנט.

@כינור דיין ריוויו איז א היט!!! ישר כוח!!!

אינעם בוק שטייט נישט ווער עס האט געמאכט די קווייער ביי מיין זיידע. דו ווייסט אז יוסי גליק האט עס געמאכט?

כ'ווייס טאקע נישט, אינטרעסאנט טאקע צו וויסן.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

נמש, זיי מיר נישט אזא עניו... דיינע ריוויאס זענען צו באלעקן. דיין טרעידמארק @נאר מיט שמחה שפראך פארמאגט דאך עפעס אזא מין שמחה׳דיגע אינגרידיענט וואס הייבט און לייגט אין א גוטע גיסטע. ש׳כוח פארן קאמפלימענט!
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

כניור איך האב געליינט דיינע לעצטע צוויי אנאליזען ווערי נייס זעער הנאה געהאט.
איין קליין זאך נאר איך גלייך מוזיק אבער איך בין נישט באקאנט מיט די אלע טערמינען וואס די שרייבסט אויב די קענסט מער מרחיב זיין אביסלע ווען די ווארפסט אריין צופיל דזארגאנס פאר מיר.
איך פארשטיי די שרייבט פאר פארשטייער'ס, באט איך וויל אויך פארשטיין..
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

אזא הערליכע שיינע אנאליז, כ'האב נאך נישט געהערט קיין איינס פון די אלבומען, אבער כ'מיין אז איך דארף עס שוין נישט הערן,
אזוי געשמאק, באטעמט, און צום פינטל.

א גרויסן ישר כח!

איך ווארט אויף נאך, אפשר גייסטו אויך אויף צוריק?
לאמיר זאגן, לולא תורתך פון מבד. און גיב אונז דיין מבינות? געוואלט אפשר געווען אינטערעסאנט.

דער עיקר איז, גיי אן. טוסט א געוואלדיגע ארבעט.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

טינט האט געשריבן:איך ווארט אויף נאך, אפשר גייסטו אויך אויף צוריק?
לאמיר זאגן, לולא תורתך פון מבד. און גיב אונז דיין מבינות? געוואלט אפשר געווען אינטערעסאנט.

גא"מ,
וויכטיג צו וויסן אז אפי' מב"ד'ס סידי'ס האבן אויך פראדוקציע פעלערן, און מ'זאל נישט מיינען אז נאר די היינטיגע האבן פראבלעמען, ובכן עס אוועקמאכן,
מען קען אבער דן זיין צו עס וועט אנגערופן ווערן קאנסטרוקטיווע קריטיק...
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

@כינור! ערשטקלאסיג!

הערליך ארויסגעברענגט אלע חלקים פון אלע זייטן.

מער ווייניגער שטים איך צו מיט וואס דו האסט געשריבן,
די ניגונים אויסוואל זענען ממש אן אויסנאם-געלונגענער!

א שאד נאר אז די קוואליטי פונעם אלבום מעטשט נישט דערמיט..

כינור האט געשריבן:4 צאן
לחן:הערשי וויינבערגער

מיקס: הערט זיך שיין און אפען מ׳קען הערן יעדער אינסטרומענט קלאר אבער ווידער איז די קווייער נישט אין די סענטער אוו אטענשאן. ס׳שטארט נישט ארויס. מ׳קען קוים הערן די מענער קווייער, זיי מאכן שיינע שטיקלעך אבער מ׳הערט זיי קוים. געוויסע פלעצער הערט מען זיי יא.

נישט אין מיינע אויערן.. פאר מיר האט עס געסאונדט היפש אנגעלייגט און צו "אפן" און דיגיטאליזירט. די היי-העטס און קרעש'עס (די צימבלען - אין אנדערע ווערטער) האבן מיר ממש געשטאכן די אויערן, בעיקר שפעטער ביי די צווייטע מאל די הויכע פאל ווי ס'איז פילער. (אוודאי וואו דען? א סאלא אקוסטיק-גיטאר דארף מען נישט קענען מיקסן...)

(אגב, נאכן הערן עטליכע מאל יונגערליך מיט מיינע עירפאונס, און ס'האט זיך געהערט - טייל ניגונים - אזוי נישט בא'טעם'ט און "פלעזענט", האב איך שוין אנגעהויבן טראכטן אז אפשר טויג עפעס נישט מיט מיינע עיר-פאונס..
האב איך אנגעצינדן די "סקולען נחת" אלבום - וואס איך האב אין זיינער צייט ענדזשויט טו דע מעקס און געבליבן מיט גאר א גוטן טעם אין מויל - און וואונדערליך! מיינע עירפאונס ארבעטן א מחי'! ס'הערט זיך געשמאק און לייכט אויפ'ן אויער, און איך ענדזשוי יעדע סעקונדע.
יענעם אלבום האט געמיקסט חיים גוטעסמאן, וואס - ווי ס'ווייזט אויס - טויג צו די מלאכה.

סאו איך האב שוין בעיסיקלי שלום געמאכט מיטן מצב אז יונגערליך 3 איז נישט געמאכט פאר מיר צו "ענדזשויען" די קוואליטי דערפון און הערן מיט העדפאונס, נאר ליבערשט הערן די סידי אין קאר , וואו די לאו-קוואליטי סאונד פון די עטליכע ניגונים באדערט נישט אזוי שטארק... חבל.)

כינור האט געשריבן:ביים קומענדיגן סידי, באצירט׳ס דעם בנין מיט נייע סורפרייז אררעינדזשערס, א לייב יעקב ריגלער אררעינדזשמענט, א מונה יצירה, א ירון גרושובסקי פיאנע שטיקל, א יניב באלאס צו אן אלי לישינסקי מיקס,.

הלוואי הלוואי...
כינור האט געשריבן:די קינדער אפרישיעטן נישט? די עלטערע יא. איי ס׳געמאכט פאר קינדער? מיר זענען אויך אמאל געווען קינדער…

זיך שטארק צושמייכעלט...
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

שלג׳ל, כ׳האב געשריבן אז כ׳העל נאר שרייבן הערות אויפן מיקס וואס ״יעדער״ קען אויפכאפן... און גראדע מיקסען אן אקוסטיק גיטאר דארף מען קענען. ס׳נישט אזוי פשוט.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

כינור, הערליך! דו מאכסט מיר וועלן איבערהערן דעם אלבום...
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

ס'וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן @כינור'ס צוויי סענס אויף שוועקי'ס נייע אלבום.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

שוואקי - A Toast To Life


נישט פארמאגט צופיל צייט. אראפגעשריבן די עיקר דעטאלן.

1 הנה אלוקינו
לחן: איצי וואלדנער

די מיטעלע פאל האט חידוש דערין. די דריטע פאל פארמאגט נישט צופיל ספייס חוץ שיינע קאורדס.
אינטרא איז שיין! משה לאופער האט עס געמאכט.
אברומי איז גע׳חתמ׳ט אויף די אררעינדזשמענטס דא. ענדעלט צו אבג. ער קומט אריין קלאר. קלאסיש נישט אנגעווארפן, בעטעמט צו הערן. נישט אנגעפאטשקעט מיט אינסטרומענטן, נאר וויפיל ס׳פעלט אויס.
נגילה-לה... ער האט געדארפט אנפולען די תנועה האט ער פשוט און פראסט משנה געווען די ווארט. נאו פראבלעם.

2 לך עצמי
לחן: ר׳ משה דוד שוואקי

א הערליכע אינטרא! מי הוא זה ואיזהו? מענדי הערשקאוויטש. הערליך.
די ערשטע פאל הערט זיך ארץ ישראל׳דיג ליטוויש. ענדלט אין איתן כץ. די הויכע פאל איז גאר שיין. די שענסטע חלק און קרוין פונעם ניגון איז די געזינגעכץ נאכן הויעכן פאל. הערליך! א ניגון געשמאק צו הערן מיט גאר שיינע אררעינדזשמענטס.
ער זינגט גאר גוט ר׳ משה דוד. טאקע נישט אזוי פראפעסיאנאל ווי דעם ברודער, אבער האט א שיינע קאליר שטימע. ביי געוויסע פלעצער קומט ער אריין שענער ווי שוואקי... אויב מעג מען אזוי זאגן.
וואס גייט פאר ביי 1:43 - 1:42? באשעפער זיסע! אזאנס דורכצולאזן?

3 א איד
לחן: איצי וואלדנער

געשמאק... זייער זיס. חידוש׳דיגע פעלער, בעטעמטע תנועות, הנאה געהאט.
די ווארימע סוכה, אזוי זיס ווי צוקער... שוואקי זינגט דא צוקער זיס. איינס פון די סיבות פארוואס שוואקי איז שוואקי, איז טאקע פאר זיין אידישע געזינגעכץ.
אברומי קומט ווידער אריין זייער קלאר. נישט געוואוסט ער קען דאס. אברומי האט אויך געמיקסט. שיין און אפען.

4 The Wonder Of Life
לֹחן: הערשי וויינבערגער

ענגלישע ניגון פארפאסט דורך הערשי און ווערטער דורך ישראל בסר. זייער שיין! חידושדיגע תנועות און פעלער. סאמטינג ספעשיל.
די ווערטער זענען מוראדיג מחזק.
די אינטרא איז א באוואוסטע. מ׳טאר נישט גנב׳ענען. די גיטאר ציפט אביסל אין די אויערן. די ניגון קליפט אינמיטן אביסל.
וועט לכאורה ווערן שטארק אויפגעפיקט ביי די נישט אידיש רעדענדע.
די ניגון איז נישט היימיש און פאסט געהערט צו ווערן אין malls.
אינטערסאנט צו זעהן ווי היימישע קאמפאזיטארן קענען מאכן ״גויאישע״ קאמפאזיציעס. מוטי אילאוויטש אין זיין אלבום רעיונות האט אויך אפאר אזאנע.

Lechaim, A Toast To Life 5
לחן: איצי וואלדנער

גויאיש גויאיש גראד ארויס פון mall. טיפיקל ניגון. די הויעכע פאל איז לער פון מעלאדיע. ווי אסאך היינטיגע ניגונים וואס די קאורדס טוישן זיך אבער די תנועה בלייבט די זעלבע. די מיטעלע פאל - ברידזש האט יא עפעס אין זיך.
די ניגון איז גוט צו מאכן דערויף א מוזיק ווידיא.
ווייס איך נישט פארוואס די אלבום טראגט די נאמען נאך די ניגון. ער וואלט עס געדארפט געבן נאך טרעק 4.

6 שתי נשמות
לחן: איצי וואולדנער

גאר א שיינע ניגון! שטארק. כ׳פארשטיי נישט פונקטליך וואס ער וויל מיט די ׳תפילתינו אמן׳ צום סוף ניגון.
געוואלדיגע ווערטער. שוואקי זינגט דא מוראדיג.
הערליכע פיאנא! רייך ריין און שיין. מ׳קען הערן יעדע nuance דערפון. הערליכע קלאסישע אררעינדזשמענט. בכלל די מוזיק אויף די סידי איז געוואלדיג. איבעראל אריינגיין אין דעטאלן וועט דויערן צופיל צייט.

7 יגעתי
לחן:איצי וואולדנער

די ערשטע פאל איז גאלד! מוזיקאליש גערעדט. פאנק מיט אלע טעמים. די הויעכע פאל איז לער. פארקויפט נישט גארנישט. כ׳האב מער הנאה געהאט פון די בעיס ביים הויעכן פאל ווי די תנועה.

8 בא שבת
לחן: הערשי וויינבערגער

די ערשטע פאל! שמעקט פון שבת. קומזיץ, ליל שישי׳דיג, אלע אינגרידיענס. די הויעכע פאל הייבט זיך אן מער טיפיקעל אבער ווערט שענער און שענער וואס שפעטער. די ערשטע מאל האב איך נישט פונקטליך פארשטאנען ווי ער פארט מיטן הויעכן פאל. די אוי אוי שבת צום סוף איז אויך געוואלדיג. א געשמאקע שבת ניגון נאכצוזינגען און פארברענגען דערויף.
א שיינעם שפיל מיט די ווערטער, בא שבת בא מנוחה - מנוחה ושמחה.
א שיינע פיאנא אינטרא און אררעינדזשמענט דורך לאופער.

9 לערנען
לחן: הערשי וויינבערגער

שיין, א חידוש׳ל דא און דארט. נישט געהויבן די ברעמען. די הויעכע פאל אנהייב איז שיין. אוועראלל גאנץ געשמאק.
נמש קומט אריין מיט שיינע קלאסישע מוזיק. שטארק הנאה געהאט פונעם קלארינעט און ווי ס׳פלאצירט אין אויער.
לך - טוטוטוטוטו... זיס.

10 Hold On
לחן: איצי וואלדנער

נישט פאר די היימישע שטוב. א גוטע שאקעלדיגע ניגון מיט ווערטער גוט געזעצט. א געלונגענע ניגון.
די ווערטער זענען געוואלדיג.
שטארק הנאה געהאט פון די עלעקטרישע בעיס.

11 יבא היום
לחן: אהרון כהן

די ערשטע פאל! שלענגעלט זיך ביוטעפול. די פזמון איז נישט צו ניי און דעליווערט נישט דעם פאנטש וואס כ׳האב ערווארט. עפעס אן ארויפצו, ענערגיע, ווילדער..., גארנישט. סתם א תנועה׳לע, שיין אבער. די אינטערלוד איז ביוטעפול.
ער האט דא אפאר טיפיקל ווערטער ווי אין אסאך ׳עברית׳ ניגונים. ׳הגיע הזמן לאהוב׳ ׳ולא יהיה שום פחד׳ ׳שבת אחים גם יחד׳. קריכט שוין. אוועראלל א שיינע חיזוק מעסעדזש.
די ניגון איז זייער בעטעמט צו הערן. די עלעקטראנישע אררעינדזשמענט אין ערשטע פאל איז פיין. שאקעלדיג...
שוואקי דעליווערט דא גאר שיינע וואקאלן.



12 המלאך
לחן: איצי וואלדנער

נאך א ניגון. די ערשטע פאל איז בעסער ווי די איבריגע. דא און דא עפעס א נייקייט, נישט קיין ווער ווייסט וואס. ׳ושם אבותי אברהם׳ ביים הויעכן פאל איז זייער שיין. מ׳מאכט נישט נייע ניגונים אויף שוין באנוצטע ווערטער נאר אז ס׳איז א באמבע פון א תנועה. נאכדערצו המלאך וואס האט שוין אנגעטוהן צענדליגע ניגונים.
שיינע קינדער קווייער.
13 מסיני בא
לחן: איצי וואולדנער

געלונגען פון יעדע אספעקט. לעבעדיג, חידוש, א געשמאק צו הערן.


שוואקי האט דעליווערט! ס׳איז דא דא גאר א גרויס סעלעקציע פון בעטעמטע געלונגענע ניגונים און אראפגעזינגען נאר ווי שוואקי קען. די סידי האט איז זיך חומר פאר אלע שיכטן און קרייזן און איז א געמיש פון כל מיני נגינה. ס׳דא ניגונים וואס זענען גע׳אייניגט פארן היימישן ציבור און ס׳דא וואס נישט.

א מינוט צו יונגערליך: כ׳האב הנאה געהאט פון נפתלי משה׳ס קאמענטארן אויף די מיקס. ער האט נישט באהאלטן, נאר קלארגעשטעלט אז ער האט געמאכט אן עקזעקיוטיוו דיסיזשען צו לאזן געוויסע ניגונים נישט פארענדיגט. קוקט אויס אז ס׳וויכטיגער געווען פאר יונגערליך צו ערשיינען פארן זוממער. נא נא.
לגבי די פרייזן, זענען מיר שוין אין לאך... שוואקי איז יעצט ארויף מיטן פרייז, און פריילעך באנד בעט פאר זייער ניי סידי מיט מרדכי שפירא גענוי ווי יונגערליך, 19.99 א דאונלאוד. הער איך אז ער האט געוואלט בעטן גאר 25.00 דולר פאר דעם. ער האט א שטיקל פוינט, אבער יש לדון. בעצם פארוואס זאל א סידי ווערט זיין ווי צוויי סענדוויטשעס?
כ׳גיי נישט ממשיך זיין יעצט, צייט ערלויבט נישט, ביי א קומענדיגע געלעגנהייט העמיר פרובירן ארומנעמען די נושא.
לעצט פארראכטן דורך כינור אום דאנערשטאג יוני 17, 2021 12:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

כינור האסט נישט אנטוישט.
האמיר נאכנישט געהערט די סידי, און כ'גלייב אז נאכן דורכליינען אזא אנאליז הערט זיך עס גאנץ אנדערש

שכח כינור
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
תואר
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תואר »

אפילו די סידי וועט נישט איבערטרעטן די שוועל פון מיין טיר (כ'קויף נישט קיין נייע זאכן כ'הער ענדערש אלטע), דאך איז פשוט א מחיה צו לייענן כינור'ס אנאליזן דערויף, ס'ליינט זיך אזוי זיס און אמת'דיג.
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3045
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

תואר האט געשריבן:אפילו די סידי וועט נישט איבערטרעטן די שוועל פון מיין טיר (כ'קויף נישט קיין נייע זאכן כ'הער ענדערש אלטע), דאך איז פשוט א מחיה צו לייענן כינור'ס אנאליזן דערויף, ס'ליינט זיך אזוי זיס און אמת'דיג.

מיטן גאנצען דרך ארץ... וואס איז די פשט פון הערן נאר אלטע
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

היסטאריש, תואר, א דאנק אייך!
גראדע הערשי׳ס לערנען איז געשמאקער ווי כ׳האב געמיינט.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח כינור!

כנ"ל, איך האב הנאה צו ליינען דיינע אנאליזן, אפילו איך קויף בכלל נישט די זאכן.
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

כינור! מ'קען דיר צוקייען...
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ישר כוח @כינור ווידעראמאל. דיין אנאנליזן ציהט אן צו קויפן סידי'ס, דארפסט נעמען פראצענטן...

און ווי אייביג ברענגסטו ארויס יעדע פינטל פון די געפילן ביים הערן דעם סידי, מ'קען זיך מחיה זיין דערמיט.

דערווייל געהערט נאר איין מאל, און נאך אזא ריוויא וועטצעך עס הערן אנדערש.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

טענק יו ממוצע פיאנא,
נמש, האסט א הארץ פון פוטער......
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

כינור האט געשריבן:

@כינור פינג...
ממוצע האט געשריבן:ש'כח כינור!

כנ"ל, איך האב הנאה צו ליינען דיינע אנאליזן, אפילו איך קויף בכלל נישט די זאכן.
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

כינור האט געשריבן:
שוואקי - A Toast To Life


נישט פארמאגט צופיל צייט. אראפגעשריבן די עיקר דעטאלן.

1 הנה אלוקינו
לחן: איצי וואלדנער

די מיטעלע פאל האט חידוש דערין. די דריטע פאל פארמאגט נישט צופיל ספייס חוץ שיינע קאורדס.
אינטרא איז שיין! משה לאופער האט עס געמאכט.
אברומי איז גע׳חתמ׳ט אויף די אררעינדזשמענטס דא. ענדעלט צו אבג. ער קומט אריין קלאר. קלאסיש נישט אנגעווארפן, בעטעמט צו הערן. נישט אנגעפאטשקעט מיט אינסטרומענטן, נאר וויפיל ס׳פעלט אויס.
נגילה-לה... ער האט געדארפט אנפולען די תנועה האט ער פשוט און פראסט משנה געווען די ווארט. נאו פראבלעם.

2 לך עצמי
לחן: ר׳ משה דוד שוואקי

א הערליכע אינטרא! מי הוא זה ואיזהו? מענדי הערשקאוויטש. הערליך.
די ערשטע פאל הערט זיך ארץ ישראל׳דיג ליטוויש. ענדלט אין איתן כץ. די הויכע פאל איז גאר שיין. די שענסטע חלק און קרוין פונעם ניגון איז די געזינגעכץ נאכן הויעכן פאל. הערליך! א ניגון געשמאק צו הערן מיט גאר שיינע אררעינדזשמענטס.
ער זינגט גאר גוט ר׳ משה דוד. טאקע נישט אזוי פראפעסיאנאל ווי דעם ברודער, אבער האט א שיינע קאליר שטימע. ביי געוויסע פלעצער קומט ער אריין שענער ווי שוואקי... אויב מעג מען אזוי זאגן.
וואס גייט פאר ביי 1:43 - 1:42? באשעפער זיסע! אזאנס דורכצולאזן?

3 א איד
לחן: איצי וואלדנער

געשמאק... זייער זיס. חידוש׳דיגע פעלער, בעטעמטע תנועות, הנאה געהאט.
די ווארימע סוכה, אזוי זיס ווי צוקער... שוואקי זינגט דא צוקער זיס. איינס פון די סיבות פארוואס שוואקי איז שוואקי, איז טאקע פאר זיין אידישע געזינגעכץ.
אברומי קומט ווידער אריין זייער קלאר. נישט געוואוסט ער קען דאס. אברומי האט אויך געמיקסט. שיין און אפען.

4 The Wonder Of Life
לֹחן: הערשי וויינבערגער

ענגלישע ניגון פארפאסט דורך הערשי און ווערטער דורך ישראל בסר. זייער שיין! חידושדיגע תנועות און פעלער. סאמטינג ספעשיל.
די ווערטער זענען מוראדיג מחזק.
די אינטרא איז א באוואוסטע. מ׳טאר נישט גנב׳ענען. די גיטאר ציפט אביסל אין די אויערן. די ניגון קליפט אינמיטן אביסל.
וועט לכאורה ווערן שטארק אויפגעפיקט ביי די נישט אידיש רעדענדע.
די ניגון איז נישט היימיש און פאסט געהערט צו ווערן אין malls.
אינטערסאנט צו זעהן ווי היימישע קאמפאזיטארן קענען מאכן ״גויאישע״ קאמפאזיציעס. מוטי אילאוויטש אין זיין אלבום רעיונות האט אויך אפאר אזאנע.

Lechaim, A Toast To Life 5
לחן: איצי וואלדנער

גויאיש גויאיש גראד ארויס פון mall. טיפיקל ניגון. די הויעכע פאל איז לער פון מעלאדיע. ווי אסאך היינטיגע ניגונים וואס די קאורדס טוישן זיך אבער די תנועה בלייבט די זעלבע. די מיטעלע פאל - ברידזש האט יא עפעס אין זיך.
די ניגון איז גוט צו מאכן דערויף א מוזיק ווידיא.
ווייס איך נישט פארוואס די אלבום טראגט די נאמען נאך די ניגון. ער וואלט עס געדארפט געבן נאך טרעק 4.

6 שתי נשמות
לחן: איצי וואולדנער

גאר א שיינע ניגון! שטארק. כ׳פארשטיי נישט פונקטליך וואס ער וויל מיט די ׳תפילתינו אמן׳ צום סוף ניגון.
געוואלדיגע ווערטער. שוואקי זינגט דא מוראדיג.
הערליכע פיאנא! רייך ריין און שיין. מ׳קען הערן יעדע nuance דערפון. הערליכע קלאסישע אררעינדזשמענט. בכלל די מוזיק אויף די סידי איז געוואלדיג. איבעראל אריינגיין אין דעטאלן וועט דויערן צופיל צייט.

7 יגעתי
לחן:איצי וואולדנער

די ערשטע פאל איז גאלד! מוזיקאליש גערעדט. פאנק מיט אלע טעמים. די הויעכע פאל איז לער. פארקויפט נישט גארנישט. כ׳האב מער הנאה געהאט פון די בעיס ביים הויעכן פאל ווי די תנועה.

8 בא שבת
לחן: הערשי וויינבערגער

די ערשטע פאל! שמעקט פון שבת. קומזיץ, ליל שישי׳דיג, אלע אינגרידיענס. די הויעכע פאל הייבט זיך אן מער טיפיקעל אבער ווערט שענער און שענער וואס שפעטער. די ערשטע מאל האב איך נישט פונקטליך פארשטאנען ווי ער פארט מיטן הויעכן פאל. די אוי אוי שבת צום סוף איז אויך געוואלדיג. א געשמאקע שבת ניגון נאכצוזינגען און פארברענגען דערויף.
א שיינעם שפיל מיט די ווערטער, בא שבת בא מנוחה - מנוחה ושמחה.
א שיינע פיאנא אינטרא און אררעינדזשמענט דורך לאופער.

9 לערנען
לחן: הערשי וויינבערגער

שיין, א חידוש׳ל דא און דארט. נישט געהויבן די ברעמען. די הויעכע פאל אנהייב איז שיין. אוועראלל גאנץ געשמאק.
נמש קומט אריין מיט שיינע קלאסישע מוזיק. שטארק הנאה געהאט פונעם קלארינעט און ווי ס׳פלאצירט אין אויער.
לך - טוטוטוטוטו... זיס.

10 Hold On
לחן: איצי וואלדנער

נישט פאר די היימישע שטוב. א גוטע שאקעלדיגע ניגון מיט ווערטער גוט געזעצט. א געלונגענע ניגון.
די ווערטער זענען געוואלדיג.
שטארק הנאה געהאט פון די עלעקטרישע בעיס.

11 המלאך
לחן: אהרון כהן

נאך א ניגון. די ערשטע פאל איז בעסער ווי די איבריגע. דא און דא עפעס א נייקייט, נישט קיין ווער ווייסט וואס. ׳ושם אבותי אברהם׳ ביים הויעכן פאל איז זייער שיין. מ׳מאכט נישט נייע ניגונים אויף שוין באנוצטע ווערטער נאר אז ס׳איז א באמבע פון א תנועה. נאכדערצו המלאך וואס האט שוין אנגעטוהן צענדליגע ניגונים.
שיינע קינדער קווייער.

12 מסיני בא
לחן: איצי וואולדנער

געלונגען פון יעדע אספעקט. לעבעדיג, חידוש, א געשמאק צו הערן.


שוואקי האט דעליווערט! ס׳איז דא דא גאר א גרויס סעלעקציע פון בעטעמטע געלונגענע ניגונים און אראפגעזינגען נאר ווי שוואקי קען. די סידי האט איז זיך חומר פאר אלע שיכטן און קרייזן און איז א געמיש פון כל מיני נגינה. ס׳דא ניגונים וואס זענען גע׳אייניגט פארן היימישן ציבור און ס׳דא וואס נישט.

א מינוט צו יונגערליך: כ׳האב הנאה געהאט פון נפתלי משה׳ס קאמענטארן אויף די מיקס. ער האט נישט באהאלטן, נאר קלארגעשטעלט אז ער האט געמאכט אן עקזעקיוטיוו דיסיזשען צו לאזן געוויסע ניגונים נישט פארענדיגט. קוקט אויס אז ס׳וויכטיגער געווען פאר יונגערליך צו ערשיינען פארן זוממער. נא נא.
לגבי די פרייזן, זענען מיר שוין אין לאך... שוואקי איז יעצט ארויף מיטן פרייז, און פריילעך באנד בעט פאר זייער ניי סידי מיט מרדכי שפירא גענוי ווי יונגערליך, 19.99 א דאונלאוד. הער איך אז ער האט געוואלט בעטן גאר 25.00 דולר פאר דעם. ער האט א שטיקל פוינט, אבער יש לדון. בעצם פארוואס זאל א סידי ווערט זיין ווי צוויי סענדוויטשעס?
כ׳גיי נישט ממשיך זיין יעצט, צייט ערלויבט נישט, ביי א קומענדיגע געלעגנהייט העמיר פרובירן ארומנעמען די נושא.

כינור, מיר ברויכן א אנאליז שמחה'ס אלבום!
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

פיאנא האט געשריבן:כינור! מ'קען דיר צוקייען...

כינור ביסט רעדי פאר א טשעלענדזש?
אין עוד מלבדו
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

:roll: :roll: :roll:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
פיאנא האט געשריבן:כינור! מ'קען דיר צוקייען...

כינור ביסט רעדי פאר א טשעלענדזש?
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

כי כי, בכלל נישט געמיינט עפעס פיאנא.

געמיינט צו פרעגן אויב כינור קען מיטטיילן זיינע משוגע-צו-ווערן טאלאנטן אויף אן אלטע אלבום, ס'וועט זיין א שווערע מלאכה אבער אה-אזוי-דעלישעס.
אין עוד מלבדו
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”