ענדע צדיק! האט געשריבן:כינור לאזט דא שרייבן?
דא איז מיין רויע אנאליז נאכן הערן די ערשטע פאר מאל די סידי פון זנוויל ״מן השמים״
אהה, ווי מן השמים עפעס א פרישע סידי.
ווי א איבערגעדרייטע יודעלע דארף איך דאך אלס אריינלייגן די טעיפ פון די פארקערטע זייט. נעפ, דריי צוריק, מען נעמט ארויס דעם קאסעטע, מען דרייט אים צוריק אויף די ערשטע זייט. נו, מען מישט צוריק די בענדלעך, דרוק דעם פלעי קנעפל, געגאנגען.
אויש, איז פריער יא געווען די גוטע זייט? עס הייבט זיך אן עפעס אינמיטן די סידי, א רגע, נעם ארויס דארט. לאמיר זעהן? ניין, ס׳יא די גוטע זייט. אקעי. מאדנע. אנגעהויבן די סידי מיט אזא לאו ענערדזשי.
הללוהו
איי הערשעלע הערשעלע, עפעס א יוניקנעס וואס קיינער קען נישט נאכמאכן, עפעס א אנטעווערפענע ספייס. אויב עפעס אין אנטווערפן קען זיין ספייסי…
הייבט זיך אן זייער געשמאק, איך פיל ביי הללו כל מלאכיו קען ער ווען האבן עפעס א בעסערע קוועטש, וואס וועט עס מאכן א טראפ מער ענערדזשעטיק. שרייטס אלע זינגטס אלע.... זייער געשמאק.
סאיז ערעינדזשד אויף זייער א פאסיגע סטייל. עס באלאנגט נישט אויפן ערשטן ניגון לדעתי.
ברכנו
שיינע ווערטער און לחן פון ר׳ יוסף משה, די ערשטע פאל גאנץ פשוט, די צווייטע איז די ניגון, דארט פארט עס געשמאק צום אויער, לויפער לויפערט אריין, גארנישט בייסט נישט און שטעכט נישט, א שיינע חסידישע ניגון, די דריטע פאל איז עפעס נישט צו מיר. זאנוויל מוטשעט זיך צי מאכן עפעס א לייט פון די דריטע פאל.
ותחזינה,
אוי עינינו, עינינו, עינינו, אוי… עס רייסט דאס הארץ, עס בענקט, עס בעהט. הערליך! פינקי ווארפט לעצטנס באמבעס איינס נאכן צווייטן. די ערשטע פאל ווי ער גייט אראפ ביי עמך גלייך איך זייער, די צווייטע פאל איז פשוט הערליך! קאמפלימענטירט און געפארטיגט מיט לויפער׳ן.
א שטיקעלע קאנטראסט פון לויפערס איידלקייט און זאנווילס דינאמישקייט, אויפן גאנצן סידי.
זוכרי זמירות
באמבעס, הא? אטאם באמבעס! די מוזיק הייבט זיך אן גאנץ פיין דיפרענט, די ניגון איז א קנאק, פריש און געשמאק פול מיט טעם און פלעיוואר. נפתלי משה מאכט מיט די טעקנאו א זייער גוטע ארבעט, איך גלייך עס נישט פערזענליך אבער פאר וואס ער האט געדארפט טוהן האט ער פיין דעליווערט. מלך מלך ימלוך, געוואלדיג. די חידוש פון פינקי איז ווי גוט ער האט זיך עדאפטעד צו די היינטיגע סטייל, ער רוקט ארויס סחורה פון יעדע ענגל.
נישט צוגעלייגט נאך צופיל מחשבה צו די קווייערס, אבער אין דזשענערל באמערק איך אז איך האב איך נישט אוזי ליב די פלעיוואר פון מלכות, די קאליר, די קול אינאיינעם, עפעס פעלט.
אנא השם
יוסי גרין, שוין לאנג נישט געזעהן, געהערט. זייער קלאסיש. גלילי מאכט שיינע מוזיק אבער עס איז א לאנגע פארשלאפענע ניגון, ער האט פארפעלט עס אויפצולעבן מיט די מוזיק. די ווערטער קאנעקטן עפעס נישט צי וואס איך טראכט ווען איך זאג דעם קאפיטל. ספעלט עפעס קראנטש.
זאנוויל מאכט דא הערליכע וואקעלס.
כלל ישראל
דו שטייסט אויף דארט! יואלי דיקמאן מיט זיין ארקעסטרע שטעקעלע טיילט פראסקעס, אויפשטיין אויפשטיין. א פרישע רויטע עפעלע געפאלן ממש נאנט צום בוים, הרב וועבער דעליווערט א הערליכע מעלאדיע, די צווייטע פאל איז עכט שיין, אומגעראכטן, כלל ישראל… לייק. די שטיקל אינמיטן (וויאזוי הייסט עס?) איז פלעין.
יתומים היינו
משה לויפער אימפרעסט, עכט שיין. די מעלאדי קען איך נאכנישט כאפן, סנישט עפעס זייער קעטשי אדער גאר שיין, דארף עס נאך אפאר הערן צי באקומען אפשר מער די געפיל און אפטיילן די ווערטער פון די מעלאדי. ליפא דארף נישט מיין הסכמה נישט עפעס אויסטערליש גאוניש אבער צו די שיינע זייט.
ואזכה
טיפיקעל משולם, די ערשטע מאל פילט מען עס אזוי שטומפיג, נאך א דריי פיר מאל הערן הייבט עס אן קלעבן, ביז עס גרודזשעט אין קאפ. ס׳נישט ממש עפעס ניי. די ארעידזשמענטס גלייך איך זייער.
ישראל נושע
א הערליכע קאמפאזיציע, הארציג און בענקעדיג, שיינע ווערטער צוזאמשטעל. גוטע מוזיק. נישט וואס צוצולייגן עכט חוץ אז עס איז פשוט, הערליך.
מי ימלל
איינציגסטע שטיקי ניגון אויף די סידי, מיט גוטע מוזיק פאר די וואס זוכן דאס. איך האב נישט געהעריג קאננעקטעד צו דעם.
להתענג
וואן אוו מיי פעיוואריטס. שיינע געשמאקע תנועות, קוקט אויס שוין געמאכט א שטיק צייט צוריק, צבי האט מיר סורפרייזד דא, זייער א קלאסישע זאך. סהאט געסאונד אן צופיל צולייגן קאפ ענליך צו לויפער. שיינע ווערטער, געדאנק, מער אביסל אזוי היינטיג, אידיש, באביש. סאיז א שיינע מעלאדיע!
מן השמים
א הערליכע יצירה פון רעב פינקין, סאיז לאנג און א טראפ נישט קאנעקטעד די שטיקלעך, אבער אין דעזשענעראל איז עס א הערליכע זאך, שיינע תנועות אינצווישן איך גלייך עס מוראדיג. די ׳מן השמים׳ תנועה האט מיר געכאפט, סזינגט זיך. זאנוויל שניידט אריין טענער אז עס גייט א רויעך… דא פילט מען אויך לויפערס קלאסישקייט אנטקעגן זאנווילס קולות. הערליך. כווייס נישט אויב לויפער איז צוגעפאסט פאר דעם.
-
אין דזשענערל: די מיקס איז בעסער ווי כהאב געמיינט סגייט זיין! די זינגער איז פיין אין פארנט פון די מוזיק אבער נאכאלס גענוג ווייט און נישט שטעכעדיג אין אויער אריין. ממש פערפעקט. אלעס הערט זיך הערליך שיין. אפשר די קווייערס איז אביסל שטיל, מוז נישט זיין. קודאס
מוזיק: כהאב געהאפט סגייט זיין אביסל מער ספייסי, נישט אז סנישט שיין, אבער אזא גוט שטיקל מונה וואלט גוט אריינגעקומען, אנשטאט לויפערס פיר. אבער אוועראלל איז עס באמת שיין, רייך, זייער צו די זאך.
ניגונים: אביסל מורא׳געהאט אז דאס גייט זיין, און עס איז טאקע, אז די ניגונים סעלעקציע איז ממש פערפעקט פאר זעקס יאר צוריק, ער אליינס וואלט היינט גענומען אנדערע זאכן לכאורה, אפילו אויב וואלט ער זיך געוואלט האלטן צו די אלטע סטייל וואלט ער לכאורה געהאט אנדערע פיק׳ס. עס נעמט גארנישט אוועק פון די דימאנטן וואס ליגן דא, באמת הערליכע געשמאקע זאכן. פעיוואריטס? יעצט אויף די רגע איז עס ותחזינה, להתענג, זוכרי זמירות, אפשר ישראל נושע נעקסט, אדער הללוהו.
ס׳איז באמת א הערליכע זאך, חסידיש און געשמאק, זאנוויל קומט אריין קלארער פון קלאר אין וואס ער איז שטארק. ס׳ווערד א עלעווער און אפילו מער. געצאלט און הנאה געהאט. א מחי׳!
כ'ווייס נישט צו כינור לאזט דיר אריין אין זיין מלוכה... (יא ער לאזט), אבער די ביזט גאר גוט!