בלאט 1 פון 3

הבדחן צפני' דן קליין נ"י

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 8:38 pm
דורך פעשען
לכבוד חודש אדר איז דא א געשמאקע אינטערוויא מיטן אויפגייענדער שטערן אין די עולם הבדחנות הבה"ח ת"ח מופלג צפני' קליין.

די מעלה פון צפני' אין איין ווארט: ווען ער שטעלט זיך אויף משמח זיין, לאכט יעדער. אפי' דער וואס כאפט נישט די וויץ..

די אינטערוויא קען מען הערן אויף קאלמעוואסער ביי 3 1, 1934#

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 8:40 pm
דורך פעשען
אויב איינער קען ברענגען די קליפס וואס האבן זיך לעצטענס ארומגעדרייט פון צפני', תחח"ל

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 8:44 pm
דורך nmi
ער האט אויפגעגעבן די ציצית בינדעריי?

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 8:46 pm
דורך הויעך
פלעגט אמאל שפילען ביי קלענערע שמחות בר מצווה'ס שבע ברכות וכו.

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 8:52 pm
דורך יאקאן דינעלי
טוט נאך אלע דריי...

מי שלא שמע ה'אינטערוויא לא שמע בדחנות מעולם...

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 8:53 pm
דורך מקווה איד
עפעס קליפס אדער ריקארדינגס?

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 9:17 pm
דורך הענדימען
איך האב שוין יארן נישט גערופען קול מבשר

יעצט האבן זיי מיך געכאפט

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 9:54 pm
דורך געוואלדיג
בין איך דער איינציגסטער וואס די אינטערוויו גריצלט מיר אין די אויערן, אז מען מאכט א אינטערוויו כדי מען זאל לאכן פון איינעם און נישט מיט איינעם?

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 10:07 pm
דורך געשמאקער
געוואלדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס די אינטערוויו גריצלט מיר אין די אויערן, אז מען מאכט א אינטערוויו כדי מען זאל לאכן פון איינעם און נישט מיט איינעם?


I also think so

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 10:59 pm
דורך נעכטן
געשמאקער האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס די אינטערוויו גריצלט מיר אין די אויערן, אז מען מאכט א אינטערוויו כדי מען זאל לאכן פון איינעם און נישט מיט איינעם?


I also think so

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 11:07 pm
דורך דריידל
איינער ווייסט וויפול ער בעהט פאר א שבע ברכות?

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 11:10 pm
דורך יוראפ
דריידל האט געשריבן:איינער ווייסט וויפול ער בעהט פאר א שבע ברכות?

ויליאמסבורג, אדער ב"פ, אדער ק"י/מאנסי?

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 11:11 pm
דורך דריידל
ב. פ.

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 11:15 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
איך האב געהערט דעם אינטערוויאו, ס׳איז מעגליך אז דאס אנרופן צפני׳ן איז געווען מיט א כוונה ס׳זאל זיין.. פאני. ר׳ זושא פראבירט דורכאויס דעם גאנצן שמועס עס צו מענאווערן אין יענעם ריכטונג. למעשה האט ער אים גוט סופרייזד.

ער רעדט זייער אינטערסאנט, און צום זאך. כ׳זאג נישט, אסאך בעלי בדחנים און אפילו סתם מענטשן קענען זיך טיף פארשטעקן פאר אים. ער קוקט אויס צו קענען מער לערנען ווי גאנץ קול מבשר.

״כהאדער געזאגט אז כ׳זאג נישט אויס!״.. ער האלטצעך ביי זיינס, קאנסט אים נישט פארפירן, ער פארשטייט גוט וואס ער וויל, און ער קוקט אויס צו זיין גוט מסודר, טראסטבאר און ווערד די געלט.

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 11:21 pm
דורך יוראפ
דריידל האט געשריבן:ב. פ.

אביסל צומישט אנפאנג אינטערוויו 160 סוף אינטערוויו 180

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 11:42 pm
דורך אידישע מוח
געשמאקער האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס די אינטערוויו גריצלט מיר אין די אויערן, אז מען מאכט א אינטערוויו כדי מען זאל לאכן פון איינעם און נישט מיט איינעם?


I also think so

אין די געדאנק אז מען נעמט איהם ביי שמחות (אפ׳ ביי רעבישע שמחות)
וואס מען לאכט נישט פון די וויצן נאר פון די מענטש אליין ?

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 pm
דורך יוראפ
ער בעט זיך דאך אז מ'זאל אים נעמען, אמאל פלעגט ער עס נאך טון בחנם אויך, ער זאגט אויך אינעם שמועס אז ער קען ענדערש באשטיין די בדחנות וואו די אנדערע צוויי ביזענעסער

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 11:51 pm
דורך נעכטן
וועמענ'ס זון איז ער

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 11:52 pm
דורך יוראפ
זיין טאטע לעבט שוין נישט יארן לאנג

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 12:15 am
דורך פריילעך אידל
איך האב אויך קודם געהאלטן אז אים נעמען ביי שבע ברכות'ן און ארומשיקן די קליפס איז סתם רשעות, אבער נאכן הערן דעם אינטערוויא טראכט איך פונקט פארקערט, אין לך אדם שאין לו שעה, פון א בטלן וואס קניפט ציצית און טיילט קארטלעך ביי חתונות, איז ער געווארן א סטאר, ער האט עטליכע שמחות א נאכט, ער איז זיך מחי', און שוין...

יעצט קען זיין עס איז נאך אלץ א שטיקל רשעות און שלעכטקייט צו נעמען א מענטש און לאכן "פון" אים, אבער כל זמן ער וויל עס, איז עס זיין טשויס...

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 12:27 am
דורך פעיק נוז
געוואלדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס די אינטערוויו גריצלט מיר אין די אויערן, אז מען מאכט א אינטערוויו כדי מען זאל לאכן פון איינעם און נישט מיט איינעם?

ער וויל דאך דאס, ער האלט אז דאס איז פאר אים א 'מעכטיגע' עדווערטייזמענט. נו אז ער וויל, טא פארוואס אים נישט מהנה און אין איינוועגס אויך דעם ציבור?...

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 12:34 am
דורך הענדימען
פעיק נוז האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס די אינטערוויו גריצלט מיר אין די אויערן, אז מען מאכט א אינטערוויו כדי מען זאל לאכן פון איינעם און נישט מיט איינעם?

ער וויל דאך דאס, ער האלט אז דאס איז פאר אים א 'מעכטיגע' עדווערטייזמענט. נו אז ער וויל, טא פארוואס אים נישט מהנה און אין איינוועגס אויך דעם ציבור?...

טו בי אנעסט. ווען איך האב געזען דעם קעפל פון דעם אשכול האבעכעס געעפנט מיטן פלאן צו דווח'נען (גוט געספעלט?) למעשה האבעך געזעהן אז דען צפני' איזעך מחי'. נו וועמען שטערט עס?

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 1:07 am
דורך זייער קלוג
אפשר לייגט איינער א קלארע בילד פון איים

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 1:31 am
דורך נעכטן
זייער קלוג האט געשריבן:אפשר לייגט איינער א קלארע בילד פון איים

פאר דעם וועסטו דארפן ווארטן אויף דעם 'מאמענט'.

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 1:39 am
דורך זייער קלוג
נעכטן האט געשריבן:
זייער קלוג האט געשריבן:אפשר לייגט איינער א קלארע בילד פון איים

פאר דעם וועסטו דארפן ווארטן אויף דעם 'מאמענט'.

די ווייסט אז זיי גייען איים באשרייבן די וואך