נאר מיט שמחה האט געשריבן:wow!! הערליך שיין!
אנגעהויבן פון די קאלעקשן פון ניגונים, אבער נאכמער פון דעם די קאלעקשן פון די זינגער'ס.. יעדער פון א צווייטע עק וועלט, נוסח, אייגנהארטיגן שטימע.:
אברומי ראט - חסידיש/ליטוויש, דערמאנט דעם אמאליגן חן, מיט זיין הארט באחנ'טע שטימע.
דודי קאליש - דארף איך דאך נישט זאגן, עכט חסידיש, מיט זיין פאכמאנישע ארבעט.
שוקי סלומון - א סעלעבריטי פון די א"י ראדיא.. א לעבעדיגע נשמה, גראדע קאמפאוזט שיינע ניגונים אויך. געקומען אביסל לעבעדיג מאכן. מיט זיין ליטווישן גאנג.
שמחה פרידמאן - אויך באקאנט, מיטן חסידישן ליבאוויטשן געזינגעכט'ס, א קלארע שיינע שטימע.
יענקי היל - ארי'ס ברודער תרתי משמע, אויפן זעלבן גאנג, א פרישע טאלאנט. אויפן היינטיגן חסידישן סטייל.
משה דוד ווייסמאנדל - א סקווער'ער חסיד, א נייע שטערן, וואס לענ"ד גייט נאך זיין גרויס, דאכט זיך דער אפציעלער סאלא זינגער פון נשמה קווייער. א הערליכע שטארק-זיסע שטימע.
משה לוק - דער באקאנטער פייטן, די מערסטע ליב געהאט ווי ער פארט אריין ציווישן די חסידישע נגינה צו די ספארדישע געדרייטע שטיקלעך, א קלארע הערליכע שטימע, און זינגט משוגע גוט. - פון אחינו בני הספרדים.
און צום לעצט דער ילד הפלא בענצי קלעצקין - וואס זינגט אויך הערליך שיין.
א הערליכע ארבעט!