איז נאך דא אן אינטערעסע אין פארצייטישע ניגונים?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פארצייטישער שטריימל
- שר מאה
- תגובות: 189
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 1:17 am
איז נאך דא אן אינטערעסע אין פארצייטישע ניגונים?
זייענדיג אלע יארן א חובב ניגונים בכלל, בפרט געשמאקע ניגונים מיטן פארצייטישער חן, האב איך שטענדיג געזוכט און זיך איינגעהאנדלט יעדע טעיפ\סידי וואס האט פארמאגט פון די סחורה, אנגעהויבן ביי די ליובאוויטשע טיפע ניגונים - מאדזיץ'ע יצירות - באבוב'ע קאמפאזיציע'ס - קארלינע פלאמ'עדיגע טענץ – ברסלאוו'ע אלטע תנועות – דזיקוב'ע זמירות און געהויבענע שטיקלעך - סקולען'ע הייליגע קנייטשען - און סאטמאר'ע השתפכות הנפש, און אזוי אויך שטיקלעך פון פארצייטישע מחברים, כגון: ר' בעריש ווישעווער - ר' יוסעלע מאנדלבוים - ר' ניסן יוסט – ר' מאניש חזן – ר' זיידל ראוונער, וכו'
אין די לעצטערע יארן – זייט דאס ארויסגעבן א אלבוים איז געווארן זייער טייער \ און אזוי אויך איז מען געשלאגן געווארן מיטן פראבלעם פון קאפיען, - איז די ליין היפש באזייטיגט געווארן, (די סיבה איז זייער פשוט! עס לוינט היינט כמעט נישט דעם איינשטעל און ריסק פון צענדליגער טויזנטער דאללער, אויף א גרויסע טשענס אז עס גייט זיך נישט דעקן, ווער רעדט נאך פון מאכן געלט,)
פאר אזעלכע אידן ווי מיר טוט דאס וויי, ווייל ווער עס איז נאר געקומען צום טעם פון אמאליגע ניגונים ווייסט, אז די ניגונים איז כמים קרים על נפש עיפה, מען קען זיך צוגיסן פאר מתיקות, מיט די דערהויבענע מעלאדיעס און געזאנג, די תנועות קענען ערוועקן און אויפשטורעמען יעדע סטרונע פון הארץ...,
אלזא לעצטענס האב איך געכאפט א שמועס מיט איינער פון די פראדאסער"ס פון אלבוים, און איך בין געווארן איבעראשט הערנדיג פון אים די זעלבע אפשאצונג אויף די אויבערדערמאנטע לידער,
צו מיין פראגע, פארוואס ער לייגט זיך נישט אריין אין ארויסגעבן פון דעם פעלד, האט ער מיר גענטפערט אז ער גלייבט נישט אז היינט איז נאך דא א פארלאנג אין 'עכטע ניגונים' די עמך וויל הערן גרינגע תנועות מיט מערסטענס צוויי פעלער, קאמפוזוטירט אויפן היינטיגן סטייל,
יעצט איז מיין שאלה, איז ער טאקע גערעכט אז קיינעם אינטערעסירט עס שוין היינט נישט, און איך בין פשוט צוריקגעבליבן? אדער איז נאך יא דא אידן אנ"ש וואס במסתרים תבכו, אין זיי לעכצן און בענקען צו פארצייטישע לידער?

לעצט פארראכטן דורך פארצייטישער שטריימל אום זונטאג מארטש 19, 2017 5:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6378
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך גלייך און לעכץ שטארק די פארצייטישע דביקות ניגונים , ווי חבד אדער דזשוקוב, איך פארמאג פון זיי מערערע קאסעטן, און כוואלט זיכער הנאה געהאט פון אזעלעכע פרישע אלבומס]
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1662
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 576
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 262
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך גלייך און לעכץ שטארק די פארצייטישע דביקות ניגונים , ווי חבד אדער דזשוקוב, איך פארמאג פון זיי מערערע קאסעטן, און כוואלט זיכער הנאה געהאט פון אזעלעכע פרישע אלבומס. [אבער מיינע קינדער האבען שוין נייערע השגות]
פון וואו ווייסט איר פונקט וואס איך גלייך??
חב"ד איז ב"ה דא גענוג וואו צו הערן, אבער הלואי עפעס ניי פון דזיקוב, ראזוואדאוו, ראפשיץ. איך לעכעץ דערויף.
- יואל שווארטץ
- שר האלף
- תגובות: 1227
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm
שטאלצער יוד האט געשריבן:אפשר מוז עס נישט ווערן אראפגעלייגט אזוי פרעפשינעל, א עכטע חסידישע ניגון דארף נישט אז מ'זאל עז צופיצן. עס רייסט אזוי ווי ס'שטייט און גייט.
איך מיין אז דאס איז וואו מ'איז געגאנגען שלעכט ביז היינט.
די היינטיגע מוזיק איז גוט אראפגעלייגט, קעגן די חסיד'ישע מוזיק וואס הערט זיך עפ"ר היבש פאצעריש.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
צום קעפל, חסידישע ניגונים, גוט אראפגעלייגט זענען מיינע פעיווערעיטס, לדוגמא "נועם" פון יששכר גוטמאן ניגוני סקולען לא פג טעמו, נאכן הערן אנע שיעור מאהל, און ס'האט נאכנישט אויסגעוועפט דעם טעמו וראו קוועטש
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2400
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
שטאלצער יוד האט געשריבן:אודאי יא!
און וואס א יאר לענגער וואס מ'געוויינט צו די עולם צו קורצע פשוט'ע ניגונים, אלץ מער פארלירט מען די עולם וואס וואלט יא געקענט הנאה האבן.
אפשר מוז עס נישט ווערן אראפגעלייגט אזוי פרעפשינעל, א עכטע חסידישע ניגון דארף נישט אז מ'זאל עז צופיצן. עס רייסט אזוי ווי ס'שטייט און גייט.
גוט געזאט!
אני הקטן וואלט אויך געוואלט מען זאל ארויס געבען די אלטע יודישע לידער מיט דעם אמאליגען חן.
- מאכט סענס?
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 450
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
- לאקאציע: בין תנור לכיריים
-
- שר האלף
- תגובות: 1068
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
א מורא'דיגער געדאנק
בדרך אגב, די שוועריגקייט פון פיל אלטע ניגונים איז, אז עס פעלט פיל מאל אויס, עס צו הערן מערערע מאל ביז מ'כאפט די שיינקייט און טיפקייט, אין די היינטיגע וועלט פון מעס-פראדאקשען, דער יוגנט איז נישט צוגעוואוינט זיך צו פלאגן אביסל איז עס כמעט נישט שייך.
א יעדעס מאל איך הער זינגען נייע ניגונים, אפילו די מער ערליכע, סיי התעוררות'דיגע, און אויך טאנץ ניגונים, קומט מיר ארויף די מחשבה: א שאד די חברה קענען נישט די אמאליגע רייכע טיפע ניגונים.
הלואי וואלטן ארויסגעקומען די גרויסע אוצרות פון קארלין, ברעסלאוו, סלאנים, דזיקוב, מאדזיץ, גור, ווארקע, טאלנא, ועוד ועוד.

אם לא עכשיו אימתי
- בוחר בשירי זמרה
- שר האלפיים
- תגובות: 2627
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm
- אומאפיציעל
- שר חמש מאות
- תגובות: 546
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm
- פארצייטישער שטריימל
- שר מאה
- תגובות: 189
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 1:17 am
אומאפיציעל האט געשריבן:מיט די אלטע ניגונים איז א פראבלעם, אויב זינגט מען עס "פראפעשאנאל" פארלירט עס דעם חן, און אויב נישט גייט עס נישט צו גוט.
עס איז דא צוויי אופנים אין פראדאצירן א אלבוים, וואס ווערט אנגערופן פראפעשאנאל (לענ"ד הקטן)
1) שיינע מוזיק, סטרינגס און פיאנא און פייפערליך זענען מער הערבאר, רואיגע ריטם, און געשמאקע בעיס ליינס, קווייער זינגט נאטורליכע שטיקלעך ווי זיי וואלטן עס געזונגען לעבעדיג ביי א צוזאמקום,
2) אווע"ר פאוע"ר מוזיק, הארטע ריטם, לאנגע אינטערדאקשן'ס, מיט דיקע ברעס ליינס, קונצישע בעיס ליינס וואס זענען נישט רואיג אויפן אויער, קווייער זינגט כסדר אריין קונצישע מוזיאלישע שטיקלעך,
רוב סידי'ס וועלן ארויסקומען מער ווי די צווייטע וועג עס צו מאכן גאר אינטערעסאנט און רושיג, אבער מיט דעם ביזטו לכאורה גערעכט, אז אויב וועט מען אזוי ארויסגעבן אלטע ניגונים וועט עס פארלירן די חן,( אין דאס איז טאקע די סיבה בפשטות, פארוואס געוויסע וואס האבן פרובירט ארויסצוגעבן אזעלכע אלבוים'ס, האבן נישט מצליח געווען צו שטארק,)
די אלטע ניגונים דארפן ארויסקומען מיט פראפעשענאל מוזיק אבער ווי די ערשטע אופן, מוזיק וואס באגלייט געשמאק דעם ניגון און איז לייכט פארן אויער,
(ודוק ותשכח, אז ווען אברהם פריעד האט ארויסגעגעבן יו"ט ערליך ניגונים, האט ער אויך געוואוסט צו גיין - נישט ווי געווענטליך - צו ירון גרשובסקי, וואס האט עס אירענדזש'ט ווי די ערשטע וועג, דאכט זיך מיר, אז מרדכי'ס "כיסופין" איז אויך אויף דעם אופן)
- פארצייטישער שטריימל
- שר מאה
- תגובות: 189
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 1:17 am
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
גוט געזאט!
אני הקטן וואלט אויך געוואלט מען זאל ארויס געבען די אלטע יודישע לידער מיט דעם אמאליגען חן.
קען זיין א געדאנק אז מ'זאל דאס קאמביינען אין איין סידי (אויב וואלט געווען ווער), אמאליגע חסידישע ניגונים, באגלייט מיט 2 - 3 אלטע אידישע לידער, וואס וועט עס מאכן מער אינטערעסאנט, און אזוי אויך פארברייטערן די פארלאנג,
- פארצייטישער שטריימל
- שר מאה
- תגובות: 189
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 1:17 am
פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:זייענדיג אלע יארן א חובב ניגונים בכלל, בפרט געשמאקע ניגונים מיטן פארצייטישער חן, האב איך שטענדיג געזוכט און זיך איינגעהאנדלט יעדע טעיפ\סידי וואס האט פארמאגט פון די סחורה, אנגעהויבן ביי די ליובאוויטשע טיפע ניגונים - מאדזיץ'ע יצירות - באבוב'ע קאמפאזיציע'ס - קארלינע פלאמ'עדיגע טענץ – ברסלאוו'ע אלטע תנועות – דזיקוב'ע זמירות און געהויבענע שטיקלעך - סקולען'ע הייליגע קנייטשען - און סאטמאר'ע השתפכות הנפש, און אזוי אויך שטיקלעך פון פארצייטישע מחברים, כגון: ר' בעריש ווישעווער - ר' יוסעלע מאנדלבוים - ר' ניסן יוסט – ר' מאניש חזן – ר' זיידל ראוונער, וכו'
אין די לעצטערע יארן – זייט דאס ארויסגעבן א אלבוים איז געווארן זייער טייער \ און אזוי אויך איז מען געשלאגן געווארן מיטן פראבלעם פון קאפיען, - איז די ליין היפש באזייטיגט געווארן, (די סיבה איז זייער פשוט! עס לוינט היינט כמעט נישט דעם איינשטעל און ריסק פון צענדליגער טויזנטער דאללער, אויף א גרויסע טשענס אז עס גייט זיך נישט דעקן, ווער רעדט נאך פון מאכן געלט,)
פאר אזעלכע אידן ווי מיר טוט דאס וויי, ווייל ווער עס איז נאר געקומען צום טעם פון אמאליגע ניגונים ווייסט, אז די ניגונים איז כמים קרים על נפש עיפה, מען קען זיך צוגיסן פאר מתיקות, מיט די דערהויבענע מעלאדיעס און געזאנג, די תנועות קענען ערוועקן און אויפשטורעמען יעדע סטרונע פון הארץ...,
אלזא לעצטענס האב איך געכאפט א שמועס מיט איינער פון די פראדאסער"ס פון אלבוים, און איך בין געווארן איבעראשט הערנדיג פון אים די זעלבע אפשאצונג אויף די אויבערדערמאנטע לידער,
צו מיין פראגע, פארוואס ער לייגט זיך נישט אריין אין ארויסגעבן פון דעם פעלד, האט ער מיר גענטפערט אז ער גלייבט נישט אז היינט איז נאך דא א פארלאנג אין 'עכטע ניגונים' די עמך וויל הערן גרינגע תנועות מיט מערסטענס צוויי פעלער, קאמפוזוטירט אויפן היינטיגן סטייל,
יעצט איז מיין שאלה, איז ער טאקע גערעכט אז קיינעם אינטערעסירט עס שוין היינט נישט, און איך בין פשוט צוריקגעבליבן? אדער איז נאך יא דא אידן אנ"ש וואס במסתרים תבכו, אין זיי לעכצן און בענקען צו פארצייטישע לידער?
לעכטיג געשריבן! מען לעכצט און מען בענקט,
אפשר איז טאקע אייועלט די פלאץ ווי דער עולם זאל לאזן הערן דעם דעת הקהל צו אלע וואס טוען אין סידיס, אז מיר ווארטן אויף אזא פריאעקט,