אריבערברענגען ניגוני העמים אל הקדושה

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

כאב פאשטאנען אז די רעדסט פונעם toné
מיין קשיא איז וואו הערסטו אל דזאזשירא?
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

זיצענדיג אין קאר מיט כ"ק אדמו"ר מפעסט האבן אינז געשמיעסט וועגן ניגונים פין ר'מיכאל שטרייכער אין איין ניגון וואס אינז האבן דיסקאסט איז געוועהן ours forever וואס איז א גויעשע ניגון וואס הייסט moskow
אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

יאקאב'ס ניגון איז א ריין אידישער ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלקאפ »

אשר ווילבער האט געשריבן:[="איזעי"]ר' יו"ט עהרליך האט גענומען זייער אסאך ניגונים וואס קומען נישט פון קיין אידישע מקורות.

איך ווייס נישט צו ער האט מקדש געווען זיינע ניגונים, אבער זיי זענען אלע ריינע ניגונים, אמאל זענען די גוים געווען אביסל איידעלער ווי היינט, און אפי' היינט מיין איך, אז ערגעץ וואו איז נאך פארהאנען גוי'אישע נגינה, וואס איז נארמאל, און אקצעפטירבאר


איך בין אמאל אריין אין בית רחל חתונה זאל נאך אלס בחור, פאר די קבלת פנים ווען ס'געזעסן דארט א רוסישן גיטאר שפילער, אזוי שמוסען דיג מיט עם האט ער זיך אינער געשפילט די כל נדרי ניגון פון ר' יו"ט ערליך, און איך פרעג עם וויזוי קענסטו דעם ניגון,
קוקט ער מיך אן, וויזוי "קענסטו" דעם ניגון? זאגט ער אז סיז אן אלטן רוסישן ניגון, און זייטס נישט סופרייזט אז ווען כהאב אונגעהויבן צו זינגען יאקאב ניגון, האט ער עס שיין צו גענדיגט ווי א זקן ורגיל, אויך א רוסישן ניגון זאגט ער מיר,

נו זעהט מען שוין, אבער ווי מהאט שוין געשריבן אז די גוים זענען געווען נארמאלער און די תנועות זענען נישט ציווילדעוועטע תנועות

טעות.
מיט עטליכע יאר צוריק האט מיר איינער געוויזן א אידיש-אנגלא צייטשריפט (דוכט זיך המודיע) וואו עס ווערט באשריבן דער העלד פון די יאקאב געשיכטע, א איד וואס האט איבערגעלעבט און זיך געטראפן נאך די מלחמה מיט ר' יו"ט עהרליך, אינאיינעם געלערנט אין ביהמ"ד.
דער 'יאקאב' האט מחדש געווען א תנועה.
לכבוד זיין חתונה, האט ר' יו"ט עהרליך פארפאסט און געזינגען די ווערטער פונעם יאקאב ניגון, אויף די תנועה וואס 'יאקאב' אליינס האט מחבר געווען. יש אומרים אז די ערשטע העלפט ניגון איז פון ר' יו"ט אליינס, און נאר די צווייטע העלפט איז פון 'יאקאב' (די לעבעדיגע פאל, קלאפן פויקען שפילן זשומבלעס).
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

אזוי האסטו געליינט אין יענעם צייטשריפט, האט אבער אשר ווילבער אן הודעת בעל דין, א רוסישער וואס איז מעיד אז דאס איז שוין אן אלטער רוסישער ניגון.

ווייזט אויס אז יענער האט נישט געליינט דעם צייטשריפט.....
אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלקאפ »

איזעי האט געשריבן:א רוסישער וואס איז מעיד


האב'זעך דערמאנט פונעם קול מבשר אינטערוויו מיט א עלטערער רוסישער איד (פסח תשע"א) וויאזוי ס'געווען פסח אינדערהיים אין קאמוניסטישן רוסלאנד.

דרעזנער: וואס קענט איר אונז דערציילן פון שבת הגדול?
עדות: יע, זעהר שעהן געווען.
דרעזנער: מ'האט פארקויפט די חמץ ביים רב?
עדות: יע, אוודאי.
דרעזנער: יא?! פארציילט אונז וויאזוי איז עס צוגעגאנגען?
עדות: נו, אלע זיינען געקומען און מ'האט געבראכט דעם חמץ און אנידערגעשטעלט אין שוהל.

מי כעמך ישראל.
אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע: טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט און מוזיק »

קרעפלקאפ האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:א רוסישער וואס איז מעיד


האב'זעך דערמאנט פונעם קול מבשר אינטערוויו מיט א עלטערער רוסישער איד (פסח תשע"א) וויאזוי ס'געווען פסח אינדערהיים אין קאמוניסטישן רוסלאנד.

דרעזנער: וואס קענט איר אונז דערציילן פון שבת הגדול?
עדות: יע, זעהר שעהן געווען.
דרעזנער: מ'האט פארקויפט די חמץ ביים רב?
עדות: יע, אוודאי.
דרעזנער: יא?! פארציילט אונז וויאזוי איז עס צוגעגאנגען?
עדות: נו, אלע זיינען געקומען און מ'האט געבראכט דעם חמץ און אנידערגעשטעלט אין שוהל.

מי כעמך ישראל.

:lol: :lol: :lol: :lol:
איך מיין אז גרעפיקס און מוזיק זענען פירסט קאזענס...
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ס'נישט קיין ביזיון אין מיינע אויגן, אז ר' יו''ט האט געניצט אלטע רוסישע ניגונים, ווייל ווי געשמועסט, זענען זיי געווען נישט קיין ווילדע, און אויכעט היינט, רוב רואיגע קאסעטעס ווי סשפילט אהנע ווערטער, זינגען 'מוצארט און בעטהאווענס ניגונים און דו ווייסט אפילו נישט.
און ביז דו גייסט ביז יענע רוסישע בין איך אליין מעיד, אז איך האב שוין 'ליידער'.. געזען קליפס, פאני קליפס ווי מ'זעט עפעס אלטע טראקס פארן אריבער א טייכל אין מאסקווע, און די אונטערשפיל ניגון ענדעלט זייער אין יו''ט ערליכס סטיל. זייער שטארק.. קען זיין זיי האבן עס גע'לאקחנט פון די יודען.. ווער ווייסט
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

אוועטאר
לובלין
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 5:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובלין »

ביי די rccs מושב, האט יצחק פוקס געזינגען "זיין" נייע ניגון וואס וועט זיין אויף "זיין" נייע טעיפ וואס גייט ארויסקומען פורים צייט, יא... די ניגון ווי ער האט געהיסט און געשליקעצט אינטענשענלי,

דא האט איר די עכטע מקור פון די פאראראראראם פאראראראם חלק:

לינק

הערט נאר די ערשטע מינוט
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ווי קען מען הערן יצחק פוקס'ן זינגען?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

אוי אדע אדע לו יאדא, אדע אדע לו יאדא, אאאדע לו יאדא....
אזוי זינגט זיך שוין יארן ביי היימישע אידן אום פורים, עס איז א פיינע לעבעדיגע ניגון מיט אלע טעמים, און עס קומט מיר אן שווער צו שרייבן די פאלגענדע, ווייל איך וויל נישט אז אידן זאלן אויפהערן זינגען דעם ניגון, עס מאכט דעם פורים. אוי אוי אוי אוי אדע אדע לו יאדא....

דא (אויף יו-טוב) קענט איר הערן דעם אריגינעלען ניגון, אוי, אזוי מיט ליעבשאפט אן א שיעור - MtfJgo7sFLY

נספ״וו - קאנטעינס נשים זינגען און שפילען.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

לובלין האט געשריבן:ביי די rccs מושב, האט יצחק פוקס געזינגען "זיין" נייע ניגון וואס וועט זיין אויף "זיין" נייע טעיפ וואס גייט ארויסקומען פורים צייט, יא... די ניגון ווי ער האט געהיסט און געשליקעצט אינטענשענלי,

דא האט איר די עכטע מקור פון די פאראראראראם פאראראראם חלק:

לינק

הערט נאר די ערשטע מינוט

אויב מיינט איר בן חמש למקרא, קיין שייכות
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

קליקו האט געשריבן:ניגון מירון בהפגנות סיריא

'ניגוני מירון' שטאמען פון די דרוזים וואס פלעגען קומען יערליך ל"ג בעומר טאנצען און די חצר, די זעלבע דרוזים האבען עס געקענט אויסלערנען פאר די סירישע. אזוי ווי הארא שטאמט פון די אראבער.
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

הרב בן ציון גאלדמאן שליטא האט א הערליכע ארטיקל אין די גליון זיינע [מסתמא יש לדאנלאוד בלדעת] איבער די פיוטים אז סקומט פון גלות נאכ'ן חורבן, משא"כ אשר הניא איז נתייסד געווארן דורך אנשכנה"ג ע"כ אינו הולך בדרך חרוזים, מאמר נפלא כדרכו
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

מען פארשטייט נישט דעם שייכות אהער אויב האט מען נישט געזען דעם מאמר (בגליון אור נצח)
ער ברענגט דארט אז דער ענין פון חרוזים אויף גראם, און משקל, איז געקומען פון די גויים
והוא דבר שהביאו ממקורות העמים על הקדושה בענין פיוט ושיר
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

אשר ווילבער האט געשריבן:[="איזעי"]ר' יו"ט עהרליך האט גענומען זייער אסאך ניגונים וואס קומען נישט פון קיין אידישע מקורות.

איך ווייס נישט צו ער האט מקדש געווען זיינע ניגונים, אבער זיי זענען אלע ריינע ניגונים, אמאל זענען די גוים געווען אביסל איידעלער ווי היינט, און אפי' היינט מיין איך, אז ערגעץ וואו איז נאך פארהאנען גוי'אישע נגינה, וואס איז נארמאל, און אקצעפטירבאר


איך בין אמאל אריין אין בית רחל חתונה זאל נאך אלס בחור, פאר די קבלת פנים ווען ס'געזעסן דארט א רוסישן גיטאר שפילער, אזוי שמוסען דיג מיט עם האט ער זיך אינער געשפילט די כל נדרי ניגון פון ר' יו"ט ערליך, און איך פרעג עם וויזוי קענסטו דעם ניגון,
קוקט ער מיך אן, וויזוי "קענסטו" דעם ניגון? זאגט ער אז סיז אן אלטן רוסישן ניגון, און זייטס נישט סופרייזט אז ווען כהאב אונגעהויבן צו זינגען יאקאב ניגון, האט ער עס שיין צו גענדיגט ווי א זקן ורגיל, אויך א רוסישן ניגון זאגט ער מיר,

נו זעהט מען שוין, אבער ווי מהאט שוין געשריבן אז די גוים זענען געווען נארמאלער און די תנועות זענען נישט ציווילדעוועטע תנועות

א חידוש אז ער האט געקענט אויספירען דעם יאקאב ניגון?
אויב שפילט ער ביי אידישע שמחות קען ער דעם עוד ישמע אויכט, און אויב ער וויל זיך מאכען געשמאק קען ער זאגען, אז סאיז א רוסישער ניגון אויך, די קשיא ווערט אייביג צו קען ער דיר זאגען וואספארא ווערטער מען האט געזינגען אויף דעם ניגון ווער האט עס מחבר געווען, למעשה האט ר' יו"ט ערליך מעיד געווען אז רוב פון זייינע ניגונים זענען אייגענע קאפמפעזאציעס.
ב"ה די וויין האט זיך געזעצט,דער מח אביסל קלארער.
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

איז דאס א אידישע ניגון אדער.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

איך עפען דא אויף די אשכול ווייל איך האב געהערט אז עס איז איינגעפירט ביי כלל ישראל זעלעכע ניגונים וואס קומען פון גוים

למשל די באקאנטע מעוז ציר זאגט מען אז עס איז א גויאיש ניגון ווייסט איינער דערפון?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

למה זה תשאל לשמי...
טראכט נאר גוט
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 9:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט נאר גוט »

אלטן דור האט געשריבן:איך עפען דא אויף די אשכול ווייל איך האב געהערט אז עס איז איינגעפירט ביי כלל ישראל זעלעכע ניגונים וואס קומען פון גוים

למשל די באקאנטע מעוז ציר זאגט מען אז עס איז א גויאיש ניגון ווייסט איינער דערפון?

סעדאך דא די באקאנטע ניגונים פון ר' אייזיקל קאלעווער סאלא קאקאש וכו" וכו"
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

און די באקאנטע אדון עולם
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אדער יודען! יודען! פין מ.ב.ד.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:אדער יודען! יודען! פין מ.ב.ד.

מיר געפונען זיך און א הערליך אשול ליינט עס פון אנפאנג און איר וועט הנאה האבען
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

בעאבאכטער האט געשריבן:הערט מען פון צייט צו צייט ביי מאנכע די פראגע, מיר ווייסן דאך אז צדיקים האבן אריינגעברענגט ניגונים פון די אומות העולם און זיי פארהייליגט, ווערן אויך ערציילט עובדות אז צדיקים פלעגן אפצוקויפן דעם ניגון פון דער ערל, און דער גוי האט עס באלד פארגעסן.

פרעגט זיך די קושיא מדוע לא כן גם אנו? וואס איז דער איבערקערעניש ארום ניגוני הערלים, ומה חטאנו אז אונז קענען נישט זינגען מיט אונזערע קינדערלעך ליל שבת קודש אויף "כל מקדש" דעם ניגון וואס דער ניגער האט נעכטן נאכט געהוליעט אין די גאסן מיטן ליידיגן באטל אין די הענט, אויסשיסנדיג פון זיין אנגעדאופטן פיסק אלע חלאים רעים?... פארוואס זאל מען נישט זינגען חנוכה ביים רבי'ן אויף "מזמור שיר חנוכת הבית" דעם ווילדן טאנץ תנועה וואס דער שייגעץ ופמלייתו האבן אויפגעטריבן דעם היציגן המון צו שפרינגען איינער אויפן אנדערן, רייסן און שטויסן ביז שווער פארוואונדן?...
ווייסט איר וואס? ניין, נישט די ווילדע שטיק, אבער פארוואס נישט די געלאסענע סאלידערע ניגוני האומות זאל מען נישט מעגן אריינברענגען אזוי ווי ביי צדיקים?...

דער תירוץ איז אזוי פשוט אז גאר א וואונדער פאר די וואס פרעגן די קושיא.

ראשית דאס באלאנגט פאר צדיקים וואס האבן געקענט אראפגיין למקומות נמוכים, און מוציא זיין פון דארט ניצוצות קדושות וואס זענען פארבלאנדזשעט ליידער בין ה... דער צדיק האט דערקענט דעם ניצוץ קדוש, און דאס מעלה געוועהן, כי היכא וואס מען טרעפט אין די תוה"ק בחינות פון מעלה זיין ממקומות רחוקים על ידי אופנים שונים, וואס נאר א צדיק האט דאס געקענט, און נאר באופנים ותנאים מסויימים.

ווען דער צדיק האט געהערט א תנועה, א ניגון, און מרגיש געווען אז דער צירוף איז אן אור וואס איז נאבד געווארן, און איז תועה בין שוביה, האט ער בכח קדושתו אויסגעלייזט דעם ניגון און דאס אריינגעברענגט לקדושה. אפילו ווען דער גוי זעלבסט האט מחבר געוועהן דעם ניגון, וואס דאס איז דאך ממש עצמותו פונעם ערל, אבער כידוע, קען דאך פארפאלן ווערן ח"ו ניצוצות קדושות בין הגויים, דער צדיק האט מרגיש געוועהן ברוח קדשו, אז די השראה און דער צירוף הניגון וואס דער גוי האט מיט דעם געשאפן דעם ניגון, איז געוועהן על ידי ניצוץ הקדוש הנבלע באותו גוף טמא פון דעם גוי, און מרגיש געוועהן א שעת הכושר און גואל געוועהן דעם ניגון.

מובן אז דאס איז תמיד געוועהן אז דער גוי מער קיין שייכות נישט געהאט מיט דער, ועל אחת כמה וכמה אז עס איז געוועהן א בחינה פון "והסירה את שמלת שביה" דער ניגון האט גארנישט 'מיטגעברעגט' פון איר "גוי'איש היים" קיין משהו. דער צדיק וואס האט גואל געוועהן דעם ניגון האט עס גואל געוועהן לקדושה וטהרה.

יא? קען איינער פון די פוסטע כארכלערס די מלאכה?

היינט?... ברענגט מען אריין... אין קודש הקדשים! אויף די ספר תורה!...
לעצט פארראכטן דורך בעאבאכטער אום דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 8:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

קליקו האט געשריבן:הרב בן ציון גאלדמאן שליטא האט א הערליכע ארטיקל אין די גליון זיינע [מסתמא יש לדאנלאוד בלדעת] איבער די פיוטים אז סקומט פון גלות נאכ'ן חורבן, משא"כ אשר הניא איז נתייסד געווארן דורך אנשכנה"ג ע"כ אינו הולך בדרך חרוזים, מאמר נפלא כדרכו


וויאזוי הייסט דער גליון?
אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים בער וויינשטאק »

בעאבאכטער האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:הערט מען פון צייט צו צייט ביי מאנכע די פראגע, מיר ווייסן דאך אז צדיקים האבן אריינגעברענגט ניגונים פון די אומות העולם און זיי פארהייליגט, ווערן אויך ערציילט עובדות אז צדיקים פלעגן אפצוקויפן דעם ניגון פון דער ערל, און דער גוי האט עס באלד פארגעסן.

פרעגט זיך די קושיא מדוע לא כן גם אנו? וואס איז דער איבערקערעניש ארום ניגוני הערלים, ומה חטאנו אז אונז קענען נישט זינגען מיט אונזערע קינדערלעך ליל שבת קודש אויף "כל מקדש" דעם ניגון וואס דער ניגער האט נעכטן נאכט געהוליעט אין די גאסן מיטן ליידיגן באטל אין די הענט, אויסשיסנדיג פון זיין אנגעדאופטן פיסק אלע חלאים רעים?... פארוואס זאל מען נישט זינגען חנוכה ביים רבי'ן אויף "מזמור שיר חנוכת הבית" דעם ווילדן טאנץ תנועה וואס דער שייגעץ ופמלייתו האבן אויפגעטריבן דעם היציגן המון צו שפרינגען איינער אויפן אנדערן, רייסן און שטויסן ביז שווער פארוואונדן?...
ווייסט איר וואס? ניין, נישט די ווילדע שטיק, אבער פארוואס נישט די געלאסענע סאלידערע ניגוני האומות זאל מען נישט מעגן אריינברענגען אזוי ווי ביי צדיקים?...

דער תירוץ איז אזוי פשוט אז גאר א וואונדער פאר די וואס פרעגן די קושיא.

ראשית דאס באלאנגט פאר צדיקים וואס האבן געקענט אראפגיין למקומות נמוכים, און מוציא זיין פון דארט ניצוצות קדושות וואס זענען פארבלאנדזשעט ליידער בין ה... דער צדיק האט דערקענט דעם ניצוץ קדוש, און דאס מעלה געוועהן, כי היכא וואס מען טרעפט אין די תוה"ק בחינות פון מעלה זיין ממקומות רחוקים על ידי אופנים שונים, וואס נאר א צדיק האט דאס געקענט, און נאר באופנים ותנאים מסויימים.

ווען דער צדיק האט געהערט א תנועה, א ניגון, און מרגיש געווען אז דער צירוף איז אן אור וואס איז נאבד געווארן, און איז תועה בין שוביה, האט ער בכח קדושתו אויסגעלייזט דעם ניגון און דאס אריינגעברענגט לקדושה. אפילו ווען דער גוי זעלבסט האט מחבר געוועהן דעם ניגון, וואס דאס איז דאך ממש עצמותו פונעם ערל, אבער כידוע, קען דאך פארפאלן ווערן ח"ו ניצוצות קדושות בין הגויים, דער צדיק האט מרגיש געוועהן ברוח קדשו, אז די השראה און דער צירוף הניגון וואס דער גוי האט מיט דעם געשאפן דעם ניגון, איז געוועהן על ידי ניצוץ הקדוש הנבלע באותו גוף טמא פון דעם גוי, און מרגיש געוועהן א שעת הכושר און גואל געוועהן דעם ניגון.

מובן אז דאס איז תמיד געוועהן אז דער גוי מער קיין שייכות נישט געהאט מיט דער, ועל אחת כמה וכמה אז עס איז געוועהן א בחינה פון "והסירה את שמלת שביה" דער ניגון האט גארנישט 'מיטגעברעגט' פון איר "גוי'איש היים" קיין משהו. דער צדיק וואס האט גואל געוועהן דעם ניגון האט עס גואל געוועהן לקדושה וטהרה.

יא? קען איינער פון די פוסטע כארכלערס די מלאכה?

היינט?... ברענגט מען אריין... אין קודש הקדשים! אויף די ספר תורה!...

אחח... דברים כדרבונות!...
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”