אריבערברענגען ניגוני העמים אל הקדושה

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

וועגן "מעוז צור".
די שמועות איבער דעם אפשטאם פון דער באקאנטער מעלאדיע זענען שוין אלט, אבער גראדע האב איך יעצט אין "צייטשריפט" דאס ערשטע מאל געזען קראנטע באווייזן דערצו, און אפילו די נאטן פון דעם קריסטליכן ליד.
איך ברענג עס דא אראפ, אנטשולדיגט אז עס איז נישט קלאר.
אטעטשמענטס
Nun Freut1.png
Nun Freut1.png (18.77 KiB) געזען 4328 מאל
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

לויטן שרייבער פון צייטשריפט איז דער ערל דער מחבר פון מישע מישע נכנס אדר
אטעטשמענטס
uuu.jpg
uuu.jpg (13.73 KiB) געזען 4252 מאל
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

און דער איז דער מחבר פון אבי מ'לעבט
אטעטשמענטס
ooo.jpg
ooo.jpg (10.44 KiB) געזען 4250 מאל
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

אזוי איז אויך באוואוסט (ויש קליפ מזה) אז די לעבעדיגע ניגון "אידן אידן קומט צו גיין", קומט פון א דייטשע טעאטער!

אוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

טענצל,
דו קענסט דעם טאנץ אויף יודן, יודן,.. יא? נו לאמיר גיין א טענצל...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

עס עפעס האט געשריבן:די דריי פינטלעך, צייטי, וואלט נישט אויסגעפעלט, ווייל דער ניגון ברענגט ארויס גאנץ האליוואד, דער גאנצער לעבן פון די גויאישע סעלעברעטיס, און השקפה-ווייז איז דאס זייער נישט געזונט.

ליבערשט: דער ניגון ברענגט ארויס אז געוויסע [...] האבן אדאפטירט דעם לעבנסשטייגער פון האליוואוד סעלעברעטיס; כבוד, באקוועמליכקייט, וכו' וכו', אנשטאט זיין אריינגעטאן אין עבודת ה' - וואס איז אפיציעל זייער צוגעטיילטער דזשאב מדורי דורות.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

עצה טובה קמשמע לן פאר די נייע חברים בינינו וואס האבן נישט דורכגעלייענט דעם אשכול ביז דאנעט, נעמטס אייך די צייט און לייענט עס ספעציעל די רייכע אפהאנדלונגען פון חברינו הרב איש יהודי הי' באייוועלט הבירה, וואו ער צולייגט די נושא פון גוי'אישע ניגונים און גוי'אישע סטייס פון ניגונים בטוטו"ד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

קאמפאזערס זענען זיי??? גנבים זענען זיי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

עס איז מיר אויסגעקומען צו האבן שיכות מיט א געוויסע ערל, דער עלטערער גוי איז צופעליג זייער באקאנט מיט נגינה אין די גויאישע וועלט.
איז מיר אויסגעקומען איינמאל צו פירען דעם גוי אין מיין קאר ווען אין דעם קאר-סידי פלעיער שפילט א ניגון פון א געוויסן זינגער, פלוצלינג גלייב איך נישט וואס מיינע אויערן הערן דער גוי זינגט זיך מיט דעם ניגון מיטן טעיפ (מיט אנדערע ווערטער פארשטייט זיך) אויף מיין פראגע פון ווי קענסטו דעם ניגון זאגט ער מיר מיט א פשטות: דאס איז דאך געווען דער היט און די זיבעציגער יארן...
אמת'דיג?.. פרעג איך אים מיט איבעראשונג אויף דעם טעיפ שטייט דאך אז דער און דער (א באקאנטער מלחין) האט עס געמאכט זאגט ער מיר ער קען מיר ווייזן פון ווי עס קומט, ער האט זיך נישט געפוילט און נאך א וויילע סוירטשען אויף די נעט האט ער עס באוויזען צו טרעפען, ער דריקט דעם פלעי באטען און....יא! איך הער דעם ניגון פון דעם סי די פון א געוויסע גויאישע זינגער -א פרוי
האב איך געגעבן צו הערן פאר מיין גוי נאך 'אידישע' (לייען גגנבטע) נגינים פון דעם קאמפאזער, און אזוי אויך פון נאך עטליכע און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אונזער מיוזיק וועלט ווערט געפירט דורך א געפערליכע אינטערוועלט באנדע, די א.ג. קאמפאזערס קראצען אפיר אלטע נגינים פון די 70 און 80 און אפילו פון די 60ער יארן און מען שמירט און קלעבט און...א נייע ניגון איז קאמפאזט געווארען
ספעציעל בין איך געווארען אויפגעברויזט אויף א געוויסע א.ג. נייע שטערן אין די עולם הנגינה וואס ממש אלע קאמפאזיציעס זיינע זענען געווען גויאישע עטליכע פון זיי -ריין יאפאנעזישע
איך וואלט געהאט גרויס חשק אין פאקט איז מיר זייער שווער זיך איינצוהאלטען יעצט צו ברענגען עטליכע נעמען צוזאמען מיט לינקס צו די ארגינעלע גויאישע קאמפאזירער
בין איך אבער א תורה טרייע איד און איך וועל ברויכען גוט איבערטראכטען פאר איך טו דאס, אזא שריט קען גענצליך רואינירען אפילו מער ווי רעפוטאציעס
אפשר אין די ציקונפט
פרטים יבאו

קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

כ'האב אין מיין באזיץ דעם ארגינעלן ווידעאו פון "אידן אידן" (דינטשיס קהאן), כ'קען דיר נישט זאגן וויאזוי כ'האב געשפירט ביים עס הערן אויף א חתונה דערנאך.

אין דעם אשכול ווערט דעבאטירט דאס ענין, און עטוואס אין דעם אשכול.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

דזשינגעס קאהאן איז שוין אן אלטע מעשה, עס זענען פארהאן צענדליגער ווידיאוס דערפון אויפן נעץ. אויך אבי מ'לעבט איז שוין ברייט באקאנט.

ער רעדט פון זאכן וואס מען ווייסט נישט דערווייל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

א ריכטיגע נקודה, א פארווייטאגטע טעמע.

א שאנדע צו די א.ג. קאמפיזירער וועלכע זענען אנגעזאפט מיט די גויאישע פארגרעבטקייט, און דאס דערליווערן זיי צו אונז און אונזערע קינדער!

אמאל איז עס נאר א תנועה, אמאל א גאנצע פאל, און אמאל די גאנצע ניגון.
און אמאל אפילו די ווערטער! א שטייגער טאקע ווי "אבי מלעבט", אדער "אומאן אומאן עי" וועלכע איז א גויאישע ניגון מיט ענדליכע ווערטער.

ווען איך האב אמאל געפרעגט א זינגער דערוועגן, זאגט ער מיר די מלחנים אין פריערדיגן דור האבן געטוהן די זעלבע, "מיינסט ר' יום טוב ערליך האט אליין קאמפאזירט אלע זיינע אייגענע ניגונים?", נאר היינט איז א קליינע וועלט, אינטערנעט, וכו' וכו', און יעדער קען אלעס הערן, ממילא ווייסטו דערפון, און פון די אמאליגע ניגונים האסטו קיינמאל נישט געהערט די גויאישע ווערסיע. --- עפרא לפומיה!
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

פאר אפאר יאר צוריק האט ביי מיר געארבייט א אינגערמאן וואס אלץ בחור (אן אלטער בחוא) איז ער נישט געווע אזוי איי איי איי און ער פלעגט הערן גויאשע מוזיק. ס'איז דענמאלט ארויסגעקומען איינע פון די "היימישע" טעיפס מיט שטייצעך נייע ניגונים וואס אויפ'ן תנועה אינעם שמעק פונעם ניגון האט מען געזעהן אז ביים הייליגן קאלובער האט מען עס נישט געזינגען... זאגט מיר דער אינגערמאן פארביטערט: שוין אפאר יאר, זייט די חתונה, הער איך נישט קיין גויאשע מוזיק, און דא קויף איך א אידישע טעיפ און כ'דערמאן זיך די אלטע תנועת און ניגונים?! ער האט מיר געזאגט אויף איטליכע ניגונים פון וועליכע מכשפה ל"ע ס'קומט.

ס'איז א פחד וואס מ'טוט היינט מיט אידישע קינדער, מ'לייגט אריין אין די הערצער טינוף אויף טינוף און ווען מ'קומט ארויס זאגן "שטיי אוועק דערפון" לאכט מען ליידער אפ דערפון און אידישע הייזער ווי מ'צאלט צוויי הונדערט טאלער צו האבן א אתרוג מיט חומרות חזון איש, גיבט מען אומוועלענדיג פאר די קינדער צו הערן אזאליכע ניגונים וואס מקורם איז טמא ומטמא.

א וואונדער אז ס'פאלן שטיקער פון כלל ישראל?! ס'איז טאקע אביסל שארף, אבער ביטע טייערע אידן, קבל את האמת ממי שאמרו. כ'זאג נישט אז "נאר" אדער "ממש" וועגן דעם פאלן אוועק גאנצע דורות, אבער א חלק דערין נעמט עס זיכער. והוא רחום יכפר.
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

משיח האט געשריבן:א ריכטיגע נקודה, א פארווייטאגטע טעמע.

א שאנדע צו די א.ג. קאמפיזירער וועלכע זענען אנגעזאפט מיט די גויאישע פארגרעבטקייט, און דאס דערליווערן זיי צו אונז און אונזערע קינדער!

אמאל איז עס נאר א תנועה, אמאל א גאנצע פאל, און אמאל די גאנצע ניגון.
און אמאל אפילו די ווערטער! א שטייגער טאקע ווי "אבי מלעבט", אדער "אומאן אומאן עי" וועלכע איז א גויאישע ניגון מיט ענדליכע ווערטער.

ווען איך האב אמאל געפרעגט א זינגער דערוועגן, זאגט ער מיר די מלחנים אין פריערדיגן דור האבן געטוהן די זעלבע, "מיינסט ר' יום טוב ערליך האט אליין קאמפאזירט אלע זיינע אייגענע ניגונים?", נאר היינט איז א קליינע וועלט, אינטערנעט, וכו' וכו', און יעדער קען אלעס הערן, ממילא ווייסטו דערפון, און פון די אמאליגע ניגונים האסטו קיינמאל נישט געהערט די גויאישע ווערסיע. --- עפרא לפומיה!

עפרא לפומיה??? אזוי רעט מען?? ער זאגט דאך א גיטע נקידה. . איז עס דען נישט אמת אז אפילו אמאליגע עהרליכע קאמפאזערס האבען געגאנבעט ניגינים?
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

רעיא מהימנא האט געשריבן:עפרא לפומיה??? אזוי רעט מען?? ער זאגט דאך א גיטע נקידה. . איז עס דען נישט אמת אז אפילו אמאליגע עהרליכע קאמפאזערס האבען געגאנבעט ניגינים?

ס'ידוע אז ביים הייליגן יטב לב האט אמאל דער מלחין פאר די ימים נוראים ניגונים וואס מ'האט מחדש געעוען יעדע יאר, ווי ביי אלע צדיקים לבית סיגוט, געזינגען די ניגונין פארן יטב לב, און איין שטיקעל צו איין פאל איז אים נישט געפאלן און ער האט געהייסן עס ארויסנעמן. שפעטער האט דער איד מודה געווען אז דעם פאל איז אים שווער געגאנגען און זיין ווייב (כ'שטעל זיך פאר א אשה כשירה וצנועה) האט אין צוגעהאלפן דערצו. דער יטב לב ברוב קדושתו האט עס געשפירט און נישט געוואלט האבן דעם ניגון. ווילט איר מיר זאגן אז א ניגון פון א גוי/גויה וואס איז מטמא בנגיעה, וועסט נישט קיין מצוה אן וואשן די הענט אויב האסט צוגערירט א גוי, וועסטו פון אים נעמן א ניגון?

איי דער הייליגער קאלובער האט גענומען סאלא קאקאש פון א פאסטוך? אויב וועסט לערנען און דינען דעם אייבערשטן ווי דער הייליגער קאלובער זי"ע, און וועסט נעמן א ניגון פון א נישט אידישער זינגער, וועט קיינער נישט האבן קיין טענות.

זאגן אויף ר' יו"ט עהרליך אז ער האט גענומען א ניגון חלילה פון נישט גוטע מקורות איז פשוט א הוצואת שם רע.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

יוסלמאן האט געשריבן:פאר אפאר יאר צוריק האט ביי מיר געארבייט א אינגערמאן וואס אלץ בחור (אן אלטער בחוא) איז ער נישט געווע אזוי איי איי איי און ער פלעגט הערן גויאשע מוזיק. ס'איז דענמאלט ארויסגעקומען איינע פון די "היימישע" טעיפס מיט שטייצעך נייע ניגונים וואס אויפ'ן תנועה אינעם שמעק פונעם ניגון האט מען געזעהן אז ביים הייליגן קאלובער האט מען עס נישט געזינגען... זאגט מיר דער אינגערמאן פארביטערט: שוין אפאר יאר, זייט די חתונה, הער איך נישט קיין גויאשע מוזיק, און דא קויף איך א אידישע טעיפ און כ'דערמאן זיך די אלטע תנועת און ניגונים?! ער האט מיר געזאגט אויף איטליכע ניגונים פון וועליכע מכשפה ל"ע ס'קומט.

ס'איז א פחד וואס מ'טוט היינט מיט אידישע קינדער, מ'לייגט אריין אין די הערצער טינוף אויף טינוף און ווען מ'קומט ארויס זאגן "שטיי אוועק דערפון" לאכט מען ליידער אפ דערפון און אידישע הייזער ווי מ'צאלט צוויי הונדערט טאלער צו האבן א אתרוג מיט חומרות חזון איש, גיבט מען אומוועלענדיג פאר די קינדער צו הערן אזאליכע ניגונים וואס מקורם איז טמא ומטמא.

א וואונדער אז ס'פאלן שטיקער פון כלל ישראל?! ס'איז טאקע אביסל שארף, אבער ביטע טייערע אידן, קבל את האמת ממי שאמרו. כ'זאג נישט אז "נאר" אדער "ממש" וועגן דעם פאלן אוועק גאנצע דורות, אבער א חלק דערין נעמט עס זיכער. והוא רחום יכפר.

אוי זאגסט די ריכטיג,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

עפרא לפומיה האב איך געשריבן אויף דעם וואס די משחיתים נעמען די גויאישע טריפה'נע תנועות מיט די אויסרייד אז ערליכע זינגערס אין פריערדיגן דור האבן געטוהן די זעלבע!

אפשר זאגט איר מיר ווי און ווען דער חסיד פונדערהיים ר' יום טוב ערליך ע"ה, וואס זיינע ניגונים האבן דעם ריכטיגן היימישן געפיל און הארץ, האט געהערט די גויאישע ניגונים?
יא! עפרא לפומיה!
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

פארוואס ליגט עס איבעראל? אין היכל הנגינה, אין פארברענגען, און אין קרעטשמע?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יוסלמאן האט געשריבן:זאגן אויף ר' יו"ט עהרליך אז ער האט גענומען א ניגון חלילה פון נישט גוטע מקורות איז פשוט א הוצואת שם רע.

ר' יוסלמאן יקירי, ר' יו"ט האט געשפילט אין די סאוועטישע ארמיי, ער האט עטוואס וועלטליכע מעלאדיעס דארטן איינגעזאפט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

http://www.sing365.com/music/lyric.nsf/ ... 700017360f

אפשר ווייסט איינער אויף וועלעכע היימישע טעיפ ווערט געזונגען די ניגון?
(דריקט די רויטע קנעפל אויף די רעכטע זייט צי הערן דעם ניגון)
שטערנדל
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 28, 2010 1:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטערנדל »

איך ווייס נישט גענוי, סאיז מיר באקאנט פון ערגעץ
נא ווער ווייסט?
mevakesh
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 11, 2009 10:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mevakesh »

AKA pella on 1 of their Sefirah albums they sing Adon Olom with the tune of a regular goyishe song. see the li http://www.sing365.com/music/lyric.nsf/ ... 000B646Fnk
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

פינטעל האט געשריבן:http://www.sing365.com/music/lyric.nsf/piano-man-lyrics-billy-joel/c76ff1fbfbe36421482568700017360f

אפשר ווייסט איינער אויף וועלעכע היימישע טעיפ ווערט געזונגען די ניגון?
(דריקט די רויטע קנעפל אויף די רעכטע זייט צי הערן דעם ניגון)

איך מיין אייבי רוטנבורג איך האלט נאך אינמיטען קיקען
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

פינטעל עס קומט זיך דיר מכות גדולות ועצימות עד מאוד מאוד!!!

אגאנצן טאג וואס איך ברעך מיך קאפ צי געדענקען ווי איך האב געהערט די ניגון
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

על קאיידע... כמיין מאנסי, איינער האט מיר געשיקט אין אימעיל אז ליפא זינגט עס אויף זיין פאריגע טעיפ, אדער איינס, אדער צוויי... פאר די פאריגע
און בנוגע די מכות עצימות, געבאבאכט, איך קען צירוק געבן
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”