בלאט 2 פון 3

געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2017 8:29 am
דורך צופרידן
בעאבאכטער האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
וואנאוויטשער האט געשריבן:די ניגון שטאמט פון רבי אברהם קאליסקער...
אוי האט דאס הייליגע תנועות... מיר האבן זיך אנגעווארעמט מיט דעם גאנץ שבת שקלים...

אפשר צייגסטו מיר אן וואו מען קען דאס הערן?

מיינט איר דאס?

דער ניגון איז אן אלטע סלאנימער ניגון, מען זינגט דאס אין תולדות אהרן שבת שקלים, אבער דאס איז נישט פון דעם קאליסקער.

בעאבאכטער האט געשריבן:ס'איז דא נאך א ניגון פון רבי אברהם קאליסקער וואס מען זינגט דאס אין סלאנים, און אויך אין תולדות אהרן ביי מוסף שבת שקלים.

נישט שבת שקלים, נאר שבת החודש.
עס איז באוואוסט אז עס איז דא נאר איין ניגון וועלכע איז מיוחס צו דעם קאליסקער זצ"ל.

געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2017 9:01 am
דורך שעמעדיגער
מצלמה האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:כ'הער עס איבער און איבער
יא, ס'ניכר אז ס'איז מקורו טהור וקדוש!!

דער מחבר פון דעם ניגון האט געמאכט גאר א שיינע ווארימע ניגון און דער מחבר איז אויך א קדוש עליון, אש קודש. (די צוויי גייען אבער נישט אינאיינעם).

איך קען ניגונים פון קדושי עליון אבער די ניגונים זענען נישט עפעס איי איי איי.
און איך קען ניגונים וואס זענען גאר שיין, וארעם אדער התלהבות'דיג און דער מחבר איז נישט עפעס איי איי איי.

עס איז כמעט זיכער א געפיהל זאך, וואס נאכדעם וואס דו הערסט ווער דער מחבר איז, ווערסטו גאר מרוגש. ס'איז א נארמאלע ערשיינונג.

אלא מאי ווייסט איר נישט וואס מיינט שיין!

געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2017 12:26 pm
דורך חכם לב
נחום וואהלינער האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:ס'איז דא נאך א ניגון פון רבי אברהם קאליסקער וואס מען זינגט דאס אין סלאנים, און אויך אין תולדות אהרן ביי מוסף שבת שקלים
(תו"א רבי זצ"ל האט זיך פיל געווייקט ביי אלטע סלאנימער חסידים פון טבריא בעיקר און בפרט ביי רבי יואל אשכנזי און 'אהיים געברענט' פיל מעשיות און אויך ניגונים [און בעיקר זיין מהלך אין עבודה])

אז כ'וועל צייט האבן וועלכעס אי"ה אפירקראצן און אהערשטעלן בל"נ.


דער ניגון ווערט אויך געזונגען אין תולדות אהרן אויף "ידיד נפש" פאר די הקפות

בזכרוני מונח אז דאס איז א ניגון פון הייליגן לעכוויטשער זי"ע, בין כך ובין כך מקורו משרפי מעלה

געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2017 12:30 pm
דורך נחום וואהלינער
צופרידן, איר זענט זיכער אז אור פניך איז נישט פונעם קאליסקער? אין סלאנים ועוד האב איך געהערט אז ס'איז יא

געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2017 12:31 pm
דורך חכם לב
קברנה סובניון האט געשריבן:
סתם אזוי האט געשריבן:
תמימות'דיגער האט געשריבן:כ'בין אמאהל גיוועהן ביי א טיש ביי האדמו"ר מהר"א מסאקמיר שליט"א און מ'האט געזינגען דארט זייער א שיינע ניגון אויף "אור פניך". כ'האב געפרעגט איינער דארט פון ווי דער ניגון שטאמט זאגט ער מיר "פון ישיבת תורת חסד אין לאנדאן". ווייסט אפשר איינער פון דעם ניגון צו זאגן?

יענער קען די ניגון פון דארט, ער האט דארט געלערנט אין ישיבה און זיך אויסגעלערנט די ניגון, מיינט נישט אז ס'איז א תורת חסד ניגון.
אזוי ווי כי הרבית איז נישט קיין "סלבודקא ישיבה" ניגון אפילו איך האב מיך עס אויסגעלערנט דארט.
נחום וואהלינער האט געשריבן:אין וואס איז מיט די אור פניך פון הרה"ק מקאליסק זיע"א?

די אור פניך זינגט מען אין תולדות אהרן, ס'איז מיוחס צו די סלאנימע חסידים אין צפת ולמעלה בקודש ביז ר' אברהם קאליסקער, און שמענו אז אולי קומט עס גאר פונעם הייליגן בת עין פון צפת


1. סלאנימער חסידים פון טבריא

2. ר' אברהם קאליסקער איז געווען גאר אסאך פאר דעם בת עין

געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2017 2:45 pm
דורך וואנאוויטשער
צופרידן האט געשריבן: אבער דאס איז נישט פון דעם קאליסקער.

עס איז באוואוסט אז עס איז דא נאר איין ניגון וועלכע איז מיוחס צו דעם קאליסקער זצ"ל.


ביטע א מקור...

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 11:13 pm
דורך נודה לך
בעאבאכטער האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
וואנאוויטשער האט געשריבן:די ניגון שטאמט פון רבי אברהם קאליסקער...
אוי האט דאס הייליגע תנועות... מיר האבן זיך אנגעווארעמט מיט דעם גאנץ שבת שקלים...

אפשר צייגסטו מיר אן וואו מען קען דאס הערן?

מיינט איר דאס?


עס צוגייט אין אלע גלידער די ניגון..!!
הוי סקומט שוין שבת שקלים...

געשריבן: מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:07 pm
דורך ווינדאוי
נודה לך האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
וואנאוויטשער האט געשריבן:די ניגון שטאמט פון רבי אברהם קאליסקער...
אוי האט דאס הייליגע תנועות... מיר האבן זיך אנגעווארעמט מיט דעם גאנץ שבת שקלים...

אפשר צייגסטו מיר אן וואו מען קען דאס הערן?

מיינט איר דאס?


עס צוגייט אין אלע גלידער די ניגון..!!
הוי סקומט שוין שבת שקלים...


לכבוד שבת שקלים!!!!

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2019 12:26 am
דורך נודה לך
אה יישר כח סווארימט זיך די גלידער צום אור פניך...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2019 4:27 am
דורך הבעש''ט
ביטע אויב איינער קען אהער שאפן דעם אור פניך וואס ווערט געזינגן אין סקולען שבת שקלים ביי די טישן פון רבי'ן שליט"א ולרפו"ש.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2019 5:32 am
דורך זענדל
דעם סלאנימער "אור פניך" צוגעשטעלט דורך א. וועבערמן
https://drive.google.com/open?id=1ZULMk ... 6SPsBp9c6z


א קארלינער "אור פניך"
https://drive.google.com/open?id=1cirZl ... VgQ4Tjjm1N

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2019 5:48 am
דורך זענדל
הבעש''ט האט געשריבן:ביטע אויב איינער קען אהער שאפן דעם אור פניך וואס ווערט געזינגן אין סקולען שבת שקלים ביי די טישן פון רבי'ן שליט"א ולרפו"ש.


סקולענער "אור פניך"
אביסל אפגעהאקט פון אנהייב
https://drive.google.com/open?id=10NLG1 ... c6tAVGtmPr

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2019 9:12 am
דורך הבעש''ט
זענדל האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:ביטע אויב איינער קען אהער שאפן דעם אור פניך וואס ווערט געזינגן אין סקולען שבת שקלים ביי די טישן פון רבי'ן שליט"א ולרפו"ש.


סקולענער "אור פניך"
אביסל אפגעהאקט פון אנהייב
https://drive.google.com/open?id=10NLG1 ... c6tAVGtmPr

גרויסן ייש"כ ר' זענדל

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:22 am
דורך דריידל
כ'בין געווען ביים טיש פון שומרי אמונים רבי ז"ל ווען ער איז געווען שבת שקלים אין ירושלים, האט מען דארט געזינגן א לעבעדיגע ניגון אויף אור פניך, און געטאנצן דערויף א לענגערע צייט.
די ניגון האט דריי פעלער

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:32 am
דורך דריידל
נחום וואהלינער האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
וואנאוויטשער האט געשריבן:די ניגון שטאמט פון רבי אברהם קאליסקער...
אוי האט דאס הייליגע תנועות... מיר האבן זיך אנגעווארעמט מיט דעם גאנץ שבת שקלים...

אפשר צייגסטו מיר אן וואו מען קען דאס הערן?

מיינט איר דאס?

יא דאס איז די הייליגע ניגון פונעם קאליסקער וואס מ'זינגט אין סלאנים
זכורני שזכיתי לחסות בצ"ק הרה"צ רבי אברהם אלימלך שליט"א בשבת שקלים תש"ע אין חצור [בפועל, ועל דעת מירון] אין מ'האט אריין געקאכט אין די ניגון ביי מוספין, איי... איי...

איך וואלט דאס געריפן א תניעה'לע ענדערש ווי א ניגון.
איך האב עס געהערט יארן צוריק אין תולדות אהרן און ס'געווען זייער ווארעם ווען הינדרעטע אידן האבן געקאכט מיט די ניגון, אבער ווען מ'זינגט דאס אליין איז עס שוואכע מעשיות. צו סאך קרעכצן און ס'האט נאר איין פאל.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:36 am
דורך יש בו
ס׳דא אן אור פניך וואס די גאלאנטע תלמידים זינגען מיט בכיות נוראות און השתפכות הנפש (אזוי ווי אלע גאלאנטע ניגונים)
אויב איינער האט עס זאל ער ביטע ארויס לייגן,
בתודה מראש

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:58 am
דורך יום זה מכובד
דריידל האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
וואנאוויטשער האט געשריבן:די ניגון שטאמט פון רבי אברהם קאליסקער...
אוי האט דאס הייליגע תנועות... מיר האבן זיך אנגעווארעמט מיט דעם גאנץ שבת שקלים...

אפשר צייגסטו מיר אן וואו מען קען דאס הערן?

מיינט איר דאס?

יא דאס איז די הייליגע ניגון פונעם קאליסקער וואס מ'זינגט אין סלאנים
זכורני שזכיתי לחסות בצ"ק הרה"צ רבי אברהם אלימלך שליט"א בשבת שקלים תש"ע אין חצור [בפועל, ועל דעת מירון] אין מ'האט אריין געקאכט אין די ניגון ביי מוספין, איי... איי...

איך וואלט דאס געריפן א תניעה'לע ענדערש ווי א ניגון.
איך האב עס געהערט יארן צוריק אין תולדות אהרן און ס'געווען זייער ווארעם ווען הינדרעטע אידן האבן געקאכט מיט די ניגון, אבער ווען מ'זינגט דאס אליין איז עס שוואכע מעשיות. צו סאך קרעכצן און ס'האט נאר איין פאל.

איך זינג עס אליין ביי די סעודות און ס'באנעמט מיר דורך און דורך...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2019 11:35 am
דורך דריידל
יום זה מכובד האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:אפשר צייגסטו מיר אן וואו מען קען דאס הערן?

מיינט איר דאס?

יא דאס איז די הייליגע ניגון פונעם קאליסקער וואס מ'זינגט אין סלאנים
זכורני שזכיתי לחסות בצ"ק הרה"צ רבי אברהם אלימלך שליט"א בשבת שקלים תש"ע אין חצור [בפועל, ועל דעת מירון] אין מ'האט אריין געקאכט אין די ניגון ביי מוספין, איי... איי...

איך וואלט דאס געריפן א תניעה'לע ענדערש ווי א ניגון.
איך האב עס געהערט יארן צוריק אין תולדות אהרן און ס'געווען זייער ווארעם ווען הינדרעטע אידן האבן געקאכט מיט די ניגון, אבער ווען מ'זינגט דאס אליין איז עס שוואכע מעשיות. צו סאך קרעכצן און ס'האט נאר איין פאל.

איך זינג עס אליין ביי די סעודות און ס'באנעמט מיר דורך און דורך...

ס'דא אמאל וואס מ'ווערט איבערגענומען פון א ניגון צוליב די מצב אין וואס מ'איז געווען ווען מ'האט געהערט די ניגון און ווען מ'זינגט עס איבער ווערט נתעורר די הרגשים פון יעמאלט, אבער פאר אנדערע וואס הערן זי צו גריצעלט עס אין די אויערן.

דיינע קינדער ווערן אויך אנגעווארעמט ווען די זינגסט עס?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2019 1:06 pm
דורך יש בו
דריידל האט געשריבן:
דיינע קינדער ווערן אויך אנגעווארעמט ווען די זינגסט עס?

:roll:

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2019 2:04 pm
דורך יום זה מכובד
דריידל האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:מיינט איר דאס?

יא דאס איז די הייליגע ניגון פונעם קאליסקער וואס מ'זינגט אין סלאנים
זכורני שזכיתי לחסות בצ"ק הרה"צ רבי אברהם אלימלך שליט"א בשבת שקלים תש"ע אין חצור [בפועל, ועל דעת מירון] אין מ'האט אריין געקאכט אין די ניגון ביי מוספין, איי... איי...

איך וואלט דאס געריפן א תניעה'לע ענדערש ווי א ניגון.
איך האב עס געהערט יארן צוריק אין תולדות אהרן און ס'געווען זייער ווארעם ווען הינדרעטע אידן האבן געקאכט מיט די ניגון, אבער ווען מ'זינגט דאס אליין איז עס שוואכע מעשיות. צו סאך קרעכצן און ס'האט נאר איין פאל.

איך זינג עס אליין ביי די סעודות און ס'באנעמט מיר דורך און דורך...

ס'דא אמאל וואס מ'ווערט איבערגענומען פון א ניגון צוליב די מצב אין וואס מ'איז געווען ווען מ'האט געהערט די ניגון און ווען מ'זינגט עס איבער ווערט נתעורר די הרגשים פון יעמאלט, אבער פאר אנדערע וואס הערן זי צו גריצעלט עס אין די אויערן.

דיינע קינדער ווערן אויך אנגעווארעמט ווען די זינגסט עס?

מיינע קינדער זענען נאך אביסל קליין...
אבער דער חלק איז אמת וואס די זאגס אז ווען מ'הערט די ניגון אין א געוויסע מצב גייט עס אריין אין הארץ אויף א אנדערע אופן. ווייל די התעוררות ביי אונז ווען מ'זינגט עס איז אין לשער.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2019 6:01 pm
דורך די אויכעט
זענדל האט געשריבן:דעם סלאנימער "אור פניך" צוגעשטעלט דורך א. וועבערמן
https://drive.google.com/open?id=1ZULMk ... 6SPsBp9c6z

יאפס דאס זינגט מען ביי האדמור מסאטמאר מהר"א, און יאפס עס קומט פון ישיבת תורת חסד.
שמעתי אז דער רבי איז געוועזן אין לאנדאן אין לאנדאן אויף שבת שקלים אלץ קרית יואל'ער רב און מען האט געזונגען דעם ניגון און עס האט אים געכאפט האט ער געזאגט פארן גבאי'ן ער זאל זיך דאס אויסלערנען, די איבריגע איז היסטאריע עס איז געווארן די סאטמארע אור פניך.
[בידוע אז נאך אפאר ניגונים האט ער אזוי אויפגעפיקט]

ווער עס האט מער פרטים איז מכובד

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 12:34 am
דורך בית המשתה
ווייסט איינער וואס מ'זינגט אין די ראפשיצ'ער און צאנז'ער הויפן ווי אין באבוב און קלויזענבורג וכדו'?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 12:16 pm
דורך סאטמארע ווארטזאגער
שבת ד׳ פרשיות פירט מען זיך בכמה מקומות צו זינגען מכלכל חיים, כ׳האב פשוט פארגעסן וואספארא מין ניגון קומט אויף מכלכל חיים?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 1:05 pm
דורך איטשע
סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:שבת ד׳ פרשיות פירט מען זיך בכמה מקומות צו זינגען מכלכל חיים, כ׳האב פשוט פארגעסן וואספארא מין ניגון קומט אויף מכלכל חיים?

מכלכל חיים זינט מען ווען מ׳זאגט יוצרות.
ס׳איז דא עפעס א מעשה מיט דעם, אן אלטע רבנ׳ישע מעשה.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 2:03 pm
דורך סאטמארע ווארטזאגער
יישר כח פאר דעם כלל, קומט אויס אז דעם ערשטן טאג פסח און שמיני עצרת זינגט מען נישט. פיין, אבער וואספארא סארט ניגון זינגט מען?