טעם זקנים: אינטערוויו מיט ר' קלמן שטעקל הי"ו

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

טעם זקנים: אינטערוויו מיט ר' קלמן שטעקל הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויף קול מבשר (האלאו, ליין ביז די ענדע! איך רעד דא אפילו צו די יעניגע וואס הערן נישט געווענליך "קול מבשר" און אירע אינטערוויוס, דאסמאל איז אן אויסנאם, אקעי?) איז דא יעצט אן אינטערוויו לכבוד חנוכה מיט הרב החסיד ר' קלמן שטעקל, פון די מנגנים אינעם וויזניצער הויף.

לאמיר אייך קודם געבן אנווייזונגען וויאזוי אנצוקומען דערצו, דאן וועלן מיר פרובירן אביסל צו זאגן וואס איר גייט דארט הערן: קול מבשר'ס נומער איז 212.444.1100

נאך די קורצע אדווערטייזמענט (בערך 10 סעקונדעס) וועט איר קענען דרוקן נומער 7, דאס וועט אייך אריינפירן צום חנוכה אפטיילונג.

אינעם חנוכה אפטיילונג דרוקט 8 פאר די "שיר ורננים" אפטיילונג, וואו מען קען הערן אינטערוויוס מיט אידן וואס פירן אן קאפעליעס ביי רבי'שע הויפן (נומער 1 פאר די גור'ע קאפעליע פירער, נומער 2 וויזניץ בני ברק, מיר וועלן זיך אבער באציען דא צו נומער 3, וואו ר' קלמן שטעקל רעדט אלס אנפירער פון די וויזניץ-מאנסי'ער קאפעליע [כלומר'שט... הערט אויס דעם אינטערוויו צו פארשטיין דעם כלומר'שט]).

ווער איז דער ר' קלמן?

פאר די וואס קענען אים, דארף איך נישט מסביר זיין. פאר די וואס קענען אים נישט, קען איך נישט מסביר זיין. אין אמת'ן אריין: איך קען דעם איד אויך נישט פערזענליך, אבער איך האב שוין דעם נאמען געהערט לאנגע יארן צוריק, און יעצט קען איך דעם איד'ס פנימיות אביסל, טאקע פון דעם איינעם אינטערוויו זיינעם וואס לאזט אריין דעם צוהערער אינעם אור אלטן וועלטל פון חסידות און תמימות.

ווי ער הייבט אן אינעם אויספרעג, איז ער געבוירן אין שנת תר"צ (גאר אינטערסאנט איז צו הערן ווי ער געדענקט יעדן פאסירונג אין זיין לעבן אויפן דאטום, אויך וועלכע טאג אין די וואך עס איז אויסגעפאלן, נבהל ונשתומם צו ווערן ווי ער דערציילט יעדע איינצלהייט מיט אזא פונקטליכקייט, טראצדעם וואס עס זענען שוין פארלאפן שיינע 60 יאר זינט די פאסירונגען), דאס מאכט אים אן 78 יעריגער איד [וואס לוינט זיך סתם אזוי מיטצוהאלטן א שמועס פון א איד אין דעם יארגאנג, כידוע].

ער האט זיך געדרייט אין וויזניץ מיום הוולדו, און נאך היינט דרייט ער זיך אין אלע וויזניצע הויפן, זינגענדיג "מנוחה ושמחה" ביי יעדן פון די דינאסטיע, וואס דאס איז א מיעוט שאינו מצוי היינטיגע צייטן כידוע ליודעים.

איך וויל נישט אוועקנעמען דעם איבערראשונג פונעם עולם צוהערער, וועל איך נישט אנטפלעקן אלעס וואס ער זאגט דארטן, אבער הערט און שטוינט פון זיין ענטפער אויף די פראגע: "וועלכע ניגונים זענען מער דערהויבן אין וויזניץ". (האמת אגיד: איך האב דאס געהערט אינמיטן די גאס, און געלאזט א טרער!)

נאך א קלייניגקייט: האקט נישט אראפ דעם טרייבל נאכן "א פרייליכן חנוכה" געווינטשעכץ צווישן דעם אויספרעגער און ר' קלמן, ווייל דער קלימאקס פונעם אינטערוויו הייבט זיך ערשט אן דערנאך.

א גוטע וואך, און א פרייליכן חנוכה
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

נאך דיין ווינטשען א פרייליכען חנוכה האב איך געזוכט דעם קלימאקס
אבער כ'האב מיר געפינען ביים ענדע פין דיין ביישרייבונג
עניוועי די קלימאקס עט מיזען זין אז כעל גיין שלאפען
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

קרעמער, כאבעס געהערט נעכטן צוועלעווער ביינאכט און אויך געלאזט א טרער.......
איי אידאס געוואלדיג! לדעתי איז דאס מערסט אינהאלטסרייכער אינטערוויו פון אלע אינטערוויוס. (דער אינטערסאנסטער - פאר מיר - איז געווען ר' בנציון שענקער'ס).

ס'קלינגט מיר נאכאלץ אין די אויערן, מ'איז ריין אין די מחשבה, און מ'גרייט זיך אן ווי עס באדארף צו זיין, איז מען געהויבן, אז נישט קענסטו זאגן די זעלבע ווערטער וויפיל דו ווילסט און ס'איז גארנישט. איי, פון וואסערע הארץ די ווערטער זענען ארויסגעקומען...

ליעב האבן א יעדן איד!!! נישט האבן קיין שנאה עינער אויפ'ן אנדערן!!!

הערטס און האטס הנאה.

212.444.1100
7
8
3
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ארויפגעברענגט לכבוד יו"ט הממשמש ובא

-
העתקה פון ליסטע פון קול מבשר אינטערוויאוס אשכול:
30 - ר' קלמן שטעקל - ראש המקהלה בוויזניץ מאנסי (וועלוול שמעלצער)
לחיים ולברכה!
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

יישר כח, גיימיר עס הערן
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איי ר' קלמן... ווער עס קען אים נישט פערזענליך פארפאסט עפעס אין זיין לעבן...

דרך אגב... ער מאכט עפעס די גאנצע מעשה אזא מכלומר'שט אבער עס איז גארנישט אזוי... ער זינגט ביי אלע חופות פון נכדי אדמור מויזשניץ, ער זינגט חנוכה, און סתם יעדע שבת וואס ער קומט אויף מאנסי, בני ברק, חיפה, און וואו נישט... ער פירט די קאפעלעס איבעראל וואו ער איז דארט.

פאר ווער עס איז אינטערעסירט, איז פאראן פון אים אן ערך פון זעקס סי די'ס וואו ער זינגט דער נוסח פון וויזשניץ. עס איז מלא חן און געשמאק, ער זאגט עס כאילו ער דאוונט יעצט פארן עמוד, ער קען זיך צעוויינען אינמיטן, ווי אויך רעדט ער אויס פארשידענע זאכן בשעת'ן זינגען אויפן טעיפ, ער זאגט למשל הלל אויפן נוסח און זאגט מיט א געשמאק "לא לנו ה' לא לנו, און איך געדענק נאך ווי דער אלטער סערעטער פלעגט זיך איינבייגן אין דרייען און זאגן אוי יואוי יואוי יואוי... כי לשמך תן כבוד..." אזוי האט ער קאסעטעס איינגעטיילט לויט יעדע יום טוב און זמן.

בכלל, דער איד פאר זיך איז אן אנטיק, און איך ראט יעדן ווער עס קען, זאל זיך אריבערכאפן צו אים אהיים כאפן א שמועס מיט אים, ווי לאנג מען קען נאך רעדן מיט אים לאורך ימים ושנים טובות, ווייל עס איז שוין נישטא היינט אזעלכע זאכן.

אינטערעסאנט צו באמערקן אז ער איז א גרויסער מתמיד, ער זיצט און לערנט מיט געשמאק פאר לאנגע שעות. ווען ער לערנט פאר זיך, לערנט ער כאילו ער זאגט פאר א שיעור, ער טייטשט יעדע ווארט און רעדט אויס יעדע זאך און איז עס מסביר מיט א קלארקייט אפילו קיינער איז נישט דארט און אלעס מיטן אלטן פארצייטישן חן... דאס זעלבע איז מיטן זינגען; ער קען זיך צוזינגען אין א ליידיגן בית המדרש מיט א פעסטקייט, כאילו ער פירט א קאפעלע פון דרייסיג מענטשן פאר א טויזנט קעפיגער עולם, ער מאכט מיט די הענט און פיס פאר זיך אליין ווען קיינער איז נישט דארט.

אה, מען קען דאס נישט מסביר זיין.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

שקויעח קרעמער פאר מודיע זיין, וווייל איך הער טאקע נישט געווענליך קול מעווואסער, אבער יעצט גיי איך יא הערן, און שקויעח ר' זיס, איר זאגט דאך אזוי זיס, ר' קלמן איז באמת גאר א זיסער איד, און ווער עס קען אים ווייסט דאס, און דעריבער טאקע וועל איך אצינד גיין הערן דעם אינטערוויו, ווייל אזוי ווי די זאגסט, עס מוז זיין אינטערעסאנט.

עמער זעך בלי נדר לאזן הערן אויך נאך'ן אויסערן דעם אינטערוויו
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

איך האב שוין אמאל געהאט די זכי' מיטצוהאלטן ווי ר' קלמן פירט אן מיט א מנוחה ושמחה, ס'איז טאקע זייער אינטרעסאנט געווען.

דרך אגב, וויל איך ראטן דעם קרעמער צו הערן אויך דעם אונטערוויא פון ר' בנציון שענקער, דארט איז אויך דא וואס צו הערן! אבער נאך ווי!

(ס'איז לענגער, און מ'דארף צולייגן קאפ).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נחמן נתן האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד יו"ט הממשמש ובא

-
העתקה פון ליסטע פון קול מבשר אינטערוויאוס אשכול:
30 - ר' קלמן שטעקל - ראש המקהלה בוויזניץ מאנסי (וועלוול שמעלצער)

עפעס שטימט נישט דא, נומער 30 איז פון יוסי געשטעטנער איבער פרשת גראסמאן
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אריין אין היכל הנגינה.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

וואו קען מען היינט טרעפן דעם אינטערוויו מיט ר' קלמן שטעקל?
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

כ'מיין #30
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
Forkosh
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 1:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Forkosh »

לוי יצחק האט געשריבן:כ'מיין #30

נישט #30, יענץ איז פלאר איבער מייקעל גראסמאן. אפשר ווייסט איינער וועלכע נאמבער ס'איז פין שטעקעל'ס אינטערוויא?
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

ס'דארף זיין #30 ווי ס'שטייט אין דעם תגובה
למעשה ביסטע גערעכט, און די אינטערוויו וואס איז למעשה דארט איז א דופלעקעט פון #194, לכאורה דארפסטע לאזן א מעסעדזש דארט אויפן סיסטעם דערוועגן.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

דער אינטערוויאו איז זעט אויס פארלוירן געגאנגען, אפשר האט א אייניקל דאס אראפגעקאפיעט?
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

האסט גערעדט מיט די באערדע?
ס'באמת געווען א זעלטענע אינטערוויו, א שאד.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
זריז
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:14 pm

Re: טעם זקנים: אינטערוויו מיט ר' קלמן שטעקל הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זריז »

איינער ווייסט וואו מען קען באקומען זיין אלבום שירה חדשה שבחו גאולים? מען קען עס הערן דא https://jewishmusic.fm/album/%d7%a9%d7% ... %99%d7%9d/ אבער איך זיך די mp3 פיילס.
Like news
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 26, 2020 12:11 am

Re: טעם זקנים: אינטערוויו מיט ר' קלמן שטעקל הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Like news »

בד"ה הרה"ח משירי כנסת הגדולה ומזקני וחשובי חסידי וויזניץ רבי קלמן שטקל ע"ה ב"פ
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: טעם זקנים: אינטערוויו מיט ר' קלמן שטעקל הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

צ/ק
מ'קען הערען די אינטערוויא אויף קול מבשר
3-1-30
דבריהם ה....
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
פארנדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:06 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

Re: טעם זקנים: אינטערוויו מיט ר' קלמן שטעקל הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנדיג »

רעים האט געשריבן:צ/ק
מ'קען הערען די אינטערוויא אויף קול מבשר
3-1-30
דבריהם ה....

זיכער? זיי האבן עס געהאט פארלוירן. (איך האב יעצט גערופן און די גאנצע סיסטעם איז עפעס נישט מסודר, אפשר אלס אבילות..) ס'איז מן הסתם געווען פון זייערע שענסטע אינטערוויוס...
אגב, אויף 1-1-4 איז דא א אינטערוויו מיט א חשוב אייניקל, הרב בנימין משה, וועלכער איז געווען יד ימינו ודולה ומשקה תורתו, וועלכער האט ארויסגעגעבן דעם היסטארישן מייסטערווערק מספר זכרונותיו "אהבת קדומים"

פארנדיג האט געשריבן:

יא אויף 30 פון די לאנגע אינטרוויאס
אזוי אויך נאך די אינטערוויא פון ר' בנימין משה לייגען זיי עס ארויף.
(בס""ד האב איך עס ריקארט... און נאך וועלוויל האט געזאגט ביי די דרזנער-שמעלצער אז ער זיכט עס האב איך עס אריינגעשיקט)

רעים האט געשריבן:

יישר כחך!!!!
זריז
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:14 pm

Re: טעם זקנים: אינטערוויו מיט ר' קלמן שטעקל הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זריז »

רעים האט געשריבן:
פארנדיג האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:צ/ק
מ'קען הערען די אינטערוויא אויף קול מבשר
3-1-30
דבריהם ה....

זיכער? זיי האבן עס געהאט פארלוירן. (איך האב יעצט גערופן און די גאנצע סיסטעם איז עפעס נישט מסודר, אפשר אלס אבילות..) ס'איז מן הסתם געווען פון זייערע שענסטע אינטערוויוס...
אגב, אויף 1-1-4 איז דא א אינטערוויו מיט א חשוב אייניקל, הרב בנימין משה, וועלכער איז געווען יד ימינו ודולה ומשקה תורתו, וועלכער האט ארויסגעגעבן דעם היסטארישן מייסטערווערק מספר זכרונותיו "אהבת קדומים"

יא אויף 30 פון די לאנגע אינטרוויאס
אזוי אויך נאך די אינטערוויא פון ר' בנימין משה לייגען זיי עס ארויף.
(בס""ד האב איך עס ריקארט... און נאך וועלוויל האט געזאגט ביי די דרזנער-שמעלצער אז ער זיכט עס האב איך עס אריינגעשיקט)

איך ווייס נישט פון וואו דו האסט עס. אני הקטן בין דער רעקארדירער (וסימנך: בערך א האלבע שעה אריין הערט מען אפאר מאל טעלעפאן קנעפלעך... איך האב געברויכט איבערדרייען די 60 קאסעטע און איך האב נישט געדענקט אויפן מינוט וועלכע קנעפל איז PAUSE...). איך האב עס אינגאנצן צוויי מאל געגעבן פריוואט פאר מענטשן און זיך אויסגענומען נישט צו מפיץ זיין כל זמן עס איז נישט זיכער אז עס איז בטעות פארמעקט פון ק"מ, און נישט עפ"י בקשת ר' קלמן. הכלל, גוט האסטו געטון מיטן אריינשיקן איינמאל עס איז קלאר געווארן אז עס איז בלויז פארמעקט געווארן בטעות.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: טעם זקנים: אינטערוויו מיט ר' קלמן שטעקל הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

יששר כח פאר ווער ס'איז נאר.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”