פאראויס האט געשריבן:טעם וריח האט געשריבן:צווייפעל האט געשריבן:גם זה יעבור האט געשריבן:איך פארשטיי נישט צו די בריוועלע ניגון, ס'איז א שיינע ניגון, באט איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען זאגן אז דאס איז די שענסטע אדער פון די שענסטע אויפ'ן סי די.
כבר כתבתי אז מיך שטערט די 'בריוועלעך', דוד המלך האט געשריבן בריוועלעך צו ה' מיט די פידל אין די הענט.... די נעקסטע ניגון גייט מסתם זיין אז משה רבינו האט געזינגען פינף ספרים הערליכע לידער, מיט די פעדער אין די האנט...
קען זיין אז די ניגון איז שיין, אבער די ווערטער קראצן, קלעבן עפעס נישט.
געקראכן אויף גראדע ווענט.
ער זאגט א נקודה, און ער איז נישט דער איינציגסטער דא. קוק צוריק.
גם אני בחלומי, ווען מ'האמיר געהערט ס'טעיפ, מורא'דיג הנאה געהאט. איך קויף נישט קיין סידי'ס געווענליך. די לעצטע -און כמדומה, ס'איינציגסטע- מאל וואס איך האב געקויפט א סידי די לעצטע 5 יאר איז געווען טאקע מוטי אילאוויטש. ער איז געוואלדיג, טאלאנטפול און הארציג. אבער ווי נישט ווי, א יונגעמאנטשיק ווי מיר, און זיינע געדאנקן זענען צומאל נישט אינגאנצן ריכטיג, און מיט דעת בעל הבית היפך'דיגע נקודות. ווען כ'האב מיט מיין בני בית געהערט די בריוועלע, האבן מיר עפעס ביידע געהאט די זעלבע געפיל אז ס'עפעס נישט ארויסגעברענגט ווי א תהלים איד וואלט עס געזאגט... קודם כל וואלט מער געשטימט ווען ער נוצט ווען ס'משל אז דער אהוב למלך פלעגט הארציג "זינגן" צום קעניג, נישט 'שרייבן'. ס'וואלט מער געקלעפט די "געפילן" פון קעניג...
נאכדעם איז עס עפעס זייער בעל-בתיש אראפגעלייגט. עפעס איז מיסינג אינסייד.
ס'האט מיר דערמאנט זיין 'לא איש דברים אנכי' ניגון, אז משה רבינו האט עס געזאגט ווייל ס'האט עם געפעלט סעל'ף עסטי"ם... (העט ווען געווען דפראדאקטי"וו אין מצרים, וואלט ער געווען אקעי. כ'הער). אקעי, ס'נישט דומה אהער. דארט איז די טעות געווען אסאך מואיס'ער. אזוינע געבראטענע (פראסטע) שטותים צו רעדן. ניין, משה רבינו און מלאכי מעלה האבן נישט קיין פראבלעם מיט סעלף קאנפידענס (וואס איז משורש גאוה. ענווה פסולה). ענווה איז אינגאנצן עפעס אנדערש. ס'האט קיין שום שייכות מיט סעלף עסטים...
מיין קאנסטרוקטעוו עדווייז פאר מיין פעוואריט זינגער/קאמפוזער/גראמער מוטי אילאוויטש;, ווען ער מאכט ניגונים וואס רעדן פון הייליגע זאכן און אידישקייט, צו נעמען א דורכגעטראכטער ת"ח, א בעל השקפה עס גוט איבערצוגיין.
און יא, כ'ווארט שוין קוים אויף זיין נעקסטן סידי!
האסט עס גוט ארויסגעברענגט
כ'האב שוין עטליכע מאל געהערט דעם תהלים ניגון, כ'האב געוואלט ס'זאל מיך כאפן, אבער עפעס נישט, עפעס פעלט דארט, ס'איז א געפילישע ניגון אבער ס'לופטיג אינעם פנימיות ס'דעליווערט נישט דעם מעסעזש