בדחן ר' מרדכי דוד עסטרייכער
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
בדחן ר' מרדכי דוד עסטרייכער
איך האב געאפלאוד פיילס ווי ער גראמט אויס סאטמאר רבי (מהר"א) שליט"א
ביי 17 חתונות פון זיינע קינדער און איייקלעך
https://app.box.com/s/piogdaelvjvahlwaqmq0
ווער עס האט נאך,
פאר עקסעמפל,
חתונות פון אנדערע אייניקלעך פון ברך משה זצ"ל ווי ער געגראמט,
אדער אין אנדערע הויפן,
איז מכובד דארט ארויפצולאודן,

- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
פון ווי קומט אט דער אוצר????
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- שלעפשיץ
- שר האלף
- תגובות: 1427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
- לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
- פארבינד זיך:
א בעל תפילה איז ער א פיינע - גאר בעטעמ'ט
(בדידי הוה עובדא)
(בדידי הוה עובדא)
[email protected] For all your Graphic & Website needs email
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah

-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
הער איך אז נעכטן האט ער ווידער זיך אויפגעטשטעלט אויסרופן כ"ק אדמור מסטאמאר מהר"א שליט"א, אבער נאך גרויסע הפצרות, און עס איז אבער געווען one of a kind, ער האט געזינגען די חרוזים לפי דעם ניגון אחת ואחת, אחת ושבע ...
האט איינער די רעקארדינג?
האט איינער די רעקארדינג?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
נא_שכל האט געשריבן:אבער נאך גרויסע הפצרות
וואס הייסט?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
נא_שכל האט געשריבן:הער איך אז נעכטן האט ער ווידער זיך אויפגעטשטעלט אויסרופן כ"ק אדמור מסטאמאר מהר"א שליט"א, אבער נאך גרויסע הפצרות, און עס איז אבער געווען one of a kind, ער האט געזינגען די חרוזים לפי דעם ניגון אחת ואחת, אחת ושבע ...
האט איינער די רעקארדינג?
יאפס, די חרוזים נעכטן זענען געווען איינס און אזעלכעס, געוואלדיג
וואס הייסט נאך גרויסע הפצרות?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
ענדע צדיק! האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:אבער נאך גרויסע הפצרות
וואס הייסט?
שמעתי אז ער האט עס בשום אופן נישט געוואלט אננעמען אויף זיך דאס בדחנות דאס מאל, און עס האט אויפגעפעלט שטארקע הפצרות. מעגליך אז עס איז סתם פטומי מילי בעלמא, שיחת ילדים וכדומה...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 253
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm
שמן זית האט געשריבן:ביי מיר האט די נעכטיגע נישט אויסגעקוקט מער ווי די פאריגע,
קען זיין ווייל איך הער יעדן טאג אלע, ווער איך שוין נישט נתפעל
אזוי ווי די זאגסט עס איז בבחינות אז די פילסט ווי ער "מוז" צושטעלן שיין
אבער איך שטום אויך צו עס איז געווען עפעס מורא'דיג דאס מאל
און נאך מער יעצט איז געווען נישט פאר א יו"ט נישט נאך און דאך אזוי שיין צוגעשטעלט אז עס איז 7 וואכן דערנאך
בקיצור ער איז סאפער פיין
- א גראם מיט טעם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3947
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר
ער אידאך נאר א מענטש!!
וואס זענען די בדחנים שולדיג אז צוויי טעג נאך א חתונה האט שוין יעדער א קאפי דערפון,אנדרעש ווי א זינגער וואס קען זינגען יעדע נאכט די זעלבע ניגונים,מוז א בדחן כסדר אויפקומען מיט פרישע איידיעס,און אז ר' מרדכי דוד באווייזט נאך אלס צו ברענגען חידושים ,דאן איז דא אליינס א חידוש,געטס עם קרעדיט!
#אין בו אלא חידושו
וואס זענען די בדחנים שולדיג אז צוויי טעג נאך א חתונה האט שוין יעדער א קאפי דערפון,אנדרעש ווי א זינגער וואס קען זינגען יעדע נאכט די זעלבע ניגונים,מוז א בדחן כסדר אויפקומען מיט פרישע איידיעס,און אז ר' מרדכי דוד באווייזט נאך אלס צו ברענגען חידושים ,דאן איז דא אליינס א חידוש,געטס עם קרעדיט!
#אין בו אלא חידושו
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
ביידע האבן אפשר גערעדט פון אחת ואחת אבער בכלל נישט די זעלבע זאך!
אט זענען די דברי חרוזים וועלכע איז ארום געשיקט געווארן אויף אימעיל בעפאר די חתונה, אדרבה זעהט'ס צו דאס איז די זעלבע זאך.
הקדמה פזמון: בשמחת רבינו, אנחנו מודים לך, ומברכים אותך,
בחצרות אלקינו, כתמר יפרח, ברענגט שמחות נאך און נאך,
בסייעתא דשמיא פונעם יוצר אור, נחנו באורח מישור,
בשמחת צדיקים מדור דור, אויסטייטשן דעם קאפיטל לדוד מזמור,
--דעם קאפיטל וואס מ'זאגט ראש השנה,
אויך נאך די הקפות שמחת תורה ברננה,
חתן כלה הייבן אן דעם טאג פונקט ווי די ימי הדין,
אבער מ'ענדיגט מיטן כיצד מרקדין,
"די תכלית הבריאה רחמנא לבא בעי,
ומלאו את הארץ לד' הארץ ומלואה,
ישוב הארץ צו פארמערן לשמה, תבל ויושבי בה,
"דאס קומט דורך יעדע זווג אויף א אופן א גראדע,
כי הוא על ימים יסדה,
ווייל קשה זווגו של אדם כקריעת ים יעדע זווג אפי' דעי,
ועל נהרות יכוננה,
פזמון: בשמחת רבינו, אנחנו מודים לך, ומברכים אותך,

--בפרט תלמידים וחסידים וואס געבן זיך היינט א נעם,
מקיים מיט לימוד התורה מי יעלה בהר ד',
נישט נאר לערנען נאר זיך פארהערן מדי חודש בחודשו,
ומי יקום במקום קדשו,
--באגלייט מיט שונה הלכות א איד זאל וויסן זיין חוב,
צו זיין א נקי כפים ובר לבב,
אשר לא נשא לשוא צו לעבן מיט א אמת לאמיתו,
און אזוי האבן די ריכטיגע שליטה,
"היינט בשעת שמחה ישא ברכה מאת ד',
ישא ר"ת יהללו את שם מיט הודאה זיך געבן א נעם,
אז מ'זעהט א יאר וואס פארמערט זיך שמחות פרישע,
וצדקה מאלקי ישעו,
"ווען מ'זעהט בבית רבינו א שמחה זה דור דורשיו,
זה דור דורשיו גימ' אעלה בתמר דורות פונעם שלשלת הזהב,
מבקשי פניך יעקב סלה גימ' ירד על הזּקן זקן אהרן,
אלע מבקשי פניך זאגן משבחין ומפארין,

--נישט נאר בתחתונים איז ששים ושמחים,
נאר היינט שאו שערים ראשיכם,
ס'קומען אראפ די אבות הק' מעלמא דקשוט,
מאן מלכא רבנן ויבוא מלך הכבוד,
--מי זה מלך הכבוד האמיר היינט דריי מלכים ביד רמה,
די ערשטע איז דער מלך מלכי המלכים דער גבור מלחמה,
די צווייטע מלך זענען די צדיקים וגדולים,
וואס האבן פארשיינט די וועלט ושאו פתחי עולם,
"די דריטע מלך איז דעם חתן למלך דומה,
היינט איז ער א מלך הכבוד בהאי יומא,
די כח פון די יעצטיגע מלוכה זאל האלטן אייביג מ'בעט א תפלה א ספעציעלע, ס'זאל זיין א כבוד פאר מלך הכבוד סלה,

רבינו שליט"א (כל מקדש רבינו)
בעזרת צורי וגואלי, נשיר שיר חדש וברננה נעלה,
ווען רבינו שליט"א גייט מקיים זיין כיצד מרקדין לפני הכלה,
די טיפע ענינים וואס ליגן דערביי איז נישט קיין שאלה,
פאראיאר ביי די הקפות איז דער רבי געוועהן מגלה,
די סוד פון הקפות - די הקדמה איז קעגן אחת למעלה,
און די זיבן הקפות ברנה וצהלה, איז שבע למטה דיתמשך טלה,
--א חתונה פ' וישלח בהאי שעתה,
אויך א זמן פון אחת למעלה ושבע למטה,
אחת למעלה איז פרשת בראשית די וואך פון שמחת תורה,
און זיבן וואכן שפעטער א שמחה איז נאכמאל שורה,
חתן כלה הייבן אויך אן די יום החופה אחת למעלה לד' כולו,
דערנאך קומט שבע למטה - שבעת ימי המשתה א וואך א פולע,
מ'זאגט נאך אז דער היי' עטרת צבי אונטער די חופה ווען א כלה האט זיך 7 מאל געדרייט,
האט ער געציילט אחת ואחת ואחת ושתים גאר א טיפע באדייט,
--און אזוי גייט מען זאגן שירה אין ספרי מהר"ל אז מ'איז מעיין,
אז ישיר משה "אז" איז די אותיות א' און ז',
קען זיין א' ז' איז אחת למעלה ושבע למטה כשורה,
מיט אזא אופן אז ישיר קען מען זינגען שירה,
אז ישיר זאגט דער היי' יט"ל אין יטב פנים,
דער ר"ר שמעלקא בשעתן זאגן אחת ואחת געזינגען ניגונים בשיר ורננים,
אויך מנהג רבותינו אחת ואחת צו זינגען דעם ניגון פון היי' קדושת לוי,
לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער דעם אחת למעלה להביא,
=יעצט גייט מען טאנצן אחת למעלה בשובע שמחות,
ווען מ'האלט שוין נאך שבע למטה די שבע ברכות,
מ'זעהט דעי וואך יעקב אבינו זיבן מאל זיך געביקט פאר עשו,
אחת למעלה ר"ת ק'ל יעקב הייסט ק'ל מכניע געוועהן די זיבן כוחות פון עשו צום סוף,
שטייט אין ס' תורת העולה פונעם היי' רמ"א,
די גמ' זאגט זיבן נעמען פארן יצה"ר איז דא,
=זאגט ער די עבודה פון אהרן אחת למעלה מעלה צו זיין בעלי',
שבע למטה די זיבן כוחות פונעם יצר צו זיין מכניע,
ווען מ'גייט טאנצן כיצד מרקדין - ווי צדיקים זאגן מירק-דין,
די שבע למטה די זיבן כוחות הדין דורך אחת למעלה האבן אינזון',
=מיטן כח פון ריקודין למעלה הודו הימליכו ואמרו,
מ'הייבט אויף דעם גאנצן גוף ווי דער רבי זאגט כסדר ריקודין איז כמה לך בשרו,
כמה ר"ת כך הי' מונה מ'ציילט אחת למעלה ושבע למטה לרבות,
אחת למעלה ושבע למטה אויך א רמז אויף'ן יום השבת,
"שבת איז אחת למעלה וואס מ'קען דעגרייכן הויעך,
שבע למטה איז די וואך נאכדעם יום שבתון אין לשכוח,
צוזאמען איז מען זוכה צו דעי שתי שבתות,
מנהג ישראל צו זאגן שבת ביי מצוה טאנץ נגיל ונשיש,
"אויך חנוכה אחת למעלה דעם ערשטן טאג ווען מ'האט געטראפן דעם קריגל אויל,
ושבע למטה ווען יעדע נאכט איז געוועהן נאך א נס גדול,
אחת למעלה ושבע למטה גימ' ישמח ד' במעשיו,
אויך גימ' חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו,
(כל מקדש – ברך משה)
און ווען מ'טאנצט איז א שמחה לעילא ולתתה,
ווען דער רבי איז מקיים דעם אחת למעלה בהאי שעתא,
ס'קומען אראפ די שבעה רועים ושבע למטה,
ס'איז דא תרי"ג מצות קעגן רמ"ח איברים ושס"ה גידן,
די גמ' אין מס' מלקות נאכזאגן בזמן ועידן, בא חבקוק והעמידן,
--חבקוק האט אוועק געשטעלט די תורה והעמידן על אחת,
צדיק באמנתו יחי' מיט דעם זיך מתיחסת,
דער אחת למעלה איז דער צדיק באמונתו יחי',
די היי' צדיקים יעדע צדיק מיט זיין בחינה,
אבער בעיקר צו פארשפרייטן די היי' אמונה,
דער אחת למעלה האט פארשיינט ביזן דור הזה,
=אנגעהויבן מיטן היי' יש"מ זיין אמונה געוועהן שכיח,
נישט נאר מיט די אמונה אין ביאת המשיח,
נאר יעדע נאכט געהאט גרייט דעם שטעקן קעגן משיח'ן צו גיין,
מיט כח האמונה זוכה געוועהן צו התגלות אלקית,
והאמין בד' ויחשבי'ה מעורר זיין דעם זכות,
צדיק באמונתו יחי' געלעבט מיט דעם אליין,
=ר' אלעזר ניסן צדיק באמונתו יחי' בתמידים
ער טייטשט דעם פסוק תהילתו בקהל חסידים,
א צדיק אליין האט א כח פונקט ווי א גאנצע קהל,
דער צדיק קען אליין ביחידות פועל'ן,
שקול קעגן א רבים דער כח הרבים איז ביי אים נישט פארהוילן,
ר' אלעזר ניסן טאקע געלעבט פאר זיך אבער באמונתו יחי' דעם כח אלעמאל,
"=דער היי' יט"ל צדיק באמונתו יחי' מעורר זיין די זכיות,
שרייבט דער תלמוד דער נפש יונתן ער איז געוועהן דארט יענעם שבועות,
"בשעת די באקאנטע בלוט בילבול פון טיסא עסלער ס'איז געקומען די נייעס,
יענעם שבועות אז מ'האט געטראפן דעם גוף ס'וועט מסתמא זיין גוטע ראי'ס,
האט דער יט"ל געזאגט דעמאטץ תשורו מראש אמנה,
די אמונה פון איד דארף זיין אזוי שטארק פון פריער,
אזוי ווייט אז מ'זאל זיך שוין פרייען און זינגען בשיר,
און געהייסן ביים טיש זינגען הללוקה אודה בשיר ורננה,
"דער היי' קדושת יו"ט אחת למעלה צדיק באמנתו,
דער טאטע דער יט"ל נאר אים אויסגעקליבן על אחת על ישראל הדרתו,
באמנתו יחי' געוועהן אין די גאנצע מדינה דער אחת למעלה,
זיך צו האלטן על אחת אויף איין דרך,
מיטן דרך התבדלות עד אין שיעור וערך,
ושבע למטה שבע יפול צדיק וקם ס'איז ידוע ונתגלה,
=דער היי' עצי חיים איבער געלאזט יתומים בלי מזון ומחי',
אבער זיין נאמען צבי ר"ת 'צדיק 'באמונתו 'יחי',
אבער עידותיך 'נאמנו' מאד לביתך נאווה,
אויף אים האט מען געזאגט תורה שלמדתי באף הוא שעמדה לי,
באמונתו יחי' כי כל ביתי 'נאמן' הוא,
זיין כח הקדושה מגין זיין אין דעם עת רעוא דרעוא,
(אני מאמין ב"מ)
אני מאמין, דער זכות מיט אונז צוזאמען,
רבינו הק' דער פעטער צדיק באמונתו יחי',
געבליבן לעבן לפליטה גדולה צדיק בדור הזה,
אחת למעלה איינער אליין, קעגן די וועלט צו שטיין,
באמונתו יחי' אריין צו ברענגען אין אידן ריינע אמונה,
מטהר געוועהן אין אמעריקא דעם אוויר,
ווי דער רבי אליין טייטשט אין דבר"י אמת ואמונה חק ולא יעבור,
אמונה דאס איז גלייך צו די פריעדיגע צדיקים אן קיין שום שינוי,
--באמונתו יחי' 'נאמנים' כל פקידיו,
רבינו שליט"א געהאט די זכי' צו זיין בין תלמידיו,
באמונתו יחי' מ'לעבט מיט דעם קוואל מיט דעם ברונעם,
היינט באמונתו יחי' פתחי שערים ויבוא צדיק שומר 'אמונים',
'אחת 'למעלה 'ושבע 'למטה דאהי, די זעלבע ר"ת פון 'אני 'לדודי 'ודודי 'לי,
זכר חסדו 'ואמונתו' לבית ישראל,
באמנתו יחי' אמאל געזאגט איך בין געבליבן לעבן נאר דערפאר,
איבער צו געבן די שיטה הק' אידן צו זיין מטהר,
צדיק באמנתו יחי' מייסד געוועהן דעם היי' קהל,
--אני מאמין, דער טאטע דער רבי ז"ל די היי' אפשטאמען,
ויאמינו בד' ובמשה עבדו, כי עבד 'נאמן' קראת לו,
באמונתו יחי' זיין אמונה פשוטה מיט א תמימות,
עדות ד' 'נאמנה' מחכימת,
באמנתו יחי' בשעת די מלחמה מיט אני מאמין זיך געטרייסט אסאך,
בביאת, המשיח,
א טרער ביים זינגען דעם אני מאמין ביים לייגן די קינדער און ביי יעדע זאך,
*אחת למעלה מיט איין יסוד, מה התמר הזה אינו אלא לב אחד,
לב אחד לאביהם שבשמים,
מיט א לב נשבר ביי יעדע תפלה צום חי וקים,
ושבע למטה אנגעצינדן די שבעה קני המנורה,
די זיבעטע מנהיג פון די היי' מסורה,
און היינט איז אחת למעלה בהעלות אהרן את הנירות,
=דעם קשר צום טאטן געוועהן אזוי גרויס,
באמנתו יחי' מ'בעט ונאמן אתה להחיות,
בקרוב זיך טרעפן צוריק בתחית המתים מיט דעם שמור שארית,
--בא חבקוק והעמידן על אחת זאגט ער ווערטער קלארע,
אין ברך משה פ' חיי שרה,
אמונה איז א זאך וואס מ'קען האבן פונקט ווי די פריעדיגע צדיקים,
והעמידן על אחת גלייך צו די פריעדיגע מ'איז דבוקים,
אחת למעלה מיט די רעבעצן די מאמע ע"ה,
איר אמונה פשוטה צום רבון עלם,
ושבע למטה אירע זיבן קינדער מיט מסי"נ מגדל געוועהן וואס זי האט געזעהן ביי איר טאטע,
אחת למעלה פארן טאטן געשטאנען מיט אזא הכנעה,
אבות ואמהות ברענגען היינט די השפעה,
עם עמך ישראל קבוצי מטה,
(בביאת המשיח....)
(אחת שאלתי)
אחת למעלה, בעד עמך רחמים שאלו,
די גמ' זאגט המתפלל צריך שיהא עיניו למעלה ולבו למטה,
אחת למעלה, צום יחידי ומיוחד דער רבונו דכולו,
עיניו למעלה, מיט די אבות מלמעלה א תפלה,
ולבו למטה פאר אונז דא מ'בעט אזנך ושמע הטה,
--אחת אחת, אידן וואס דארפן שידוכים ווילן זעהן נחת,
אחת ואחת זענען נאך אליין א פלג גופא,
זאל שוין זיין אחת ושתים, ביי זייער שמחה טרינקען לחיים,
קול חתן וקול כלה חזי לאצטרופי,
"אחת ושתים איש ואשה צוויי, ווילן זעהן בניך כשתולי,
געהאלפן ווערן מיט זרע של קימא,
אחת ושלש מיט רחמים וחסדים, דורך שלשה שותפים יש באדם,
א קינד אין שטוב ושלש וועט ברענגען פאר ביידע די נחמה,
"און מיט צער גידול בנים פאלן נעבאך אום מיט מכשולים,
אחת וארבע בארבע פינות העולם,
בעט מען היינט ובאו האובדים והנדחים,
ווי דער רבי האט מעורר געוועהן הושענא רבה אין דעם מצב דעם ענגען,
זיין מוליך ומביא די נשמות צוריק ברענגען,
וקבצינו יחד 'מארבע' צוריק אויף די ערליכע דרכים,
"אידן אין פרנסה יפתח ד' את אוצרו,
אחת וחמש 'הא' לכם זרע,
אינעם אינעם אות ה' ליגט דאך יעדע השפעה,
אחת וחמש חמש די אותיות שמח,
אל המשתה שמח וטוב לב, זאל זיין שייך,
ביי אידישע שמחות מיט א שפע כדבעי,
"און צובראכענע אידן וואס זענען אויף רפואות חייש,
בעט מען היינט אחת ושש,
יעדע מלאך האט דאך זעקס פליגל,
זאגט די גמ' אין מס' שבת שכינה שורה מראשותיו של חולה,
דער באש' אליין העלפט מ'דארף נישט קיין מלאך די תפלות זאל זיין עולה,
א רפואה פאר די חולים וואס נאר דער באש' אליין אויסהיילן איז מסוגל,
"און צו די גאולה שלימה מ'גייט בעטן כדבעי למהוי,
ס'זאל שוין זיין אחת ושבע,
אחת אז ביום ההוא יהי' ד' אחת ושמו ואחד,
אחת ושבע ליום שכולו שבת ומנוחה,
בביאת בן דוד מלכא משיחא,
אחת למעלה דעם בית המקדש של מעלה דער מזבח מיטן יסוד,
(אחת ואחת)
בעט מען אחת ואחת, פאר אידן נחת,
גוטע שידוכים בשעת טובה ומוצלחת,
אחת ושתים, חשוכי בנים המרחם רחם,
אחת ושלש מיט א קינד אינדערהיים,
=קדושה פאר נדחים זיין מרבה,
וואס זענען פארשפרייט אחת וארבע,
פרנסות פאר אידן ממגד תבואות שמש,
הא לכם זרע אחת וחמש,
=רפואות פאר חולים אנכי מבקש,
אן קיין ממוצע קיין מלאך אחת ושש,
בביאת משיח למעלה מדרך הטבע,
בשנת השמיטה אוי אחת ושבע,
(אז ביום - וויזניץ)
אז ביום, ווען מ'זעהט אזא בוים,
א מז"ט וואונטשן ולא ידום,
די חשוב'ע רעבעצן די באבע,
מעין עולם הבא, מ'פרייט זיך דא מיט די שמחה רבה,
--אויף דעם האט מען געווארט, און געבעטן בינו לבינו,
צו זעהן די שמחות אזעלכע שיינע,
די צדקה די ביקור חולים און הכנסת כלה,
ברענגען זיכער ברכות מלמעלה,
--הטיבות מאד לראשונים,
ס'פרייען מיט די זיינעס פון עולמות עליונים,
דער וויזניצער רבי זצ"ל דער ישועת משה זין זכות איז דא חונים,
וכן תטיב גם לאחרונים,
--בזכות זיינע זיידעס משמי מעל,
וועט ווייטער ברכות אייביג זיין חל,
די חשוב'ע רעבעצן מיט פרישע כוחות אנצוגיין,
טון גוטע מעשים געזונטערהייט אמן,
(עזור לשובתים)
און פארן רבי'ן שליט"א מ'וואונטש בשם קהלא קדישא הדין,
ווייטער זיין אונזער שלוח ציבור פאר גרויס און קליין,
פועל'ן פאר אונז ישועות און רפואות ביים טאנצן אחת למעלה,
לכה רבינו לקראת כלה,

- סביב העולם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3828
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm
מי יודע האט געשריבן:א גראם מיט טעם האט געשריבן:אבנארמאלע טאלאנט!!!
קונצעליכע שורות
קלאר ארויסגעברענגט א נושא
זיך באלעקט מיט יעדע חרוז.
קען איינער ארויף שטעלן די גראמען פון שמחת בית טאהש בורשטין ספינקא
און אזוי אויך ראחמיסטרווקא
יישר כח פון פארנאויס
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער