"ברח דודי", (אפגעטיילט פון אן אנדער אשכול)

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

"ברח דודי", (אפגעטיילט פון אן אנדער אשכול)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נאטורליך האט געשריבן:האט איינער געהערט דער נייער טעיפ/סידי "ברח דודי" איך האב עס געקויפט און עס געפעלט מיר זייער.


נאטורליך: איך האב געהערט דעם "ברח דודי". פאר די וואס האבן ליב די אלטע לאנגע ניגונים, איז עס זייער גוט, אבער פאר רוב פון היינטיגן דור זעה איך נישט פארוואס ס'זאל זיין אינטערעסאנט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

עס האט א חן, איך האב עס אנגעצינדען פאר די קינדער ביי מיר אין שטוב ווי עס גייען כמעט נאר קינדער טעיפ'ס און זיי האבען עס געגליכען. מיין קליינער האט זיך אויסגעלערענט דעם ערשטען ניגון דארט. אפשר וועל איך עס ארויף לייגען אויף עפעס א זמירות שבת.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מיינע קינדער האבן עס אויך גראדע געגליכן, ווייל זיי זענען רגיל צו הערן די סארט ניגונים פון מיר און פון אנדערע ענליכע טעיפס. אבער אין א גענעראציע ווי "יאסעלע פליעט" דאמינירט דעם מארקעט, איז שווער צו טרעפן צופיל אזעלכע קינדער.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

אלזא אונז ביידע האבען מיר ספעציעלע קינדער. just kidding
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ס'האט נישט מיט די קינדער, ס'האט מיט די עלטערן. אזוי ווי מ'איז זיי מחנך, אזוי וואקסן זיי אויף.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נאטורליך האט געשריבן:האט איינער געהערט דער נייער טעיפ/סידי "ברח דודי" איך האב עס געקויפט און עס געפעלט מיר זייער.

איך האב היינט איבערגעהערט דעם טעיפ נאכאמאל, און איך פארשטיי שוין פארוואס מ'האט א נאמען געגעבן דערפאר "ברח דודי".
די מעשה איז געווען אזוי: ווען די גאנצע פאסטען משפחה האט געענדיגט רעקארדירן דעם טעיפ, האבן די נעפיוס געזאגט פאר'ן פעטער: "ברח דודי". פעטער, אנטלויף פון דא. גיי קיין שווייץ... אדער קיין ווייסעך וואו... די היינטיגע יוגנט וועט דיך צערייסן פאר'ן ארויסגעבן אזא אלט-מאדישע טעיפ אינעם 21'סטן יאר-הונדערט...
An article a day keeps the babies away
גאליציאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנער »

יא איך העב עס געהערט עס איז זייער שיין אין עס האט נאך אביסעל פינעם אלטען טעם א יודישען געשמאק
אין קאנטראסט מיט אסאך היינטיגע טעיפס וואס איז נישט אין מויל אריינצינעמען
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

איך בין נישט אזוי באהאוונט אין די טעיפס און סי.די. מארקעט. אבער אז מ'רעדט פון אלטע ניגונים האב איך אינטערעס. קען מיר איינער ערקלערן וואס טוט זיך אין דעם טעיפ און ווער איז דער מו"ל. א דאנק
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

איך האב דאס אויך געקויפט און געהערט און הנאה געהאט, און ווען עס איז ארויס די צווייטע פון זיינע ניגונים מיט'ן נאמען צור משלו האב איך אויך צוגעלייגט צו מיין אוצר
פארשטייט זיך אז ס'איז נישט פאר צופיל מענטשן פון היינטיגען דור, אבער ווער עס האט ליעב איז דאס מחיה נפשות
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

איך האב דעם ניגון וואו דער זיידע זייערע ר' חיים יושע פשעמיש זינגט דאס מיט אזא מין מתיקות מיטן גאליציאנע הרבה.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

מאשקע האט געשריבן:ס'האט נישט מיט די קינדער, ס'האט מיט די עלטערן. אזוי ווי מ'איז זיי מחנך, אזוי וואקסן זיי אויף.


מאשקע, גאר גוט געזאגט. ווען א קינד ווערט געבוירן האט ער נישט "נאטורליך" ליב א ליפא אדער א מרדכי וכו' וגו'. דאס וואס מען לייגט אין אים אריין, דאס פיקט ער אויף. מיינע קינדער קענען זיך נישט אוועק רירן פון ר' יו"ט ערליך, ר' לייבל וויינשטאק און אפילו ברוך אתה. אבער אפילו ביי קינדער טעיפס, קומט נישט אריין ביי מיר אין שטוב קיין יאסעלע פליט ודומיהן. יא, עוד יוסף חי, רץ כצבי, לכל זמן. דאס שוין יא.

עכ"פ, פארוואס ברענג איך יעצט ארויף אזאן אלטן אשכול. איז די מעשה אזוי.

אפאר חדשים צוריק, האט מיין אידענע'ס א חבר'טע איר אוועק געגעבן עפעס א זאפאס פון טעיפס וועלכע זענען 'נישט איר טעיסט', איך האב קיינמאל נישט צופיל געקוקט וואס דארט איז דא, אבער נעכטן האב איך געדארפט ערגעץ פארן א שטיקל וועג, האב איך א קוק געטאן צווישן יענע טעיפס וואס דארט געפונט זיך, און איך האב געזען דעם ברח דודי טעיפ, איך האב עס שוין אסאך מאל געזען אין ספרים געשעפט, אבער קיינמאל נישט געהערט.

האב איך עס אלזא יעצט אפיר גענומען, און מיטגענומען אין קאר. איך האב עס אריינגעלייגט אין דעם פלעיער, און וואס זאל איך אייך זאגן, איך בין פלעין ארויס פון די כלים.

איך האב שוין אסאך געהערט פון ר' חיים יהושע פשעמיש ז"ל, א פארצייטישער חסיד'ישער איד, וועלכער איז געווען אינדערהיים א קאלאשיצ'ער חסיד, און דאהי אין אמעריקא האט ער מקבל מרות געווען פון מהרי"י מ'סקווירא (דאס ווייזט אויך אויף זיין זיין א פארצייטישער חסיד'ישער איד, היינט פאסירט נישט אזאנס) איך האב יארן צוריק זיך געקענט מיט זיינס א זון וואס האט דעמאלס געוואוינט אין קראון הייטס, (אבער דאס גייט שוין צוריק איבער צוואנציג יאר, און איך האב נישט קיין השגה וואס דער זון טוט היינט), און דאס אז ער איז געווען א געוואלדיגער טרעזשור טרואוו (אוצר בלע"ז) פון פארצייטישע ניגונים, דאס גייט שוין צוזאמען מיט זיין נאמען. אבער איך האב קיימאלנישט געוואוסט אז דער טעיפ איז ניגונים וואס ער פלעגט זינגען.

אבער אצינד האב איך דאס געהערט, און איך בין מורא'דיג נתפעל געווארן דערפון. ממש אלע ניגונים, איינס ביי איינס, זענען ווערד געלט. טו בעד, ניגונים פונעם אלטן היים האט אן אנדערן טעם, און היינט קען מען דאס נישט נאכמאכן. זעעט אויס אז א מויל וואס עסט אמעריקאנער טשיקן מיט סטעיק (א"י'דיגע איז די זעלבע זאך פאר כמעט אלל טינגס קאנסערנד) פאבריצירט נישט אזעלכע סארט ניגונים.

אגב, דער לעממער וועלכער זינגט דארט זינגט גאר שיין, און האט א וואונדערבארן קול.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ווייסט איינער וויאזוי אויפצוזיכן דעם קאסעט אויף דזואיש מיוזיק פם??
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נאדיר
נו גוט נו שוין האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי אויפצוזיכן דעם קאסעט אויף דזואיש מיוזיק פם??


דער עיקר וויסט עס הערן יא? איז ME אויך גוט?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

צוגעטראפן!

יישר כח!
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

הרה"ח ר' חיים יושע פשעמיש ז"ל בעל מנגן המפורסם ובעל תפילה פון לאנצוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

בעל מנגן המפורסם הרה"ח ר' חיים יושע פשעמיש ז"ל פון לאנצוט פון וועם ס'איז ארויסגעקומען די טעיפס "ברח דודי" און "צור משלו" (ויש עוד)
https://jmusic.me/tag/leibell-fasten-en/?lang=en
ר' חיים יהושע ב"ר ישראל מנחם פשעמיש - ה' אדר תשמ"ח (מצבה בילד)
הוא היה משורר אצל ר אביש מאיר (המשורר ובעל תפילה) אין צאנז אצל הצאנזער רב .

בבחרותו היה ר' פשעמיש'ל בעל תפלה בחצר קודש אצל הרה"ק ר' חנה מקאלאשיץ ז"ל
דעם ניגון "והיא שעמדה"וואס ר' פשעמיש'ל האט פאר-פאסט,
האט הרה"ק מ'קאלאשיץ הי"ד געהייסן פונקטליך פאר ר' חיים יהושע פשעמיש ז"ל וואו אזוי עס צו פאר-פאסן,
זאגענדיג אים בזה"ל "חיים יהושע'לע, "א נייע ניגון מאכט די פעלקער פאלן"
הרה"ח ר' חיים יהושע פשעמיש ע"ה האט אויך געדאוונט פאר'ן עמוד ביים רבי פיניע'לע פין אויסטילער אויך אלס יונגערמאן
רבי פיניע'לע פלעגט קומען אויף צוויי שבתים קיין לאנצוט און ער האט געשיקט שלוחים מכבד זיין אז ער זאל דאווענען פאר'ן עמוד.
פארדעם איז געווען אן אנדערער בעל תפילה, הרה"ח ר'. דוד שוחט ע"ה וואס פלעגט מיטפארן, און ער האט זיך געפילט נישט ראוי,
"קעגן א לייב זאל איך דאווענען?"
האט איהם דער גבאי געזאגט: "כ'בין א שליח, און אז. דער. רבי הייסט פאלגט מען!"
האט ער נישט געקענט. אפזאגן און ער האט געדאוונט. ר' פשעמיש'ל
פלעגט דערציילן אז נאכ'ן דאווענען האט דער אויסטילער רב איהם באדאנקט
און איהם. געזאגט עפעס. אזא לשון אז. "ס'איז געווען א היימישע דאווענען" אדער. "כ'האב מיך געפילט אינדערהיים"

דא האט איר א ניגון געזינגען דורך ר' חיים יושע פשעמיש ע"ה. (פארשידענע קוועטשן זענען זינגט ער אנדערש ווי מודז'יץ)
https://copy.com/TFG0kha3UJhWDvQc
נאך פון ר' פשעמיש'ל
viewtopic.php?f=18&t=7366&p=213889
אטעטשמענטס
5838.jpg
5838.jpg (36.73 KiB) געזען 3427 מאל
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

לינק פון copy.com ארבייט נישט
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: "ברח דודי", (אפגעטיילט פון אן אנדער אשכול)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

איז דא ערגעץ וואו מ'קען קויפן דער אלבוים?
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”