שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
shimon7323
שר שלשת אלפים
תגובות: 3281
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג מאי 07, 2021 4:01 pm

ס'איז דא ביידע, אסאך זענען נתעורר געווארן פון זיינע הארציגע ניגונים, יעצט איז נתפרסם געווארן לכל זיינע אויסערגעווענליכער שריט און שטארקייט און אנדערע תחומים בפרט און התמדת התורה און עס האט עושה פירות געווען און אידען לערנען זיך ארויס פון דעם אויך ברוך השם.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש

ווען איר קויפט אויף אמעזאן, קויפט דורך דא און שטיצט א איד בדרך כבוד

אוועטאר
קו הישר
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך קו הישר » פרייטאג מאי 07, 2021 4:05 pm

לעניית דעתי האט שרגי נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט ווערן 'געדענקט' ווי א זינגער. ער האט זיך בכלל נישט וואס צו שעמן מיט זיינע זינגערייען וכו'
ער האט סך הכל נישט געוואלט בלייבן מיט די 'לעבנס שטייגער' וואס זיין א זינגער שלעפט אריין. און דאס האט ער אויסגעפירט אויפן שטארקסטען פארנעם.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 16258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מאי 07, 2021 5:40 pm

מען האלט שוין מער ווי א וואך נאכן פטירה, און איך קען נאך אלץ נישט ארויס נעמען דעם נאמען 'שראגי געשטעטנער' פון מיין קאפ. איך פיל ווי איך מוז ערגעץ אראפ שרייבן מיינע געפילן.

ווי וואויל איז אונזער דור, וואס דער באשעפער האט אונז אראפ געשיקט אזא דערהויבענע נשמה אויף אונזער וועלט, א נשמה וואס האט זיך באהאלטן אונטערן שלייער פון הרב הצדיק ר' שרגא בן יבלחט''א ר' חיים אליעזר דוד געשטעטנער.
ווי גליקליך זענען מיר אז אונז האבן אזא וואוילע טאטע, וואס אינמיטן פון דעם הסתר פנים פון אונזערע ספיקות און קשיות האט ער אונז געגעבן א לעבעדיגע מוסר ספר במלוא מובן המילה.
ניין, מיר האבן אים נישט געקענט פערזענליך. ניין, מיר האבן אים קיינמאל נישט געטראפן. און אויסער דורך זיין סי די, האבן מיר ניטאמאל געהערט פון אים. אבער די מאס התעוררות וואס ער האט אנגעווערטשאפט ביי אונז, מאכט פילן ווי אונז זענען געווען שכנים.

פאר בערך א חודש צוריק האב איך געשמועסט מיט א חבר מיינער ארום די עולם הנגינה, און איך געב אים א פרעג "געדענקסט נאך שראגי געשטעטנער? נעבעך א דורכפאל געווען. ארויס געגעבען צוויי סי די'ס, איינגעזעהן אז עס גייט נישט, און נעלם געווארן פון די סצענע פאר אייביג. כאטש האט ער איינגעזעהן בעוד מועד..."

"וואס עפעס?" פרעגט ער מיך "ער האט גאר שיין געזינגען!"

"איך האלט אויך אזוי, אבער פארוואס איז ער נעלם געווארן אויב אזוי? פארוואס האט ער ארויסגעבעקט?" און דער האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן.

עס איז מיר אין מיין וויסטע חלום נישט איינגעפאלן, אז שראגי האט זיך פשוט אפגעלאזט פון די גאנצע מעשה, און זיך געזעצט לערנען...

אונז קענען מיר אלע די מיני אינגעלייט, און אונז זענען ליידער אלע א חלק פון זיי, יעדער אויף זיין מדריגה. ליידער שפירט מען נישט אזא טעם אין אידישקייט. מען גלייבט אין באשעפער, און מען טוט נישט קיין עבירות, אבער, אלעס איז צו האלטן נאך דעם...
אידישקייט איז נישט אונזער לעבן, עס איז טאקע א שיינע חלק פון אונזער לעבן, אבער נישט "דאס" איז אונזער לעבן. אמאל איז געווען אידן וואס האבן געלעבט אידישקייט, אפילו היינט איז נאך דא צדיקים און עובדים. אבער איך? דער פשוטער אינגערמאן? נעה, ס'איז נישט פאר מיר. איך טשעק אפ אלע באקסעס, און צוריק צו מיין אייגענע לעבן. דעס איז וואס רוב מחנכים און משפיעים וויינען איז די בראך פון אונזער דור, די דיסקאנעקט, די נישט פילן ווי דעס איז וואס איך דארף, וויל, און בין.

איז געקומען אונזער הייליגע באשעפער, און אונז אריין געשיקט אריין אין אונזער עולם השפל, אונזער שוואכע דור, א אינגערמאן וואס הייסט שראגי געשטעטנער. און קבל תבל ומלואה, מיט א קידוש השם וואס האט אפגעקלינגען מקצה העולם ועד סופו (נאך די טראגעדיע, ווי איך גיי אביסל מרחיב זיין שפעטער) האט ער געגעבען א געשריי, ניין! דעס איז נישט מיך! איך בין טאקע א פשוטע אינגערמאן, נישט געווען די גרעסטע צדיק ביז אהער. אבער איך גיי מיך טוישן! פון היינט און ווייטער איז אידישקייט מיין לעבן! איך קען מיך ווייטער ענדזשויען, איך מוז נישט ווערן פארפרומט און הייליג, און דארף מיך נישט אפהאקן פון עולם הזה. אבער אידישקייט איז מיין לעבן! איך גיי זיין קאנעקטעד!

און שראגי מחייב את העניים. ואת העשירים. ואת השוואכע קעפ. ואת האויסגעלאשענע נשמות. ואת הפלעינע משפחות ואת ואת ואת! עס איז נישט דא קיין איינער וואס קען זאגן אז שראגי איז אים נישט מחייב. ער איז נישט געבוירען קיין צדיקל, א מלאך. ער איז אלץ געווען ווי אונז. א פשוטע אינגערמאן. ער איז נישט געבוירן צו עפעס א הייליגע משפחה, צו א טאטע א מחנך, א זיידע א מורה דרך.
ער איז נישט געווען קיין רייכער אינגערמאן בכלל. נאכן אויפהערן זינגען האט ער נישט געהאט קיין לחם לאכול, ווי עטליכע האבן געשריבן דא. ער האט געהאט גאר א שוואכע קאפ, ווי ער איז אליין מעיד. די קליפ וואס איז יעצט ארום געפארן ווי ער האט זיך געמוטשעט אויף א שורה'לע גמרא האט אויפגעשאקלט די וועלט. ער איז נישט געווען גארנישט. פונקט ווי מיך און דיך! און אז ער האט געקענט מאכן אזא 180, וואס איז דיין תירוץ? ער האט נאך געהאט אסאך בעסערע תירוצים ווי דיר, ביי אים איז זיין אזא מין אינגערמאן גאר געווען לצורך פרנסה... איז וואס איז דיין תירוץ? פארוואס קען ער יא און דו נישט?

הרב שמעון שפיצער האט ארויסגעברענגט א שטארקע געדאנק. עס טוט זיך א גאנצע פולמוס צי מען קען רופן די מתים קדושים. וואס מיינט א קדוש? איינער וואס האט מקדש געווען שם שמים מיט זיין שטארבן. שוין צענדליגער יאר וואס עס איז נישט ארויס געקומען אזא קידוש השם ביי איינעם'ס פטירה ווי ביי שראגי. צענדליגער טויזענטער אידן ארום די וועלט זענען געוואר געווארן וואס עס מיינט צו לעבן מיטן באשעפער, וואס די תורה קען טוהן פאר דעם מענטש, און ווי ווייט א איד קען אנקומען. איז דען דא א גרעסערע קדוש ווי אים?

און איך טראכט צו מיר נאך מער. ווי ווינדערלעך זענען די וועגן פון באשעפער. שטעלטס ענק פאר שראגי וואלט נפטר געווארן בשיבה טובה ביי די פינעף און ניינציג. וואס וואלט מען גערעגט אויף אים? א איד א עובד השם מנעוריו, געווען כל כולי קודש. געלערנט אכט שעה טאג (ער וואלט שוין מן הסתם געהאלטן דארט) הגם ער האט געהאט א געלונגענע ביזנעס. און איך וואלט געטראכט צו מיר "שיין, נאך עפעס א הייליגע נשמה, נעקסט." נאך מער פון דעם, לאמיר זיך פארשטעלן אז ער גייט טאקע ביי די 32, אבער פון יענע מעשה. דא וואלט מען אביסל מער גערעדט פון אים, וואס ער איז געווען, וואס ער איז היינט, און נעקסט. ער וואלט אפשר באקומען צוויי בלעטער אין בד''ה.

אבער ניין! די באשעפער האט געוואלט אויפשאקלן א וועלט! די באשעפער האט געוואלט אריין שיינען א ליכטיגקייט ביי אונז. דער באשעפער האט געוואלט ווייזן פאר יעדן אז קיין חילוק וואס דו ביסט, אידישקייט קען זיין דיין לעבן. תורה לייטערט אויס א מענטש. האט ער אים גענומען אויף אן אופן וואס פאר וואכן און וואכן גייט מען רעדן פון אים. אלע צייטונגען ארום די גאנצע וועלט רעדן פון אים. צענדליגער צענדליגער הערכות זענען שוין אפגעשריבן געווארן אויף אלע עקן פון די אינטערנעט. עס איז אנגעקומען צו יעדע חרדי'שער איד. נישט דא קיין איין חרדי אויפן כדור הארץ וואס האט נישט באקומען קיין קיצל. און דעס איז גראדע זיין שכר. שכר מצוה מצוה, און אויף דעם וואס ער האט אזוי שווער געארבעט בחיים חיותו , צו געבן פאר א צווייטע איד א טעם אין אידישקייט, האט דער אייבערשטער אים צוריק געצאלט מיט טויזענטער מאל אזויפיל. זיין מעסעדש איז אנגעקומען צו די גאנצע וועלט. די קליפ פון זיין סיום איז געזען געווארן צענדליגע טויזענטער מאל. ביז היינט האבן עס אפשר צוואנציג מענטשן געזען, און אויב וואלט ער געשטארבן כאחד האדם וואלט עס געבליבען ביי דעם. אבער יעצט האט עס מחזק געווען טויזענטער טויזענטער שוואכע קעפ! און איינער האט נאך קשיות? שראגי האט נישט געקענט באקומען א גרעסערע שכר ווי גיין אזוי יונג און אזוי טראגיש.

עס איז נאך דא א ים צו שרייבן, אבער עס ווערט שוין באלד דער זמן. שראגי איז פון די זמן געזעצן אין ביהמ''ד און געלערנט.

שראגי טייערער. וואויל איז דיין חלק. דו האסט ערפילט דיין תפקיד מיט אזא מין שלימות. לך בשלום, ותנוח על משכבך בשלום. זיי גליקליך אז דו האסט זוכה געווען דערצו. און מיר גיין זיך טרעפן צום ערשטן מאל מיט משיח'ן (אויב מען גייט מיר אריין לאזן במחיצתך), און דעמאלטס גיי איך דיר באדאנקן פנים אל פנים פארן טוישן מיין לעבן. אויף אייביג בעז''ה.
לעצט פאראכטן דורך סטיטשינער אום פרייטאג מאי 07, 2021 5:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווען סטיטשינער ווערט סופּער, וויאזוי רופט מען אים אין ענגליש? ס'האט אן עמטליכע ווארט:superstition...

אוועטאר
מקווה איד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3350
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך מקווה איד » פרייטאג מאי 07, 2021 5:57 pm

Powerful!!!! איך בין שפראכלאז

משהלע
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך משהלע » פרייטאג מאי 07, 2021 5:59 pm

Wow סטיטשינער!

דובי'ס א פען
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 10:38 pm

Re:

תגובהדורך דובי'ס א פען » פרייטאג מאי 07, 2021 6:01 pm

סטיטשינער האט געשריבן:מען האלט שוין מער ווי א וואך נאכן פטורה, און איך קען נאך אלץ נישט ארויס נעמען די נאמען שראגי געשטעטנער פון מיין קאפ. איך פיל ווי איך מוז ערגעץ אראפ שרייבן מיינע געפילן.


עס איז נאך דא א ים צו שרייבן, אבער עס ווערט שוין באלד די זמן. שראגי איז פון די זמן געזעצן אין ביהמ''ד און געלערנט.

.



איר זענט מסכים צו ממשיך זיין אדער מיט א צוויטע קפיטל ?
Wow wow, געוואלדיג און מוראדיג קלאר געשריבן, ייש"כ

אוועטאר
נתן בן ופסי
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re:

תגובהדורך נתן בן ופסי » פרייטאג מאי 07, 2021 6:28 pm

סטיטשינער האט געשריבן:

דיינע שירות ליינן זיך פון זיך אליינס א מורא'דיגע פעדער, רירסט אן די נשמה פון יעדע זאך
על כל נשימה ונשימה תהלל יה! אויף יעדן אטעם זאג איך מודים אנחנו לך (החפץ חיים לתלמידו)

אוועטאר
shimon7323
שר שלשת אלפים
תגובות: 3281
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג מאי 07, 2021 6:32 pm

סטיטשי איך דארף שוין טראכטן יעצט וויפיל די גייסט שערן מיט שרגי און דער שכר..

מאסיווע ווערטער. יישר כח
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש

ווען איר קויפט אויף אמעזאן, קויפט דורך דא און שטיצט א איד בדרך כבוד

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך אידישע מוח » פרייטאג מאי 07, 2021 6:34 pm

יוא סיטשי שרייבסטו גוט
אין שיין ארויס געברענגט אז ביים ליינען האסטו נאכאמאל דערוועגט די הרהור תשובה
זאל עס זיין לעילו נשמתו פון ר שרגא

בעל מדרגה
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך בעל מדרגה » פרייטאג מאי 07, 2021 6:57 pm

סטיטשינער, געוואלדיג!

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12703
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך איינס » פרייטאג מאי 07, 2021 7:13 pm

סטיטשינער!!!!!

האסט מיר אויסגעכאפט ביים ווארט, געהאט אין קאפ א ענליכס צו שרייבן
וועל איך נאר צוענדיגן וואס איך האב געוואלט צושטעלן צו דעם

די גמרא זאגט שרגא בטיהרא מאי אהני - א ליכט ווען סאיז ליכטיג אינמיטן טאג געבט נישט גארנישט צו
אונז זענען מיר צוגעוואינט צו הערן אחרי מות קדושים אמור ווי מפארציילט אונז ווי דער רבי זצ"ל און דער רב ז"ל און דער צדיק און יענער צדיק, ווי זיי זענען געווען קדוש מרחם אפגעזינדערט פון די וועלט וכו' אבער די אלע מעשיות איז אונז נישט אזוי מחייב, ווייל איך בין דאך נישט קיין קדוש מרחם און איך גראדע אלס אינגל פלעג איך טראבלען אין חיידער און אין כולל פלעג איך אביסל פאמפענען...

דענק איך אלס אינגל איין חוה"מ ביי מיין זיידען אין שטוב זענען געזעצן די פעטערס און געשמועס א חול המועד שמועס, בתוך הדברים איז ארויף געקומען די נושא, און מיין זיידע האט געזאגט אז דאס איז אבסיל א חורבן פאר די אינגוואר ווען מדערציילט זיי נישט ווער זענען העכט געווען די גדולי הדור אין זייער איגנט ווייל זיי זעעהן זיך נישט אין וויסטן חלום זיין א ערליכער אויסגעארבעטער איד ווען ער איז עלטער ווייל ער לערנט דאך נישט 15 שעה א טאג אלס אינגל ביי ריסעס. ברויך מען יא פארציילן די שוואכקייטן זייערע און דערציילן פאר אונז און אונזערע קינדער אז יעדער פון אונז קען אויך זיך אויסארבעטן ווי אזוי ער זעהט אויס יעצט.

ליינענדיג דא האב איך באמערקט ווי דער עולם וערט זייער 'אינספייערט פון זיין סטארי' און דאס טאקע שטעקט דא, איך האב איהם כלל נישט געקענט אבער ווען מקומט ארויף און מפארציילט וואס ער איז געווען, און ווי דו שרייבסט עס ער האט ווייטער ענדזשויט לייף און קיינער שעמט זיך דאס נישט צו זאגן, ווי מזאגט ער איז פון אונזערע און דאך זיך אויסגעארבעט איז דאס אונז שוין איינמאל מחייב, און סהאט מיר טאקע געכאפט די הגדרה אין אונזער שפרך אינספייערט פון זיין סטארי.

אין א לעכטיגע וועלט ווען א ליכט ברענט זאגט די גמרא מאי אהני, וואס געבט דאס צו
אבער יעצט קען מען זאגן שרגא בטיהרא היינו דאהני לן, טאקע דאס אז אין א וועלט וואס איז לעכטיג ברענט זיך א ליכט פאר זיך דינט זיך זיין באשעפער נישט ווייל ער גייט ווערן א דיין נישט ווייל ער גייט ווערן עפעס א אויסגערופנער תלמוד חכם נישט פאר גארנישט, מכלומרשט איז די שרגא בטיהרא געבט גארנישט צו, אבער יעצט קען מען זאגן שוין איינמאל האט ער אונז צוגעגעבן אונז געלערנט א לעסן וואס מיינט לעבן (תרתי משמע) פארן באשעפער!
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מוצ"ש מאי 08, 2021 11:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10757
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג מאי 07, 2021 7:35 pm

סטיטשי אין מילים. האסט מיר אויפגעשאקלט.

אוועטאר
פנימחדשות
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: ר' שרגא געשטעטנער זצ"ל

תגובהדורך פנימחדשות » מוצ"ש מאי 08, 2021 6:44 pm

לכבוד הרב @סטיטשינער, האסט אויפגעשאקעלט מיין הארץ מיט דיינע הייליגע ווערטער, בפרט מיט די לעצטע שורה.
סטיטשינער האט געשריבן:שראגי טייערע. וואויל איז דיין חלק. דו האסט ערפילט דיין תפקיד מיט אזא מין שלימות. לך בשלום, ותנוח על משכבך בשלום. זיי גליקלעך אז דו האסט זוכה געווען דערצו. און מיר גיין זיך טרעפען צום ערשטע מאל מיט משיח'ן (אויב מען גייט מיר אריין לאזן במחיצתך), און דעמאלטס גיי איך דיר באדאנקען פנים אל פנים פארן טוישען מיין לעבן. אויף אייביג בעז''ה.


איך האף ביסט נישט ברוגז אז איך עפען יעצט א אשכול מיט דיין תגובה אלס די איינלייטונג.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p2759661

טייטל
שר האלף
תגובות: 1383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך טייטל » זונטאג מאי 09, 2021 1:23 am

סטיטשינער ייש”כ

מוזיק באנד
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך מוזיק באנד » זונטאג מאי 09, 2021 3:35 am

קול מבשר היכל הנגינה אפטיילונג האט די וואך געווידמעט אלע שמועסן ארום שרגי ע"ה, ס'איז כדי אויסצוהערן און איר וועט זיכער עפעס מיטנעמען דערפון, זאל עס זיין לע"נ הקדוש שרגא אליהו בן ר' חיים אליעזר דוד הי"ו

אוועטאר
מצפה לישועה
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 10:03 pm

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך מצפה לישועה » זונטאג מאי 09, 2021 5:49 am

האט איינער די הספד פון ר' שמעון שפיצר אויף אים?
ישועת השם כהרף עין

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » זונטאג מאי 09, 2021 7:41 am

סטושינער האסט מיר צונימען.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך פאסט טרעגער » זונטאג מאי 09, 2021 3:11 pm

@סטיטשטנער שכוח

זייער הארציג

אוועטאר
מומחה יוחס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג מאי 09, 2021 3:13 pm

סטיטשינער
ייש"כ
זייער רירענד ....
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
מומחה יוחס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג מאי 09, 2021 3:14 pm

משה צימערינג האט געשריבן:
אשריך האט געשריבן:
ישראלזון האט געשריבן:געהערט בשם די מאמע פון ר' שרגא וואס האלט אין איין זאגן ביים ניחום אבלים: ער האט נישט געוואלט און ער וואלט נישט געוואלט געדענקט ווערן אלס א זינגער. אז זאך פון וואס ער האט זיך לחלוטין אפגעלאזט די לעצטע יאר צוויי מטעמים ידועים לכל, און ס'באדערט זייער פאר די משפחה אז מ'רעדט פון איהם אלס זינגער. ר' שרגא איז געווארן אן אמת'ע בן תורה און די זעלבע צייט א נהנה מיגיע כפו, וואס איז די העכסטע מדריגה וואס א איד קען צוקומען



תורה איז גאר א גרויסע זאך
אבער די כח הנגינה איז אויך גרויס אז די הייליגע חתם סופר וואלט אוועקגעגעבן ... צו קענען זינגן
דער וואס ניצט אויס די כח הנגינה ווי עס דארף צו זיין מהנה אידישע קינדער איז זיין שכר גאר גרויס

אז דו דערמאנסט דעס
שרגי איז א אייניקל פונעם הייליגן חתם סופר דורך זיין מאמע זז״ג


עפעס ליגט מיר אין קאפ אז משפחת געשטעטנער זענען אויך אייניקלעך פין די הייליגע חתם סופר... אדרבה זאל איינער דאס אויסקלארן
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
משה צימערינג
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך משה צימערינג » זונטאג מאי 09, 2021 3:19 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:
אשריך האט געשריבן:
ישראלזון האט געשריבן:געהערט בשם די מאמע פון ר' שרגא וואס האלט אין איין זאגן ביים ניחום אבלים: ער האט נישט געוואלט און ער וואלט נישט געוואלט געדענקט ווערן אלס א זינגער. אז זאך פון וואס ער האט זיך לחלוטין אפגעלאזט די לעצטע יאר צוויי מטעמים ידועים לכל, און ס'באדערט זייער פאר די משפחה אז מ'רעדט פון איהם אלס זינגער. ר' שרגא איז געווארן אן אמת'ע בן תורה און די זעלבע צייט א נהנה מיגיע כפו, וואס איז די העכסטע מדריגה וואס א איד קען צוקומען



תורה איז גאר א גרויסע זאך
אבער די כח הנגינה איז אויך גרויס אז די הייליגע חתם סופר וואלט אוועקגעגעבן ... צו קענען זינגן
דער וואס ניצט אויס די כח הנגינה ווי עס דארף צו זיין מהנה אידישע קינדער איז זיין שכר גאר גרויס

אז דו דערמאנסט דעס
שרגי איז א אייניקל פונעם הייליגן חתם סופר דורך זיין מאמע זז״ג


עפעס ליגט מיר אין קאפ אז משפחת געשטעטנער זענען אויך אייניקלעך פין די הייליגע חתם סופר... אדרבה זאל איינער דאס אויסקלארן

ניין
ס׳יז דא במשפחת געשטעטנער וואס זענען.
זינט גילוי האט זיך גע'גילוי'ט האט זיך נאכנישט אפגעטון אזא ג'גילוי'עכץ... (קרעדיט לכו... וגו')

פאלקאוויטש123
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:38 am

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך פאלקאוויטש123 » זונטאג מאי 09, 2021 3:28 pm

can anyone bring the song from shraga KERACHIEM OV on google drive?

אור מופלא
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך אור מופלא » זונטאג מאי 09, 2021 3:32 pm

סטיטשינער, זייער גוט און טרעפליך. [אויב האב איך גוט פארשטאנען צו ווישן דיינע שורות, פלאנסטו צו היבש מינימיזירן דיין אנוועזנהייט אויפן וועלטל דא. ריכטיג?]

כ'פלעג מיר דא דארט וואונדערן וואס איז מיט דעם שרגי'ן געווארן, אבער כ'בין נישט צו אינטא מוזיק, סא צופיל צייט האבעך נישט געווידמעט דערפאר.
יעצט אבער, הערנדיג איבער וואס איז מיט דעם מענטש געווארן, האב איך אויפאמאל געשפירט אזא סארט התעוררות, ממש אן אפשפיגלונג פון די מאמר חז"ל "טובה מרדות אחת בלבו של אדם יותר ממאה מלקיות".

פון דעם במה, און איך בעט אז אנדערע זאלן זיך צו מיר צושטעלן, דא אדער סיי וויאזוי, רוף איך צו מאמענט וכדו' ארויסצוגעבן א לאנגע און דעטאלירטע באריכט [צו גאר ביילאגע] פון שראגי זצ"ל, מיט אינטערוויוס לרחצה, ווען וואס וויאזוי, פון נישט פארשטיין קיין שורה גמרא ביזן לערנען פיר פינעף שעה, און וואס זענען געוועהן זיינע שאיפות אויף להבא [וועלכע די רצון העליון האט בוחר געוועהן אז אונז אלע זאלן עס ממלא זיין בזכותו ותמורתו], מיט קלארע בילדער [וואס יתכן אז כ'וועל וועלן האלטן איינס אין בערזל].

ווילאנג די אייזן איז גליעדיג. יעצט איז די צייט.
שרגא בטיהרא, היינו דאהני לן.
לעצט פאראכטן דורך אור מופלא אום זונטאג מאי 09, 2021 4:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קוואל וואסער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך קוואל וואסער » זונטאג מאי 09, 2021 4:22 pm

"די קליפ וואס איז יעצט ארום געפארן ווי ער האט זיך געמוטשעט אויף א שורה'לע גמרא האט אויפגעשאקלט די וועלט"
לינק? קליפ?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך

אוועטאר
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: שראגי - ר' שרגא געשטעטנער [ז"ל]

תגובהדורך הייליג » זונטאג מאי 09, 2021 4:46 pm

קוואל וואסער האט געשריבן:"די קליפ וואס איז יעצט ארום געפארן ווי ער האט זיך געמוטשעט אויף א שורה'לע גמרא האט אויפגעשאקלט די וועלט"
לינק? קליפ?

https://drive.google.com/file/d/1CIsXKB ... p=drivesdk
גענומען פון דא
viewtopic.php?p=2745217#p2745217
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: A Yidish Boy, YandexBot, דער יעניגער, נברא, פארדעם און 21 געסט