פורים דעפרעסיע

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

איינער וויסט וואס איך מיין?

די עצבות וואס באפאלט פורים נאכמיטאג צווישן 5:45 און די שקיעה ...

מה עושים?
לעצט פארראכטן דורך געמבלער אום דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1645
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

5:45

בעט מען זיך איבער

ריגעלע ריגעלע רויגעז ...
הצלת החינוך
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2022 3:32 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלת החינוך »

געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:53 pm
איינער וויסט וואס איך מיין?

פורים נאכמיטאג צווישן 5:45 און די שקיעה ...

מה עושים?
פורים דיפרעסיע מוז נישט זיין נאר אין די ספעציפישע צייט עס קען אפילו זיין א גאנצן טאג
איבעראל טאנצט און שפרינגט און יעדער מוז שמייכלען און זיין פרייליך, אסאך מאל זענען דא געוויסע מענטשן וואס שפירן אז זיי זענען יעצט נישט עפעס באזונדער אויפגעלייגט, און אויב עפעס ביסטו נאך אנגעצויגן אויך, מיט אלע זאכן וואס מען דארף ערלעדיגן, און יעצט קומט נאך צו די שווערע עול פון זיין פרייליך
די גוטהארציגע אידן גיסן נאך צי זאלץ צו די וואונדן און ווען זיי זעהן דיר מיט די ערענסטע געזיכט זאגן זיי נא ווי איז דיין שמייכל??? עס איז דאך פורים היינט!!!!!!! און ווידער ווערסטו מער אנגעצויגן אז דו ביסט נישט פרייליך
נאכדעם קומט צי נאך פארשידענע סטרעס און טראמא, א שטייגער ווי דאס אז נישט יעדע מענטש איז באשאפן געווארן אז פון די אנדערע זייט גאס זאל מען אויסשרייען זיין נאמען הויעך,
און פורים עס איז דא אסאך שיכורים אדער געמאכטע שיכורים וואס גייענדיג אויף די גאס ווען זיי באמערקן דיר וועלן זיי שרייען פון די אנדערע זייט יענקל!!!!!!!! יענקל!!!!!!!!!! האסט דיך שוין געקויפט א נייעם רעקל????????????
און אפילו ווען יענער שרייט נישט אבער די פחד אז יעדע מינוט קען דא איינער ארויסגיין פון קאנטראל און שרייען דיינע פריוואטע זאכן ברבים קען ארויסהעלפן צו די אנגעצויגנקייט
נאכדעם איז דא די חלק פון נערוועז ווערן פון א שיכור, א מענטש וואס איז נישט אנגעטרינקען איז זייער מעגליך ער זאל ווערן זייער זייער אנגעצויגן פון שיכורים עס מאכט פשוט נערוועז
יעצט דאס איז אלעס בכלליות אבער איז זייער פאסיג אין די נאכמיטאג צייט ווען מען זיצט נישט ביי די סעודה, מען איז מיד פון א גאנצע טאג, און מען האט נישט עפעס ספאציעל מיט וואס צו זיין באשעפטיגט אז אנגעצויגנקייט זאל ארויסקומען, און אויך שפירט זיך עפעס אזא מין ליידיגקייט
פאר סעלושענס צום פראבלעם אין קומעדיגע תגובה ביטע לאזט אייך הערן אויב די פונקטן שטימען אייך
יישר כח
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:53 pm
מה עושים?
מען נידערט די ערווארטונגען..
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
פולווער
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 11:53 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פולווער »

איינציגע וועג איז זיין אביסל בגילופין, אז נישט איז אלעס קארני.

אויב איז מען אליינס קארני בגילופין שפירט מען עס כאטש נישט…
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

נשמת השכל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:12 pm
געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:53 pm
מה עושים?
מען נידערט די ערווארטונגען..
דעציט

מיט א קלארע באשלוס פון פאראויס צו מיטשפילן מיטן מצב באשר הוא שם, און נישט ערווארטן הוידל בוידל! פלעין זיין גרייט פון פאראויס אלעס צו אננעמען מיט א רואיג'קייט.

בדוק ומנוסה.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17363
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פולווער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:14 pm
איינציגע וועג איז זיין אביסל בגילופין, אז נישט איז אלעס קארני.

אויב איז מען אליינס קארני בגילופין שפירט מען עס כאטש נישט…
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
הצלת החינוך
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2022 3:32 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלת החינוך »

הצלת החינוך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:06 pm
געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:53 pm
איינער וויסט וואס איך מיין?

פורים נאכמיטאג צווישן 5:45 און די שקיעה ...

מה עושים?
פורים דיפרעסיע מוז נישט זיין נאר אין די ספעציפישע צייט עס קען אפילו זיין א גאנצן טאג
איבעראל טאנצט און שפרינגט און יעדער מוז שמייכלען און זיין פרייליך, אסאך מאל זענען דא געוויסע מענטשן וואס שפירן אז זיי זענען יעצט נישט עפעס באזונדער אויפגעלייגט, און אויב עפעס ביסטו נאך אנגעצויגן אויך, מיט אלע זאכן וואס מען דארף ערלעדיגן, און יעצט קומט נאך צו די שווערע עול פון זיין פרייליך
די גוטהארציגע אידן גיסן נאך צי זאלץ צו די וואונדן און ווען זיי זעהן דיר מיט די ערענסטע געזיכט זאגן זיי נא ווי איז דיין שמייכל??? עס איז דאך פורים היינט!!!!!!! און ווידער ווערסטו מער אנגעצויגן אז דו ביסט נישט פרייליך
נאכדעם קומט צי נאך פארשידענע סטרעס און טראמא, א שטייגער ווי דאס אז נישט יעדע מענטש איז באשאפן געווארן אז פון די אנדערע זייט גאס זאל מען אויסשרייען זיין נאמען הויעך,
און פורים עס איז דא אסאך שיכורים אדער געמאכטע שיכורים וואס גייענדיג אויף די גאס ווען זיי באמערקן דיר וועלן זיי שרייען פון די אנדערע זייט יענקל!!!!!!!! יענקל!!!!!!!!!! האסט דיך שוין געקויפט א נייעם רעקל????????????
און אפילו ווען יענער שרייט נישט אבער די פחד אז יעדע מינוט קען דא איינער ארויסגיין פון קאנטראל און שרייען דיינע פריוואטע זאכן ברבים קען ארויסהעלפן צו די אנגעצויגנקייט
נאכדעם איז דא די חלק פון נערוועז ווערן פון א שיכור, א מענטש וואס איז נישט אנגעטרינקען איז זייער מעגליך ער זאל ווערן זייער זייער אנגעצויגן פון שיכורים עס מאכט פשוט נערוועז
יעצט דאס איז אלעס בכלליות אבער איז זייער פאסיג אין די נאכמיטאג צייט ווען מען זיצט נישט ביי די סעודה, מען איז מיד פון א גאנצע טאג, און מען האט נישט עפעס ספאציעל מיט וואס צו זיין באשעפטיגט אז אנגעצויגנקייט זאל ארויסקומען, און אויך שפירט זיך עפעס אזא מין ליידיגקייט
פאר סעלושענס צום פראבלעם אין קומעדיגע תגובה ביטע לאזט אייך הערן אויב די פונקטן שטימען אייך
יישר כח
יישר כח פאר די וואס באדאנקן זיך אבער איך ווייס נאכאלטס נישט אויב אנדערע טרעפן זיך אויך אין די נקודות
לעצט פארראכטן דורך הצלת החינוך אום דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

דו רעדסט פון די אידן וואס זאגן אויס תהילים דעמאלט? עס שטייט דאך אז פורים איז די גרעסטע טאג אין יאר און כדי מען זאל עס נישט אויסניצן האבן די חכמים געמאכט א מצוה זיך אנצוטרינקען
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

הצלת החינוך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:06 pm
געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:53 pm
איינער וויסט וואס איך מיין?

פורים נאכמיטאג צווישן 5:45 און די שקיעה ...

מה עושים?
פורים דיפרעסיע מוז נישט זיין נאר אין די ספעציפישע צייט עס קען אפילו זיין א גאנצן טאג
איבעראל טאנצט און שפרינגט און יעדער מוז שמייכלען און זיין פרייליך, אסאך מאל זענען דא געוויסע מענטשן וואס שפירן אז זיי זענען יעצט נישט עפעס באזונדער אויפגעלייגט, און אויב עפעס ביסטו נאך אנגעצויגן אויך, מיט אלע זאכן וואס מען דארף ערלעדיגן, און יעצט קומט נאך צו די שווערע עול פון זיין פרייליך
די גוטהארציגע אידן גיסן נאך צי זאלץ צו די וואונדן און ווען זיי זעהן דיר מיט די ערענסטע געזיכט זאגן זיי נא ווי איז דיין שמייכל??? עס איז דאך פורים היינט!!!!!!! און ווידער ווערסטו מער אנגעצויגן אז דו ביסט נישט פרייליך
נאכדעם קומט צי נאך פארשידענע סטרעס און טראמא, א שטייגער ווי דאס אז נישט יעדע מענטש איז באשאפן געווארן אז פון די אנדערע זייט גאס זאל מען אויסשרייען זיין נאמען הויעך,
און פורים עס איז דא אסאך שיכורים אדער געמאכטע שיכורים וואס גייענדיג אויף די גאס ווען זיי באמערקן דיר וועלן זיי שרייען פון די אנדערע זייט יענקל!!!!!!!! יענקל!!!!!!!!!! האסט דיך שוין געקויפט א נייעם רעקל????????????
און אפילו ווען יענער שרייט נישט אבער די פחד אז יעדע מינוט קען דא איינער ארויסגיין פון קאנטראל און שרייען דיינע פריוואטע זאכן ברבים קען ארויסהעלפן צו די אנגעצויגנקייט
נאכדעם איז דא די חלק פון נערוועז ווערן פון א שיכור, א מענטש וואס איז נישט אנגעטרינקען איז זייער מעגליך ער זאל ווערן זייער זייער אנגעצויגן פון שיכורים עס מאכט פשוט נערוועז
יעצט דאס איז אלעס בכלליות אבער איז זייער פאסיג אין די נאכמיטאג צייט ווען מען זיצט נישט ביי די סעודה, מען איז מיד פון א גאנצע טאג, און מען האט נישט עפעס ספאציעל מיט וואס צו זיין באשעפטיגט אז אנגעצויגנקייט זאל ארויסקומען, און אויך שפירט זיך עפעס אזא מין ליידיגקייט
פאר סעלושענס צום פראבלעם אין קומעדיגע תגובה ביטע לאזט אייך הערן אויב די פונקטן שטימען אייך
יישר כח
אויפן האר!!!!
"אויך שפירט זיך עפעס אזא מין ליידיגקייט "
די ארטיקל האט מיר געהאלפן חנוכה, ווי איז שרייזשע('ס באקאנטע) ווען מברויך עהם?
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

איך האב דיר שוין פונלאנג געזאגט הער אויף געמבלען און אלעס וועט זיין בסדר.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
הצלת החינוך
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2022 3:32 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלת החינוך »

געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:20 pm
הצלת החינוך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:06 pm
געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:53 pm
איינער וויסט וואס איך מיין?

פורים נאכמיטאג צווישן 5:45 און די שקיעה ...

מה עושים?
פורים דיפרעסיע מוז נישט זיין נאר אין די ספעציפישע צייט עס קען אפילו זיין א גאנצן טאג
איבעראל טאנצט און שפרינגט און יעדער מוז שמייכלען און זיין פרייליך, אסאך מאל זענען דא געוויסע מענטשן וואס שפירן אז זיי זענען יעצט נישט עפעס באזונדער אויפגעלייגט, און אויב עפעס ביסטו נאך אנגעצויגן אויך, מיט אלע זאכן וואס מען דארף ערלעדיגן, און יעצט קומט נאך צו די שווערע עול פון זיין פרייליך
די גוטהארציגע אידן גיסן נאך צי זאלץ צו די וואונדן און ווען זיי זעהן דיר מיט די ערענסטע געזיכט זאגן זיי נא ווי איז דיין שמייכל??? עס איז דאך פורים היינט!!!!!!! און ווידער ווערסטו מער אנגעצויגן אז דו ביסט נישט פרייליך
נאכדעם קומט צי נאך פארשידענע סטרעס און טראמא, א שטייגער ווי דאס אז נישט יעדע מענטש איז באשאפן געווארן אז פון די אנדערע זייט גאס זאל מען אויסשרייען זיין נאמען הויעך,
און פורים עס איז דא אסאך שיכורים אדער געמאכטע שיכורים וואס גייענדיג אויף די גאס ווען זיי באמערקן דיר וועלן זיי שרייען פון די אנדערע זייט יענקל!!!!!!!! יענקל!!!!!!!!!! האסט דיך שוין געקויפט א נייעם רעקל????????????
און אפילו ווען יענער שרייט נישט אבער די פחד אז יעדע מינוט קען דא איינער ארויסגיין פון קאנטראל און שרייען דיינע פריוואטע זאכן ברבים קען ארויסהעלפן צו די אנגעצויגנקייט
נאכדעם איז דא די חלק פון נערוועז ווערן פון א שיכור, א מענטש וואס איז נישט אנגעטרינקען איז זייער מעגליך ער זאל ווערן זייער זייער אנגעצויגן פון שיכורים עס מאכט פשוט נערוועז
יעצט דאס איז אלעס בכלליות אבער איז זייער פאסיג אין די נאכמיטאג צייט ווען מען זיצט נישט ביי די סעודה, מען איז מיד פון א גאנצע טאג, און מען האט נישט עפעס ספאציעל מיט וואס צו זיין באשעפטיגט אז אנגעצויגנקייט זאל ארויסקומען, און אויך שפירט זיך עפעס אזא מין ליידיגקייט
פאר סעלושענס צום פראבלעם אין קומעדיגע תגובה ביטע לאזט אייך הערן אויב די פונקטן שטימען אייך
יישר כח
אויפן האר!!!!
"אויך שפירט זיך עפעס אזא מין ליידיגקייט "
די ארטיקל האט מיר געהאלפן חנוכה, ווי איז שרייזשע('ס באקאנטע) ווען מברויך עהם?
וואס איז פשט פון די ליידיגקייט?
ווייל די אמת איז אז עס גייט נאך טיפער, ווייל פון די אנדערע זייט איז דאך פורים א צייט וואס די אמת דארף ארויסקומען, און עס דארף יעצט נתגלה ווערן אז איך בין גאר א ערליכע אויסגעארבעטע איד
און פון די אנדערע זייט שפירט זיך עפעס נישט קיין אויסטערלישע הרגשים, ממילא וואס פאנגט מען זיך אן טרעפן מיט זיך אליינס, די אייגענע מציאות זעט מען אין שפיגל, און אנטוישינג קען זיין אביסל שטארק, ווילאנג די מוזיק שפילט און עס גייט א הוהא טראכט מען נישט, אבער ווען מען טרעפט זיך, אליין שטיל א פורים נאכמיטאג קומט ארויף די גאנצע אייגענע מציאות אין קאפ
אבער עס מוז נישט זיין אז אלעס איז אזוי אמת, אמאל קען זיין אז אין א צייט פון סטרעס, קומט אפיר פארשידענע איינרעדענישן און דמיונות און עס קלאפט אראפ די מענטש
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

הצלת החינוך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:29 pm

כהאלט זיך נישט פאר א אויסגעארבעטע איד אבער סמאכט סענס, הלוואי קען מען Snooze'ן די הרגשה וואס איז תובע אויף חודש אלול אדער יו''כ?
וויאזוי טרענסלעיט מען די ליידיגקייט אין א עבודה פון התקרבות און תשובה וואס מזעהט ביי געוויסע (לאו דווקא געהויבענע) יודן?
אוועטאר
מאנדל ברויט
שר האלף
תגובות: 1956
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדל ברויט »

פורים (אגאנץ יאר אויך) איז אייביג דא מענטשן וואס זענען פרייליכער ווי דיר (מיך אויך) סוי קען מען זיך פילן אביסל אויסגעשפילט, אבער ס'מיינט נישט אז דו ביסט נישט פרייליך
הצלת החינוך
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2022 3:32 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלת החינוך »

די ערשטע יסוד איז, זעסט מענטשן זענען זייער פרייליך זיי טאנצן זיי לעבן זיי דרייען זיך ארום פריש און מונטער זיי רופן זיך אן הויעך וואס זיי ווילן, ווייס אז זיי זענען גאנץ א אנדערע מהות ווי דיר, די הנהגה זייערע איז פון זייער מהות, טראכט נישט אז אויב קענסטו זיך נישט אזוי אויפפירן ווייל דיין מהות לאזט דיך נישט מיינט עס אז דו ביסט דעפרעסט
ניין! כלל וכלל לא, ביי זיי איז פורים זייער טאג, זיי געבן זיך אויס זייער ענעזשי זיי טוען דאס וואס זיי וואלטן געוואלט טון יעדע טאג אין יאר, און דו ווילסט עס קיינמאל נישט טון עס איז בכלל נישט דיין טבע צו זיין העפי גא לאקי וכו'
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

געווען אמאל א איד ביי א פראסטע גביר אינדערהיים און ער זעט דארט א לקוטי אורה פון רביה"ק מסאטמאר מיט אידישע מאמרים וואס די רבי פלעגט זאגן פורים, פרעגט ער דעם גביר פארוואס האסטו דעם ספר? זאגט ער אז פורים דארף ער קענען שרייען די אלע מיני הייליגע ווערטער, און איך אליין קען דאס נישט אויפמאכן, ממילא לערן איך דעם ספר צו וויסן וואס צו שרייען...
לפנות בוקר
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

שרייזשע האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 12:17 pm
באקומען פון מיינס א באקאנטען, א חשובע משפיע, וואס ער האט געשריבען פאר א אינגערמאן א ליידענדער אויף די חנוכה סינדראם...

דעם חנוכה - סינדראם קענט איר?
מסתמא...
איך קען עס פון אלץ יונג בחור׳ל, און ווי לענגער די יארן לויפן פארביי, באקען איך זעך דערמיט מער און מער.
ווער קען געבן צו פארשטיין, דאס זויערקייט וואס באפאלט דעם בחור׳ל אזוי כד כסלו אין די שפעטע נאכמיטאג שעה׳ן?
יא, קוקסט אים אן אויבן-אויף, זעהסט זיינע פיאות נאס און טראפנדיג אויפן לשם יחוד׳ל פון בני יששכר, ער שאקלט זיך שטארק ביים על הניסים, און ביי ולך עשית שם גדול קענסטו זעהן ביי איהם סימני דבקות אזש... אבער עפעס קיזלט אים אין הארצן, ער ווייסט נישט פונקטליך וואס, ער פילט אז פארפעלט עפעס גאר ספעציעל, און קוקט זעך ארום אין דארמיטארי, ווער פון די בחורים לויפט שוין צו זיין רבינ׳ס הדלקה, און ער שטייט דא ווי דעם שטאט׳ס נאר, מיט זיינע פאררויכערטע קנויטל, און האלב פארלאשענע אויגעלעך.
וואס דריקט אים? וואס נאקט אים דארטן טיף? ער וויל עפעס און ער האט נישט, אדער ער האט עפעס און ער וויל נישט.
דעם בחור׳ל קען מען עכט נישט פרעגן, ווייל ער איז נאך אליינס נישט קלאר וואס עס פייניגט אים, אבער אזוי שמועסנדיג מיט יונגעלייט׳לעך, קומט ארויף אויפן אויבערפלאך, אזעלכע ניגונים ווי ״דיע ליכט צינדן ביי מיין טאטן איז געווען א אפקומעניש״... ״פון ישיבה, וויל איך אפילו נישט רעדן, ס׳איז געווען מיאוס דעפרעסט״...״יעדעס יאהר חנוכה האב איך געפילט עפעס אזא מינע געפיהל, וואס איך קען דיר נישט מסביר זיין״... ״ווען מיין טאטע האט געזינגען דעם קאליב׳ער נשמת, מיטן קרעטשניפער שיר המעלות, האב איך געמיינט כ׳גיי אראפ פון זינען״... ״איך פלעג לויפן צו אלע הדלקות אין שטאט, ביז איך האב שוין דעס אויך געסטאפט״... ״גלייב מיר, מיין קאפ האט זיך געדרייט שנעלער פונעם דריידל״... ״איך ווייס נישט, כ׳האב דורך געלערנט גאנץ ישמח ישראל אויף חנוכה, מיט אלע שמועסן פון רבי צבי מאיר, און כ׳בין געבליבן הארט ווי א אבן במים אדירים״... ״כ׳האב מעך געראנגלט אזוי א צוואנציג מינוט צו כ׳זאל אנטוהן א בעקיטשע צו זאלעך בלייבן מיטן היט, ביז ס׳איז שוין פארביי דער האלבע שעה״...
דער בחור׳ל ראנגלט זיך נאך, און דער יוגערמאנטשיק פראבירט נאך זיין בעסט, אבער דער דרייסיג יעריגער איז עס שוין אויסגעוואקסן, יא טאקע - ער כאפט נאך א טבילה, און וועט נישט אויס לאזן די לשם יחוד׳ס ווי געוואוינט פון די ישיבה יארן, אבער אן צופיל פרעשור, עניוועי מוז מען זיך געבן א שאקל ווייל די שוויגער איז שוין אנגעצויגן, און מ׳קען נישט איבערטרייבן מיט גרויסע הכנות, און כ׳האב דאך שוין א יונגל וואס כ׳מוז אויסהערן וואס דער גרויסע רשע אנטיוכוס האט געטוהן מיט די אידן, סא, די דביקות וועלעך איך לאזן פאר בעסערע צייטן, און די אור הגנוז וועל איך יוצא זיין מיט די שיעור וואס איך לערן טעגליך, וואס לויט גירסא דינקותא ווייסעך אז דארט צווישן די שורות ליגט עס באהאלטן...
וואס פשט? וואס איז חנוכה אזוי אומקלאר?
לאמיר כאפן א בליק און א טראכט: די ענטפער איז צוטיילט אין צוויי, צוויי שטארקע פוינטס וואס ווערן נישט גענוג אויסגעשמועסט וואס ברענגט צו מיט די יארן, עפעס אזא געפיל פון אומ-מוטיגקייט אין די לעכטעלעך.
די ערשטע וועלמער רופן ״גרויס״ און די צווייטע ״יענער״.
׳גרויס׳ מיינט אזוי: קוק אהער, האסט געלערנט אויף חנוכה, געזוכט אויף חנוכה, גענישטערט אויף חנוכה, געטראכט אויף חנוכה, דו האסט אנגעפילט דיין הארד-דרייוו מיט איין זאך: חנוכה חנוכה חנוכה. חנוכה איז געווארן ביי דיר אזא גרויסע זאך, אזא ריזיגע ריזיגע אור, וואס דו ווייסט נישט וויאזוי מ׳שלינגט עס אראפ, אום חנוכה שיינען אזעלכע אורות אז דו ווערסט פשוט פארלאשן דערפון, חנוכה קען מען פועל׳ן אזעלכע ישועות אז דו ווייסט נישט וואו אנצוהייבן, מ׳קען נתהפך ווערן פאר א איש אחר לגמרי אז דו ביסט שוין דערשראקן וואס גייט טאקע פון דיר ווערן.
נישט-כאפנדיג גייט עס אזוי, די ספרים לייגן אראפ דראמאטיש ווי גרויס חנוכה איז, און ווי גרעסער די אור ווערט אלץ קלענער דו ווערסט... ווערסט עפעס אזוי בטל און אויס פון דעם שיין, אז דו פילסט עפעס א טונקעלע שאטן אינעם גאנצן אור הגנוז׳דיגן מצב.
טא, וויאזוי כאפ איך דעם אור? ווען ווערט שטיל אין אלע עולמות? וויאזוי מאך איך זיכער צו געדענקען אלע שטיקלעך קדושת לוי בשעת׳ן ברכה? ווען בין איך אינעם דרגא, אז ווען דער חוזה וואלט יעצט געליינט מיין קוויטל וואט ער געזאגט מיט התפעלות אז ס׳שיינט? און אויב בינעך טאקע אזוי הויעך און הייליג, פארוואס טראגט מיר דער ריח פונעם לאטקע אויף א דרייוו פון למטה משלשה טפחים?
אין קורצן; דער גרויסקייט פון חנוכה מאכט מיר קליין און פיצל, איך פיל ווי מיינע הענט ווערן קערצער און קערצער און דער אור ווערט ווייטער... אפילו איך וויל שוין אויפגעבן אויף מיין אינוועסטמענט, ווי איינער זאגט לאמיר שוין גיין מיטן ״פי כפיהם ועשייתי כעשיתם״, האבעך דאך שוין קיין מויל נישט. כ׳פיהל ווי א פייגל מיט אפגעהאקטע פליגלען וואס מען רייצט אים מיט א גוט שטיקל פליישל וואס הענגט אויפן צווייגל העכער זיין קאפ.

אט דא איז עס...
דא שטעקט דער טעות׳ל, עס הייבט זיך אן קליין און אומזעהבאר און איינמאל עס זעצט זעך אריין טיף אין די קעמערלעך פון דיין הארץ, זייעט עס אן חורבן און כעאס.
ווען דו לערנסט ווי גרויס דער חנוכה איז, פליז רבי לעבן פארגעס נישט פון דיך, חנוכה איז נישט געקומען זיך רייצן מיט דיין קליינקייט, נאר אדרבא, דיר געקומען ווייזן ווי אינעם קליינקייט וואספארא גרויסקייט דו פארמאגסט.
חנוכה איז א ליכט! חנוכה איז א שיין! א שיין פאר אלע גלייך, א שיין וואס ברעכט דורך אלע פינסטערנישן, און נישט ווייל ס׳איז גרויס האסטו עס נישט, נאר ווייל ס׳איז אזוי גרויס האסטו עס אויך.
חנוכה קומט דיך דערהייבן, עס קומט דיר ווייזן אז דו ביסט שטערקער פונעם יווני אין יעדן מצב, סא, דו דארפסט נישט זיך ארום דרייען מיט זארג און אנגסט, ווער בין איך, און וואו בין איך, נאר אז דו האסט דעם שמש׳ל אין היינט, האסטו דיין קלארע סימן, דיין רוף-צייכן פון הימל, אז אט ביסטו ווערד פארן בורא עולם צו צינדן זיינע ליכט, ער וויל דיר יא, און ער גיט דיר מיטן שמש א וואונק, נו, מיין קינד גיי צינד די ליכט אין דיין בית המקדש, לאז דיר נישט פונעם ׳שהחשיכו עיניהם׳, נעם דאס ליכטל און מאך דיר ליכטיג, מאך ליכטיג דיין וועלטעלע, מאך ליכטיג דיין הערצעלע. דו ביסט ביי מיר גענוג טייער און חשוב אז איך געניס פון דיר און איך שענק דיר פון מיין אומבאגרייפנדע שיין א קליין געשאנק אין פארם פון דיין מנורה, וואס זאל דיר איינבאקן אין הארצן פאר גאנצעטע אכט טעג, דו ביסט ליכטיג, דו ביסט ליכטיג...
זיי נישט מקנא אנדערע וואס צינדן מיט א פלאקער, פאל נישט אונטער די ברען פון דיין חבר, פארוואס? ווייל דו שיינסט יעצט אין אלע וועלטן. נישט נאר ברויכסט יענעם נישט מקנא זיין, ניטאמאל קיין ערליכער איד וואס יעדער לויפט קוקן זיין חנוכה צינדן, נאר אצינד ווען דו זינגסט דעם הנרות הללו, טוען דיר אלע צדיקים פון גן עדן מקנא זיין, זיי האבן דאס נישט, זיי זעהן נאר וואס עס גייט פאהר מיט דיין צינדן, אבער זיי אליינס פארמאגן נישט אט דעם זכיה.
סא, אין איין ווארט: ׳גרויס׳ ביזטו! נישט דער וועם דו ביסט מקנא.

אצינדעט גיימער אריבער צום צווייטן נקודה, וואס וועט שוין אביסל לייכטער זיך זעצן אויפן הארץ, היות די פוינט איז שוין עטוואס ארויסגעברענגט געווארן.
׳יענער׳...
יענער האט, יענער טוט, יענער מאכט, יענער ווייסט, יענער איז, יענער קען, יענער פארשטייט.
דער יענער איז תופס מקום בימי החנוכה אויף א ברייטן פארנעם, מענטשן היינט צוטאגס האבן מורא צו זיין אייגן-ארטיג, זינגען א לידל וואס איך האב ליב, צינדן מיט די נוסח וואס רעדט צו מיין הארץ, דרייען די קנויטעלעך לפי מיין הרגש.
חנוכה האט א פארם און א סיסטעם וואס איך קריך עס נאך וואו אומבא׳טעמ׳ט עס איז נאר.
פרעג א יונגערמאן א צוויי יאהר נאך זיין חתונה, וועלכע מעוז צור זינגסטו? אממ... וועט ער קווענקלען, עפעס א תנועה וואס מיין זיידע האט געברומט אין די גוטע יארן. אזוי? און עפעס א ספר קוקסטו אריין אינעם האלבע שעה וואס דו זיצט ביי די לעכטעלעך? נישט ממש, מיין טאטע פלעגט פארלערנען שטיקער קדושת לוי, אבער איך האב עפעס נישט קיין חיות דערפון... און דארפסט פארשטיין, איך קען נישט נעמען באר הפרשה אדער שיחות חיזוק ווייל עס מאכט פלעין נישט קיין סענס... כאפסט? סא, מען זיצט און מ׳שטיפט און מ׳ברומט ביז אדהכי והכי איזעך דער זייגער מרחם און מ׳קאן שוין גיין.
נו, מיט עפעס א ציפ אין הארצן גייט ער זעך געבן א וואש צום סעודת מצוה, אבער דער צינדן האט אים נישט אנגעצינדן.
אלזא, ברודער׳ל, לאמיר דיר ערלויבן צו נעמען דעם וועלטן באקאנטע ׳קה אכסוף׳ וואס פליקט אויס די סטרינעס און לייג עס ארויף אויף די מעוז צור ווערטער, און זאג מיר נאכדעם וויאזוי ס׳איז געווען. דער ׳מזמור שיר׳ קענסטו מיט א רוהיגקייט אנטוהן אויף א חב״ד׳סקער התוועדות אדער אפילו אויף ׳ידעתי, ידעתי׳, און קיינער וועט קיין פאראיבל אויף דיר נישט האבן. אויב ווילסטו נעמען א טריט ווייטער, און דו האסט נישט מורא פון מה יאמרו אדער מה תאמר היא, ווען דו פילסט אז דיין הארץ איז איבער געפילט כאפ א טענצל, יא, גיי ארויס במחול, און זיי נישט דערשראקן אפילו ווען דו הערסט געשפאנטע פיס טריט פון קאך וואס קומען טשעקן צו אלעס איז אקעי, ״יא רעבעצין אלעס איז אין ארדענונג, איך בין פשוט דערהויבן פון א שטיקל וואס כ׳האב געזעהן דא אין דעם קונטרס, טא איך וויל זיך אויסגעבן פאר השם יתברך״.
ווילסט בלייבן אייגן-ארטיג? נעם מיט דעם שטיקל וואס דו האסט אצינד געלערנט, און ווען דו גייסט ארויף צו דיין מאמע, נעם א טיפן אטעם און זאג עס איבער פאר דיין שוואגער, אויב וועט ער דיר אנקוקן יאנטשי ביסטו דער געווינער! אויב וועט ער דיר פרעגן וואו עס האלט מיטן אמפיטשן דעם קיסר ירום הודו, און דו וועסט נישט וויסן, נאר די סקולענער חסדי השם וועט זיך צורינען פון דיינע לעפצן, קענסטו זיין רוהיג ביסט אינעם חנוכה ליין, חנוכה מיינט עפעס פאר דיר, און דער יענער נישט.
האסט דעם פוינט?
חנוכה איז דיינס!
חנוכה איז די צייט וואס דו קענסט זיך אויספארמען א קשר מיט דיין באשעפער לויט דיין משיכת הלב, מיט דיינע ניגונים, לויט דיינע באגערס, און מיט דיין הארץ-נוסח.
המהדרין מן המהדרין מדליק נר לכל אחד ואחד! צינד אן דיין ליכט מיט דיינע הידורים.
קענסט שטיין און קענסט אויך זיצן. קענסט זינגען און קענסט אויך זאגן.
קענסט טאנצן און קענסט אויך אריין בליקן.
קענסט פלאקערן און קענסט אויך טריקענען.
קענסט טוהן וואס דו קענסט. און קענסט אויך נישט טוהן וואס יענער קען.
געדענק צדיק׳ל, אז דו ביזט דו, דאן ביסטו דו, אבער אויב דו ביסט יענער, דאן ביסטו קיינער.
כאפרענדא?
האב א פרייליכע אייגענע חנוכה.
ברויך מען דאס איבערשרייבן אויף פורים, סדא אסאך וואס סאיז רעלעוונט סיי אין די גורם פון די פראבלעם (יענער, זמן גרויסקייט) און זיין סאלושען (אוועקצומאכן די שפלות עצמו)
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

לעמאן סאדע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:55 pm
5:45

בעט מען זיך איבער

ריגעלע ריגעלע רויגעז ...
Screenshot 2023-03-02 152924.jpg
Screenshot 2023-03-02 152924.jpg (59.68 KiB) געזען 2077 מאל
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:53 pm
איינער וויסט וואס איך מיין?

די עצבות וואס באפאלט פורים נאכמיטאג צווישן 5:45 און די שקיעה ...

מה עושים?
וואס איז דער פראבלעם צו פילן בעצבות?
לפנות בוקר
בילל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

נעפשר גיין שלאפן איז א גוטער געדאנק
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

די דעפרעסטע אידן [לייען: עשירים] זענען פורים אין פלארידע...

עניוועי, א גוטע עצה איז... זיך צו לייגן אינטער די דאכענע און טוהן דאס וואס ס'שטייט אין רמ"א סי' תרצה סעי' ב'.... [וכך נהגתי כמה פעמים]
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

נשמת השכל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:12 pm
געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:53 pm
מה עושים?
מען נידערט די ערווארטונגען..
לפנות בוקר האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 3:37 pm
געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:53 pm
איינער וויסט וואס איך מיין?

די עצבות וואס באפאלט פורים נאכמיטאג צווישן 5:45 און די שקיעה ...

מה עושים?
וואס איז דער פראבלעם צו פילן בעצבות?
👍👍
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
מעקלער
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 3:56 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעקלער »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 3:49 pm
די דעפרעסטע אידן [לייען: עשירים] זענען פורים אין פלארידע...

עניוועי, א גוטע עצה איז... זיך צו לייגן אינטער די דאכענע און טוהן דאס וואס ס'שטייט אין רמ"א סי' תרצה סעי' ב'.... [וכך נהגתי כמה פעמים]
עס זעהט אויס אז די ביסט נישט עפעס עקסטער פארמעגליך,
נישט יעדער גביר איז דיפרעסט,,,
איך זעכער נישט.............
לעצט פארראכטן דורך מעקלער אום דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 3:49 pm
די דעפרעסטע אידן [לייען: עשירים] זענען פורים אין פלארידע...

עניוועי, א גוטע עצה איז... זיך צו לייגן אינטער די דאכענע און טוהן דאס וואס ס'שטייט אין רמ"א סי' תרצה סעי' ב'.... [וכך נהגתי כמה פעמים]
דאס העלפט צו זיין אין א בעסערע גיסטע שפעטער ? אדער מיינסטו די אנטלויפן חלק שבו
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 3:49 pm
די דעפרעסטע אידן [לייען: עשירים] זענען פורים אין פלארידע...

עניוועי, א גוטע עצה איז... זיך צו לייגן אינטער די דאכענע און טוהן דאס וואס ס'שטייט אין רמ"א סי' תרצה סעי' ב'.... [וכך נהגתי כמה פעמים]
גיין שלאפן איז פונקט אזוי אנטלויפן...
לפנות בוקר
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”