אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
גברא רבא האט געשריבן:דער העלישע פייער
דאס העלישע פייער
די העלישע פייער
איכה?

דער העלישער אדער דאס העלישע.

די העלישע פייערן

דער חילוק איז בד"כ ווען מ'נוצט עס ביי לשון נקבה איז 'די' און ביי לשון זכר איז 'דער'. (אויסער לשון רבים ויחיד וואס דעמאלטס איז אנדערע כללים)
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מים חיים האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:ביי א פרעפיקס לייגט מען געווענליך דאפלטע אותיות, צב"ש איבערראשן, פאררעכטן, אוממעגליך, דאקעגן ביי א סופיקס מאכט מען עס פאר איינס.

יישר כח, זייער אינטערעסאנט, אויך די צו/צע שמועס

הלוואי ווען איינער קען ווען צוזאמנעמען די כללים פון דעם אשכול
איך האב גוט געשריבן צוזאמנעמען?

אזוי שרייבן רוב מענטשן. פארהאן אויך וואס שרייבן דאס אריגינעלע ווארט, צוזאמעננעמען, און אנדערע וואס פארקירצן נאכמער, צאמנעמען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:עספיעט אדער עספייעט?

עספיעט

מען ליינט עס אויך מיט א חירוק ?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:עספיעט אדער עספייעט?

עספיעט

מען ליינט עס אויך מיט א חירוק ?

זוי מיינעך
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

וואקלען אדער וואקלן?
לויט די כללים דארף עס זיין 'וואקלן' אבער ס'שטימט מיר עפעס נישט.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:וואקלען אדער וואקלן?

וואקלען

פארוואס?
לשיטת ה'געגאנגען' ו'געפאנגען' אדער דא איז אנדערש?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:

viewtopic.php?p=1988697#p1988697
ווען א ווארט ענדיגט זיך מיט ל' נאכגעפאלגט א שוא קלאנג, קומט, דאכט זיך, קיינמאל נישט קיין ע'. ס'קומט דעריבער "קוויטל."

ווען ס'ענדיגט זיך מיט א ן' איז עס אביסל מער קאמפליצירט. רוב מאל קומט עס אויך אן דעם ע', ווי "גלייבן" און "עסן," חוץ אויב דער אות וואס האט דעם שוא/סגול איז איינע פון די אותיות: מ, נ, נג, נק, און אין געוויסע פעלער אויך ל.

מ: ווי אין די ווערטער קומען, שווימען, בלומען, אויסרימען.

נ: ווי אין די ווערטער שפינען, רינען, זינען, בינען.

נג: ווי אין די ווערטער געגאנגען, געזונגען, געקלונגען, לאנגען.

נק: ווי אין די ווערטער דאנקען, געדענקען, בלינקען, שענקען.

ל: ביי דעם ווענדט זיך צי דער אות פאר'ן ל' איז א וואקאל - א, ו, י' און ע' - אדער א קאנסטאנאנט - אלע אנדערע אותיות. אויב איז עס א וואקאל, קומט נישט קיין ע', ווי אין די ווערטער אפקילן, קוועלן, קוילן, מאלן. אבער אויב איז א קאנסטאנאנט, קומט יא אן ע', ווי אין די ווערטער הימלען, צימבלען, אינזלען, שימלען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

גרשון האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:וואקלען אדער וואקלן?
לויט די כללים דארף עס זיין 'וואקלן' אבער ס'שטימט מיר עפעס נישט.

וואקלען

פארוואס?
לשיטת ה'געגאנגען' ו'געפאנגען' אדער דא איז אנדערש?

http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1988697#p1988697
ווען א ווארט ענדיגט זיך מיט ל' נאכגעפאלגט א שוא קלאנג, קומט, דאכט זיך, קיינמאל נישט קיין ע'. ס'קומט דעריבער "קוויטל."

ווען ס'ענדיגט זיך מיט א ן' איז עס אביסל מער קאמפליצירט. רוב מאל קומט עס אויך אן דעם ע', ווי "גלייבן" און "עסן," חוץ אויב דער אות וואס האט דעם שוא/סגול איז איינע פון די אותיות: מ, נ, נג, נק, און אין געוויסע פעלער אויך ל.

מ: ווי אין די ווערטער קומען, שווימען, בלומען, אויסרימען.

נ: ווי אין די ווערטער שפינען, רינען, זינען, בינען.

נג: ווי אין די ווערטער געגאנגען, געזונגען, געקלונגען, לאנגען.

נק: ווי אין די ווערטער דאנקען, געדענקען, בלינקען, שענקען.

ל: ביי דעם ווענדט זיך צי דער אות פאר'ן ל' איז א וואקאל - א, ו, י' און ע' - אדער א קאנסטאנאנט - אלע אנדערע אותיות. אויב איז עס א וואקאל, קומט נישט קיין ע', ווי אין די ווערטער אפקילן, קוועלן, קוילן, מאלן. אבער אויב איז א קאנסטאנאנט, קומט יא אן ע', ווי אין די ווערטער הימלען, צימבלען, אינזלען, שימלען.

א דאנק גרשון!
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווען האט מען אנגעהויבן שרייבן אין ארץ ישראל ויז'ניץ? איז דער אריגינעלער אויסלייג אייביג געווען וויזשניץ, אדער ס'האט זיך אנגעפאנען אין ניו-יארק?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

053_274.jpg
053_274.jpg (195.12 KiB) געזען 1067 מאל
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

גרשון האט געשריבן:ווען האט מען אנגעהויבן שרייבן אין ארץ ישראל ויז'ניץ? איז דער אריגינעלער אויסלייג אייביג געווען וויזשניץ, אדער ס'האט זיך אנגעפאנען אין ניו-יארק?

וויאזוי איז עס אין אנדערע אידישע ווערטער? איז נישט די אמעריקאנע וועג די מער אריגינאלע קעגן די בני א''י?
בנוגע וויזשניץ, אין וויזשניץ מאנסי שרייבט מען אמאל אזוי און אמאל אזוי, אסאך מאל שטייט אויף די זעלבע צעטל ביידע וועג
איך האב שוין איינמאל דא געברענגט אז 4 פון די 8 רבי'ס חתמענען איין וועג און 4 די אנדערע
(די צוויי ואו'ס איז יא ביי אלע)

(איך וועל בל''נ נאכקוקן וויאזוי סאיז געווען אינדערהיים)
---
האקט מיט א בריוו פון די אהב''י, סאיז ביידע נישט נאר וויזניצא
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מים חיים האט געשריבן:וויאזוי איז עס אין אנדערע אידישע ווערטער? איז נישט די אמעריקאנע וועג די מער אריגינאלע קעגן די בני א''י?

שווער צו מאכן א כלל. דאס ארץ ישראל'דיגע אידיש איז באאיינפלוסט פון העברעאיש און דאס אמעריקאנער פון ענגליש. אבער היינט זענען זיכער דא מער גוטע אידישע שרייבערס אין אמעריקע ווי אין ארץ ישראל.

(ביי וויזשניץ/ויז'ניץ איז פשוט אז ס'קען נאר זיין שייך א השפעה פון העברעאיש, נישט פון ענגליש.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרשון האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:וויאזוי איז עס אין אנדערע אידישע ווערטער? איז נישט די אמעריקאנע וועג די מער אריגינאלע קעגן די בני א''י?

שווער צו מאכן א כלל. דאס ארץ ישראל'דיגע אידיש איז באאיינפלוסט פון העברעאיש און דאס אמעריקאנער פון ענגליש. אבער היינט זענען זיכער דא מער גוטע אידישע שרייבערס אין אמעריקע ווי אין ארץ ישראל.

(ביי וויזשניץ/ויז'ניץ איז פשוט אז ס'קען נאר זיין שייך א השפעה פון העברעאיש, נישט פון ענגליש.)

קען אבער זיין אן השפעה פון מער היינטיגע אידיש.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

איך האב דורכגעבלעטערט די צוויי ביכער פון חיים מאיר אוביץ, מלכי וקדשי אויפן צ''צ און חמדת ישראל אויפן אהבת ישראל, וואס די ביכער האבן אסאך בריוון און דאקומענטן
וואס איך זעה איז אזוי, און דער צ''צ'ס צייטן האט מען אלטס געשריבן וויזניצא, דער אהב"י האט אסאך מאל אויך געשריבן וויזניץ
אבער די אידישע צייטונגען אין די צייטן פון דעם אהב"י האבן יא אסאך געשריבן וויזשניץ אבער נישט אלע
מקען זען אין חמדת ישראל אסאך דוגמאות, בייגעלייגט איז איין דוגמא פון דאס אידישע ווארט, וואס א וויזשניצע חסיד ח"מ כהנא האט ארויסגעגעבן (דא שטייט אויך איין מאל וויזניצא)
20211006_212454.jpg
20211006_212454.jpg (553.5 KiB) געזען 1040 מאל

אפשר קען מען זאגן אז בדרך כלל האט מען אין לשון הקודש געשריבן וויזניץ/א, אין אידיש וויזשניץ, אין א"י/העברעיש ויזניץ
לעצט פארראכטן דורך מים חיים אום דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 10:20 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

ווי אויך זעה איך אז דער אהבת ישראל איז גערופן געווארן בחייו דער אור ישראל.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מים חיים האט געשריבן:איך האב דורכגעבלעטערט די צוויי ביכער פון חיים מאיר אוביץ, מלכי וקדשי אויפן צ''צ און חמדת ישראל אויפן אהבת ישראל, וואס די ביכער האבן אסאך בריוון און דאקומענטן
וואס איך זעה איז אזוי, און דער צ''צ'ס צייטן האט מען אלטס געשריבן וויזניצא, דער אהב"י האט אסאך מאל אויך געשריבן וויזניץ
אבער די אידישע צייטונגען אין די צייטן פון דעם אהב"י האבן יא אסאך געשריבן וויזשניץ אבער נישט אלע
מקען זען אין חמדת ישראל אסאך דוגמאות, בייגעלייגט איז איין דוגמא פון דאס אידישע ווארט, וואס א וויזשניצע חסיד ח"מ כהנא האט ארויסגעגעבן (דא שטייט אויך איין מאל וויזניצא)
20211006_212454.jpg

אפשר קען מען זאגן אז בדרך כלל האט מען אין לשון הקודש געשריבן וויזניץ/א, אין אידיש וויזשניץ, אין א"י/העברעיש ויזניץ

ש'כח. ס'מאכט אסאך סענס, ווייל איידער אידישע כללים זענען געווארן געהעריג עטאבלירט, פלעגט מען שרייבן א ז' אויך פאר'ן beige קלאנג. דערפאר איז עס אזוי געבליבן אין שטעט נעמען, צב"ש ליזענסק.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

Mezofzef האט געשריבן:ווי אויך זעה איך אז דער אהבת ישראל איז גערופן געווארן בחייו דער אור ישראל.

מען טרעפט אויך אים בטיטלען אלץ קדוש ישראל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
זאנווידיענס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:58 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנווידיענס »

גרשון האט געשריבן:ווען ס'ענדיגט זיך מיט א ן' איז עס אביסל מער קאמפליצירט. רוב מאל קומט עס אויך אן דעם ע', ווי "גלייבן" און "עסן," חוץ אויב דער אות וואס האט דעם שוא/סגול איז איינע פון די אותיות: מ, נ, נג, נק, און אין געוויסע פעלער אויך ל.
נג: ווי אין די ווערטער געגאנגען, געזונגען, געקלונגען, לאנגען.

היימישע פארברענגן?
היימישע פארברענגען?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זאנווידיענס האט געשריבן:

פארברענגען. וכבר צווחו קמאי על זה וליכא דאשגח בהו.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

זאנווידיענס האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:ווען ס'ענדיגט זיך מיט א ן' איז עס אביסל מער קאמפליצירט. רוב מאל קומט עס אויך אן דעם ע', ווי "גלייבן" און "עסן," חוץ אויב דער אות וואס האט דעם שוא/סגול איז איינע פון די אותיות: מ, נ, נג, נק, און אין געוויסע פעלער אויך ל.
נג: ווי אין די ווערטער געגאנגען, געזונגען, געקלונגען, לאנגען.

היימישע פארברענגן?
היימישע פארברענגען?

פארברענגען
אוועטאר
זאנווידיענס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:58 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנווידיענס »

גרשון האט געשריבן:פארברענגען. וכבר צווחו קמאי על זה וליכא דאשגח בהו.

וויאזוי דווח'ט מען א פארום?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זאנווידיענס האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:פארברענגען. וכבר צווחו קמאי על זה וליכא דאשגח בהו.

וויאזוי דווח'ט מען א פארום?

מ'שרייבט עס אין דעם אשכול. אויב א יאר שפעטער מאכט עס נאך אלץ נערוועז, קען מען עס שרייבן נאכאמאל. (מערק ווי די ערשטע תגובה אין דעם אשכול אפעלירט איבער'ן נישט גוטן אויסלייג פון פארברענגן.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

באגנוגנט\באגענוגנט?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

מיט אדער מוט
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”