אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גרשון האט געשריבן:אבער יא "קהל ייטב לב ד'סאטמאר" -- וואס איז א טעות על גבי טעות, היות אין לשה"ק/אראמיש שרייבט מען נישט קיין שטריכלעך פאר דעם צוועק.

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מיינסט צו זאגן 'יטב' לב...

פארוואס טאקע שרייבט מען נישט אין סאטמאר מיט צוויי י'? דעם ייטב לב שרייבט מען יא אלעמאל אזוי.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

גרשון האט געשריבן:

דער רבי האט קורא שם געווען פאר די קהלה על שמו (י'ואל ט"ב ב'ן ל'יפא), נישט נאכן ייטב לב.
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

קען זיין שוין געווען אבער האב איך נישט קיין צייט איבער קוקן 80 פעידשעס אלזא וועלכעס איז ריכטיג. "גיגנאטישען" אדער "גיגאנטישען"?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קלמן יעגער האט געשריבן:קען זיין שוין געווען אבער האב איך נישט קיין צייט איבער קוקן 80 פעידשעס אלזא וועלכעס איז ריכטיג. "גיגנאטישען" אדער "גיגאנטישען"?

גיגאנטישן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קלמן יעגער האט געשריבן:קען זיין שוין געווען אבער האב איך נישט קיין צייט איבער קוקן 80 פעידשעס.

מ'קען קוקן דורך דא
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (10.74 KiB) געזען 635 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

גרשון האט געשריבן:
קלמן יעגער האט געשריבן:קען זיין שוין געווען אבער האב איך נישט קיין צייט איבער קוקן 80 פעידשעס.

מ'קען קוקן דורך דא

שוין פרובירט נאך קיינמאל נישט זוכה געווען ס'זאל ארבעטן. יעדע מאל א צווייטע תירץ.
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

קנאפער ידען האט געשריבן:
קלמן יעגער האט געשריבן:קען זיין שוין געווען אבער האב איך נישט קיין צייט איבער קוקן 80 פעידשעס אלזא וועלכעס איז ריכטיג. "גיגנאטישען" אדער "גיגאנטישען"?

גיגאנטישן.

אינטערעסאנט. ווייל אין אסאך פלעצער. אריינגערעכנט פראמינענטע צייטונגען און מאגאזינען שטייט גיגנאטישן. הגם ס'איז לכאורה טאקע נישט ריכטיג ווייל אין ענגליש הייסט עס טאקע gigantic דכריבער לכאורה קומט עס טאקע גיגאנטישן אבער וואו קומט אזא טעות צו די גרויס זאך קענער?

אגב יעצט שרייבענדיג כאפ איך אז דאס ווארט gigantic קומט לכאורה פונעם שורש giga נו פארוואס דא זאגט מען עס מיט א דשי אנשטאט א גימל? קשיא.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קלמן יעגער האט געשריבן:

איך האב גראדע נאכנישט געזען דער טעות ביי נארמאלע שרייבער, אבער אויב יא איז עס א געהעריגע גראבע מיסטעיק.

עס קומט נישט פון giga (וואס באדייט איין ביליאן) נאר פון giant. סאו דער דזשיי-גענטיק מאכט יא סענס.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קנאפער ידען האט געשריבן:איך האב גראדע נאכנישט געזען דער טעות ביי נארמאלע שרייבער, אבער אויב יא איז עס א געהעריגע גראבע מיסטעיק.

ריכטיג. הגם די צוויי ווערטער האבן ווארשיינליך א שייכות. מ'קען אויך טרעפן א מעגליכע פארבינדונג מיט "גאון".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרשון האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:איך האב גראדע נאכנישט געזען דער טעות ביי נארמאלע שרייבער, אבער אויב יא איז עס א געהעריגע גראבע מיסטעיק.

עס קומט נישט פון giga (וואס באדייט איין ביליאן) נאר פון giant. סאו דער דזשיי-גענטיק מאכט יא סענס.

ריכטיג. הגם די צוויי ווערטער האבן ווארשיינליך א שייכות. מ'קען אויך טרעפן א מעגליכע פארבינדונג מיט "גאון".

ריכטיג. giga איז א קינד פון דער לאטיינישער gígas וואס פון וואו giant קומט. (אגב, איז טאקע דא - לעגעטים - אזאנע וואס זאגן דזשיגע און דזשיגעביט.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איז דא א סיבה פארוואס מאנכע לאזן אויס דעם ערשטן ק' פון אנטארקטיקע (אנטארטיקע)?

ס'קוקט ענדערש אויס ווי א פשוט'ער טעות. דער ק' קומט סיי אין ענגליש און סיי אין אידיש.

אן אייוועלט זוכעניש (פאר מיין יעצטיגער תגובה) האט געוויזן 81 מאל אנטארטיקע און בלויז 25 מאל אנטארקטיקע.

---
אז מ'רעדט שוין, ס'איז דא אנטארקטיקע און ס'איז דא אנטארקטיק. אנטארקטיקע איז בלויז די קאנטינענט וואס געפינט זיך אין יענעם חלק וועלט. דער אנטארקטיק, דעקעגן, נעמט אריין דעם גאנצן קרייז פונעם דרום-שפיץ; אויך דעם ים און די אינזלען.

אין צפון איז נאר דא אן עקוויוואלענט צום אנטארקטיק: דער ארקטיק קרייז. אבער א קאנטינענט, ווי אנטארקטיקע אין דרום, איז נישט דא. די קאנטינענטן צפון-אמעריקע, אייראפע, און אזיע שטעקן זיך אריין אינעם ארקטיק קרייז, אבער ביים סאמע צפון-שפיץ געפינט זיך דער ארקטישער ים.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס איז ריכטיגער, אנצינדונג אדער אנטצינדונג?

לכאורה איז דאס ערשטע ריכטיגער. ווערטער וואס פאנגען זיך אן אַנט באדייטן געווענליך עפעס אזוי ווי "נישט", צב"ש אנטלויפן, אנטוישן, אנטשולדיגן, אנטבלויזן, אא"וו. דא אבער קומט דער א' מיט א קמץ און איז דאס זאכווארט פון אנצינדן.

למעשה שרייבן מער מענטשן מיט'ן ט', הגם מ'קען היינט טרעפן ביידע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

גרשון האט געשריבן:וואס איז ריכטיגער, אנצינדונג אדער אנטצינדונג?

לכאורה איז דאס ערשטע ריכטיגער. ווערטער וואס פאנגען זיך אן אַנט באדייטן געווענליך עפעס אזוי ווי "נישט", צב"ש אנטלויפן, אנטוישן, אנטשולדיגן, אנטבלויזן, אא"וו. דא אבער קומט דער א' מיט א קמץ און איז דאס זאכווארט פון אנצינדן.

למעשה שרייבן מער מענטשן מיט'ן ט', הגם מ'קען היינט טרעפן ביידע.

"דער גרויסער ווערטערבוך" נעמט ביידע פארמען אריין. לכאורה איז "אנטצינדונג" א נייער דייטשיש-שטאמיקער ווארט (אפנים פון entzündung), אבער "אנצינדונג" איז להבדיל מער היימיש.
אטעטשמענטס
tsind.png
tsind.png (154.45 KiB) געזען 1018 מאל
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אריגינעל, נישט ארגינעל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

דאס א.ד. איז מיר א שטארקע חידוש.

קומענדיג פון ר' גרשון נעם איך עס אן, אבער די ווארט זאגט זיך אין אידיש לויט די צווייטע אויסלאגע. אויסער אויב עס קומט טאקע אר(י)גינעל צו זאגן מיט א חיריק-ר אנשטאט א שוא.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זאג א גוטס האט געשריבן:דאס א.ד. איז מיר א שטארקע חידוש.

קומענדיג פון ר' גרשון נעם איך עס אן, אבער די ווארט זאגט זיך אין אידיש לויט די צווייטע אויסלאגע. אויסער אויב עס קומט טאקע אר(י)גינעל צו זאגן מיט א חיריק-ר אנשטאט א שוא.

ס'איז דאך נישט קיין אידיש ווארט בכלל, נאר אינטערנאציאנאל, און איבעראל איז דא א וואקאל פאר'ן חיריק. אז מ'זאגט עס נישט אין אידיש, איז עס איינגעשלונגען, אבער מ'שרייבט עס מיט'ן י'.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א זוך אויף אייוועלט טרעפט אז אן איבערוויגנדע מערהייט שרייבט פאר "תנאי" (condition) בלשון יחיד באדינג און בלשון רבים באדינגונגען.

דאס איז לכאורה א פאראדאקס. אויב באדינג, דאן באדינגען, און אויב באדינגונגען, דאן באדינגונג.

וואס אן אמת זענען ביידע אויסגעהאלטן, נאר באדינג איז ריכטיגער. באדינגונג איז ענדערש "conditioning". אבער וואס איז זיכער אז מ'קען נישט אמאל אזוי און אמאל אזוי.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

בושעווען איז דער ריכטיגער אויסלייג. דער ז' (בוזשעווען) איז א הוספה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

בייליק אדער בייליג (אין אונזער דיאלעקט)?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

בעל-הבית'יש אדער באלעבאטיש?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

גרשון האט געשריבן:בייליק אדער בייליג (אין אונזער דיאלעקט)?

איך קען עס אלס בייליג. בייליק ליינט זיך ווי זונטיק און הונגעריק...

גרשון האט געשריבן:בעל-הבית'יש אדער באלעבאטיש?

קיין איינס איז נישט אומריכטיג, אבער ווען איך וואלט ארויסגעגעבן א ווערטערבוך וואלט איך בעפארצוגט די לעצטע.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:

ש'כח.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פארוואס שרייבן מאנכע ג-ט, אן דעם א'?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרשון האט געשריבן:פארוואס שרייבן מאנכע ג-ט, אן דעם א'?

מען וויל נישט שרייבן שם השם אפילו בלשון אחר במלואו אלץ קדושה. (די זעלבע אין ענגליש וועט מען שרייבן G-d.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קנאפער ידען האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:פארוואס שרייבן מאנכע ג-ט, אן דעם א'?

מען וויל נישט שרייבן שם השם אפילו בלשון אחר במלואו אלץ קדושה. (די זעלבע אין ענגליש וועט מען שרייבן G-d.)

אהא. אז מ'רעדט שוין, דו ווייסט צי ס'איז א הלכה, מנהג, אדער חומרא? און ווען מ'שרייבט גא-ט?

און אויב מ'שרייבט גאט, דארף מען עס היטן בקדושה? אזוי שטייט למעשה אין אלע אלטע אידישע טעקסטן. און אויב יא, דארף מען אויך אכטונג געבן אויף אמעריקאנער געלט?

און מיט נאך ווארט צוזאמגעשטעלט, צב"ש גאטלאז? און אין אדיעקטיוון פארעם, געטליך? (אפגאט איז מסתמא זיכער נישט קיין פראבלעם.)

די דיינים פון אייוועלט ווערן געבעטן אריינצוקומען קלאר.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”