שוא נח ושוא נע
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
שוא נח ושוא נע
מיין רבי אין חדר האט מיך טאקע אויסגעלרנט נקודות, האט מיך אויסגעלרנט ווי סאיז דא צוויי שוא'ס איינס נאכן צווייטן איז די ערשטע א נח און די צווייטע א נע, כווייס אבער אז סאיז דא נאך כללים ווען עס איז שוא נח און ווען ס'איז נע,
עס איז א הלכה פסוקה ביי קרי"ש שלא יניח את הנד ולא ינוד את הנע, ווער ווייסט גענוי די כללים ווען איז די שוא נח און ווען איז עס נע
(איך באקום אין אימעיל די וועכנטליכע גליון פון ידידינו הקרעטשמעריסט הידוע בניקו 'אליהו' היבטים לשוניים, אויף די קריאה פון די וואך, זעה איך די וואך (פ' דברים) באצייכנט ער דאס ווארט 'וְּשְפַטְתֶּם' די די טית איז א שוא נח, כאטש סאיז שווער ארויס צו זאגן (אן אריינכאפן דעם תיו), כ'מיין אז דא זאגט מען נישט אזוי, ווער ס'ווייסט אנדערשט זאל זיך אנרופן, די זעלבע שרייבט ער אויף דעם ווארט בֵּרַכְךָ די כף פתוחה, איז א שוא נח, כאטש סאיז שווער ארויס צו זאגן, איך ברעך מיך די ציין דאס צו זאגן, ווייסט עפשער איינער אנדערש?)

- אינטעליגענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm
ושפטתם איז ער גערעכט, ווייל נאר ביי די זעלבע אות צוויי מאל זאגט מען ארויס [צב"ש ירננו] משא"כ טית און תיו זענען אנדערע אותיות. אבער עכ"ז איז דאס שווער ארויסצוזאגן. [אריגינעל וואלט מען די טית געדארפט זאגן אביסל אנדערש פונעם תיו, און אויף דעם אופן קען מען עס ארויסזאגן. אבער בדיעבד, איז ענדערש צו זאגן נע במקום נח, ווי איידער עס צו מאכן פאר צוויי ווערטער "ושפט תם". ודוק].
לגבי "ברכך", איז נישט אזוי פשוט. ס'איז דא וואס האלטן אז אויך ביי דעם דארף מען זאגן שוא נע.
לגבי די כללים.
כ'האב נישט איצט קיין צייט צו שרייבן, אבער כ'בין זיכער אז אסאך וועלן דיר קענען ענטפערן דא.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35244
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ווענדט זיך צו מען נעמט כלל אן אלע כללים פון אבגד"ה פון ר' אליהו הבחור און צו דומות איז טיייטש דומות ממש, אבער נישט ווען זיי זענען נאר ענדליך.
אלענפאלס, אונזער ניק ר' אליהו המדקדק [נישט הנ"ל] נעמט אזוי אן און ער האט עס שוין אמאל ערווענט דאהי.

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35244
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35244
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
כבוד ר' אליהו, איר רעדט דארט אבער פון אן אנדערע נ"ע ווען ס'איז דומה ממש, ר' יהי' כן פרעגט עפעס אנדערש, ער וויל וויסן ווי אזוי ס'איז מעגליך ארויסצוזאגן ביידע אותיות אויב זיי זענען ביידע נ"ח, מ'קאן דאך נישט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אלץ אנ-עניין פון געוויינהייט, מ'דארף זיך איינגעוויינען, פריער זאגט מען יברכ-ך מיט א קליין הפסקה, שפעטער ווערט דאס נאטירליך, און אן די הפסקה.
א תימנער זאגט מר אז בא זיי איז פשוט אזוי.
דינ זעלבע (כמעט) מיט מולדתך, ולמדתם. ופקדתם ופקדתי, ווען ס' וואל געווען און מעגליך וואלט דארט גידארפט זיין א חטף אזוי ווי בא הללו סוככים וכד'.

נישט קיין נ"מ,
מ'דארף זוכען דעם "אתר" site "קול השיעורים" אדער kol hashiurim מ'זוכט שיעורים אויף די פרשה אודער נאמען פון מגיד שיעור ר' אריה הרמן (אן אלטער חבר מיינער). דער שיעור איז אין א"י היברו, אבער די פסוקים זאגט ער דעם ירושלימער ליטפישן וועג.
סתם א חשובע ידיעה ס' דארטען דא אן א שיעור שיעורים אין עברית, ענגליש, אידיש, אאז"וו

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין די פאלגנדע שאלות
עס זענען פאראן צוויי וויכטיגע כללים אויף שוא נע, וואס איז נישט אזוי באקאנט, איינס, א שווא נאך א מתג איז א שווא נע (בדרך כלל, הגם שיש יוצא מן הכלל), צווייטנס, א שווא אויף א אות הדגוש איז א שוא נע, אין קריאת שמע, ווי די הלכה איז 'שלא יניח את הנע ול יניע את הנח' איז דא ניין שווא נע'ס וואס איז נישט אזוי באקאנט, ווייל זיי פאלן אריין אין די צוויי כללים (אויסער די באקאנטע כללים וואס מען לערנט אין חדר, שווא הדומות, ושווא בתחילת התיבה), הקיצור פארשטיי איך נישט פארוואס לערנט מען עס נישט אין חדר פאר קליינע קינדער, מילא דער ערשטער כלל, א שוא נאך א מתג, פארשטיי איך אז קינדער ווייסן נאך נישט וואס איז דאס א מתג, אין רוב סידורים איז דאס כמעט נישט געדרוקט, ווייל עס איז בגדר טעמי מקרא, וואס קליינע קינדער קענען נאך נישט, אבער א שווא אויף א דגוש אז ס'איז א שוא נע, פארוואס לערנט מען דאס נישט אין די חדרים? און אלע סידורים [עכ"פ מדויקים] איז געדרוקט די דגושים במילואם.
נאכדעם העטעך געוואלט וויסן חוו"ד פון ידידינו פה, ווי אזוי זאגט מען אין קרי"ש די ווערטער וְלִמַדְתֶּם און וְאַבַדְתֶּם, דער דלת איז א שוא נע אדער א נח, לכאורה א נח, ציוואס זאל עס זיין א שוא נע, למעשה וועסטו הערן פון רוב מענטשן זאגן עס א שוא נע, אפשר ווייל ס'איז שווער צו זאגן אלס א נח?, דארפן די מדקדקים בהלכה עכ"פ מדקדק זיין עס צו זאגן אלס א נח, נישט א נע, נישט אזוי?, ווער ס'ווייסט עפעס דערוועגן, ילמדינו רבותינו

-
- שר מאה
- תגובות: 116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
- לאקאציע: Boro Park
- פארבינד זיך:
לאמיר צוריק גיין אין חדר
ווייסט איר א חילוק פון א שְׁוָא נָע, אדער א שְׁוָא נָח?
מיט אינץ האט מען דאס קיינמאל נישט געלערענט.
מיינע קינדער לערנען דאס און איך שעם זיך אז איך בין אזא גערויסע עם הארץ אין די נושא.
איך וועל דא אראפ ברענגען אפאר כללים וואס מיין זין האט אהיים געברענגט פון חדר, דאס איז נישט אלע כללים, ווער עס קען זאל ביטע ברענגען אלע אנדערע כללים.
1) א שְׁוָא אנהייב ווארט = שְׁוָא נָע
2) א שְׁוָא ביי די ענדע פון א ווארט = שְׁוָא נָח
3) א שְׁוָא אינמיטן פון א ווארט = שְׁוָא נָח
4) ווען עס איז דא צוויי שְׁוָא'ס איינער נעבן די אנדערע אינמיטן פון א ווארט = די ערשטע איז א שְׁוָא נָח און דער צווייטער איז א שְׁוָא נָע
ווען עס איז דא צוויי זעלבע "אותיות" און איינער פון זיי האט א שְׁוָא = אויב די שְׁוָא איז ביי די ערשטע אות איז דאס א שְׁוָא נָע (לדוגמא: הַלְלוּ)
5) ווען עס איז דא א שְׁוָא מיט א דגוּש אין דעם אות = איז דאס א שְׁוָא נָח מיט א שְׁוָא נָע (לדוגמא: עַמְּךָ דארף מען ליינען אזוי עַמְּ-מְּךָ, מען זאגט ארויס צוויי מאל די "מ")
6) צוויי שְׁוָא'ס ביי די ענדע פון א ווארט = זענען ביידע א שְׁוָא נָח
ווער עס קען זאל ביטע ברענגען אלע אנדערע כללים.

- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1672
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
דערציילער האט געשריבן:5) ווען עס איז דא א שְׁוָא מיט א דגוּש אין דעם אות = איז דאס א שְׁוָא נָח מיט א שְׁוָא נָע (לדוגמא: עַמְּךָ דארף מען ליינען אזוי עַמְּ-מְּךָ, מען זאגט ארויס צוויי מאל די "מ")
חלילה וחס, מען זאגט דאס נאר איינמאל, עס איז "כאילו" עס שטייט צוויי מאל (כן מבואר ברש"י עה"ת עשרת מונים).
-
- שר מאה
- תגובות: 116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
- לאקאציע: Boro Park
- פארבינד זיך:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:דערציילער האט געשריבן:5) ווען עס איז דא א שְׁוָא מיט א דגוּש אין דעם אות = איז דאס א שְׁוָא נָח מיט א שְׁוָא נָע (לדוגמא: עַמְּךָ דארף מען ליינען אזוי עַמְּ-מְּךָ, מען זאגט ארויס צוויי מאל די "מ")
חלילה וחס, מען זאגט דאס נאר איינמאל, עס איז "כאילו" עס שטייט צוויי מאל (כן מבואר ברש"י עה"ת עשרת מונים).
איז וואס מיינט אז דאס איז א שְׁוָא נָח מיט א שְׁוָא נָע? אויב זאגט מער עס נאר איינמאל וואלט עס געדארפט הייסען א שְׁוָא נָע
(די דוגמא וואס איך האב אראפ געברענגט אז "עַמְּךָ דארף מען ליינען אזוי עַמְּ-מְּךָ" איז פון מיין זון'ס רבי, איך האב צוגעלייגט אז מען זאגט צוויי מאל די "מ")
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1672
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
די הגדרה "שוא נח מיט שוא נע" איז בכלל נישט ריכטיג, עס איז בלויז א שוא נע.
(מעגליך אז די מלמד האט געוואלט זאגן אז מען זאל דאס מדגיש זיין, דהיינו אויסציען די אות, וממילא אויטאמאטיש ווערט דאס א נח מיט א נע, ווייל די נע קען נישט אויסציען, עס זאגט זיך בלויז די לעצטע סעקונדע, ודוק. אבער אף לפי"ז איז דאס נאכאלץ בלויז א שוא נע מיט א דגוש).