שמות אנשים ונשים

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

ווי האבן זיך די נעמען אויסבאהאלטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פון אלס קינד ווינדערט מיר איבער די השתלשלות פון נעמען איבער די יארן, נעמען וואס ערשיינען אין תנ"ך, דערנאך ווערן זיי ווי נעלם פאר אפאר טויזענט יאר און היינט זענען זיי גאר באקאנט.

דער נאמען אלימלך האט מען יעצט געהאט אין מגילת רות, זינט דאן איז נישט דא קיין תנא, אמורא אדער אפילו א ראשון ביז דעם ר"ר אלימלך זי"ע, אזוי אויך דער נאמען ישראל איז אינטערסאנט ס'איז נישט געווען פון יעקב אבינו ביז די תקופת האחרונים?
אברהם זינט די תורה ביז די ראשונים איז דער נאמען נישט געגעבן געווארן?
די נעמען יצחק, יעקב, יוסף, שמעון, שמואל, יהודה, לוי, אליעזר, יהושע, אלעזר ועוד זענען באקאנט אין אלע תקופות
משה, אהרן, דוד אזוי ווי אברהם דענק איך נישט די נעמען אין משנה אדער גמרא (ממשה עד משה לא קם עוד כמשה איז דאך מער ווי בלויז א מליצה לפי"ז)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ווי האבן זיך די נעמען אויסבאהאלטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פון אלס קינד ווינדערט מיר איבער די השתלשלות פון נעמען איבער די יארן, נעמען וואס ערשיינען אין תנ"ך, דערנאך ווערן זיי ווי נעלם פאר אפאר טויזענט יאר און היינט זענען זיי גאר באקאנט.

במח״ג, כ׳האב שוין לאנג נישט גליינט אזויפיל שטותים בנשימה אחת..
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ווי האבן זיך די נעמען אויסבאהאלטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איטשע האט געשריבן:

מיט א רואיגקייט כ'האב אייך גארנישט געטוען. אדרבה ערקלערט עפעס וואס איך פארשטיי גאר נישט, אבער אין די ראמען ביטע
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אקעי, איר האט געשאסן סטעיטמענטס פון ארבל ארויס, אין קיין שום גרונד צו אייערע רייד, יעצט מוז מען אויפווייזן ווי נישט ריכטיג ס׳איז?!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ס׳איז געווען יעקב׳ס פאר די אחרונים, און פאקט איינער פון די בעלי התוספות, און אלימלך בכינוי מלך פאר דער ר״ר אלימלך פון ליזענסק...
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איטשע האט געשריבן:אקעי, איר האט געשאסן סטעיטמענטס פון ארבל ארויס, אין קיין שום גרונד צו אייערע רייד, יעצט מוז מען אויפווייזן ווי נישט ריכטיג ס׳איז?!

כ'בין נישט דער בקי, כ'האב אויפגעברענגט א נושא וואס איז מיר פארנעפלט.
יעקב איז דא אין משנה, אין גמרא און אין תוספות. ריכטיג כ'האב טאקע דאס געשריבן.
כ'האב געפרעגט אויף "ישראל"
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

איינער פון די בעלי התוס׳ וואס האט געהייסן יעקב האט אויך געהייסן ישראל!
לעצט פארראכטן דורך איטשע אום זונטאג מאי 31, 2020 3:31 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איטשע האט געשריבן:ס׳איז געווען יעקב׳ס פאר די אחרונים, און פאקט איינער פון די בעלי התוספות, און אלימלך בכינוי מלך פאר דער ר״ר אלימלך פון ליזענסק...

ר' אליעזר בן יעקב, רבי יעקב כמ"פ אין ש"ס. ישראל געדענקט איר ערגעץ? אדרבה איך נישט
און ווי דענקט איר א אלימלך אין בבלי ירושלמי מדרש אדער ראשונים?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

מ'טרעפט כמעט נישט קיין אברהם, משה, דוד, אהרן אין ש"ס
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איטשע האט געשריבן:דער בעל התוס׳ וואס האט געהייסן יעקב האט אויך געהייסן ישראל!

ייש"כ קיינמאל נישט געטראכט דערפון, און וואנעט א מקור ביטע?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:מ'טרעפט כמעט נישט קיין אברהם, משה, דוד, אהרן אין ש"ס

"כמעט" עפעס יא?

גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובה דורך גרשון »

איטשע האט געשריבן:אקעי, איר האט געשאסן סטעיטמענטס פון ארבל ארויס, אין קיין שום גרונד צו אייערע רייד, יעצט מוז מען אויפווייזן ווי נישט ריכטיג ס׳איז?!

ער האט נישט געשאסן קיין סטעיטמענטס, ער האט בלויז אויסגעדרוקט וואונדער, און מ'מוז בכלל נישט אויפווייזן אז ס'איז אומריכטיג, ס'איז דא דערויף א פרייע בחירה.

צום ענין, ס'איז נישט אזוי מאדנע אז א נאמען זאל זיין פאפולער אין געוויסע תקופות און אין אנדערע נישט. הכל תלוי במזל, געוויסע נעמען זענען געווען שטארק פארשפרייט בימות התנאים ואמוראים און היינט הערט מען קיינעם נישט אזוי הייסן.

ס'איז אויך נישט מוכרח אז מ'האט בכלל נישט געניצט דעם נאמען, ס'קען זיין אז געוויסע האבן יא געהייסן אלימלך, נאר דורכ'ן ר"ר אלימלך מליזענסק איז עס געווארן א שטארק פארשפרייטער נאמען. אזוי ווי דער נאמען יואל, וואס ס'זענען געווען גראדע אסאך, דערונטער גדולי ישראל, מיט דעם נאמען, אבער זינט דעם סאטמארער רבי'ן איז עס געווארן גאר פאפולער. ישראל טרעפט מען שוין אפט פאר'ן בעל שם טוב, אזוי ווי דער תרומת הדשן און דער טאטע פונעם רמ"א.

דער נאמען שמואל קען יעדער פון שמואל הנביא, אבער באמת שטייט עס שוין אין דער תורה. נו, וואו? (זוכן אויפ'ן קאמפיוטער איז נישט אינטערעסאנט.)
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום זונטאג מאי 31, 2020 3:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ס׳איז געוען א ר׳ משה גאון.
ס׳איז געווען א ר׳ אברהם אין די צייטן פון די גאונים.
ס׳איז געווען א ר׳ דוד אין די צייטן פון די גאונים.
ס׳איז איז געווע דער באקאנט ר׳ אהרן בימי ר׳ סעדיה גאון פארמישט אין שי דערוריה איבער׳ן לוח.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: ווי האבן זיך די נעמען אויסבאהאלטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פון אלס קינד ווינדערט מיר איבער די השתלשלות פון נעמען איבער די יארן, נעמען וואס ערשיינען אין תנ"ך, דערנאך ווערן זיי ווי נעלם פאר אפאר טויזענט יאר און היינט זענען זיי גאר באקאנט.

דער נאמען אלימלך האט מען יעצט געהאט אין מגילת רות, זינט דאן איז נישט דא קיין תנא, אמורא אדער אפילו א ראשון ביז דעם ר"ר אלימלך זי"ע, אזוי אויך דער נאמען ישראל איז אינטערסאנט ס'איז נישט געווען פון יעקב אבינו ביז די תקופת האחרונים?
אברהם זינט די תורה ביז די ראשונים איז דער נאמען נישט געגעבן געווארן?
די נעמען יצחק, יעקב, יוסף, שמעון, שמואל, יהודה, לוי, אליעזר, יהושע, אלעזר ועוד זענען באקאנט אין אלע תקופות
משה, אהרן, דוד אזוי ווי אברהם דענק איך נישט די נעמען אין משנה אדער גמרא (ממשה עד משה לא קם עוד כמשה איז דאך מער ווי בלויז א מליצה לפי"ז)

אפשר בדרך כלל, אבער מען קען טרעפן אויסנאמען אויף אלע.
כידוע איז יא געוועהן אלימלך'ס איידער דעם ר"ר אלימלך; עס הייסט אז דער ר"ר אלימלך האט געהייסן נאך איין עלטער-פעטער זיינער. עס איז אפילו דא איין אלטער כינוי אויף אלימלך: פילטא אדער פייליט (למען השם ווייס איך נישט פארוואס).
מיר ליגט אין קאפ אז עס איז פארהאן ראיות אז עס זענען געוועהן יידן וואס האבן געהייסן אברהם אדער משה בתקופת הגמרא, נאר קיין גדולי ישראל מיט דיע נעמן זענען נישט באקאנט.

עס איז אינטערעסאנט אז בזמן הגאונים אין איטאליע האט מען 'צוריק געבראכט' פיל זעלטענע נעמן פון תנ"ך וואס מען האט נישט גענוצט אין די פריערדיכע דורות - א פאהר האבן זיך אהן געכאפט (למשל אלחנן, אויב געדענק איך ריכטיג) און א פאהר נישט (אחימעץ!).
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

אהרן איז דא אין ב"ק דף קי"ט.

זעה איבער דעם אין מהר"ץ חיות גיטין דף נ אויף אברם חוזאה.

וועגן אלימלך, זוך אין דעם אשכול פאר אלימלך.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דער וואך געמערקט איז ׳זאב׳, איז א גוי׳שע נאמען אין נ״ך.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:מ'טרעפט כמעט נישט קיין אברהם, משה, דוד, אהרן אין ש"ס

"כמעט" עפעס יא?

כאגעשריבן כמעט ווייל איך בין נישט דער גרויסער בקי,
אפשר אז מעמער אנהאלטן אונזער חברותא'שאפט העמער עטוואס מער ת"ח ווערן....

--------
יעצט כאפ איך ר' אברהם אבן עזרא,
דער רמב"ם,
וויזוי האט געהייסן דער ראב"ד'ס טאטע?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

וועלכע ראב״ד?
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

שופר האט געשריבן:אהרן איז דא אין ב"ק דף קי"ט.

זעה איבער דעם אין מהר"ץ חיות גיטין דף נ אויף אברם חוזאה.

וועגן אלימלך, זוך אין דעם אשכול פאר אלימלך.

זעה אויך דא באריכות https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 48&hilite=
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:מ'טרעפט כמעט נישט קיין אברהם, משה, דוד, אהרן אין ש"ס

"כמעט" עפעס יא?

כאגעשריבן כמעט ווייל איך בין נישט דער גרויסער בקי,
אפשר אז מעמער אנהאלטן אונזער חברותא'שאפט העמער עטוואס מער ת"ח ווערן....

--------
יעצט כאפ איך ר' אברהם אבן עזרא,
דער רמב"ם,
וויזוי האט געהייסן דער ראב"ד'ס טאטע?

יאך האב גערעדט פון ש"ס, נישטא קיין אברהם, משה אדער דוד. אהרן האט יא איינער דא דערמאנט א רב אהרן אין ב"ק און אין מנחות
כ'קלער צי אפשר איז "אבא" א כינוי פאר אברהם? און אולי "מתיא און מרימר" כינוים פאר משה?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ראב"ד בעל הקבלה -- ר' אברהם אבן דאוד.

ראב"ד בעל ההשגות -- ר' אברהם בן דוד.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: אולי "מתיא און מרימר" כינוים פאר משה?

אוי ר׳ יוד! זייט מיר געזונט, כ׳וועל לאזן אנדערע ענטפערן...
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גרשון האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:אקעי, איר האט געשאסן סטעיטמענטס פון ארבל ארויס, אין קיין שום גרונד צו אייערע רייד, יעצט מוז מען אויפווייזן ווי נישט ריכטיג ס׳איז?!

ער האט נישט געשאסן קיין סטעיטמענטס, ער האט בלויז אויסגעדרוקט וואונדער, און מ'מוז בכלל נישט אויפווייזן אז ס'איז אומריכטיג, ס'איז דא דערויף א פרייע בחירה.

צום ענין, ס'איז נישט אזוי מאדנע אז א נאמען זאל זיין פאפולער אין געוויסע תקופות און אין אנדערע נישט. הכל תלוי במזל, געוויסע נעמען זענען געווען שטארק פארשפרייט בימות התנאים ואמוראים און היינט הערט מען קיינעם נישט אזוי הייסן.

ס'איז אויך נישט מוכרח אז מ'האט בכלל נישט געניצט דעם נאמען, ס'קען זיין אז געוויסע האבן יא געהייסן אלימלך, נאר דורכ'ן ר"ר אלימלך מליזענסק איז עס געווארן א שטארק פארשפרייטער נאמען. אזוי ווי דער נאמען יואל, וואס ס'זענען געווען גראדע אסאך, דערונטער גדולי ישראל, מיט דעם נאמען, אבער זינט דעם סאטמארער רבי'ן איז עס געווארן גאר פאפולער. ישראל טרעפט מען שוין אפט פאר'ן בעל שם טוב, אזוי ווי דער תרומת הדשן און דער טאטע פונעם רמ"א.

דער נאמען שמואל קען יעדער פון שמואל הנביא, אבער באמת שטייט עס שוין אין דער תורה. נו, וואו? (זוכן אויפ'ן קאמפיוטער איז נישט אינטערעסאנט.)

יואל איז מיר טאקע אויך אינטערסאנט אז ס'איז נישט בנמצא אין משנה וגמרא. יואל הנביא, און נאכדעם איז געווען א ראשון יואל ואח"כ ביי די אחרונים איז מערסט באקאנט דער ב"ח (נאך וועם מהר"י אשכנזי פון טאלטשעווע האט געהייסן נאך וועם דער סאטמארע רב האט געהייסן)
ווי איז שמואל דערמאנט אין די תורה?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איטשע האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: אולי "מתיא און מרימר" כינוים פאר משה?

אוי ר׳ יוד! זייט מיר געזונט, כ׳וועל לאזן אנדערע ענטפערן...

גוט אזוי. כ'האב אייך געוואלט אויפמערקן אויף דער הדיוט קופץ בראש. מען דארף נישט ענטפערן אז מען ווייסט נישט
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שמות אנשים ונשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וועלכער חלק איז אינטערעסאנט, אז מ'האט פארצייטנס נישט געגעבן דעם נאמען יואל? וועלכער נאמען פון תרי-עשר האט מען יא געהייסן (חוץ יונה און נחום)? און דאס אז מ'האט עס צוריק מחדש געווען זע איך אויך נישט וואס דער פלא דערפון איז.

שמואל איז א חידה (אזוי צו זאגן). דאס דארף מען טרעפן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”