שבָט אדער שבַט - כלליות שמועסן איבער נקודות

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

וואס איז די נקודנה אונטערן מ פון חומש? חיריק? שיריק?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

חומש ווערט דערמאנט אין די תורה איינמאל לפרעה לחמש, בפשטות טייטשט עס א פינפטל כאטש די מפרשים זענען נישט מפרש, [דער רד"ק אין שרשים ברענגט עס ניטאמאל, אבער פון תרגום איז אזוי משמע], דארט איז עס געפינטלט חולם חי"ת סגול מ"ם, אבער חומש איז עכט נישט אזוי לשון מקרא אז ס'זאל זיך לאזן דן זיין אין די ניקוד דערפון פונקטליך, ווייל בלשון מקרא זאגט מען געווענליך חמישית.
עס שטייט אויך אין שמואל ויכהו אבנר אל החמש, חולם וי"ו סגול מ"ם, אבער ס'מיינט נישט דארט א פינפטל.
אין לשון משנה נוצט מען אבער יא די ווארט חומש פאר א פינפטל. אנשטאט חמישית.

מיט א שורק מ"ם קומט עס זיכער נישט, די שאלה איז אויף די חי"ת צי ס'איז א מלאפו"ם אדער א וי"ו, און דערנאך אויף די מ"ם צי ס'איז א פת"ח אדער סגו"ל אדער קמץ.

אין משניות ווערט דערמאנט חומש הפקודים אין יומא פרק ז' און אין מנחות פרק ד'. די היינטיגע מנקדים פינטלען עס חומש, מלאפום וי"ו פתח מ"ם, לויט דעם קומט אויס אז דארט אז ס'איז סמוך צו הפקודים איז עס בפת"ח אבל ווען ס'שטייט סתם דארף עס זיין מיט א קמ"ץ. און אזוי זאגט מען טאקע א חומש פון די חמשה חומשי תורה, חומשים איז אויך מיט א קמץ, ביי חומשי תורה ווערט עס א שו"א.

א אנדערע אלטע כתב יד פינטלט עס מיט חולם וי"ו און סגול מ"ם, לפי זה ווען ס'איז נישט סמוך דארף עס זיין מיט א ציר"י, און אזוי הערט מען עס נאך היינט זאגן ביי טייל, און אזוי אויך ווען מ'רעדט אין די גמרא אייביג וועגן באצאלן א פינפטל א חומש, זאגט מען עס געווענליך מיט א חול"ם וי"ו נישט מיט א מלאפו"ם.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

שמן זית האט געשריבן:אזויווי מיר האלטן שוין טיף אינמיטן חודש שבט וואלט ווען כדי געווען אויפצוברענגען די וויכוח וואס האט זיך אפגעטוהן א פָאר יאר צוריק צו
מען דארף זאגן שבט מיט א קמץ אדער מיט א פתח לאמיר זעין וואס די חכמי הקרעטשמע האבן צוזאגן



ווייסן מיר פון איינער, א חשובער יוד מדור הקודם, וועלכער האט שטארק לוחם געווען אז מ'דארף זאגן שבט מיט א קמץ, אזויווי די לשון הפסוק אין זכריה. און מה עשה הקב"ה? דער יוד איז נפטר געווארן בחודש שבט, דאכט זיך אפילו ביום כ"ד שבט, די זעלבע דאטום פון די פסוק אין זכריה, און אויף זיין מציבה (אויפן הר הזיתים) שטייט ארויסגעשריבן שבט מיט א גרויסע קמץ אונטער די ב', ויהי לפלא!!!
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: שבָט אדער שבַט - כלליות שמועסן איבער נקודות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב-פעדער »

פארגאנגענע וואך איז געווען אויף די צעטלעך, אין די היימישע געגנטער א מודעה אז ווען מ'בענטשט ר"ח זאל מען זאגן שבט מיט א קמץ.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”