וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' סעדי', קאן זיין איר האט רעכט, ועל טעם וריח וכו'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין סליחות לצום גדלי' [ סליחה מג] דמיתי לסוטה פרועה מנאפת וחללה הייתי כבגד "והושמתי" כשמלה בדמים מגללה, זאגט דער מטה לוי "והושמתי לשון שממה" לפ"ז דארף דאס זיין א שי"ן ימנית, פארשטיי איך נישט בחור המדפיס וואס האט געדרוקט "והושמתי" אלס א שי"ן שמאלית.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:אין סליחות לצום גדלי' [ סליחה מג] דמיתי לסוטה פרועה מנאפת וחללה הייתי כבגד "והושמתי" כשמלה בדמים מגללה, זאגט דער מטה לוי "והושמתי לשון שממה" לפ"ז דארף דאס זיין א שי"ן ימנית, פארשטיי איך נישט בחור המדפיס וואס האט געדרוקט "והושמתי" אלס א שי"ן שמאלית.


איך האב נישט געזעהן דעם מטה לוי אינעווייניג, אבער פון אויבן אויף איז שווער זיין פשט, וואו קומט דא אריין 'שממה'? פון די משעות הדברים וואלט איך געזאגט אז דער משקל 'שימה' פאסט זיך מער, ווי פאלגענד;
דמיתי לסוטה פרועה, מנאפת וחללה = איך בין צוגעגליכען געווארןצו א סוטה פרועה, א מנאפת און חללה,
הייתי כבגד עדים- = איך בין געווען ווי א קלייד וואס מ'נוצט אלס עדות (ע"ש הכתוב ופרשו השמלה וגו' אלו בתולי בתי)
והושמתי כשמלה- בדמים מגללה
= און איך בין געטאן געווארן ווי א געוואנט- וועלכע איז אין בלוט פארשמירט.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 10:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, טעיתי בשעת'ן זעצן וחסרתי א וויכטיג ווארט "הייתי כבגד עדים" והושמתי וכו'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארשלאפן,
דער רב וועט היצט באמערקן אז איך האב נארוואס מתקן געווען מיין פריערדיגע תגובה מיט די אויסבעסערונג פון 'עדים' אבער די משנה ראשונה פון 'והושמתי' לא זזה ממקומה, איר זעהט אנדערש?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לענד"נ אז לשון שממון שטימט בעסער און ברענגט מער ארויס דעם נעגיטיווקייט און חורבן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

בגד עידים איז הייסט א קלייד וואס איז פארפוילט.
אפשר פארקערט פון עידית?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

עס עגבערט שוין פאר א וויילע, אויף וואס גייט ארויף "מי שענה ליצחק בנו כשנעקד על גבי במזבח", מילא "מי שענה לאברהם אבינו בהר המורי'" קען ארויפגיין אויף "בי נשבעתי וכו' ", אבער וואס האט יצחק מתפלל געווען און וואס האט אים כביכול געענטפערט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

פארשלאפן
מיט דוכט זיך, איז מי שענה מיינט נישט דוקא ווער עס האט מתפלל געווען. נאר ווער ס'איז געווען אין א צרה.
איי וועסטו פרעגן אין וואס פאר א צרה איז געווען יצחק? ס'איז דאך געווען א מצוה.
דער ענטפער איז, טאקע ווייל ס'איז נישט געווען ציווי השם צו שחט'ן, נאר א נסיון. און אויב וואלט ער געווארן גע'שחט'ן, וואלט עס געווען א טראגעדיע, ווייל מ'וואלט אים גע'הרג'ט על לא עול.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארשלאפן,
להרחיב דיבורו של אינטעל חברינו, דער פסוק זאגט 'והיו טרם יקראו ואני אענה' דאס הייסט אז ווען דער אייבירשטער איז 'עונה לעמו ישראל בעת צרה' איז נישט דייקא ווען זיי האבן געבעטן פאר הילף, כביכול איז א יודע מחשבות ובוחן כליות ולב, און אז ער זעהט אז עס פעלט עפעס פאר א אידן העלפט ער זאפארט, און דאס טאקע בעטן מיר ביי די תפלות 'מי שענה'.

יצחק אבינו איז געווען אן עולה תמימה, עס איז זיכער אז מיט'ן נישט געשאכטען ווערן האט ער געטאן דעם רצון ה' פונקט אזוי ווי ער וואלט ווען געשאכטען געווארן אויב זאל ווען דאס זיין דער רצון ה', אבער כלל ישראל וואלט דאך נישט ארויסגעקומען פון אים, ממילא האט אים דער אייבירשטער 'עונה' געווען און געשיקט אן איל תמורתו.

איי וועט דאך יעדער פרעגן, עס איז דאך 'מתחילה' געווען אזוי דער רצון ה' אז דאס איז דאך נאר געווען א נסיון אלזא אפי' קען זיין אז פאר יצחק בעניני הבשר האט דאס אויסגעזעהן ווי אן עניה מן השמים, בעת וואס דאס איז דאך באמת געווען דער פלאן פון אנפאנג, און פארוואס הייסט דאס אז דער באשטעפער האט אים גאר 'געהאלפן' בעת וואס דער פראבלעם האט בכלל נישט עקזעסטירט?

דער תירוץ איז אבער פשוט, דאס איז טאקע וואס מיר זעהן יעדן טאג, א מענטש מיינט אז ער איז אין א צרה ער זעהט זיך אין א פראבלעם וואס פון זיין זייט איז גארנישט שייך צוטאן, ער גיט אויף אייגענע פלענער און ער איז זיך סומך גענצליך אויפן רבוש"ע, אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים, דעמאלטס איז דער עונה ומרחם, דער 'מי שענה ליצחק בנו' אים עונה פון הימל אויפן זעלבן אופן, און דער אייבירשטער איז מגלה אז דער גאנצער זאך איז געווען א נסיון צו דער איד וועט איינזעהן אז ער איז גארנישט, וזכרת את ה' כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל, בלתך אין להושיע, וישים על ה' מבטחו.

אוודאי איז דאס גאר געווען דער פלאן, ביים אייבירשטען איז נישט שייך קיין שינוי רצון, הקב"ה מתאווה לתפלתן של צדיקים, מחסדי השם להיטיב עם בריותיו ער וויל אבער אז עס זאל נישט זיין קיין נהמה דכסופא, עס זאל זיך ערליך קומען פאר זיינע קינדער, ברענגט ער זיי אין א מצב אז זיי זאלן מצפה זיין לישועתו און דעמאלטס איז ער זיי עונה בעת צרה, פאר די מענטש קוקט עס טאקע אויס ווי א שינוי אבער אז מען קוקט אויף צוריק פארשטייט מען אז אלעס איז נאר געווען א נסיון.

והארכתי יותר מדאי, יה"ר שנגיע אפס קצהו לההכרה הנצרכת בכל עת ובכל זמן.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

נעכטען ביינאכט האט מיר איינער אנגכוויזן אפאר מראי מקומות, קודם מהרש"א אויף די משנה אין תענית, של"ה אברבנאל, ירושלמי תענית, והרבה מזה ליקט בישמיענו סלחתי. אז איך וועל האבן כח וועל איך מאריך זיין.
אגב אינעם היינטיגען אדער מארגענדיגען סליחות (ליום ד') קוחים פקח, משמע אז דער פייטן לערנט עס נישט אלס איין ווארט, און אפילו אלס איין ווארט קען ער עס מאכן אלס לשון רבים, כתבתי אודת פקח קח ביים חק שיעור
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יישר כחכם אלע משיבים, דבריכם זענען קילורין לעינים.

מיללער, ווען איז רעדן פון אמונה יותר מדאי? דאס דארף מען שטענדיג חזר'ן, פאר זיך, פאר די בני בית און פאר גוטע פריינט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

מיללער
יישר כח פאר די ווארימע רייד.
ווי פארשלאפן זאגט, צו רעדן פון אמונה איז קיינמאל צו סאך.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א שיינע מוסר שמועס, הרב מיללער, יישר כח.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הנה זה עומד אחר כתלינו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב מיך אנגעשטויסן אין א ווארט וואס איך טרעף נישט קיין געהעריגע טייטש דערויף. עס איז אין די פיוטים פון שבת חנוכה (וואס מיר זאגען נישט, איך האב עס געפונען אויף תקליטור תורני זוכנדיג דעם ווארט "מפכה" וואס ווערט געברענגט אין ספר סדר היום)

וְדִמְעָתָהּ לָךְ *מְפַכָּה*

איז דאס אפשר א לשון פון א קריגל? אז מען פילט אן א קריגל מיט טרערן?

אזוי נישטערנדיג אן אפטייטש, זעה איך אויף 'מילון מורפיקס' אז "פיכה" ווערט ביי זיי איבערגעטייטשט 'א שטראם', וואס איז די שורש דערפון? און איז דאס דער איבערטייטש פון דמעתה לך מפכה?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

בעצם ענדליך צו די לשון שטייט אין יחזקאל (מז, ב), וַיּוֹצִאֵנִי דֶּרֶךְ שַׁעַר צָפוֹנָה וַיְסִבֵּנִי דֶּרֶךְ חוּץ אֶל שַׁעַר הַחוּץ דֶּרֶךְ הַפּוֹנֶה קָדִים וְהִנֵּה מַיִם מְפַכִּים מִן הַכָּתֵף הַיְמָנִית.
רש"י טייטשט עפעס אפ די ווארט אזוי: מים מפכים - בויאונ"ט בלע"ז רחבים כרוחב פי הפך כך פירשו רבותינו כדלעיל, (לעיל מיינט די רש"י: "במסכ' יומא שנינו אמר רבי פנחס משום רב הונא צפוראה מעין היוצא מבית קדשי הקדשים בתחילה דומה לקרני סלעים כיון שהגיע לפתח ההיכל נעשה כחוט של שתי כיון שהגיע לפתח האולם נעשה כחוט של ערב כיון שהגיע לפתח העזרה נעשה כפי פך קטן.").
און מצידות דוד טייטשט ער לכאורה אפ רש"י אזוי: "והנה מים מפכים - ראיתי והנה מים נמשכין כמלא פי הפך מן עבר השער שכלפי הדרום:
און אין מצידות ציון זאגט אזוי: "מפכים - מל' פך והוא שם כלי מה כמו פך השמן (שם /שמואל א/ י)".
סך הכל וואס קומט אויס?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א שיינעם דאנק למעלה משבעים, עס שטעלט זיך ארויס א קלאר בילד.

לויט דרשת חז"ל מיינט עס טאקע א קריגל, אבער בפשטות הכתובים קען זיך עס איבערטייטשן אלס "שטראמען"

און דער פייטן האט געקענט מיינען ביידע: די טרערן האבן געשטראמט אזש ביז אנפולן א קריגל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער, לשון הרד"ק בשרש פכ"ה:

והנה מים מפכים [יחזקאל מ"ז ב] יוצאים. ומזה נקרא הצלוחית פך השמן לפי שמוציאים ומריקין השמן ממנו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א דאנק!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נישט קיין סליחה, פיוט, אדער יוצר, אבער וואס איז די חילוק צווישן די ווערטער "חמדה" "קנאה" "תאוה", אויף אידיש טייטשט מען אלע דריי "גלוסטן"

אפשר קענט איר מיר איבערטייטשן די פאלגנדע שורה פון שערי קדושה: החמדה אב הטומאה כי היא מביאה לשנאה וקנאה
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

חמדה און תאוה זאגט דער מלבי"ם, חמדה מה שרואים, ותאוה מה שאין רואים
לא תחמוד בממון, לא תתאוה, אף בלב, עיין במפרשים החילוק בין שניהם
אולם קנאה, הוא מה שמקנא לאחר, ושייך להקנאה האחר, ששורף לו מה שיש לאחר
החמדה, עס זאל גלוסטען זאכען איז אן אב הטומאה, ווייל עס ברענגט שנאה, און מקנא זיין אנדערע
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח רבי
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

קשיא וואס שטערט מיר שוין יארען, ווער האט א תשובה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מיר פירען אויס איידער שמע קולינו תביאנו אל הר קדשך וכו' כמה שכתוב והביאותים אל הר קדשי וגו' יקרא לכל העמים.

די פסוק רעדט זיך דאך ביי די אומות העולם (אז זיי וועלן אויך קענען דאווענען אין ביהמ"ק), טא פארוואס ברענגען מיר דאס ביי אונזערע בקשות?

איך בעט ווער עס האט א תשובה (וואס שטייט ערגעץ, סברות קען איך אויך זאגען) זאל מהנה זיין דערמיט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”