וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

דער כלל אין קריאה איז אז ווען צוויי אותיות גייען צוזאמען (מען זאגט נישט ארויס יעדע אות באזונדער נאר די ערשטע אות איז באהאפטן צום צווייטן אות) און די ערשטע אות האט א קמ"ץ, זאגט מען עס מיט אן אפענע קמ"ץ, צב"ש, ודברת בם, כל זמן, מלך העולם.

די שאלה איז פארוואס ביי חודש אב איז די הברה מיט א פארמאכטע קמ"ץ, ר"ח אב, חמשה עשר באב וכדו'. אנדערש ווי די הברה פון געווענליך "אב", אבינו אב הרחמן, בנין אב?
און די שאלה איז נאך גרעסער, פארוואס תשעה באב זאגט מען יא מיט אן אפענע קמ"ץ?

איך האב שוין געהערט געוויסע זאלן זאגן אלעמאל מיט אן אפענע קמ"ץ און דערקעגן אידן וואס זאגן אפילו תשעה באב מיט א פארמאכטע קמ"ץ, אבער ווי עס איז אמערסטענס אנגענומען ביים היימישן עולם איז ווי איך האב געשריבן, און דער שאלה איז פארוואס? איז דאס א גרייז אדער איז דאס בכוונה?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

יקום פורקן האט געשריבן:דער כלל

ע"פ דקדוק האט עס סיי ווי נישט קיין הסבר.
מעגליך אז אמאל האט מען געזאגט א פארמאכטע קמץ און ס'איז געבליבן אין אידיש אזוי ווי אנדערע ווערטער.

קוק אפשר אין די בוך אויף הברות פון דעמביצער.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5119
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יקום פורקן האט געשריבן:די שאלה איז פארוואס ביי חודש אב איז די הברה מיט א פארמאכטע קמ"ץ

ווייל אזוי. גארנישט מיט דקדוק און כללים צוטון.

אִיָּיר און אֲדָר זאגט מען אויך נישט גוט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35433
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'איז א קמ"ץ גדול, אזוי ווי אין [דער שטאטס] רב.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35433
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יקום פורקן האט געשריבן:דער כלל אין קריאה איז אז ווען צוויי אותיות גייען צוזאמען (מען זאגט נישט ארויס יעדע אות באזונדער נאר די ערשטע אות איז באהאפטן צום צווייטן אות) און די ערשטע אות האט א קמ"ץ, זאגט מען עס מיט אן אפענע קמ"ץ, צב"ש, ודברת בם, כל זמן, מלך העולם.

דער כלל האט קיין יסוד אין דקדוק, ואם איתא האט עס היבש א פאר יוצאין מן הכלל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5119
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

farshlufen האט געשריבן:ס'איז א קמ"ץ גדול, אזוי ווי אין [דער שטאטס] רב.

איך בין נישט קיין גרויסער בקי אין דקדוק, אבער מיין רבי אין כיתה א' האט אויסגעלערנט אנדערש. "רב" זאגן אויך רוב מענטשן אנדערש ווען מ'ליינט עס, צב"ש "קרית מלך רב".

לטעמך זאגט מען אויך אזוי "כיבוד אב ואם"?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

אגב, כ'האב געהערט אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע פלעגט לייענען אין די מגילה "ויין מלכות רב כיד המלך" מיט א פארמאכטע קמ"ץ.
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

יקום פורקן האט געשריבן:אגב, כ'האב געהערט אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע פלעגט לייענען אין די מגילה "ויין מלכות רב כיד המלך" מיט א פארמאכטע קמ"ץ.

ער פלעגט אויך זאגן ביי כתר 'משרתיו' מיט א פארמאכטן קמ"ץ. ס'ענדערש רבי'שע מעשיות ווי כללי קריאה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35433
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיכל האט געשריבן:

ס'עפעס?

ס'איז א געהעריגע מנחת שי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5119
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

farshlufen האט געשריבן:
מיכל האט געשריבן:
ער פלעגט אויך זאגן ביי כתר 'משרתיו' מיט א פארמאכטן קמ"ץ. ס'ענדערש רבי'שע מעשיות ווי כללי קריאה.

ס'עפעס?

ס'איז א געהעריגע מנחת שי.

ס'איז געשמאק צו שרייבן זאכן אן זיך מסביר זיין געהעריג?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35433
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס איז די חידוש בכלל?

ס'איז דברים פשוטים מאוד, שוין געבראכט דא אסאך אסאך מאל מיט מ"מ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5119
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

farshlufen האט געשריבן:וואס איז די חידוש בכלל?

ס'איז דברים פשוטים מאוד, שוין געבראכט דא אסאך אסאך מאל מיט מ"מ.

אז וואס? אז א קמץ בלייבט די זעלבע אפילו פאר א שוא נח?

ס'איז יא א חידוש. פאר מיר עכ"פ און פאר רוב ליינערס. ביטע צוצייכענען וואו דער מנחת שי געפינט זיך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

די קמץ פון משרתיו איז א קמץ גדול און די ר' איז א שוא נע (אדער חטף פתח ואכמ"ל). דאס וואס מ'טוישט די קמץ פאר א שוא נח האט סיי ווי נישט קיין פשט ע"פ דקדוק, ווי שוין געשריבן אויבן 2 מאל.
די מנחת שי איז געווען א ספרדי און האט געזאגט אלע קמץ גדולס די זעלבע.

אפשר מיינט ער א מנחת שי בענין אחר, אבער וואס איך שרייב איז ריכטיג עכ"פ.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

אז ס'איז א קמץ גדול דארף מען נישט קיין מנחת שי.
די שאלה איז געווען פארוואס זאל מען זאגן OOV און ROOV אבער נישט לבבך Levoov'chu און אחד Echood, און אויף דעם איז זיכער נישט דא קיין מנחת שי.
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

טשעבינער האט געשריבן:
מיין וואונדער איז אויף די ווארט 'תנאים' וואס מ'זאגט היינט 'טענאויעם'. פארוואס?
טאקע אינטערעסאנט.
ווייל "תנאים" פון די גמרא, און ווי אויך "תנאים" אין אידיש באדינגונגען, זאגן מענטשן יא מיט א חיריק אונטערן אל"ף און מען איז מדגיש דעם אל"ף, משא"כ שמחת התנאים. עס איז כאילו דער אל"ף איז נישט דארט, כאילו עס שטייט תְּנָיִם, און דער קמץ פאר א יו"ד ליינט מען מיט א חולם, אזוי ווי ירושלָיִם.
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע: צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

טשעבינער האט געשריבן:
מיין וואונדער איז אויף די ווארט 'תנאים' וואס מ'זאגט היינט 'טענאויעם'. פארוואס?
לכאורה א פשוטער טעות... נישט יעדע טעות האט א פשט...
טייערע אידן אין אמעריקא! אויפמערקזאם!

די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!

פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.

א דאנק!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וואס איז די ריכטיגע הברה פון חודש "אב"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

חת"ס שרייבט אז מען זאגט אויף שאול - שואל. (זיין חולם איז לכאורה געווען O).
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”