וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

א זייער גוטע עצה זיך צו פארקוקן איז, ווען מ'ווייסט אז יעדער פסוק איז איינגעלייט אין צוויי. איין אתנחתא אינמיטן, און איין סוף פסוק. נישטא מער ווי איין אתנחתא.

איינמאל מ'האט ארויס די געבוי פונעם פסוק, איז גרינגער צו צולייגן די איבעריגע.

ס'איז א טעות זיך נאר צו איינ'חזר'ן די שיינע טראפן, און די אתנחתא און זקף קטן לאזט מען לויפן. אז מ'האט נישט דעם געבוי פונעם פסוק, איז זייער שווער צו געדענקן.
--

אוודאי לייגט פירוש המילות צו א געוואלד.-
-

א זייטיגע טיפ פאר א גוטע בעל קורא איז, "א קלארער חיתוך הדיבור". "זאגן קלאר".
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ממוצע האט געשריבן:א זייער גוטע עצה זיך צו פארקוקן איז, ווען מ'ווייסט אז יעדער פסוק איז איינגעלייט אין צוויי. איין אתנחתא אינמיטן, און איין סוף פסוק. נישטא מער ווי איין אתנחתא.

איינמאל מ'האט ארויס די געבוי פונעם פסוק, איז גרינגער צו צולייגן די איבעריגע.

ס'איז א טעות זיך נאר צו איינ'חזר'ן די שיינע טראפן, און די אתנחתא און זקף קטן לאזט מען לויפן. אז מ'האט נישט דעם געבוי פונעם פסוק, איז זייער שווער צו געדענקן.
--

אוודאי לייגט פירוש המילות צו א געוואלד.-
-

א זייטיגע טיפ פאר א גוטע בעל קורא איז, "א קלארער חיתוך הדיבור". "זאגן קלאר".

גערעכט מיט יעדעס ווארט. די נייע בעלי קורא זוכן די 'הויכע טראפן', ווייל דאס באמערקט מען שנעלער. אבער די שטילע טראפן איז אסאך וויכטיגער צו קענען געדענקן בעסער די איבריגע טראפן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

בעל מדרגה האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, האב איך שוין לאנג אזא שאלה:

ווי באקאנט איז דא א פשטא און ס'איז דא א קדמא. ביידע האבן די זעלבע צורה, אבער פשטא איז א מפסיק און קדמא איז א משרת. ווען ס'איז דא א פשטא וואס מ'דארף זינגען אינמיטן ווארט, וועלן זיין צוויי סימנים, איינס אויף יענעם אות און דער צווייטער סוף ווארט, אזוי ווייסט מען אז ס'איז א פשטא.

ווי איז אבער פארקערט, ווען ס'איז דא א קדמא אבער ס'דארף שטיין סוף ווארט? פון וואו ווייסט מען אז ס'איז א קדמא? איז בכלל דא אזא זאך? אויב נישט, פארוואס טאקע נישט?


עס שטייט צוויי.

נישט ריכטיג, דאס איז ווען א פשטא קומט אינמיטן די ווארט, ווען א קדמא קומט סוף ווארט וועט עס שטיין אינמיטן פונעם לעצטן אות, משא"כ דער פשטא שטייט נאכן אות און שטעקט זיך ארויס אינדרויסן פונעם ווארט
(פרעג מיך נישט פון געוויסע אומ'מדויק'דיגע חומשים)
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

גרשון האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, האב איך שוין לאנג אזא שאלה:

ווי באקאנט איז דא א פשטא און ס'איז דא א קדמא. ביידע האבן די זעלבע צורה, אבער פשטא איז א מפסיק און קדמא איז א משרת. ווען ס'איז דא א פשטא וואס מ'דארף זינגען אינמיטן ווארט, וועלן זיין צוויי סימנים, איינס אויף יענעם אות און דער צווייטער סוף ווארט, אזוי ווייסט מען אז ס'איז א פשטא.

ווי איז אבער פארקערט, ווען ס'איז דא א קדמא אבער ס'דארף שטיין סוף ווארט? פון וואו ווייסט מען אז ס'איז א קדמא? איז בכלל דא אזא זאך? אויב נישט, פארוואס טאקע נישט?

היינטיגע חומשים האבן א פשוטען חילוק א קדמא איז אינמיטען די אות אין פשטא סוף אות
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Who knows האט געשריבן:נישט ריכטיג, דאס איז ווען א פשטא קומט אינמיטן די ווארט, ווען א קדמא קומט סוף ווארט וועט עס שטיין אינמיטן פונעם לעצטן אות, משא"כ דער פשטא שטייט נאכן אות און שטעקט זיך ארויס אינדרויסן פונעם ווארט
(פרעג מיך נישט פון געוויסע אומ'מדויק'דיגע חומשים)

דו ווייסט אפשר א ביישפיל וואו ס'איז דא אזוינס?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

גרשון האט געשריבן:א ביישפיל

קדמא
פרשת במדבר: וְלָֽקַחְתָּ֨ אֶת־הַלְוִיִּ֥ם לִי֙ אֲנִ֣י
פרשת מטות: וַהֲרֵֽמֹתָ֨ מֶ֜כֶס
פרשת שופטים: וְיָֽסַפְתָּ֨ לְךָ֥ עוֹד֙ שָׁלֹ֣שׁ עָרִ֔ים עַ֖ל הַשָּׁלֹ֥שׁ הָאֵֽלֶּה

פשטא
פרשת שופטים: וְשִׁלַּשְׁתָּ֙ אֶת־גְּב֣וּל אַרְצְךָ֔
לעצט פארראכטן דורך להודות אום מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:40 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ש'כח. קיינמאל נישט אויפגעפאסט (פאר אן אזלא יא, איך רעד ביי "ויספת לך עוד שלש ערים").
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

גרשון האט געשריבן:דו ווייסט אפשר א ביישפיל וואו ס'איז דא אזוינס?

עס איז דא לרוב, הייב אן קוקן

להודות האקט
אוועטאר
ישראלי
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:26 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלי »

פון מיין עקספיריאנס (א בעל קורא פון מיין בר מצווה און א קביעותדיגע שטעלע שוין באלד זעקס יאר:
1. נזהר זיין פון טעותים ווייל 'שבשתא כיוון דעל על' (א טעות וואס איז אריין איז שוין אריין און גייט נישט ארויס).
2. מעביר סדרה זיין כדי צו דערקענען די סדרה, די ווערטער, די טראפן.
3. חזר'ן אין תיקון קוראים אין אזא צורה: די פסוק מיטן טראפן 3 מאל, אן קיין טראפן 1 מאל, אויעב סי דא א טעות חזר'ן מיט טראפן נאך 3 מאל וכו'.
4. שבת אינדערפרי אריבער גיין נאכאמאל אויף די גאנצע פרשה אן טראפן.
5. נישט האבן מורא פון די מתפללים, און געדענק: נאר אויף א טעות אין עברי אדער וואס טוישט די פשט דארף מען מתקן זיין, אנדערע זאכן פשוט פייף אן...
אסאך הצלחה.
ישראלי איז איש יהודי בכל נפשו ובכל מהותו
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

אוראייניקל האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, האב איך באמערקט חילוקים אין טראפן צווישן חומשים, אדרבה קען איינער אריינקומען וואס דאס מיינט, איז דא נוסחאות?
למשל דאס וואס איך געדענק ביי ולא תתורו פון פרשת ציצים, איז ביי מאירת עינים א אזלא גרש, און ביי אנדערע א קדמא ואזלאץ נאך איין חילוק פון פאריגע וואך פרשת ואתחנן צווישן שביעי און מפטיר פסוק ז' כי עם קדוש, די כי איז אנדערש ביי מאירת עינים פון אנדערע.

אין די סלאוויטא חומש פון כפתור ופרח ווערט בדר"כ געברענגט אלע נוסחאות און מנהגים.


למשל, כִּ֣י צֹרֲרִ֥ים הֵם֙ לָכֶ֔ם דא חילוקים צווישן די חומשים אויב עס איז דא א מונח אויף כי.
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

ווער האט דען געוויסט ווי שווער א בעל קורא ארבייט זיך אנצוגרייטען איעדער וואך?

גיי מיר גיבן א גרויסען ישר כח פאר זיי?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

עצה טובה!
חזר עס מיט א געשמאק הויעך אויפן קול, פרייליכערהייט, נישט אנגעצויגן (ווען מ'חזרט די לעצטע מינוט נערוועזערהייט גייט עס שווערער אריין אין קאפ.)

געדענק!!!
א סדרה אדער פרשה וואס מ'חזרט מיט א געשמאק הויעך אויפן קול, בשמחה, וועט שנעלער אריין גיין אין קאפ, און די וועסט עס געדענקען יארן שפעטער, סוועט נישט אויספעלן אזויפיל חזרה די קומענדיגע יארן,
און די וועסט גרינגער קענען לייענען אומפארגעקוקט ווען ס'מאכט זיך אז ס'נישט דא קיין בעל קורא די לעצטע מינוט.
איתמר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איתמר »

מ'זאגט ביי די מי שברך נאכ'ן ליינען 'ומי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם' איז דא א געוואלדיג ווארט,

(איך לייג עס אראפ בדרך צחות, אבער מ'מיינט נישט קיינעם ח"ו)

ס'קומט שבת אינדערפרי, משה קריכט ארויס פון בעט אום 9:30, ראלט אריין אין ביהמ"ד, כאפט א הייסע טבילה, שלינגט אראפ א געשמאקע קאווע, שמייסט ארויך די טלית אויפ'ן פלייצע ברכי נפשי, כאפט נאך א קליינען שמועסעלע, און אריין אין ביהמ"ד.

קומט צו צו אים זרח די גבאי 'ר' משה, שחרית אפשר?' עם, ווי האלט מען דארט ביי פסוקי דזימרה? אה ביי הללוקה'ס, אקעי, נא פראבלעם! ער געט א מיש די בלעטער פונעם סידור, ומאליו יקרא, פלוצלינג האלט ער שוין ביי נשמת, און בקול רעש גדול הייבט ער אן 'שוכן עעעעעעעעד מרום וקדוש שמוווווווווו' און אזוי גארגלט ער זיך אויס די גאנצע שחרית, איינע לענגער איינער שנעלער, לדאבון לב כל השומעים.

מ'האלט שוין ביי 'שמעעעעעע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד' אחד הוא אלוקינו גדווווווווול אדונינו קדוש שמו' גדלוווווו לה' איתי ונרוממהההההההה שמו יחדו' - הילכעט אפ א מעכטיגן געשריי פונעם ציבור 'שכועך שכועך, וואו הערליך געווען, געוואלדיג, אנבעליוועבל.... וכו' וכו'

משה זעצט זיך אראפ אויף זיין פלאצט, מאכט זיך באקוועם, און טראכט צו זיך, נא, אז מ'קען קען מען...

-----

זונטאג צופרי נאך שחרית קוקט שמעון אויפן זייגער, יא איך האב יעצט אן עקסטערע האלבע שעה, לאמיך שוין אנהייבן זיך פארצוקוקן די ליינען, פארוואס זאל איך ווארטן אויפ'ן לעצטע מינוט און דארפן אויפזיין גאנץ ליל שישי און זיך דעמאלץ מוטשענען. ער נעמט ארויס די תיקון קוראים און הייבט זיך אן פארצוקוקן.

למעשה איז שוין יעצט דאנערשטאג נאכט נאכן שאפינג לכבוד שבת, כאפט ער זיך אז ער איז נישט צופיל אנגעקומען זיך פארצוקוקן דורכ'ן וואך, זעצט ער זיך אוועק ביים טיש נעמט ארויס די תיקון קוראים און הייבט אן מיט א פעסטקייט 'וידבר ה' אל משה לאמור, נאכאמאל, וידבר ה' אל משה לאמור, און א דריטע מאל, וידבר ה' אל משה לאמור'. און אזוי ווייטער ביז ער דרימלט איין עטליכע מאל. למעשה 2:30 ביינאכט קוקט ער אויפ'ן זייער און טראכט עטוואס עפעס מיז איך מיך צולייגן, א גוטע נאכט.

שטייט אויף פרייטאג אינדערפרי, קוקט איבער די תיקון קוראים און ס'איז גאנץ ביטער, ער געדענקט נישט צופיל פון נעכטן ביינאכט ווען ער איז געווען בין ער ובין ישן. זעצט ער זיך אוועק נאכן דאווענען און הייבט אן פונדאסניי (ב"ה עס איז שוין אביסל גרינגער)

שב"ק אינדערפרי שוין 6:30 טאנצט ארויס פון בעט, לויפט אין מקוה, און גייט נאכאיינמאל איבער די פרשה פאר בערך אנדערטהאלבן שעה, ענדיגט מיט א תפילה צום בורא כל העולמים אלקא דמאיר ענינו, ולא אכשל בהליינען וישמחו בי חברי, און מ'גייט דאווענען.

קומט צום ליינען, ב"ה די ערשטע 2 עליות איז זייער שיין געגאנגען, ביים דריטע עלי' ווען ער האט געדארפט זאגן ואת מיט א צירי און בטעות געזאגט מיט א סגול, פלעשל, דער מיט די גרעבסטע קול פון ביהמ"ד געט א שריי 'נא ואת ואת...' שוין פון דארט און ווייטער איז שוין געווארן א חצי יו"ט, ביז ב"ה ס'האט זיך גע'ענדיגט די ליינען.
אהההההההההה ב"ה פארטיג, גאנץ גוט געווען, 2 -3 טעותים, אבער מ'קען זיך נישט אפרעדן.

גייט אראפ פון בימה, ווארט עטוואס איינער זאל אים עפעס זאגן, אבער ווייס איך וואס, קיין איין שכועך הערט מען נישט, קיינער באדאנקט אים נישט, קיינער באמערקט אפי' נישט ווער איז געווען די בעל קורא....

אויף דעם זאגט מען גלייך נאכן ליינען 'וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה – הקב"ה ישלם שכרם' !!!

א לעכטיגן פרייליכן שבת!
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

איתמר איתמר... פיינע הומאר...
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

לעיקוואד האט געשריבן:באמערקט חילוקים אין טראפן צווישן חומשים, אדרבה קען איינער אריינקומען וואס דאס מיינט, איז דא נוסחאות?

יא, און אמאל אויך אין נקודות. די גליון "תורת הקורא" ברענגט אראפ מקורות פון כתבי יד א.א.וו.
דא איז פ' ראה תשע"ו (-דאס איז געווען די לעצטע יאר), און פריער און שפעטער איז דא אנדערע סדרות.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

װאו מאכט מען אחרון די װאך?
אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטער שמש »

יפה שאלת

איך וועל אי"ה מאכען אזוי;

רביעי וועט מען ליינען דריי פסוקים ;א, ב, ג

חמישי ווייטער די נעקסטע דריי פסוקים

און אחרון מיט מפטיר ביי פסוק ט"ו
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

סלאוויטא חומש העלפט זייער ארויס מיט שינוי נוסחאית, ניגוני הטעמים אין ווי מקען מאכן אחרון.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2036
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

וואס איז די מקור פון מאכן אחרון
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

אינטער שמש האט געשריבן:יפה שאלת

איך וועל אי"ה מאכען אזוי;

רביעי וועט מען ליינען דריי פסוקים ;א, ב, ג

חמישי ווייטער די נעקסטע דריי פסוקים

און אחרון מיט מפטיר ביי פסוק ט"ו

א ײש״כ

געזען דײן תירוץ פרײטאג, נישט אנגעקומען צו ענטפערן
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

איינער האט מיך געכאפט ביי א טעות די וואך וואס איך זאג שוין 10 יאהר. אין קאפיטעל ל פסוק מ"א וְהָיָ֗ה בְּכָל־יַחֵם֮ הַצֹּ֣אן הַמְקֻשָּׁרוֹת֒. אין אויך שפעטער קאפיטעל לא פסוק י האב איך געזאגט יֵחַם אנשטאט יַחֵם. איך האב מיך געווינדערט פון ווי קימט די טעות ביז איך האב געקוקט אין פרשת שופטים. פֶּן־יִרְדֹּף֩ גֹּאֵ֨ל הַדָּ֜ם אַחֲרֵ֣י הָרֹצֵ֗חַ כִּי־יֵחַם֮ לְבָבוֹ֒ וְהִשִּׂיג֛וֹ כִּֽי־יִרְבֶּ֥ה הַדֶּ֖רֶךְ.
וואס איז די חילוק אין טייטש?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ווי איך פארשטיי,

יחם לבבו - זיין הארץ ברענט שוין

יחם הצאן - אנווארימען
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דאכט זיך אז "יחם לבבו" איז א פועל, און "יחם הצאן" איז א מקור.

וועלן מיר ווארטן אויף די מדקדקים צו אנטשיידן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

דעם שבת קומט די 7 מאל דשון / דישן טשאלענדזש...

ס'דא א באקאנטע סימן פון אבן עזרא, לויט די סדר הקריאות. ס'הייבט זיך אן פון שבת, א טאג וואס מ'ליינט איז דישון און ווען מ'ליינט נישט איז דישן מיט א קמץ. יעצט גיי האלט חשבון...

לענ"ד דארף מען נישט קיין סימנים. נקוט האי כללא:

דשן - אן א יוד - איז אזוי ווי דישון, מיט א חולם שין.

דישן - מיט א יוד - איז מיט א קמץ שין.

אלעס ווענד זיך אינעם יוד נאכן ד'.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

דער עולם האט שוין בעצם דערמאנט אלע גוט'ס טיפ'ס און עצות,
ביי מיר האט זייער גוט געארבעט די עצה פון @פשוט און פראסט צו גיין יעדע פסוק באזונדער, גוט איינ'חזר'ן, גיין ווייטער גוט איינ'חזר'ן און צוריק גיין א שנעלע חזרה וכו'.
(ס'נעמט אסאך צייט און געדולט, אבער פארפאלן נישט יעדער איז געבענטשט מיט א מייסטערהאפטיגע זכרון)

כ'האב לעצטענס געטראפן א תיקון קוראים וואס האט אויפן לינקע זייט בלויז די ערשטע טראפ פון יעדע פסוק, ביי מיר האט דאס מורא'דיג געהאלפן (פארשפארט די נערווען פון פארגעסן די אנפאנג פון א פסוק, פרשה, וואס איז ענדליך צו א צווייטע פרשה מיט א אנדערע טראפ).
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”