ווערטליך וואס זענען געזאגט געווארען אין דער אלטע היים און מען האט זיי שוין כמעט פארגעסען

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

דאפעלט לשון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

איך מיין אז ס'איז בשם המנח"א זי"ע
דריי זאכן זאגט די וועלט אין דאפעלטע לשון
1 - מים אחרונים וואסער
2 - א גוט יום טוב (און איך געדענק נאך א מונקאטשער איד ר"ס ענגעל ז"ל פלעגט טאקע וואונטשן "יום טוב" יום טוב")
3 - אונגארישער נער.....

ביטע נישט מוחה זיין אויפגערעגטערהייט 8.) , נאר מיט א שמייכל ביטע.... :lol:
לעצט פארראכטן דורך יש מזל אום פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 7:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

יום טוב, איז א שם דבר פון א טאג, און דער וואונטש איז ״ א גוט יום טוב״
קיין שום כפל הלשון דא, א טעות העולם.

(איך ווייס נישט צו עס קומט טאקע פון מונקאטשע רב זצל, אבער די מטה אפרים ברענגט נאך אז ערליכע אידן פלעגן גריסן ווען מען איז אהיים געקומען יו״ט פון ביהמ״ד ״יומא טבא טב״)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה וזמרה »

ישראלי האט געשריבן:מיין זיידע ז"ל פלעגט זאגן פאר א גאסט אין שבת טיש א ווערטל פונדערהיים: 'אדער א זמר אדער א הערמיר', אדער זינג עפעס אדער זאג עפעס (איך מיין אז הערמער מיינט עפעס צו הערן)

שיין.
דאכט זיך אז דאס ווערטל הערט זיך בעסער מיטן גאליציאנער אקצענט, 'אדער א זעה-מער אדער א הער-מער'.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

עס איז דא דריי זאכן וואס מענטשען זיכן אבער קיינער וויל עס נישט טרעפען
1 א שרץ אין פראכט
2 חמץ אין פסח
3 א איידים א בן תורה
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: דאפעלט לשון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

יש מזל האט געשריבן:איך מיין אז ס'איז בשם המנח"א זי"ע
דריי זאכן זאגט די וועלט אין דאפעלטע לשון
1 - מים אחרונים וואסער
2 - א גוט יום טוב (און איך געדענק נאך א מונקאטשער איד ר"ס ענגעל ז"ל פלעגט טאקע וואונטשן "יום טוב" יום טוב")
3 - אונגארישער נער.....

ביטע נישט מוחה זיין אויפגערעגטערהייט 8.) , נאר מיט א שמייכל ביטע.... :lol:



דאכצעמיך אז מען זאגט נאך פון יארמער רב זז"ג (זייענדיג אן אונגערישער אפשטאם) אז יש גורסין - א קארגע גאליציאנער
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”