וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
חלב ישראל האט געשריבן:איך זעה אינגאנצן נישט פארוואס מ'זאל זאגן "דידשיטעל", אויב ווילסטו זיין אריגינעל זאג "דידשיטאל" ווי אין לאטיין, ווי די גיהנם קומט ענגליש אריין דא?
ענגליש איז זיכער נישט קיין קליינער מחותן דא, זינט אונזער אין אונזער אידיש איז אריינגעמישט אן א שיעור ענגלישע ווערטער. און אויב צוליב דעם, דארף מען לכאורה שרייבן ווי אזוי מ'זאגט עס אין אידיש, נישט בוכשטעבליך נאכגעשריבן פון ענגליש. ווי קומט אבער דא אריין לאטיין? אין לאטיין איז דא א ווארט פאר דידזשיטעל טעכנאלאגיע?
בנוגע גענעראל און גיבראלטור, די זענען אידישע ווערטער, אסאך פאר אונזער שפראך איז געווארן באאיינפלוסט פון ענגליש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
טוב ויפה האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:ווי אזוי דארף מען צו שרייבן "דידזשיטעל" אין אידיש; דידזשיטעל (אזוי ווי אין ענגליש, ווייל ס'איז נישט דא עפעס אנדערש)? דיגיטאל (פארוואס עפעס)?
קען איינער אריינקומען קלאר?
יעדע נייע ענגלישע ווארט לייענט מען אויף אידיש אזוי ווי משרייבט עס אויף ענגליש. איז יא! וויבאלד אין אידיש איז נישט דא קיין G (ג מיט א דגוש, לויט די תמן'ער) דערפאר לייענט מען עס דיגיטאל!
אזוי ווי די לאנד gibraltar לייענט מען אויף אידיש גיבראלטאר.
ס'קען זיין אז כ'בין נישט גערעכט, אבער לענ"ד שטאמט דאס יסוד פון עברית, וואס האבן אויכעט נישט א G און זיי רופן דאס אויכעט דיגיטל.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
אסדר לסעודתא האט געשריבן:חלב ישראל האט געשריבן:עברית האט עס גענומען פון אידיש וואס האט עס גענומען פון די זעלבע פלאץ ווי דייטש האט עס גענומען.
אבי גערעדט. נישטא אזא כלל אין אידיש. ס'איז ריין עברית.
און דייטש, פלעמיש, דעניש און שוועדיש האבן עס אויך גענומען פון עברית?!
די פאקט איז אז מאדערנע עברית איז זייער שטארק געבויעט אויף אידיש, אויסער דעם וואס אן א שיעור ווערטער זענען געבארגט פון אידיש און פאראידישטע לשה"ק, איז אויך די אויסלייג פון די ווערטער געבויעט אויף אידיש. צום ביישפיל: אין היינטיגע עברית זאגט מען "מאוד טוב", אנדערש ווי אין לשה"ק פון תנ"ך וואו מ'זאגט "טוב מאוד", דאס איז קלאר גענומען פון אידיש, וכהנה יש רבות ואטו כי רוכלא...
חלב ישראל האט געשריבן:און דייטש, פלעמיש, דעניש און שוועדיש האבן עס אויך גענומען פון עברית?!
די פאקט איז אז מאדערנע עברית איז זייער שטארק געבויעט אויף אידיש, אויסער דעם וואס אן א שיעור ווערטער זענען געבארגט פון אידיש און פאראידישטע לשה"ק, איז אויך די אויסלייג פון די ווערטער געבויעט אויף אידיש. צום ביישפיל: אין היינטיגע עברית זאגט מען "מאוד טוב", אנדערש ווי אין לשה"ק פון תנ"ך וואו מ'זאגט "טוב מאוד", דאס איז קלאר גענומען פון אידיש, וכהנה יש רבות ואטו כי רוכלא...
דייטש ניצט לאטיינישע בוכשטאבן, די זעלבע ווי ענגליש, ס'איז דעריבער פארשטענדליך אז זיי האבן איבערגעזעצט דעם ענגלישן G צו א הברה פון ג'. ("דידזשיטעל" איז ענגליש, וועלכע איז היינט-צו-טאגס אומאפציעל אן אינטערנאציאנאלע שפראך, בפרט אין טעכנאלאגישע טערמינען. ארגינעל לאטיינישע שפראכן זאגן עס אדער פונקט ווי אין ענגליש [איטאליעניש], אדער אן אנדערע ווארט אינגאנצן [פראנצויזיש, שפאניש].) משא"כ אידיש ניצט אנדערע בוכשטאבן, און כאטש ס'קלינגט טאקע בעסער אין אידיש דיגיטאל, איז נישט דא קיין עכטע סיבה עס אויסצולייגן אזוי. וואלט דאס ווארט אפיציעל אריין אינעם אידישן וואקאבולאר, וואלט מסתמא נישט געווען וויכטיג צו צוריקדרייען, היות ס'איז אבער א פארהעלטניסמעסיג ניי ווארט וועלכע האט נאכנישט אנגענומען קיין קלארן וועג ווי אזוי צו ווערן געשריבן, אדרבה, מענטשן וועלן פילן מער געשמאק מיט "דידזשיטעל," איז דעריבער ענדערש עס אויסצולייגן אזוי.
עברית האט נישט גענומען דאס ווארט פון אידיש. דאכט זיך אז דאס ווארט איז אריין אין באניץ אסאך שפעטער ווי די גרינדונג פון דער עיברית'ער שפראך, און זיי האבן נישט נאכגעקוקט אין "דער איד" ווי אזוי ס'דארף ווערן אויסגעלייגט. ס'איז נאר אז ביי זיי שרייבט מען א J מיט א ג+אויבערשטריכל, האבן זיי דעריבער געפילט באקוועם צו טוישן צו דיגיטאל, היות ס'קלינגט זיי בעסער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- גיב א שמייכל
- שר חמש מאות
- תגובות: 821
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm
אסדר לסעודתא האט געשריבן:....
די איזראעליס לייגן א ג', אבער אין אידיש שרייבט מען אלעס דזש. פארוואס? ווייס איך נישט, אבער כך נוהגים.
אשכנזים האבין קיינמאהל נישט געניצט דעם שטרויכל איבער דעם אות, מען האט געשריבען דזש, אדער זש, אדער טש.
ביי די ספרדים זעט מען אין שמות גיטין נעמען וואס האבין אזוי גערופענע "ג רפה" (ווי דער נאמען דזשאמילא) שרייבט מען א ג מיט א פינטל איבער דעם צו צייכענען אז ס'איז דזש.
ווען מען האט געגורנדעט די רבנות הראשית אין ירושלים, האטמען באייניגט די ספרדים און די אשכנזים, און וויבאלד די אשכנזים האבין גיהאט א שריפט אנדערש ווי די ספרדים, און זיי האבין געליינט די ווערטער אנדערש, האט מען גימאכט א פשרה, אז מען נוצט די אשכנזישע שריפט או מען ליינט און מען רעדט אזוי ווי די ספרדים (הברה ספרדית).
פון דעם האבן די איזראעליס גינומען דעם ג' ז' צ'.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש