וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

קאמעץ בארד האט געשריבן:ארטסקרול נוצט דעם "אולם" ווען זיי ברענגען איין פשט (געווענדליך די מער פשוט'ע) און נאכדעם שרייבן זיי "אולם עיין ב...." פאר א צווייטע פשט.
כ'מיין אז געווענליך נוצט מען דאס טאקע אין דעם קאנטעקסט.
ווי די ענגלישע however.

פארדעם פאסט נישט בעסער די ווארט 'ברם'?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

תגובה דורך קאמעץ בארד »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:

כ'מיין אז ברם איז אראמיש און אולם איז לשה"ק און איז איינס און די זעלבע
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

קאמעץ בארד האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:
קאמעץ בארד האט געשריבן:ארטסקרול נוצט דעם "אולם" ווען זיי ברענגען איין פשט (געווענדליך די מער פשוט'ע) און נאכדעם שרייבן זיי "אולם עיין ב...." פאר א צווייטע פשט.
כ'מיין אז געווענליך נוצט מען דאס טאקע אין דעם קאנטעקסט.
ווי די ענגלישע however.

פארדעם פאסט נישט בעסער די ווארט 'ברם'?

כ'מיין אז ברם איז אראמיש און אולם איז לשה"ק און איז איינס און די זעלבע

מפורש בתרגום.
ואולם לוז שם העיר בראשונה, זאגט דער תרגום וברם וכו'.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

ביישפיל: "די ביימער זענען נאך גרין, עכ"פ דא וואו איך וואוין"
"the trees are still green, at least where I live"

אויב מעג איך אריינרעדן במקום גבוהים ורמים:
לכאורה איז די ריכטיגע אפטייטש פון על כל פנים איז 'אלנפאלס'. און דאס ווערט ארויסגעבארגט פאר לכה"פ, ווי מען וואלט ווען געזאגט 'די ביימער זענען נאך גרין, [און אפילו דו וועסט מיר זאגן אז נישט איבעראל] איז אבער דא וואו איך וואוין, זענען די ביימער נאך זיכער גרין.

ודו"ק כי קצרתי.
ווייסעך נישט
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נעמטאָדאָם האט געשריבן:ביישפיל: "די ביימער זענען נאך גרין, עכ"פ דא וואו איך וואוין"
"the trees are still green, at least where I live"

אויב מעג איך אריינרעדן במקום גבוהים ורמים:
לכאורה איז די ריכטיגע אפטייטש פון על כל פנים איז 'אלנפאלס'. און דאס ווערט ארויסגעבארגט פאר לכה"פ, ווי מען וואלט ווען געזאגט 'די ביימער זענען נאך גרין, [און אפילו דו וועסט מיר זאגן אז נישט איבעראל] איז אבער דא וואו איך וואוין, זענען די ביימער נאך זיכער גרין.

ודו"ק כי קצרתי.

ביסט גערעכט אין דעם פאל איז 'עכ"פ' אלענפאלס.
אוועטאר
נישט שלאפן
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2018 10:43 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט שלאפן »

איז דא א אידישע אפטייטש ווארט פאר Camouflage?
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

נישט שלאפן האט געשריבן:איז דא א אידישע אפטייטש ווארט פאר Camouflage?

אפשר 'פארמאסקירן' 'פארמאסקירט'
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
נישט שלאפן
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2018 10:43 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט שלאפן »

.
אוועטאר
נישט שלאפן
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2018 10:43 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט שלאפן »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
נישט שלאפן האט געשריבן:איז דא א אידישע אפטייטש ווארט פאר Camouflage?

אפשר 'פארמאסקירן' 'פארמאסקירט'

קיין אפציעלע ווארט איז נישט דא?
כ'זעה אין דויטש רופט זיך עס Tarnung
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

כ'מיין מען שרייבט קאמופלאזש.
(מיינט בעיסיקלי אז ס'נישטא דערפאר אן עכטע ווארט)
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

קאמעץ בארד האט געשריבן:כ'מיין מען שרייבט קאמופלאזש.

לכאורה שרייבט מען 'קאמופלאזש' צוליב צוויי סיבות. 1) עס איז א שיינע ווארט... 2) עס האט א הסבר אויף אידיש אבער נישט אין איין ווארט. דהיינו, קאמופלאזש מיינט - פארשטעלט. אבער, נאר ווען דאס פארשטעלן איז געמאכט אויף צו אריינפאסן אינעם ארום, כגון: א סאלדאט אויפן שלאכט פעלד, א פאנגער וכדומה.
ווייסעך נישט
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

שרייבעריסטיש שרייבט מען קאמופלאזש, אבער ווען מעגליך קאמופלאזשירט מען דאס הויכגעשעצטע ווארט אין די מער רעדעוודיגע פארמאסקירט.

ווענגלייך מ'קען אויך שרייבן "פארמאסקירט אונטער'ן קאמופלאזש (פון...)"...
אין עוד מלבדו
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נישט שלאפן האט געשריבן:איז דא א אידישע אפטייטש ווארט פאר Camouflage?

קאַמופלאַזש איז געהעריג א אידיש ווארט.

אין ווערבאל איז עס קאַמופלירן. זע מער דא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

נעמטאָדאָם האט געשריבן:
קאמעץ בארד האט געשריבן:כ'מיין מען שרייבט קאמופלאזש.
(מיינט בעיסיקלי אז ס'נישטא דערפאר אן עכטע ווארט)

לכאורה שרייבט מען 'קאמופלאזש' צוליב צוויי סיבות. 1) עס איז א שיינע ווארט... 2) עס האט א הסבר אויף אידיש אבער נישט אין איין ווארט. דהיינו, קאמופלאזש מיינט - פארשטעלט. אבער, נאר ווען דאס פארשטעלן איז געמאכט אויף צו אריינפאסן אינעם ארום, כגון: א סאלדאט אויפן שלאכט פעלד, א פאנגער וכדומה.

כ'העל עס מסביר זיין מער בעזרת המלמד לאדם דעת:

וועסט געווענליך נישט זעהן אזא זאץ: 'בעפארן זיך ארויסלאזן אויף די געוואגטע אקציע האבן זיך די רויבערס קאמופלאזשירט אין זייערע אנגעגרייטע מאסקעס'.

אבער דאס וועסטו יא זעהן: 'ליגט דארט דער סאלדאט אויף די הויכע בערג אין אפגאניסטאן, קאמופלאזשירט אין זיינע מיליטערישע קליידונג'.

ודו"ק.
ווייסעך נישט
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

גרשון האט געשריבן:
נישט שלאפן האט געשריבן:איז דא א אידישע אפטייטש ווארט פאר Camouflage?

קאַמופלאַזש איז געהעריג א אידיש ווארט.

אין ווערבאל איז עס קאַמופלירן. זע מער דא.

רבינו גרשון! מהיכן דנתנו?

כ'זאג נישט אז נישט, אבער דאך מי גילה רז זה, לשון שבעלי מלאכת כתיבה משתמשים בה?
ווייסעך נישט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נעמטאָדאָם האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
נישט שלאפן האט געשריבן:איז דא א אידישע אפטייטש ווארט פאר Camouflage?

קאַמופלאַזש איז געהעריג א אידיש ווארט.

אין ווערבאל איז עס קאַמופלירן. זע מער דא.

רבינו גרשון! מהיכן דנתנו?

כ'זאג נישט אז נישט, אבער דאך מי גילה רז זה, לשון שבעלי מלאכת כתיבה משתמשים בה?

פאלט דיר נישט ביי אז איך בין פון די בעלי מלאכת הכתיבה זעלבסט?

קענסט טרעפן דאס ווארט אין אלע אידישע ווערטערביכער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

גרשון האט געשריבן:
נעמטאָדאָם האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
נישט שלאפן האט געשריבן:איז דא א אידישע אפטייטש ווארט פאר Camouflage?

קאַמופלאַזש איז געהעריג א אידיש ווארט.

אין ווערבאל איז עס קאַמופלירן. זע מער דא.

רבינו גרשון! מהיכן דנתנו?

כ'זאג נישט אז נישט, אבער דאך מי גילה רז זה, לשון שבעלי מלאכת כתיבה משתמשים בה?

פאלט דיר נישט ביי אז איך בין פון די בעלי מלאכת הכתיבה זעלבסט?

קענסט טרעפן דאס ווארט אין אלע אידישע ווערטערביכער.

אגב שמעון ראלניצקי נוצט די ווארט איז דאס ראיה אז ס'איז אן עכט-אידישע ווארט?
(פארוואס פרעג איך, ווייל אין לעצטן נומער אין דער גלאק נוצט ער דאס ווארט "פאסציאַנירט" בינעך נייגעריג צי ער האט דאס מגייר געווען אדער ס'איז אויך דא אין ווערטער בוך)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קאמעץ בארד האט געשריבן:אגב שמעון ראלניצקי נוצט די ווארט איז דאס ראיה אז ס'איז אן עכט-אידישע ווארט?
(פארוואס פרעג איך, ווייל אין לעצטן נומער אין דער גלאק נוצט ער דאס ווארט "פאסציאַנירט" בינעך נייגעריג צי ער האט דאס מגייר געווען אדער ס'איז אויך דא אין ווערטער בוך)

איך ליין נישט שמעון ראלניצקי'ן אסאך, אבער פאַסצינירן איז דא אין אידיש; דאכט זיך אן דעם א'. ס'מיינט באצויבערן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

ער האט עס יא געשריבן מיט'ן אל"ף ווייל איך געדענק אז עס האט א פת"ח אוטערן צווייטן אל"ף און איך האב געהאלטן ער דארף לייגן א קאמעץ... (איך האב נגיעות)
לגופו של ענין: קומט עס מיט אן אל"ף (לויט די כללים איבערצוטיישטן fascinated לכאורה נישט)? אויב קומט יא אן אל"ף קומט א פתח אדער קמ"ץ?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קאמעץ בארד האט געשריבן:ער האט עס יא געשריבן מיט'ן אל"ף ווייל איך געדענק אז עס האט א פת"ח אוטערן צווייטן אל"ף און איך האב געהאלטן ער דארף לייגן א קאמעץ... (איך האב נגיעות)

איך האב יעצט נאכגעקוקט און ס'קומט אן דעם א'. ס'איז אויך נישט דא אין דייטש און אין ענגליש, ס'איז אלזא נישט דא קיין שום סיבה צו טראכטן אז ס'קומט דא אן א'.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

גרשון האט געשריבן:
קאמעץ בארד האט געשריבן:ער האט עס יא געשריבן מיט'ן אל"ף ווייל איך געדענק אז עס האט א פת"ח אוטערן צווייטן אל"ף און איך האב געהאלטן ער דארף לייגן א קאמעץ... (איך האב נגיעות)
לגופו של ענין: קומט עס מיט אן אל"ף (לויט די כללים איבערצוטיישטן fascinated לכאורה נישט)? אויב קומט יא אן אל"ף קומט א פתח אדער קמ"ץ?

איך האב יעצט נאכגעקוקט און ס'קומט אן דעם א'. ס'איז אויך נישט דא אין דייטש און אין ענגליש, ס'איז אלזא נישט דא קיין שום סיבה צו טראכטן אז ס'קומט דא אן א'.

ר' גשרון, דו ביסט שוין גארנישט קיין גר, נאכאמאל פאסצינירט געווארן פון דיינע קלארע ידיעות!
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

דער שאלה בלייבט מיר נאר אייביג אין האלדז (אדער האלז...)

וואס פאנאדערשיידט צווישן א ניי-געבוירן ווארט און א תושב - מיט א קאמעץ באָרד?

פארוואס וועט יעדער שרייבער ברענגען נייע לעז"י ווערטער און זיי קאמופלאזשירן אז זיי זאלן אריינפאסן לויט די אנגענומענע אידיש-כללים, און נאכער זאגאר זיי נאכברענגען פון 'אלע אידיש-ווערטערביכער'. ווידער ווען עס וועט קומען צו לשה"ק אדער ארמיש, וועט מען אייביג זיין פארנומען אז זיי זענען פרעמדע...

דאכט זיך אז לשה"ק איז מותר לבא בקהל,

אפשר אלס מעלין בקודש...
ווייסעך נישט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נעמטאָדאָם האט געשריבן:דער שאלה בלייבט מיר נאר אייביג אין האלדז (אדער האלז...)

וואס פאנאדערשיידט צווישן א ניי-געבוירן ווארט און א תושב - מיט א קאמעץ באָרד?

פארוואס וועט יעדער שרייבער ברענגען נייע לעז"י ווערטער און זיי קאמופלאזשירן אז זיי זאלן אריינפאסן לויט די אנגענומענע אידיש-כללים, און נאכער זאגאר זיי נאכברענגען פון 'אלע אידיש-ווערטערביכער'. ווידער ווען עס וועט קומען צו לשה"ק אדער ארמיש, וועט מען אייביג זיין פארנומען אז זיי זענען פרעמדע...

דאכט זיך אז לשה"ק איז מותר לבא בקהל,

אפשר אלס מעלין בקודש...

צום באדויערן פארשטיי איך נישט וואס דיר איז שווער. ווער איז דערקעגן צו שרייבן לשון-קודש'דיגע ווערטער?

טענקס @קאמעץ (קמץ?) בארד.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

גרשון האט געשריבן:
נעמטאָדאָם האט געשריבן:דער שאלה בלייבט מיר נאר אייביג אין האלדז (אדער האלז...)

וואס פאנאדערשיידט צווישן א ניי-געבוירן ווארט און א תושב - מיט א קאמעץ באָרד?

פארוואס וועט יעדער שרייבער ברענגען נייע לעז"י ווערטער און זיי קאמופלאזשירן אז זיי זאלן אריינפאסן לויט די אנגענומענע אידיש-כללים, און נאכער זאגאר זיי נאכברענגען פון 'אלע אידיש-ווערטערביכער'. ווידער ווען עס וועט קומען צו לשה"ק אדער ארמיש, וועט מען אייביג זיין פארנומען אז זיי זענען פרעמדע...

דאכט זיך אז לשה"ק איז מותר לבא בקהל,

אפשר אלס מעלין בקודש...

צום באדויערן פארשטיי איך נישט וואס דיר איז שווער. ווער איז דערקעגן צו שרייבן לשון-קודש'דיגע ווערטער?

טענקס @קאמעץ (קמץ?) בארד.

איך וועל מיך פרובירן צו מסביר זיין בעסער:

ווען איינער וועט פרעגן א שרייבער פון וואו ער נעמט א געוויסע ווארט, כגון "פאסצינירט..." וועט ער חלילה זאגן אז ער האט דאס געבארגט אדער גאר גע'גנב'עט במחתרת פון ענגליש... ער וועט ברענגען פילע ראיות פון 'אידישע ווערטער-ביכער' אז זיי זענען זאגאר אור-אלטע [גע'גנב'עטע] ווערטער. משא"כ לשה"ק וועלכע וועט שטענדיג בלייבן 'געבארגט'.

ואגב, דיינע ידיעות זענען טאקע צום באוואונדערן!
ווייסעך נישט
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

נישט שלאפן האט געשריבן:איז דא א אידישע אפטייטש ווארט פאר Camouflage?
אטעטשמענטס
AFAF8BA4-0D23-4054-9EFD-4A8F72EC0CDD.jpeg
AFAF8BA4-0D23-4054-9EFD-4A8F72EC0CDD.jpeg (185.21 KiB) געזען 565 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”