וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אינטערעסאנט צו הערן. דעקאן האט א געוויסע שמייליגע שמעק צום ווארט. פאטריארך איז דוקא משפחה'דיג, נישט שייך אויף דיען פון נישט-משפחה גרופע.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

אינטערעסאנט צו הערן. דעקאן האט א געוויסע שמייליגע שמעק צום ווארט. פאטריארך איז דוקא משפחה'דיג, נישט שייך אויף דיען פון נישט-משפחה גרופע.

וואס טייטשט ס'איז שמייליג?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

מ'נוצט עס ביי גלחים, דיעקאן, דיעקאנעס.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Anniversary

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

ווי אזוי זאגט מען דאס ווארט anniversary אויף אידיש?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בלא בלא בלא האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען דאס ווארט anniversary אויף אידיש?

לכאורה וואלט מען געזאגט "יארטאג".
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: Anniversary

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

בלא בלא בלא האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען דאס ווארט anniversary אויף אידיש?

יואלי לעבאוויטש זאגט "יארצייט"...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ס'איז אינטערעסאנט אז אמאל פלעגט מען ניצן ווייב, אין דער צייט וואס היינט איז איינגעפירט פרוי. דאס קלייד איז ווייבעריש. אריבער די מחיצה זענען די ווייבער. אלס זכר איז געבליבן די ווייבער-שול, און נאך עטליכע אזעלכע; היינט וואלט מען געזאגט "די פרויען שול".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

וואו איך דריי מיך נוצט מען געהעריג ווייב, מיין ווייב, ווייבער שול, א אינג ווייבל, פארווייבט, אינגע ווייבלעך.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

loyodea האט געשריבן:וואו איך דריי מיך נוצט מען געהעריג ווייב, מיין ווייב, ווייבער שול, א אינג ווייבל, פארווייבט, אינגע ווייבלעך.

איך האב דאך געגעבן צוויי ביישפילן פאר א סיבה. אויב איז דיין סביבה ניצט מען ווייב אין דעם קאנטעקסט, מסתמא רעדן דיינע קינדער'ס מלמדים ענגליש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

גרשון האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט אז אמאל פלעגט מען ניצן ווייב, אין דער צייט וואס היינט איז איינגעפירט פרוי. דאס קלייד איז ווייבעריש. אריבער די מחיצה זענען די ווייבער. אלס זכר איז געבליבן די ווייבער-שול, און נאך עטליכע אזעלכע; היינט וואלט מען געזאגט "די פרויען שול".

אין הויכדויטש איז נאכאלץ אזוי, דאס ווארט Weib באדייט woman, דאס ווארט Frau קען מיינען סיי woman און סיי wife. אין הויכדויטש קען מען זאגן ״מיינע פראוי איזט איינע ווייב״ (My wife is a woman), זאגן פארקערט ״מיינע ווייב איזט אייינע פראוי״ (ווי מ׳זאגט אין אידיש ״מיין ווייב איז א פרוי״) וואלט נישט געהאט קיין פשט אין הויכדויטש.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גרשון האט געשריבן:געשמאקייט. עקזיסטירט אזא ווארט?

דער סופיקס -קייט ניצט מען ווען מ'וויל מאכן א זאכווארט פון אן אדיעקטיוו. צב"ש אז מיר האבן דעם אדיעקטיוו שטארק (משה איז שטארק), קען מען מאכן דערפון א זאכווארט דורכ'ן צולייגן -קייט (משה פארמאגט שטארקייט). אדער דער אדיעקטיוו זיס (האניג איז זיס), קען מען צולייגן דערצו -קייט, און ס'ווערט א זאכווארט (ס'פעלט זיסקייט).

דאקעגן "געשמאק" איז זעלבסט א זאכווארט. "דאס קינד זאגט תהלים מיט געשמאק." אויב אזוי צי וואס פאבריצירן א נייע ווארט געשמאקייט? ס'איז געשמאק אן דעם אויך.

איך קלער אז ליכטיגקייט איז אינעם זעלבן שיפל.

דאס זאכווארט איז ליכט (ווי דאס ענגלישע light), און פון דעם ווערט אן אדיעקטיוו ליכטיג. וואס פעלט אויס צוריקצודרייען צו ליכטיגקייט?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גרשון האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דו מיינסט אז דער מושג פון גרייזן איז געבוירן געווארן נאכ'ן קריג?

דעמאלטס אפשר איז דעקלארירן דער גרייז...

ס'איז זייער גרינג צו פארשטיין וויאזוי ס'זאל פארגרייזט ווערן צו דערקלערן, ווען דער- איז א ברייט באנוצטע פארזילבע אין אידיש. פארקערט זע איך נישט וויאזוי ס'זאל האבן געקענט געשען.

דאס איז אויסער דעם וואס דעקלערירן איז נענטער צום שורש.

אגב, פון וואו קומען די ווערטער "פארזילבע" און "נאכזילבע"? איך קען זיי נאר פון מעלות. אין ענגליש, דייטש, אזוי אויך אידישע ווערטערביכער איז עס "סופיקס" און "פרעפיקס".

איך זע אז אין דייטש איז א syllable "זילבע". לויט דעם איז א פאר/נאך + זילבע דייטשיש. די שאלה איז נאר ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם ווארט, ווייל איז דייטש זעלבסט איז עס נישט דא.

Syllable, ווידער, ווערט אפיציעל איבערגעטייטש אין אידיש נאר אלס "טראף". קען "סילאבאל" באטראכט ווערן א סינאנים אין אידיש?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

גרשון האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט אז אמאל פלעגט מען ניצן ווייב, אין דער צייט וואס היינט איז איינגעפירט פרוי. דאס קלייד איז ווייבעריש. אריבער די מחיצה זענען די ווייבער. אלס זכר איז געבליבן די ווייבער-שול, און נאך עטליכע אזעלכע; היינט וואלט מען געזאגט "די פרויען שול".

פרוי שרייבט מען טאקע ווייל ס'ווערט נישט אזוי באנוצט, און ס'איז איידעלער צום שרייבן. פונקט ווי מאנכע נוצן ביים רעדן די בני בית', רעביצין וכו'
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Latvia הייסט אין אידיש לעטלאנד.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פאר update איז פארהאן א אידיש ווארט, "דערהיינטיגן." א שאד נאר אז ס'איז נישט באניצט צו שטארק. אסאך ווערטער ווערן אויפגעטוישט מיט'ן זייער ענגלישן קאנקורענט, און ס'איז נישט קיין פראבלעם. אבער "אפדעיט" הערט זיך זייער ענגליש. אין געוויסע ארטיקלען פאסט עס אפשר אריין, אבער נישט איבעראל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Crossed eye?

איך זע א אידיש ווארט "שיקלדיג אויג". איז דא עפעס מער פארשטענדליך?

"שיקלדיג אויג" אין "דאס אידישע ליכט".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גרשון האט געשריבן:Crossed eye?

איך זע א אידיש ווארט "שיקלדיג אויג". איז דא עפעס מער פארשטענדליך?

"שיקלדיג אויג" אין "דאס אידישע ליכט".

די אנטווערפענער רופן עס אזוי, "פלוני שיקלט"
חוח בין השושנים האט געשריבן:
המעריב ערבים
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעריב ערבים »

ווי אזוי זאגט מען אין אידיש,
שכן,
Neighbor ?
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

נאכבאר
המעריב ערבים
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעריב ערבים »

קענטאקי האט געשריבן:נאכבאר

קענסט אפשר לייגען נקודות ?
כווייס פשוט נישט וויאזוי צי ליינען
א דאנק
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

המעריב ערבים האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:נאכבאר

קענסט אפשר לייגען נקודות ?
כווייס פשוט נישט וויאזוי צי ליינען
א דאנק


קמץ אונטערן ערשטן אל''ף, פתח אונטערן צווייטן.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

המעריב ערבים האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:נאכבאר

קענסט אפשר לייגען נקודות ?
כווייס פשוט נישט וויאזוי צי ליינען
א דאנק

נאכבאר איז נישט אידיש, אפשר אונגאריש אדער פויליש.

אין אידיש נוצט מען שכן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

געוויסע פלעצער טרעף איך "לאָקאַטאָר".

דא האסטו א גאנצן אויסוואהל...

https://beta.hebrewbooks.org/pagefeed/h ... 66_148.pdf
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
המעריב ערבים האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:נאכבאר

קענסט אפשר לייגען נקודות ?
כווייס פשוט נישט וויאזוי צי ליינען
א דאנק

נאכבאר איז נישט אידיש, אפשר אונגאריש אדער פויליש.

אין אידיש נוצט מען שכן.


מסכים. ס'נישט מיין אייגן ווארט, איך זאג נאך וואס כ'האב געהערט. איך נוץ אויך שכן..
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
המעריב ערבים האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:נאכבאר

קענסט אפשר לייגען נקודות ?
כווייס פשוט נישט וויאזוי צי ליינען
א דאנק

נאכבאר איז נישט אידיש, אפשר אונגאריש אדער פויליש.

אין אידיש נוצט מען שכן.

אין מחניים ביכלעך שטייט יא נאכבאר (מיט צוויי פתח'ס).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”