די חתם סופר פארגאנענע וואך אין די 5 בענדער שרייבט אויף די פסוק הויהי כל הארץ שפה אחת אז לשון קודש האט נישט אלע ווערטער במילא נישט אלעס האט א ווארט אין לשון הקודש עיין שם ותמצא נחת.
איך בין נייגעריג אויב איינער קען אויסקלארן צי ס'איז ריכטיגער ע"פ דקדוק שפיכת דמים אדער שפיכות דמים, דאס זעלבע מיט מסירת/מסירות נפש, און נאך אנדערע ווערטער.
אין די אידישע ווערטערביכער זענען די ווערטער אן דעם ו', און אזוי קוקט מיר אויס ריכטיגער. ווידעראום די העברעאיסטן לייגן עס אויס מיט'ן ו'. אין היינטיגן אידיש ערשיינען די ווערטער אין ביידע פארמען.