טעמי המקרא - חסידיש אדער ליטוויש?
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
טעמי המקרא - חסידיש אדער ליטוויש?
ביי אונז איז פארהאן א אידל וואס ליינט צומאל אלס א SPARE בעל קורא, ליינט ער אזוי מיט די אנדערע נוסח לויט די ליטווישע מסורה.
איך גלייך דאס זייער און ס'האט א באזונדערע חן, לפעמים קען זיך דוכטן מען הערט די מגילה..
אויב לייגט מען צו קאפ זעט מען אז שבת ביי הפטורה איז דער גאנצער נוסח פון די ברכות וכו' זייער פארמינגעלט מיט די ליטווישע טעמי הקריאה.
וואו קען מען זיך לערנען די נוסח?
וועלכע איז מער נוטה צו זיין אויסגעהאלטן לויט די מסורה?
נאך אינטערעסאנטע ענינים איבער דעם נושא?
נוסח הספרדים? תימנים?
ואם במסורה עסקינן, קען איך לעולם ציען א מסקנא אז די ליטווישע איז ריכטיגער צוליב כמה טעמים:
ווייל מיר ליינען אזוי די הפטורה, און זיי ליינען קיינמאל ווי אונז;
ווייל אונזער מגילה איז בשרשו ענליך צו זייער תורה (ביי אונז איז די מגילה געווארן א גאנצער ניגון וואס כ'גלייב שווער אז דאס איז אזוי געווען אריגינעל און נאר געווארן איידי דחביבא).

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- זייער נייגעריג
- שר האלף
- תגובות: 1961
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1672
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
א שאלה צו די ליטווישע איז ריכטיגער? אוודאי אזוי. די אמת געזאגט איז דאס נישט קיין נוסחאות און מסורות, ביידע זענען אייניג, נאר די חסידישע (אדער ווייסעכוואס, אונזערע קרייזן) איילעניש פארבלענד די ריכטיגע ניגון ממילא איז דאס שוין א מסורה. והא ראי' די חסידישע טעמים קען מען דרייען לויטן גיסטע משא"כ די ליטווישע (איז דיר שוין אמאל איינגעפאלן א שאלה צו די מנחה שבת נאכמיטאג טראפן זענען די ריכטיגע אדער שבת בייטאג? אויב נישט דאוונסטו מן הסתם גענוג פרי ווען מען איילט זיך נאכנישט...).
אינטערעסאנט דו הנאה דערפון, ביי אונז אין ביהמ"ד איז אויך דא אזא ספעיר בעל קורא (היינו הך???) און דער עולם איז נישט צופרידן, רוב מענטשן וואס זענען צוגעוואוינט צו די חסידישע אופן פארטראגט נישט די ליטווישע.
עס איז געווען א איד וואס האט זיך געדרייט אין וויליאמסבורג וואס פלעגט אסאך טון דערון און אויסלערנען דעם נוסח פון ווער ס'האט אים געבעטן (כך שמעתי מבעל קורא הנ"ל). ער איז אוועק אינגערהייט ר"ל פאר אפאר יאר צוריק, ס'איז דא טעיפ'ס פון אים וואס לערנען אויס.
זייער נייגעריג, מיינסט מלאכים? (וואס איז די בושה, פארוואס זאגסטו נישט די נאמען פונעם ביהמ"ד? אויב נישט דאן איז דא צוויי.

דער אמת איז אז אויב קען מען די טעמים איז זייער געשמאק צו הערן א בעל קורא וועלכע איז מדייק און מדקדק אויף יעדע תנועה קלה,
פאר מיר איז ענדערש צו הערן אזא בעל קורא אפילו אין מציאות נעמט עס אביסל לענגער, ווי איידער צו הערן א שנעלע בעל קורא, וואס ס'פאלירט די גאנצע געשמאק פון מיטהאלטן דאס ליינען.
און די ליטווישע זענען געווענטליך מער מדייק דערויף, אבער ביי אונז ליינט א חסידישער יונגערמאן וואס זינגט אזוי זיס יעדע טראפ און יעדע קוצו של יוד. ממש א מחי',
בנוגע הפטורה ווייס איך נישט, ווייל ביי אונז ליינט מען נישט די הפטורה, און ברכות זאגט מען מיט א נוסח וואס האט נישט קיין שייכות מיט די קריאה.
אבער איך פארשטיי נישט פארוואס דו זאגסט אז די ליטווישע איז ריכטיגער.
וואס עפעס?
ס'איז טאקע איינגעפירט צו זינגען מיט אזא ניגון אזא נוסח דא און דארט, אבער די רוב מנין ובנין פון די מגילה ווערט געווענטליך געליינט מיט א מסורות'דיגע נגינה לויט די טעמים.

שוועמל האט געשריבן:ביי אונז איז די מגילה געווארן א גאנצער ניגון וואס כ'גלייב שווער אז דאס איז אזוי געווען אריגינעל און נאר געווארן איידי דחביבא.
וואס עפעס?
ס'איז טאקע איינגעפירט צו זינגען מיט אזא ניגון אזא נוסח דא און דארט, אבער די רוב מנין ובנין פון די מגילה ווערט געווענטליך געליינט מיט א מסורות'דיגע נגינה לויט די טעמים.
ווייל ביי די חסיד'ישע צוזאמען מיטן אויפגעבן און אפלאזן דעם דקדוק פון די נקודות, און פון די דגושים, וכדו', האט מען אויך נאכגעלאזט דעם דקדוק פון טעמי המקרא, משא"כ ביי די ליטווישע איז עס געבליבן בדקדוק כמות שהי'.
און אגב, "ליטווישע" איז נישט דאס ריכטיגע ווארט, ווייל אלע אויבערלענדישע יעקישע אונגארישע אידן, האבן אזוי געזאגט די טראפן מיטן גאנצן לעבן און חן, און געדרייט יעדן טראפ און יעדן ניקוד פונקטליך, און ווי באקאנט זענען ליטווישע מיט אונגארישע געווען תרין רעין דלא מתחברין...

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35423
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
משיח האט געשריבן:בנוגע הפטורה ווייס איך נישט, ווייל ביי אונז ליינט מען נישט די הפטורה, און ברכות זאגט מען מיט א נוסח וואס האט נישט קיין שייכות מיט די קריאה.
איך ווייס נישט וואו דו דאווענסט אבער די וועלטליכע נוסח אויף די ברכות הפטורה איז גאר ענליך צו די קריאה פון הפטורה (ביי ליטאים).
ווער ס'האט געלערענט אין נייטרא, אר"י, אדער אויסלענדישע ישיבות ווייסט וואס מיינט ליינען די הפטורה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
-
- שר מאה
- תגובות: 110
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 26, 2008 1:03 pm
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35423
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ר' יואל א געזונ"ט יאר אייך, יא דאס אפלאזן דקדוק האט קיין שייכות צו חסידות, ולפי הבני יששכר במעין גנים עדיין יש לנו חיוב ללמוד כמה דברים הנוגעים להלכה וואס מ'לערנט שוין נישט לאנגע יארן.
ואת"ל, אז אין די ליטע אדער ביי די אשכנזים קאן מען יא דקדוק דאן גרייזט איר, כי אינו תלוי נישט אינעם היט און נישט אינעם אקסענט וכמובן שקצרתי.

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: טעמי המקרא - חסידיש אדער ליטוויש?
ווער ס'וויל זיך אויסלערנען טראפן פון הפטורה.
https://drive.google.com/file/d/1IeNtDw ... sp=sharing
https://drive.google.com/file/d/1nXraPn ... sp=sharing

מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?