אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי
פון צייט צו צייט באגעגן איך זיך מיט גאר אינטערעסאנטע ווערטער און אויסדרוקן אינעם אידישן ווערטער-בוך. האב איך זיך דערטראכט צו עפענען א וויין-קאמער וואו די חשוב'ע בעלי עגלות און פויערן וועלכע זיצן אין דער קרעטשמע, וועלן קענען אויפברענגען די קאמישע ווערטער מיט וועלכע זיי האבן זיך באגעגנט.
ביטע נאר ברענגען דא אנגענומענע אידישע ווערטער מיט וועלכן איר באגעגנט זיך, און נישט די ניי-אויפגעמאכטע ווערטער מיט וועלכע מאשקע'ס באליבטן וואכנבלאט איז בארימט.
די וואס וועלן אויפברענגען אויפגעמאכטע ווערטער וועלן ארויסרופן אויף זיך מיין צארן, און איך וועל זיי געבן א טאמבס-דאון. איר זאלט נישט זאגן אז כ'האב אייך נישט געווארנט.

מאשקע, ווען איך האב געזען דיין חוצפה'דיגן אנטווארט, האב איך דיר צוריקגעשליידערט דאס גאנצע גלעזל משקה וואס דו האסט מיר נארוואס סערווירט - אין פנים אריין.
האב איך דיר געפרעגט וואס צו טאן? דאס איז מיין וויין-קאמערל און אז דו ווילסט נישט אויסהערן מיינע בויך-קרעמפן טראג זיך אפ פון דאנעט.
אקעי, כ'האב עס נישט געמיינט אזוי ערנסט. אבער פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט אז ס'איז דא אזא זאך ווי א שפראך פארום, ווען דו האסט מיר געגעבן דעם טור אין דער קרעטשמע? יעצט וועט עס שוין מוזן בלייבן דא.

- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:מאשקע, ווען איך האב געזען דיין חוצפה'דיגן אנטווארט, האב איך דיר צוריקגעשליידערט דאס גאנצע גלעזל משקה וואס דו האסט מיר נארוואס סערווירט - אין פנים אריין.
מופרך מעיקרא. כאדיר קיינמאל נישט געגעבן קיין משקה.
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:האב איך דיר געפרעגט וואס צו טאן? דאס איז מיין וויין-קאמערל
הא גופא קאשע. האסט געפרעגט איינעם רשות צו עפענען א וויין קאמער דא? עמי בבית? ס'ארא מין חופצה איז דאס?
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:אבער פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט אז ס'איז דא אזא זאך ווי א שפראך פארום, ווען דו האסט מיר געגעבן דעם טור אין דער קרעטשמע? יעצט וועט עס שוין מוזן בלייבן דא.
לאו דוקא. וועסט דיך איבערצייגן אז אין קרעטשמע איז דא אזא זאך ווי "מזיז" זיין אן אשכול צו אן אנדערן פארום.
אבער נישט יעצט, נאר ווען די חברה וועלן אויפשטיין.
An article a day keeps the babies away
אגב, די דייטשע דיקשאנערי זע איך רופט פלינאטס: "ערדנוס".
ס'הערט זיך בעסער, און איז מסתמא מער פארלעסליך.
דער באוואוסטער אידישער שפראך-קענער אוריאל וויינרייך רופט פלינאטס "סטאשקע" און פלינאנטבאדער רופט ער "סטאשקע שמיר", אבער אסאך אידישיסטן רייסן אים אראפ און זאגן אז דאס איז נישט דער ריכטיגער אפטייטש. זיי זאגן אז אין ווילנע האט מען גערופן פינאטבאדער "נוס-פוטער". דאס קלינגט טאקע סאך בעסער.

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:מען רופט עס נישט משה רבינו ניסלעך נאר "רבי ניסלעך"
און פארוואס דאס איז אזוי ווייס איך טאקע אויך נישט. אפשר פרעגט איינער אן ביים מעלות.
די סיבה פארוואס עס ווערט אנגערופן "משה רבינו ניסלעך" האב איך געהערט, ווען ווען דו עפענס אויף דעם ניסל ביים שפאלט, וועסטו טרעפן ביים אויבערשטן שפיץ דערפון א צורה פון א כמו מענטש מיט א בארד...
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
קרעמער האט געשריבן:דיזע ערצעלונג האט געשריבן:מען רופט עס נישט משה רבינו ניסלעך נאר "רבי ניסלעך"
און פארוואס דאס איז אזוי ווייס איך טאקע אויך נישט. אפשר פרעגט איינער אן ביים מעלות.
די סיבה פארוואס עס ווערט אנגערופן "משה רבינו ניסלעך" האב איך געהערט, ווען ווען דו עפענס אויף דעם ניסל ביים שפאלט, וועסטו טרעפן ביים אויבערשטן שפיץ דערפון א צורה פון א כמו מענטש מיט א בארד...
דו מיינסט צו זאגן ענליך צו דעם מענטש וואס איך האב ארויפגעלייגט די בילדער פון יציאת מצרים ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm