וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

איך וויל ווערן א בעל קורא.
יא אזוי ווי איר הערט, עס באדערט מיר זייער ווען מאנטאג אדער דאנערשטאג, מען זיכט א בעל קורא, און קיינער רופט זיך נישט אן. (איך גיי צו צום עמוד עניטיים ווען קיינער גייט נישט צו). אדער ווען איינער ליינט און ער קען פשוט נישט.
מיין פראבלעם איז, איך קען נישט איינחזרן די טראפען.
איך האב זיך אויסגעלערנט די טעמים מיט די ביסעל דקדוק וואס עס פעלו אויס (פון די שיעורים פון הרב שווארץ מלאשאנץ), איך קען די ניגון גוט. אבער ווען איך פראביר זיך צו פארקוקען גייט עס פשוט נישט. איך געדענק נישט די טראפען, קוים וואס איך דערקען די עברי.
עני עצות אויף דעם?
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

איינחזרן ביז די קענסט עס אויף אויסנווייניג. בדוק ומנוסה.

(געדענקען צו ליינען פון אינעווייניג)
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נעם איין פסוק אויפאמאל. הייב יעצט אן פרשת נח און טו איין פסוק א טאג. חזר עס גוט איין.

צוביסלעך וועט עס גיין שנעלער און שנעלער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ביי מיר העלפט ווען איך טראכט דעם פירוש המילות בשעת'ן זיך פארקוקן. דורכדעם קען איך מיך איינ'חזר'ן אז אויף דעם ווארט קומט אזא טראפ. משא"כ אויב מ'דערקענט נישט דאס ווארט, איז סך שווערער צו געדענקען אזויפיל טראפן.

א תיקון קוראים העלפט אויך ביי א סך מענטשן, זעענדיג דארט די זעלבע צורת הדף ווי אין דער ספר תורה.

און ווי @אסדר זאגט, דאס רגילות העלפט זייער א סך. מיט דער צייט וועסטו זען אז ס'גייט שנעלער. הצלחה.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום דינסטאג יולי 27, 2021 1:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

גרשון האט געשריבן:ביי מיר העלפט ווען איך טראכט דעם פירוש המילות בשעת'ן זיך פארקוקן. דורכדעם קען איך מיך איינ'חזר'ן אז אויף דעם ווארט קומט אזא טראפ.

פירוש המילות העלפט אויך נישט צו מאכן קיין גרייזן.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

איך וועל אראפלייגן דא מיין אייגענע עקספיריענס.

עטליכע יאר צוריק פרשת ואתחנן - נחמו, איז אין די שול ווי איך דאווען נישט אנגעקומען די באשטעלטע בעל קורא, און נאכן ווארטן א 5 מינוט איינער זאל צו גיין, און במקום שאין איש איז געפילטע פיש אויך גוט, האב איך געזאגט אז איך קען פרובירן ביז שני, קוקענדיג צוריק ווייס איך נישט פון וואו איך האב געהאט די קוראדזש און די גאטס, די איינציגסטע מאל וואס איך האב אריינגעקוקט אין א תיקון קוראים פלעגט זיין אלץ בחור פאר די מגילה ליינען וואס איך האב געוואלט קענען.

למעשה, איז געווען דארט עטליכע חשוב'ע אידן, איינער אפילו א רב אין אן אנדערע ביהמ"ד. און קיינער פון זיי האבן נישט געהאלטן ביים צוגיין, און די ספר תורה איז שוין געליגן אויפן בימה. בקיצור, נאכן זאגן די עברי ביז שני, מיט א גוטע חיתוך הדיבור, איז כל הקהל ענו ואמרו אז איך זאל ממשיך זיין ווייטער. איי געס אז דאס וואס איך בין מעביר סדרה שוין אזויפיל יאר, האט זיך איינגעזאפט אין מיר אז עטליעסט די עברי זאל איך קענען גוט אפילו פון א ספר תורה.

פעסט פארווערד, איז געשען קאראנע, און אונזער לאנגיעריגע בעל קורא האט נישט געקענט ליינען פאר א שטיק צייט, און אפילו נאכדעם, היות ער פלעגט נישט דאווענען ביי אונז נאר קומען נאך זיין דאווענען אין אן אנדערע שול, האט ער זיך אפגעזאגט. אזוי האט מען זיך געמוטשעט יעדע וואך, עס זענען געקומען בעל קוראס פאר באצאלט, טאקע חשוב'ע ליטווישע אינגעלייט, אבער למעשה האט געדויערט זייער לאנג די ליינען, און רוב קביעות'דיגע מתפללים וואס האבן געדענקט יענע פרשת ואתחנן האבן מיר געבעטען אז איך זאל עס אנפאנגען צו טוען. און אנפאנג ווינטער האב איך פרובירט פרשת תולדות, און פון דארט בין איך געווארן די קביעות'דיגע בעל קורא.

מיין חשבון איז געווען, רוב אירע קענען מיטזינגען די ימים נוראים נוסח, יעצט מאכטס א חשבון, וויפיל מאל האט עס א 35 יעריגע אינגערמאן געהערט? קומט אויס אז איינער וואס פלעגט מעביר סדרה זיין יעדע וואך, דארף צו קענען געדענקען די עברי אויבנאויף.

די עיקר וואס איז מעכב איז אז מען זאל קענען א גוטע עברי, דאס ב"ה קען איך און איך האב א גוטע חיתוך הדיבור ב"ה.

איך קוק מיך פאר ווי פאלגענד: זונטאג ביז שני 10 מאל, מאנטאג פון אנפאנג ביז שני איינמאל, דערנאך פון שני ביז שלישי 10 מאל, דינסטאג פון אנפאנג ביז שלישי איינמאל, שלישי ביז רביעי 10 מאל, אא"וו. שבת צופרי שטיי איך אויך פרי, און איך ענדיגע צי אויף די סדר ביז די ענד, אזוי קומט אויס אז ביז שני, האב איך געחזרט פון א חומש בע' 17 מאל, שני שלישי 16 מאר אא"וו. ווי שפעטער געדענק איך טאקע ווייניגער די טראפן, אבער ב"ה עברי מאך איך כמעט נישט קיין טעותים. אויב האך איך צייט טו איך עס צוויי מאל דערנאך אין א תיקון קוראים.
איך האף אז ביי די צוויייטע יאר וועט עס ווערן גרינגער אא"וו.

נאך אן עיצה איז גוט צו נוצן א מאירת עינים חומש זיך פארצוקוקן, ווייל דאס איז א חומש מיט גרויסע אותיות און א סאך אויף די צורת הדף, און עס איז בנמצא עטליעסט ווי איך דריי מיך, ממילא איז גרינגער זיך איינצוחזרן, די זעלבע פיקטשער אין קאפ. און בשעת ליינען האב איך איינער וואס טייטלט אינעווייניג, צו קענען כאפן א בליק.

אז מען רעדט שוין, האב איך באמערקט חילוקים אין טראפן צווישן חומשים, אדרבה קען איינער אריינקומען וואס דאס מיינט, איז דא נוסחאות?
למשל דאס וואס איך געדענק ביי ולא תתורו פון פרשת ציצים, איז ביי מאירת עינים א אזלא גרש, און ביי אנדערע א קדמא ואזלאץ נאך איין חילוק פון פאריגע וואך פרשת ואתחנן צווישן שביעי און מפטיר פסוק ז' כי עם קדוש, די כי איז אנדערש ביי מאירת עינים פון אנדערע.


אגב: היות עס האט מיר אוועקגענומען אסאך צייט, און עס האט אפעקטעט מיינע קביעות'דיגע שיעורים, האב איך מיך דורכגערעדט מיט א חשובע רב, און ער האט מיר געזאגט אז דאס זיך פארקוקן הייסט געהעריג לימוד התורה, און ער האט מיר געזאגט אז דאס איז מער תורה לשמה ווי מיינע ביז יעצטיגע שיעורים, איך וועל טאקע נישט ענדיגען ש"ס אזוי פרי, אבער עס איז לשמה און א מזכה את הציבור. איך נעם נישט קיין געלט פאר די ליינען.
ווען נישט זיך פארקוקן וואלט איך לכאורה שוין כמעט געענדיגט ש"ס אויף די סדר לויט די מספר דפים וואס איך האב געלערנט די לעצטע פאר יאר. אזוי האף איך צו ענדיגען אין 2 יאר.
לעצט פארראכטן דורך לעיקוואד אום דינסטאג יולי 27, 2021 2:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חייםושלום

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםושלום »

איין זאך געדענק, אז מענטשן שרייען נישט אריין פאר שלעכטיקייט, נאר ווייל זיי זיצן לאנגווייליג. פארגין זיי..
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

חייםושלום האט געשריבן:איין זאך געדענק, אז מענטשן שרייען נישט אריין פאר שלעכטיקייט, נאר ווייל זיי זיצן לאנגווייליג. פארגין זיי..


גראדע מאנטאג און דאנערשטאג לויף איך נישט צו צי די בימה, נאר נאכן ווארטן א מינוט צוויי און קיינער גייט נישט צי וועל איך עס טוען.
אסאך מאל זענען טאקע דא "גוטע" אידן וואס האבן זייער קאמענטס, ספעציעל נישט קביעותדיגע מתפללים, זאג איך זיי, נעקסט טיים קענט איר אליינס עס טוען.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לעיקוואד האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, האב איך באמערקט חילוקים אין טראפן צווישן חומשים, אדרבה קען איינער אריינקומען וואס דאס מיינט, איז דא נוסחאות?
למשל דאס וואס איך געדענק ביי ולא תתורו פון פרשת ציצים, איז ביי מאירת עינים א אזלא גרש, און ביי אנדערע א קדמא ואזלאץ נאך איין חילוק פון פאריגע וואך פרשת ואתחנן צווישן שביעי און מפטיר פסוק ז' כי עם קדוש, די כי איז אנדערש ביי מאירת עינים פון אנדערע.

אין די סלאוויטא חומש פון כפתור ופרח ווערט בדר"כ געברענגט אלע נוסחאות און מנהגים.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

אה א פיינער אשכול דאס.

יאך חלום שוין אויך א לאנגער צייט צו "ווערן" א בעל קורא.


רב פסח קראון שרייט אלס אז יעדער ברויך צו קענען ליינען - עס איז א בזיון ווען דער ספר תורה איז אויפן בימה און קיינער קען נישט צוגיין ליינען. עפעס אזוי זאגט ער.


דרך אגב ווי קען מען הערן הרב ישראל מענדל שווארץ שליט"א?


ישר כח @לעיקוואד פארן מיטיילען אייער עקספיריעס
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

עירמאנט'ער האט געשריבן:דרך אגב ווי קען מען הערן הרב ישראל מענדל שווארץ שליט"א?

אה, ווען דו ווייסט, זאג מיר.

איך האב אים אנגעהויבן צו הערן אלס בחור (בערך 4 שעה), ביז ס'איז פארגעקומען די גניבה אויף מיינע זאכן אין דארמיטארי.

איך בין זיכער דער גנב קען גוט ליינען...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

גרשון האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:דרך אגב ווי קען מען הערן הרב ישראל מענדל שווארץ שליט"א?

אה, ווען דו ווייסט, זאג מיר.

איך האב אים אנגעהויבן צו הערן אלס בחור (בערך 4 שעה), ביז ס'איז פארגעקומען די גניבה אויף מיינע זאכן אין דארמיטארי.

איך בין זיכער דער גנב קען גוט ליינען...



https://www.koltorahonline.com/artists/ ... QCpX2kpBzA
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ש'כח. געקויפט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

גרשון האט געשריבן:ש'כח. געקויפט.


גיב אבאכט פונעם בעל קורא-גנב...
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

ס׳איז גראדע דא ערגעץ אױפן װעלטל א פארשטױבטן אשכול פאר בעלי קורא, כ׳האב עס אפאר מאל געזוכט לעצטנס און נישט געקענט טרעפן

ולעצם הענין, מײנע דרײ ניקלעך, אװדאי די עיקר איז חזרה מיט עקשנות, ס׳העט נאר װערן גרינגער בעזר השם, אבער איך קוק זיך פאר אזױ, (און כ׳מײן אז ס׳איז א גוטער מהלך אפי׳ פאר א ביגינער, מ׳געװאױנט זיך שנעל צו) קודם כל, אװדאי נאר אין א תיקון קוראים, כ׳װײס נישט װיאזױ מען קען זיך בכלל פארקוקן אין א חומש (ביז שני מילא) און כ׳קוק לכתחילה ארײן נאר אין די לינקע זײט, און מ׳בליקט נאר אהין און צוריק צו קוקען די טראפן, אדער זיכער צו מאכן אז מ׳זאגט גוט, אײן פסוק אױף אמאל, (העכסטנס פארדעם געב איך אײן קוק דורך דעם גאנצן פסוק אױף די רעכטע זײט) אזױ טוה איך 2־3 מאל מיט יעדן פסוק, געװענטליך נאך 3 מאל קען מען עס שױן גוט, נאך 4־5 פסוקים גוט מען עס אײן חזר איבער שנעל (פארשטײציך נאר אױף די לינקע זײט) און בײ שני נאך אײן מאל די גאנצע, וכן הלאה, װען מ׳ענדיגט חזר׳ט מען איבער די גאנצע סדרה 2־3 מאל (דאס טוה איך שױן געװענטליך שבת אינדערפרי) ודמי לי׳ כמאן דמונח בקופסא בעזר השם, די גאנצע מעשה געדױערט ארום 2.5-3 שעה בײ אן עװריטש סדרה

הײנט צוטאגס נאך אפאר יאר דארף איך שױניש דורכגײן די גאנצע פראצעדור, נאר עס גײט שױן סאך שנעלער בײ רוב סדרות ב״ה

די עיקר נקודה איז (הער לעיקװאוד כ׳מײן זאלסט עס געבן א טשענס.. כ׳בין אױך א בע״ק אין לעיקװאוד גראדע :wink:) אז 10 מאל אין א מאירת עינים חומש טוט נישט אױף װאס 2־3 מאל אין א תיקון קוראים טוט (און דײקא אױף די לינקע זײט שטײצעך, מ׳װערט זײער שנעל צוגעװאױנט צו בליקן הין און קריק װי א פראו..)

דאס איז מײן עקספיריענס, האף איך אז כעל עפעס האבן אױפגעטהון פאר אײנעם, װײל כ׳האב געפערליך װײניג נערװן צו שרײבן לעצטנס, נאר עת לעשות לד׳...

און פארן פותח האשכול, האסט גוטע שאיפות דאס איז זיכער, ס׳איז זײער א חשובע זאך, א גרױסע זכות, און ס׳קומט מיט א גוטע געפיל אױך געװענטליך, די עיקר נישט אױפגעבן! הצלחה רבה
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

1) מעביר סדרה יעדע וואך חק ולא יעבור. די עיקר פון א תיקון קוראים
2) רוב פרשות האב איך אריין געלייגט אלץ בחור 5 שעה. אין היינטיגע צייטען איז מעביר סדרה פונקט גענוג זיך צו דערמאנען
3) תזריע מצורע מקץ וואס איך האב קיינמאל נישט געליינט אין ישיבה גיי איך קיינמאל נישט קענען. נישט קיין חילוק וויפעל איך קוק מיך פאהר.
אין קורצען גירסא דינקותא!
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

אגב אז מרעט פון ר ישראל מענדל האט ער געזאגט אז די רבי זי"ע האט געפרעגט א בעל קורא וואס ער בעט ימים נוראים? האט יענער גענפערט אז ער בעט אז יעדע האלץ זאל ווערן א בימה אין יעדע טיפחא זאל ווערן א פזר....
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:ס׳איז גראדע דא ערגעץ אױפן װעלטל א פארשטױבטן אשכול פאר בעלי קורא, כ׳האב עס אפאר מאל געזוכט לעצטנס און נישט געקענט טרעפן

ולעצם הענין, מײנע דרײ ניקלעך, אװדאי די עיקר איז חזרה מיט עקשנות, ס׳העט נאר װערן גרינגער בעזר השם, אבער איך קוק זיך פאר אזױ, (און כ׳מײן אז ס׳איז א גוטער מהלך אפי׳ פאר א ביגינער, מ׳געװאױנט זיך שנעל צו) קודם כל, אװדאי נאר אין א תיקון קוראים, כ׳װײס נישט װיאזױ מען קען זיך בכלל פארקוקן אין א חומש (ביז שני מילא) און כ׳קוק לכתחילה ארײן נאר אין די לינקע זײט, און מ׳בליקט נאר אהין און צוריק צו קוקען די טראפן, אדער זיכער צו מאכן אז מ׳זאגט גוט, אײן פסוק אױף אמאל, (העכסטנס פארדעם געב איך אײן קוק דורך דעם גאנצן פסוק אױף די רעכטע זײט) אזױ טוה איך 2־3 מאל מיט יעדן פסוק, געװענטליך נאך 3 מאל קען מען עס שױן גוט, נאך 4־5 פסוקים גוט מען עס אײן חזר איבער שנעל (פארשטײציך נאר אױף די לינקע זײט) און בײ שני נאך אײן מאל די גאנצע, וכן הלאה, װען מ׳ענדיגט חזר׳ט מען איבער די גאנצע סדרה 2־3 מאל (דאס טוה איך שױן געװענטליך שבת אינדערפרי) ודמי לי׳ כמאן דמונח בקופסא בעזר השם, די גאנצע מעשה געדױערט ארום 2.5-3 שעה בײ אן עװריטש סדרה

הײנט צוטאגס נאך אפאר יאר דארף איך שױניש דורכגײן די גאנצע פראצעדור, נאר עס גײט שױן סאך שנעלער בײ רוב סדרות ב״ה

די עיקר נקודה איז (הער לעיקװאוד כ׳מײן זאלסט עס געבן א טשענס.. כ׳בין אױך א בע״ק אין לעיקװאוד גראדע :wink:) אז 10 מאל אין א מאירת עינים חומש טוט נישט אױף װאס 2־3 מאל אין א תיקון קוראים טוט (און דײקא אױף די לינקע זײט שטײצעך, מ׳װערט זײער שנעל צוגעװאױנט צו בליקן הין און קריק װי א פראו..)

פאר איינעם וואס איז שווער דעם מהלך, צו קוקן נאר בעיקר אויף די לינקע זייט, קען פרובירן מיין מהלך.

קוק יא אויף די רעכטע זייט. חזר דיך איין יעדע פסוק גוט מיט די נקודות און די טראפן, און נאך 3-4 מאל אויף די רעכטע, זאג איבער די פסוק אויף די לינקע זייט. איינמאל ס'גייט גוט, גיי צום נעקסטן פסוק.

אסאך מאל גיי איך קודם דורך די סדרה אין א פלעינע חומש, איך זאג די טראפן אפאר מאל, און נאכדעם ווען מ'קומט צום תיקון קען מען עס שוין עטוואס. ס'העלפט זיכער צו, ווי לעיקוואד זאגט.

עצה טובה צו נוצן די תיקון קוראים 'סימנים'. אין זיין 'שיטה מקובצת' ברענגט ער זייער געשמאקע סימנים צו געדענקן די פסוקים, און איז אויך מעורר דארט וואו מ'קען זיך לייכט פארמישן. איך נוץ די סעט פון סאפט קאווער קליינע קונטרסים, יעדע 2 פרשיות א באנד, וואס איז זייער לייכט ארומצוטראגן.

ס'איז אויך דא עטליכע תיקון קוראים עפפס בחינם, וואס ווייזט נאר די רעכטע אדער לינקע זייט, און מ'קען עס שנעל צוריקטוישן צו די אנדערע ווערסיע. פאר איינער וואס וויל זיך צוגרייטן אויפן פאון איז עס זייער געשמאק.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:1) מעביר סדרה יעדע וואך חק ולא יעבור. די עיקר פון א תיקון קוראים
2) רוב פרשות האב איך אריין געלייגט אלץ בחור 5 שעה. אין היינטיגע צייטען איז מעביר סדרה פונקט גענוג זיך צו דערמאנען
3) תזריע מצורע מקץ וואס איך האב קיינמאל נישט געליינט אין ישיבה גיי איך קיינמאל נישט קענען. נישט קיין חילוק וויפעל איך קוק מיך פאהר.
אין קורצען גירסא דינקותא!

תזריע מצורע זענען בײדע פון די שװערסטע סדרות גראדע, סאו האסטע נאך א סיבה, באט נעװער סעי נעװער..
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

יישר כח פאר אלא מגיבים, קוקט אויס עז נישטא קיין שארטקאט...
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

כדי צו זיין א גוטע בעל קורא דארף מען האבן געשמאק אין נגינה, א גוטע בעל תפילה ווען ער קוקט זיך פאר, וועט זיין א גוטער בעל קורא. מען דארף האבן גרסא דינקותא, איינער וואס האט קיינמאל גארנישט געטון אין דעם ביז די 35 וועט שוין לכאורה קיין גוטער בעל קורא נישט זיין, חוץ אויב ער האט גאר א גוטן קאפ. מען דארף זיך פאר קוקען מיט א מוראדיגע רואיגקייט, זאגן הויך אויפן קול און נישט טראכטן פון עפעס אנדערש. אינזין האבן פירוש המילות פונקט ווי מען לערנט א שווערע תוספות.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

אזוי איז יעדע זאך יגעתי ומצאתי תאמין. די ערשטע פאר יאהר אפילו מיטן פארקוקן האב איך געמאכט טעותים. אבער די געשמאק ווען די ליינסט אלטס א עקפירענס בעל קורא קען מען נישט מסביר זיין
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אז מ'רעדט שוין, האב איך שוין לאנג אזא שאלה:

ווי באקאנט איז דא א פשטא און ס'איז דא א קדמא. ביידע האבן די זעלבע צורה, אבער פשטא איז א מפסיק און קדמא איז א משרת. ווען ס'איז דא א פשטא וואס מ'דארף זינגען אינמיטן ווארט, וועלן זיין צוויי סימנים, איינס אויף יענעם אות און דער צווייטער סוף ווארט, אזוי ווייסט מען אז ס'איז א פשטא.

ווי איז אבער פארקערט, ווען ס'איז דא א קדמא אבער ס'דארף שטיין סוף ווארט? פון וואו ווייסט מען אז ס'איז א קדמא? איז בכלל דא אזא זאך? אויב נישט, פארוואס טאקע נישט?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: וויאזוי ווערט מען א בעל קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

גרשון האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, האב איך שוין לאנג אזא שאלה:

ווי באקאנט איז דא א פשטא און ס'איז דא א קדמא. ביידע האבן די זעלבע צורה, אבער פשטא איז א מפסיק און קדמא איז א משרת. ווען ס'איז דא א פשטא וואס מ'דארף זינגען אינמיטן ווארט, וועלן זיין צוויי סימנים, איינס אויף יענעם אות און דער צווייטער סוף ווארט, אזוי ווייסט מען אז ס'איז א פשטא.

ווי איז אבער פארקערט, ווען ס'איז דא א קדמא אבער ס'דארף שטיין סוף ווארט? פון וואו ווייסט מען אז ס'איז א קדמא? איז בכלל דא אזא זאך? אויב נישט, פארוואס טאקע נישט?


עס שטייט צוויי.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”