פראקטיש האט געשריבן:דאקטוירים. וויאזוי איז אריינגעקומען דער לה"ק'דיגע לשון רבים ביי א אידישע ווארט.
אויב לשון יחיד איז דאקטאר, וואלט נישט די לשון רבים ענדערש געזאלט זיין דאקטארס? דאקטארן?
און א מ' רעדט שוין, ווען איז א ענדע ן א לשון רבים, ווען א ס, און ווען א ר, ווען א ך?, ס'האט א כלל?
געציילטע ביישפילן
אקסן, שטירן, מענטשן, טעלעפאנען, באנען, קארן, טירן, פרויען, יונגען, וועלטן.
זיידעס, באבעס, באבקעס, פלאמבערס, עלעקטארישנס, פראסקעס, באלבס, באמבעס, בירנעס, טראקס, טראסקעס, געטועכטס, געפארעכטס.
פלעצער, אייער, איך קען נישט געדענקען וואס נאך אבער איך גלייב ס'איז דא.
עפלעך, קאפלעך, בענקלעך, לעפלעך, גאפלעך, לעמעלעך, קיכעלעך, קיעלעך, קעצעלעך. טייפנדיג כאפ איך מיך אז קען זיין אויב דאס ווארט ענדיגט זיך מיט א ל דאמאלטס לייגט מען צו דעם ך עס צו מאכן פאר א לשון רבים.
קען איינער אויסקלארן די כללים?
ס'האט געוויסע כללים, איך געדענק נישט יעצט אויסנווייניג. ווי די נאטור ביי שפראך וועלן די כללים נישט דעקן יעדעס ווארט, אבער א גרויס חלק ווערטער יא.
-עך איז נישט נאך יעדע ל', נאר ווען דער ל' איז פאר א דימינוטיוו, צב"ש בענקלעך, קאפלעך, קיכעלעך. סתם ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ל' וועלן האבן אין לשון רבים -ען: גאפלען, שיסלען, הימלען, שליסלען. עפל בלייבט עפל בלשון רבים.
-----
בנוגע קאמפאנירן/קאמפאזירן: דאס וואס דו שרייבטס איז טאקע דער טעות ביי היימישע שרייבערס. היות ס'האט זיך אזוי געפירט אז אונזער ליטעראטור איז היבש נאכגעלאזט, דעריבער ווען א שרייבער דארף א ווארט, וועט ער עס נעמען פון ענגליש. ער וועט זיך נישט נעמען די מי צו זוכן אויב אידיש פארמאגט דערויף א לעגיטים ווארט. דאס איז גורם א פארקערטע רעאקציע, אז מאנכע זאלן קלערן אז יעדע "בעסערע" ווארט שטאמט פון ענגליש. ס'איז לגמרי נישט אזוי -- אידיש במקורה איז רייך, זאפטיג, און פארמאגט אפילו גראמאטישע כללים.
איך האב געפרעגט די שאלה פון קאמפאנירן/קאמפאזירן נישט ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי מ'זאגט אין אידיש. דאס אמת'ע אידישע ווארט פאר compose איז קאמפאנירן (=צוזאמשטעלן; גלייך ווי "קאמפאני" אז א צוזאמגעשטעלטע געזעלשאפט). נאר למעשה האבן פוילע שרייבערס קאפירט דאס ענגליש ווארט אריין צו אידיש. מיין שאלה איז געווען צו הערן ווי אזוי דער עולם שפירט באקוועם.
ס'קוקט אויס ווי דו ביסט א נייער שרייבער. ס'איז גוט צו וויסן אז ס'איז היינט זייער גרינג צו נאכזוכן אלטע אידישע טעקסטן און שעפן אינפארמאציע אויף אונזער מאמע-לשון.