וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שמונת אלפים
תגובות: 8148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג מאי 13, 2021 11:22 pm

גרשון, וואויל געזאגט!
מקום חותם הבד"ץ

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4583
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג מאי 14, 2021 4:01 am

או יאמר...

אידיש איז באזירט אויף א הויפט שפראך און אויך אויף געאגראפישע צילן.

די לאנד אוואו מען האט געוואוינט האט פון אלעמאל אן געהאט א היבש ביסל איינפלוס אויף די אידיש וואס איז דארט גערעדט געווארען. דער פוילישער אידיש האט ווערטער (לאמיר נישט רעדן פון אויסדרוקען) וואס איז ווייט נישט פערשטאנען געווארען אין די דויטשע אידיש (יא, דאס זיינען אויך דארט געווען צוויי בעזונדערע שפראכען) און דער מאדיאר האט צומאל בכלל נישט געקאנט פערשטיין דעם אידיש פון דעם רוסישן איד וואס איז אריינגעפאלען צו זיי אין שטעטל.

די הויפט ווערטער זיינען איבעראל די זעלבע. צ.ב.ש. יא, ניין, גיי, קום, או נאך. אבער לאמיר נעמען טרעפ, שטיגען מיט די צימער אדער שטוב, און מען וועט זעהן אז עס האט נאך פילע דערהערן וואס האט געהאט מיט די פלאץ פון וואו מען שטאמט.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4583
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג מאי 14, 2021 5:00 am

בקשר צו סטאנציע און דאס ווארט שטאנד דערינען.

א סטאנציע איז נישט א שטאנד ארט. עס איז א פלאץ פון וואו מען ווערט געשיקט ווייטער פאר סיי ועלכע אורזאך. פאליציי שטאנציאן? מען רופט אריין און מען שיקט איינעם זיך אומקוקען אויב מען דארף עפעס טוהן. פון א באן שטאנציאן שיקט מען ארום באנען ימה וקדמה צפונה וגבה. א ארבייטער אין א פייער שטאנציאן איז אייביג גרייט אוועקצוגיין.

די שטאנד טייל פון וואס מען רעדט, קלעבט זיך מער צו א באזע
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
מאראליש
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך מאראליש » מיטוואך מאי 19, 2021 2:27 pm

איז דא א ווארט אין אידיש פאר obsessed

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מיטוואך מאי 19, 2021 4:05 pm

מאראליש האט געשריבן:איז דא א ווארט אין אידיש פאר obsessed

אבסעסירט. ס'איז געשמאקער צו מאכן דערפון א זאכווארט -- "ער האט אן אבסעסיע," אנשטאט, "ער איז אבסעסירט."

נאך א ווארט צו ניצן, "ער איז משוגע לדבר אחד."
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
מאראליש
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך מאראליש » מיטוואך מאי 19, 2021 4:32 pm

גרשון האט געשריבן:
מאראליש האט געשריבן:איז דא א ווארט אין אידיש פאר obsessed

אבסעסירט. ס'איז געשמאקער צו מאכן דערפון א זאכווארט -- "ער האט אן אבסעסיע," אנשטאט, "ער איז אבסעסירט."

נאך א ווארט צו ניצן, "ער איז משוגע לדבר אחד."

אדאנקע

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך מאי 19, 2021 5:43 pm

גרשון האט געשריבן:נאך א ווארט צו ניצן, "ער איז משוגע לדבר אחד."

דאכטצעך אז "משוגע לאותו דבר" איז דער מער באקאנטע ווערסיע דערפון. (א שפריכווארט וואס ווערט שוין דערמאנט אין חובת התלמידים.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

תגובהדורך גרשון » מיטוואך מאי 19, 2021 6:22 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:נאך א ווארט צו ניצן, "ער איז משוגע לדבר אחד."

דאכטצעך אז "משוגע לאותו דבר" איז דער מער באקאנטע ווערסיע דערפון. (א שפריכווארט וואס ווערט שוין דערמאנט אין חובת התלמידים.)

ריכטיג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

פראקטיש
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך פראקטיש » מאנטאג מאי 24, 2021 12:32 pm

צו געזונט האט געשריבן:או יאמר...

אידיש איז באזירט אויף א הויפט שפראך און אויך אויף געאגראפישע צילן.

די לאנד אוואו מען האט געוואוינט האט פון אלעמאל אן געהאט א היבש ביסל איינפלוס אויף די אידיש וואס איז דארט גערעדט געווארען. דער פוילישער אידיש האט ווערטער (לאמיר נישט רעדן פון אויסדרוקען) וואס איז ווייט נישט פערשטאנען געווארען אין די דויטשע אידיש (יא, דאס זיינען אויך דארט געווען צוויי בעזונדערע שפראכען) און דער מאדיאר האט צומאל בכלל נישט געקאנט פערשטיין דעם אידיש פון דעם רוסישן איד וואס איז אריינגעפאלען צו זיי אין שטעטל.

די הויפט ווערטער זיינען איבעראל די זעלבע. צ.ב.ש. יא, ניין, גיי, קום, או נאך. אבער לאמיר נעמען טרעפ, שטיגען מיט די צימער אדער שטוב, און מען וועט זעהן אז עס האט נאך פילע דערהערן וואס האט געהאט מיט די פלאץ פון וואו מען שטאמט.


און דא קומט אריין וואס מ'האט שוין אויבן דערמאנט. וואס איז די ציל פון שריפט און שפראך אין אלגעמיין? וואס איז דער ציל פון די אידישע שפראך?

ווי איך פארשטיי איז אידיש נישט ווי א צווייטע נאך א שפראך (קאמינוקאציע-געצייג) אויף די ליסטע נאר ענדרעש אלץ אן הבדלה-געצייג.

ס'טייטש די אורזאך פארוואס מיר רעדן די שפראך איז כדי זיך נישט צוזאמישן מיט'ן גואישן קולטור, נישט מיטהאלטן וואס דארט גייט פאר, לעבן איינזאם און אפגעטיילט עד יעבר זעם.

אין א געוויסן זין, האבן די וואס שרייבן אידיש צום עולם א העכערן ציהל אנצוהאלטן די אידישע שפראך נישט אלץ יודישיסטן, נישט אלץ לאימיות אדער דאס ליבשאפט צו שפראך, נאר צי האלטן דעם שה אחת אפגעטיילט פון די שבעים זאבים ביז דער אויבערשטער וועט זיך מרחם זיין.

קומט אויס אז זיין גערעכט אדער אויסגעהאלטן קען גאר זיין אין קעגנזאץ צום ציהל. אויב באנוצט מען זיך מיט ווערטער אין אידיש וואז איז אויסגעהאלטן פאר פראפעסענאלן אבער דערווייטערט דעם עמך-איד פון עס גרינג פארשטיין, קען דאס גורם זיין דאס פארקערטע גאר פונעם ציהל.

אויב בין איך גערעכט קען זיין אז ס'איז ווי מער אויסגעהאלטן ציי שרייבן א לויזע אידיש לויט וויאזאוי מ'רעיד אינדערהיים און אין די גאס ווי איידער אן אויסגעהאלעטענע.

אין "דער איד" נישט לאנג צוריק איז געשטאנען אויף די FDA, האט ער עס גערופן די אמעריקע'ס שפייז און מעדיצין אגענטור.

לדעתי איז דאס א גרויסע טעות, נישט אזוי האט מען עס באהאנדלט און די פריערדיגע דורות. מ'האט געלאזט לש"ק ווערטער און די גוי'אישע ווערטער אריינקומען אינעם שפראך אויף א וועג וויאזוי דער עולם רעדט "תמיד" אינעם טאג-טעגליכן סדר היום.

איבערטייטשן FDA און FAA אדער WHO (וו.ג.א) צו ריין אידיש איז א גרויסע טעות (נישט א פארדריסליכע גרייז....)

מ'רופט עס FDA און לאז עס אזוי. העכסטנס זיי מסביר פארוואס ס'הייסט אזוי. טויש נישט נאמען פון קיין שום אגענטור. ס'איז אפשר מער אויסגעהאלטן שפראך-ווייז, ס'אבער נישט אידיש'ליך.

אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קאַטשעלאַב » מאנטאג מאי 24, 2021 1:03 pm

גרשון, איר רעדט צום זאך!

אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קאַטשעלאַב » מאנטאג מאי 24, 2021 1:19 pm

פראקטיש, ס'איז פארהאן נאך א חלק צו א שפראך, דאס איז די מהלך פון די שפראך. דער חלק מאכט גאר אסאך אויס ווען ס'קומט צו אימפאטירן ווערטער פון אנדערע שפראכן. איך מיין אז דאס איז געווען גרשון'ס כוונה דא:
גרשון האט געשריבן:בנוגע פארדרייען שפראכן, ס'איז זיכער ריכטיג אז א שפראך מעג זיך טוישן. נישט נאר ס'מעג, נאר ס'ליגט א שטארקער חן און זאפט אין די היימישע אויסדרוקן און ווערטער, וועלכע האלטן זיך אוודאי אין איין טוישן. די אמעריקאנער אידן פארמאגן די זעלבע רעכט צו אריינברענגען ענגלישע ווערטער אין אידיש ווי די פוילישע אידן מיט זייערע סלאווישע ווערטער. אבער אין דער זעלבער צייט גלייכן נישט אזעלכע וואס האבן ליב א שפראך ווען מ'טוישט א ווארט על לא דבר.

"באפעלקערונג" איז א געשמאק אידיש ווארט, און ס'איז נישט דא קיין סיבה עס צו פארטוישן מיט'ן ענגליש קלינגענדן "פאפולאציע", וואס באדייט גענוי דאס זעלבע. אפילו אין מינדליכער שפראך וועלן מענטשן זיך ענדערש האלטן צו באפעלקערונג ווי צו פאפולאציע. פון דער צווייטער זייט וואלט איך למשל ליב געהאט "סווינגען" אדער "מופן" אויפ'ן ארט פון "הוידען" און "זיך ציען".

און דא:
גרשון האט געשריבן:פון דער צווייטער זייט דארף מען אכטונג געבן ס'זאל זיין פראפעסיאנעל. צב"ש נישט אזוי שנעל אריינלאזן ווערטער וואס קלינגען זייער ענגליש, סיידן מ'מוז צוקומען צו זיי און/אדער מ'פירט דורך א גירות פראצעדור. דא קומט אריין דער שמועס איבער "פאפולאציע".

געווענליך איז פראפעסיאנעליזם ביים שרייבן נישט דווקא אז אנדערע "מבינים" זאלן עס אנערקענען, נאר אפילו דער ליינער קרייז גלייכט שיינע סחורה. אין אידיש איז עס, צום באדויערן, אביסל אנדערש, אבער איך גלייב ס'איז נאך אלץ דא גענוג א גרויסער ציבור וואס גלייכט ליטעראטור. ס'איז קלאר דא א חילוק צווישן פארמעלער און אומפארמעלער שריפט, א שטייגער ווי אייוועלט, אבער רעקלאמעס (וי"א אדווערטייזמענטס) זענען מסתמא אין דער קאטעגאריע פון פארמעל.

בקיצור, ס'איז נישט קיין פראבלעם צו גנב'נען ווערטער פון אנדערע שפראכן, ס'איז א פראבלעם צו מישן מהלכים. כדי מגייר צו זיין ווערטער דארף מען גוט ארויסהאבן די מהלך פונעם ספעציפישן שפראך.

[א דוגמא דערצו, דו מעגסט פאראידישן "ספעציפיש" אבער האלט זיך צו די אידישע כללים און ענדיג מיט א ן' ווען עס פעלט אויס.]
לעצט פאראכטן דורך קאַטשעלאַב אום מאנטאג מאי 24, 2021 2:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קאַטשעלאַב » מאנטאג מאי 24, 2021 2:06 pm

פראקטיש האט געשריבן:

אויב בין איך גערעכט קען זיין אז ס'איז ווי מער אויסגעהאלטן ציי שרייבן א לויזע אידיש לויט וויאזאוי מ'רעיד אינדערהיים און אין די גאס ווי איידער אן אויסגעהאלעטענע.

איבערטייטשן FDA און FAA אדער WHO (וו.ג.א) צו ריין אידיש איז א גרויסע טעות (נישט א פארדריסליכע גרייז....)

מ'רופט עס FDA און לאז עס אזוי. העכסטנס זיי מסביר פארוואס ס'הייסט אזוי. טויש נישט נאמען פון קיין שום אגענטור. ס'איז אפשר מער אויסגעהאלטן שפראך-ווייז, ס'אבער נישט אידיש'ליך.

צוויי נקודות דארפן קלארגעשטעלט ווערן. איינס, די איבערזעצונג פון 'פארדריסליכע גרייז' צו 'גרויסע טעות', האט נישט אין זיך קיין שום חיסרון מצד שפראך, מ'קען שרייבן אזוי און מ'קען שרייבן אזוי, איינער וואס שרייבט 'גרויסע טעות' האט געשריבן א פיינעם אידיש. די פראבלעם הייבט זיך אן ווען די איבערזעצונג איז אומריכטיג.

צוויי. די מציאות אז א פראפעסיענאל געשריבן ארטיקל ליינט זיך צומאל שווער, האט נישט מיטן אידישן שפראך דירעקט, דאס איז א מציאות וואס מ'זעט ביי אלע שפראכן צוגלייך. קיינער הייבט נישט אן ליינען "עמי" ווייל "דער איד" ליינט זיך שווער, די "עמי" ליינט זיך שווערער.

ולסיום, וו.ג.א. ווערט געשריבן דורך שרייבער שלא שמשו כל צרכן, שרייבער וואס פארשטייען נישט דאס וואס גרשון האט אויבן געשריבן. די שרייבער וואלטן אויך איבערגעזעצט וואקסין צו אימיוניזאציע איינשפריץ, ס'איז זיי פשוט נאכנישט איינגעפאלן...

פראקטיש
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך פראקטיש » מאנטאג מאי 24, 2021 4:45 pm

קאַטשעלאַב האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:

אויב בין איך גערעכט קען זיין אז ס'איז ווי מער אויסגעהאלטן ציי שרייבן א לויזע אידיש לויט וויאזאוי מ'רעיד אינדערהיים און אין די גאס ווי איידער אן אויסגעהאלעטענע.

איבערטייטשן FDA און FAA אדער WHO (וו.ג.א) צו ריין אידיש איז א גרויסע טעות (נישט א פארדריסליכע גרייז....)

מ'רופט עס FDA און לאז עס אזוי. העכסטנס זיי מסביר פארוואס ס'הייסט אזוי. טויש נישט נאמען פון קיין שום אגענטור. ס'איז אפשר מער אויסגעהאלטן שפראך-ווייז, ס'אבער נישט אידיש'ליך.

די שרייבער וואלטן אויך איבערגעזעצט וואקסין צו אימיוניזאציע איינשפריץ, ס'איז זיי פשוט נאכנישט איינגעפאלן...


;l;p-

היכי תמצא
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך היכי תמצא » מיטוואך מאי 26, 2021 7:14 pm

פראקטיש האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:או יאמר...

אידיש איז באזירט אויף א הויפט שפראך און אויך אויף געאגראפישע צילן.

די לאנד אוואו מען האט געוואוינט האט פון אלעמאל אן געהאט א היבש ביסל איינפלוס אויף די אידיש וואס איז דארט גערעדט געווארען. דער פוילישער אידיש האט ווערטער (לאמיר נישט רעדן פון אויסדרוקען) וואס איז ווייט נישט פערשטאנען געווארען אין די דויטשע אידיש (יא, דאס זיינען אויך דארט געווען צוויי בעזונדערע שפראכען) און דער מאדיאר האט צומאל בכלל נישט געקאנט פערשטיין דעם אידיש פון דעם רוסישן איד וואס איז אריינגעפאלען צו זיי אין שטעטל.

די הויפט ווערטער זיינען איבעראל די זעלבע. צ.ב.ש. יא, ניין, גיי, קום, או נאך. אבער לאמיר נעמען טרעפ, שטיגען מיט די צימער אדער שטוב, און מען וועט זעהן אז עס האט נאך פילע דערהערן וואס האט געהאט מיט די פלאץ פון וואו מען שטאמט.


און דא קומט אריין וואס מ'האט שוין אויבן דערמאנט. וואס איז די ציל פון שריפט און שפראך אין אלגעמיין? וואס איז דער ציל פון די אידישע שפראך?

ווי איך פארשטיי איז אידיש נישט ווי א צווייטע נאך א שפראך (קאמינוקאציע-געצייג) אויף די ליסטע נאר ענדרעש אלץ אן הבדלה-געצייג.

ס'טייטש די אורזאך פארוואס מיר רעדן די שפראך איז כדי זיך נישט צוזאמישן מיט'ן גואישן קולטור, נישט מיטהאלטן וואס דארט גייט פאר, לעבן איינזאם און אפגעטיילט עד יעבר זעם.

אין א געוויסן זין, האבן די וואס שרייבן אידיש צום עולם א העכערן ציהל אנצוהאלטן די אידישע שפראך נישט אלץ יודישיסטן, נישט אלץ לאימיות אדער דאס ליבשאפט צו שפראך, נאר צי האלטן דעם שה אחת אפגעטיילט פון די שבעים זאבים ביז דער אויבערשטער וועט זיך מרחם זיין.

קומט אויס אז זיין גערעכט אדער אויסגעהאלטן קען גאר זיין אין קעגנזאץ צום ציהל. אויב באנוצט מען זיך מיט ווערטער אין אידיש וואז איז אויסגעהאלטן פאר פראפעסענאלן אבער דערווייטערט דעם עמך-איד פון עס גרינג פארשטיין, קען דאס גורם זיין דאס פארקערטע גאר פונעם ציהל.

אויב בין איך גערעכט קען זיין אז ס'איז ווי מער אויסגעהאלטן ציי שרייבן א לויזע אידיש לויט וויאזאוי מ'רעיד אינדערהיים און אין די גאס ווי איידער אן אויסגעהאלעטענע.

אין "דער איד" נישט לאנג צוריק איז געשטאנען אויף די FDA, האט ער עס גערופן די אמעריקע'ס שפייז און מעדיצין אגענטור.

לדעתי איז דאס א גרויסע טעות, נישט אזוי האט מען עס באהאנדלט און די פריערדיגע דורות. מ'האט געלאזט לש"ק ווערטער און די גוי'אישע ווערטער אריינקומען אינעם שפראך אויף א וועג וויאזוי דער עולם רעדט "תמיד" אינעם טאג-טעגליכן סדר היום.

איבערטייטשן FDA און FAA אדער WHO (וו.ג.א) צו ריין אידיש איז א גרויסע טעות (נישט א פארדריסליכע גרייז....)

מ'רופט עס FDA און לאז עס אזוי. העכסטנס זיי מסביר פארוואס ס'הייסט אזוי. טויש נישט נאמען פון קיין שום אגענטור. ס'איז אפשר מער אויסגעהאלטן שפראך-ווייז, ס'אבער נישט אידיש'ליך.

די ביסט מוראדיג גערעכט. איך וויל טאקע צולייגן: איבערצוטייטשן דאס גאנצע נאמען פון א רעגירונג אגענטור איז נישט מסתבר בכלל דאס צו טאן אפילו פון א בלויזן אידיש שטאנדפוקט. רוב אמעריקאנער ווייסט דען וואס די ר"ת איז פאר? אפילו גרויסע פאליטיקאנטן זאגן נאר CIA, FDA, FBI, ATF, CDC און אפיציעלע דרשות. מ'זאגט נישט די פולע נעמען. אפילו אויף לעגאלע דאקומענטן שרייבט מען נאר איינמאל דער פשט פון די ר"ת און נאכדעם שרייבט מען נאר די ר"ת. ענגלישע צייטונגען, מאגאזינען, בריוון, ביכער, שרייבן אלע נאר די ר"ת. צו וואס דארף מען אין אידיש איבערציען דאס שטריקל? מ'טיישט שוין אויך איבער UTA(די מוסדות)? אין געוויסע פעלער קען מען פשוט צומישט ווערן, למשל CDC stands for Center for Disease Control and Prevention, אבער ס'נישט דא קיין P אין אין די ר"ת. אז מ'וועט שרייבן דער גאנצע נאמען ספעציעל אין אידיש וואו אזוי פארשטייט מען פון וואסערע ר"ת מ'רעדט דא?
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם
-----------------

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג מאי 27, 2021 5:30 pm

אינפילטרירן אדער אינפילטירן?
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מאי 27, 2021 6:31 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:אינפילטרירן אדער אינפילטירן?

אינפילטרירן
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

היכי תמצא
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך היכי תמצא » דאנארשטאג מאי 27, 2021 7:42 pm

אפאר פראגעס, און ווער ס'קען מיר ענטפערן וועל איך דאנקבאר זיין:

וואו אזוי זאגט מען Kudos אויף אידיש?

וואו אזוי זאגט מען Versus אין אידיש (like vitamins versus medications)

וואו אזוי זאגט מען allegations?
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם
-----------------

אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10328
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 27, 2021 8:56 pm

היכי תמצא האט געשריבן:אפאר פראגעס, און ווער ס'קען מיר ענטפערן וועל איך דאנקבאר זיין:

וואו אזוי זאגט מען Kudos אויף אידיש?

וואו אזוי זאגט מען Versus אין אידיש (like vitamins versus medications)

וואו אזוי זאגט מען allegations?

א. קודאס. כל הכבוד. איך שטעל מיך אויף פאר דיר.

ב. קעגן.

ג. באשולדיגונגען. טענות.

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4583
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג מאי 27, 2021 9:01 pm

קודאס איז ליבערשט זיך "פערנייגען" מיט עהרע
בוי זיך זעלבסט

היכי תמצא
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך היכי תמצא » דאנארשטאג מאי 27, 2021 9:46 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:אפאר פראגעס, און ווער ס'קען מיר ענטפערן וועל איך דאנקבאר זיין:

וואו אזוי זאגט מען Kudos אויף אידיש?

וואו אזוי זאגט מען Versus אין אידיש (like vitamins versus medications)

וואו אזוי זאגט מען allegations?

א. קודאס. כל הכבוד. איך שטעל מיך אויף פאר דיר.

ב. קעגן.

ג. באשולדיגונגען. טענות.

שכויח, אסדר. א' און ג' פארשטיי איך זייער גוט.

אבער "קעגן" קען מען נישט אייביג נוצן פאר "versus". למשל אז איך זאג "ווייטאמינען זענען נישט שעדליך, ס'העלפט דעם דעם גוף אנגיין טאג טעגליך, מ'ווערט אויך נישט אנגעבונדן דערויף 'versus' מעדיקאציע קען זיין מער שעדליך, ס'נישט נאטורליך פאר דער גוף, אויך קען מען ווערן צוגעבונדען. טייטשן "versus" מיט "קעגן" שטימט נישט אויף אין דעם פאל לענ"ד. וואס קען מען יא שרייבן אין אזא פאל?
נאכאמאל, שכויח פאר א' און ג'.
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם
-----------------

אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10328
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 27, 2021 9:50 pm

קעגן מעדיקאציע וואס קען זיין מער שעדליך.

משא"כ מעדיקאציע

אנדערש ווי מעדיקאציע

היכי תמצא
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך היכי תמצא » דאנארשטאג מאי 27, 2021 11:27 pm

אלע דריי זייער גוטע אפציעס, שכויח
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם
-----------------

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4583
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג מאי 27, 2021 11:43 pm

גראדע האט ALLEGATION גארנישט מיט באשילדיגונג צו טוהן.
THE ALLEGED CRIMINAL איז א שטארק באנוצטע ווארט, וואס מיינט דער "אנגעבליכער" קרימינאל.
מען קאן עס אויך נוצען אין פאזיטיווען זיהן פון ווארט, צ.ב.ש. THE ALLEGED WINNER וואס מיינט דער "אנגעבליכער" געווינער.

איצטערט איבער VERSUS.
געגנזאץ שטימט ביי מיר דאס מערסטע
בוי זיך זעלבסט

היכי תמצא
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך היכי תמצא » פרייטאג מאי 28, 2021 12:05 am

געוואלדיג @צו געזונט
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם
-----------------

אוועטאר
ממוצע
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך ממוצע » פרייטאג מאי 28, 2021 12:10 am

דער וו.ג.א. קרענקט מיר יעדע מאל איך טרעף מיר אן דערמיט.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט