וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

אזויווי אסאך האבן געבעטן אז איינער זאל אריינקומען קלארשטעלן וואס דא קומט פאר, האב איך אפגעמאכט צו נעמען די פעדער אין די האנט, ויהי נא אמרינו לרצון.

מארק טו מארקעט

לאמיר אנהויבן מיט א שיעור אין אקאונטינג.

א קאמפעני איז צוזאמגעשטעלט פון דריי חלקים, עססעט’ס, לייעבילעטיס און עקוויטי. פאר די המשך השמעוס וועלן מיר זיך באציען צו די עססעט’ס חלק פונעם ביזנעס.

וואס איז דאס א עססעט? די סימפל תירוץ איז אז א עססעט איז א זאך וואס איז אין דעם קאמפעניעס אייגענטום, און די קאמפעני וועט אין די עתיד האבן א ניצן דערפון. לאמיר ניצן א פשוטער משל, ווען א ביזנעס קויפט א געביידע צו ניצן פאר די ביזנעס, האט די ביזנעס אן עססעט פון וואס זיי וועלן האבן ניצן פאר לאנגע יארן, נעמליך, זיי קענען ניצן דעם בילדונג פאר זייער אפעראציעס.

עססעט'ס נעמען אריין אין זיך געלט, סטאקס, באנד'ס, טראק'ס, עקוויפמענט און נאך.

ווען א ביזנעס קויפט אן עססעט דארף מען, ווי יעדע טראנזאקציע פון א ביזנעס, עס פארשרייבן. ווען מען קויפט דעם עססעט שרייבט מען אראפ אז די ביזנעס האט געקויפט א עססעט פאר כך וכך, און סוף יאר ווען מען גרייט צו די פינאנציעלע דאקומענטן, לייגט מען ארויף אלע עססעט'ס וואס די קאמפעני האט אין איר באזיץ.

אבער לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט און אריינטראכטן אין דעם געדאנק, מיר האבן פריער געזאגט אז א עססעט איז א זאך וואס מען וועט האבן א ניצן דערפון אין די עתיד, אויב אזוי וואס געשעט אויב די עססעט טוישט ווערד? עס ווערט טייערער אדער ביליגער? דער תירוץ איז: גארנישט! מיר בלייבן מיט די היסטארישע ווערד. וואס יא? אויב איז דאס א זאך וואס ווערט פארנוצט, קען מען עס דעפרישיעטן, דהיינו מען רעכנט אראפ וויפיל מען האט שוין פארנוצט דערפון, און דאס ווערט די נייע פרייז, אבער סתם אזוי שאצן מיר דעם עססעט פאר וויפיל מען האט עס געקויפט.

אבער עס איז אבער דא איין אויסנאם, דאס איז ווען א קאמפעני באזיצט סטאקס פון א צווייטע קאמפעני.

קאמפעניעס קויפן סטאקס איינער פונעם צווייטן, און זיי ניצן דאס פאר געוויסע זאכן, ווי צאלן פאר ארבעטער'ס און נאך. ווען א קאמפעני האט אין איר באזיץ סטאקס דארפן זיי יעדע סוף יאר קוקן אין די סטאק מארקעט וויפיל די סטאקס זענען ווערד, און לויט דעם טוישן דער פרייז פון דעם עססעט. אויב איז עס נידריגער פון וויפיל זיי האבן עס געקויפט האבן זיי שאדן, און אויב איז עס העכער האבן זיי א ריוח. דאס ווערט אנגערופן מארק טו מארקעט, מען צייכנט אן די ווערד פון די סטאקס לויט וויפיל עס פארקויפט זיך אין די מארקעט.

היוצא לנו מזה, א ביזנעס קען האבן עססעט'ס אין ווערד פון צענדליגע ביליאנען דאלער, און אויף זייער פינאנציעלע דאקומענטן שטייט אז זיי זענען ווערד אפאר גרייצער, וויבאלד צענדליגע יארן צוריק, ווען מען האט עס געקויפט, איז עס געווען ביליג, בלייבט עס אזוי אויף די ביכער אפילו עס איז היינט ווערד אסאך מער. חוץ סטאקס וואס דאס גייט מען יא טוישן לויט וויפיל עס איז באמת ווערד.

באנד'ס

לאמיר אריבערגיין צו א צווייטע נושא פאר אפאר מינוט, די נושא פון באנד'ס.

דאס אז עס איז דא א סטאק מארקעט האט איר אלע אוודאי געהערט, אבער דאס אז עס איז דא א באנד מארקעט, וואס איז גרעסער פונעם סטאק מארקעט, קען זיין אז איר האט נישט געהערט. (די סיבה דערביי לענ"ד איז, וויבאלד די סטאק מארקעט האט א סטאק עקסטשעינדזש, משא"כ די באנד מארקעט ואכמ"ל)

ווען קאמפעניעס דארף געלט האבן זיי צוויי ברירות, אדער קענען זיי בארגן געלט, אדער ווי מיר קענען דאס אלס פארקויפן באנד'ס, אדער קענען זיי ארייננעמען שותפים, וואס מיר קענען אלס פארקויפן סטאקס. וועלכע א ביזנעס זאל אויסוועלן ווענט זיך אין די אומשטענדן, אבער עס איז נישט דא קיין כלל אין דעם, והא ראיה עס זענען דא צוויי מארקעט'ס און קאמפעניעס ניצן ביידע...

אבער לאמיר כאפן א בליק אויף א איינצעלנע באנד. א באנד האט אפאר חלקים, עס האט די ווערד וואס מען רופט די פעיס וועליו, פאר וויפיל עס גייט ווערן פארקויפט. עס האט די אינטערעסט וואס די באנד וועט צאלן, און עס האט א דאטום וואס די קאמפעני וועט צוריקצאלן דאס געלט וואס זיי האבן געבארגט.

אין אמעריקע פארקויפט מען בדרך כלל באנד'ס וואס זענען ווערד, אדער האבן א פעיס וועליו פון, טויזענט דאלער, און די אינטערעסט ראטע גייט ארויף אויף טויזענט דאלער, דהיינו, פינף פראצענט אינטערעסט מיינט אז די קאמפעני גייט צאלן פיפציג דאלער א יאר אינטערעסט.

ווען א קאמפעני בארגט געלט, אדער פארקויפט א באנד, דארפן זיי אפמאכט פאר ווי לאנג זיי דארפן דאס געלט, און לויט דעם אפמאכן ווען זיי וועלן צוריקצאלן דאס געלט. דאן דארפן זיי אפמאכן וויפיל אינטערעסט צו צאלן, דאס אפצומאכן דארפן זיי כאפן א בליק אין די באנד מארקעט, וויפיל צאלן אנדערע קאמפעניעס, און לויט דעם אפמאכן זייער פרייז, ווייל אויב וועלן זיי צאלן ווייניגגער ווי יעדן איינעם וועט קיינער נישט קויפן זייער באנד און צאלן מער ווי יעדן ווילן זיי זיכער נישט. (עס נעמט אויך אריין די רעיטונג פון די קאמפעני, זייער קרעדיט סקאור און נאך)

יעצט אז מיר פארשטייען שוין וואס א באנד איז, לאמיר באטראכטן א באנד מיט א בליק פון א אינוועסטירער.

ווען א אינוועסטירער האט געלט צו אינוועסטירן וועט ער זיך ארויסלאזן אויפן יאגד, און זוכן גוטע פלעצער איינצושטעקן זיין געלט. ער וועט האבן זייער א ברייטע פעלד, פון סטאקס און באנד'ס ביז ריעל עסטעיט און ווענטשור קעפיטעל. וואס זאל ער אויסוועלן? דאס איז די מיליאן, ביליאן דאלער פראגע, און ווער עס ווייסט א קלארע תירוץ אויף דעם, האמיר בקבלה דור אחר דור, אז ער וועט זיין די רייכסטע מענטש אויף דער וועלט...

אזויווי עס זענען פאראן אסאך פלעצער צו משקיע זיין דאס געלט, וועט זיך יעדער טרעפן זיין ארט לויט וואס ער גלייכט. עס זענען פאראן השקעות וואס אויב מען איז משקיע טוט מען ריזיקירן דאס געלט, און עס זענען פאראן וואס זענען רעלעטיוו פארזיכערט.

ווען מען איז שוקל סטאקס קעגן באנד'ס, וועלן מיר אלס הערן, און מיט רעכט, אז באנד'ס זענען אסאך מער פארזיכערט. פארוואס? ווייל א באנד מיינט אז די קאמפעני גייט דיר צאלן די אינטערעסט יעדעס יאר (אדער יעדע האלבע יאר, ווי עס גייט דא אין אמעריקע) און זיי וועלן דיר באצאלן א סכום (די פעיס וועליו) ווען די באנד ענדיגט זיך, משא"כ א סטאק.

אבער איז עס טאקע אזוי פארזיכערט?

לאמיר מאכן א משל, קאוקע קאלע דארף געלט און זיי מאכן אפ אז זיי וועלן פארקויפן באנד'ס, זיי דארפן דאס געלט פאר צען יאר, און זיי גייען צאלן 5 פראצענט אינטערעסט א יאר (וואס קומט אויס פיפציג דאלער, אויב די באנד האט א ווערד פון טויזנט דאלער). זיי גייען ארויס צום ציבור און ווילן פארקויפן דעם באנד, אבער עס ווארט זיי אפ א איבערראשונג, קיינער וויל נישט קויפן דעם באנד! וואס גייט פאר? זאגט זיי איינער אז וואלמארט האט נעכטן פארקויפט באנד'ס וואס צאלט 10 פראצענט אינטערעסט יאר, פארוואס זאל איינער קויפן א באנד וואס מען באקומט פינף פראצענט ווען מען קען קויפן די באנד וואס צאלט צען פראצענט?

באין ברירא דארף קאוקע קאולע אראפלאזן די פרייז צו באקומען קונים, אבער וויפיל? מיט וויפיל זאלן זיי אראפלאזן דעם פרייז? זייער פשוט, זיי וועלן מאכן אז די אינטערעסט זאל זיין צען פראצענט! וויאזוי? זיי גייען ווייטער צאלן פיפציג דאלער, (פינף פראצענט פון טויזנט) און זיי וועלן פארקויפן דעם באנד פאר פינף הינדערט דאלער, אזוי אז מען וועט אויסקומען אז מען מאכט צען פראצענט אינטערעסט! און אזוי גייט עס חשבונות על גבי חשבונות, יעדעס מאל א קאמפעני וויל פארקויפן באנד'ס.

די אלע חשבונות מאכן נישט נאר די קאמפעניעס, נאר יעדע מאנטש וואס האלט א באנד מאכט די חשבונות. לאמיר זאגן איך האב א באנד פון קאוקע קאולע וואס צאלט צען פראצענט אינטערעסט, און איך וויל עס פארקויפן, פאר וויפיל זאל איך עס פארקויפן? ווענט זיך, אויב אנדערע קאמפעניעס צאלן אויך צען פראצענט, דארפסטע עס פארקויפן פאר וויפיל די באנד איז ווערד, בדרך כלל טויזענט דאלער, אבער אויב אנדערע קאמפעניעס צאלן נאר פינף פראצענט, דאן קען איך עס פארקויפן פאר מער פון טויזענט דאלער לויט די פריערדיגע חשבון.

ליקוויד

אין די וועלט פון השקעות איז פאראן א באגריף וואס רופט זיך ליקוויד. ליקוויד מיינט אז מען קען עס שנעל טוישן צו געלט.

ווען מיר קוקן אויף השקעות וועלן מיר זען אז עס זענען פאראן אסאך סארטן השקעות און זיי זענען נישט אייניג אין ווי ליקוויד זיי זענען. סטאקס זענען זייער ליקוויד, מען קען עס אלס פארקויפן און ניצן דאס געלט, משא"כ ריעל עסטעיט וואס געדויערט ביז מען קען עס פארקויפן.

באנק

אז מיר האלטן שוין דא, לאמיר אריבערגיין צום נושא.

א באנק איז א פלאץ וואו מענטשן האלטן געלט, דער באנק קען נישט טון מיט דאס געלט וואס זיי ווילן, זיי מוזן עס האלטן אין א פארזיכערטע ארט, און עס מוז זיין ליקוויד, א באנק דארף אלס קענען נעמען דאס געלט אין פאל מענטשן ווילן ארויסנעמען זייער געלט. וואס איז פארזיכערט און וואס איז ליקוויד? דאס ווענט זיך שוין אין די באנק, און אין געזעצן.

בענק וועלן אלס האבן אסאך געלט צו די הענט, אז מען זאל קענען ארויסנעמען. און די איבריגע? דאס אינוועסטירן זיי. לאמיר זאגן א באנק מאכט אפ אז זיי וועלן אריינלייגן זייער געלט אין באנד'ס, זיי האלטן אז עס איז פארזיכערט און עס איז ליקוויד, זיי באקומען הינדערט מיליאן דאלער אין דיפאזיט'ס און מיט א חלק קויפן זיי באנד'ס, בדרך הטבע דארפן זיי צו זיין גוט. וואס געשעט אויב מענטשן דארפן זייער געלט? און עס קומט אויס מער פון וויפיל די באנק האט אין קעש? דאן וועלן זיי פארקויפן די באנד'ס און געבן פאר די וואס האבן דעפאזיט געלט.

אבער דא ווערט א פראבלעם, וויפיל איז די באנד ווערט?

מיר האבן פריער גערעדט אז די קאמפעני\באנק שרייבט אראפ די פרייז פון ווען זיי קויפן דעם עססעט, און זיי טוישן עס קיינמאל נישט, סאו וואס געשעט אויב די אינטערעסט ראטעס הויבן זיך, און זייער באנד'ס ווערן אדאנק דעם ביליגער? גארנישט! אין זייער ביכער שטייט ווייטער אז זיי האבן גענוג געלט אוועקגעלייגט קעגן די דיפאזיטס, אבער באמת האבן זיי אסאך ווייניגער!

דאס איז די פראבלעם פון די יאר הינדערט! דאס האט אנגעברענגט די 2008 קראך, און אויב גייט מען נישט קעיר נעמען פון דעם וועט עס נאך אנברענגען אסאך חרבנות!

לאמיר געבן נאך א משל, וואס איז גראדע רעלעוואנט. א באנק קויפט ביטקוין אין ווערד פון זייער דעפאזיט'ס, ביטקוין איז דאן ביי זעכציג אלפים, א יאר שפעטער פאלט ביטקוין צו פיפצן, וואס געשעט? גארנישט! אין די באנק'ס ביכער שטייט אז זיי האבן אוועקגעלייגט זעכציג אלפים קעגן דעפאזיט'ס! אבער וואס געשעט אויב מענטשן ווילן ארויסנעמען אסאך געלט און די באנק דארף פארקויפן די ביטקוין? דאן זענען זיי אויף צרות.

האלטן באנד'ס איז נישט קיין פראבלעם, ווייל אויב האלט מען עס ביז די קאמפעני צאלט צוריק דאס געלט באקומט מען די גאנצע געלט, נישט קיין חילוק די אינטערעסט ראטע, אבער אויב דארף מען עס פארקויפן פריער דאן קען זיין צרות!

אין 2008, ווען די סוב פריים מארגעדזשעס מארקעט האט געקראכט איז געשען די זעלבע זאך, די ווערד פון די עססעט'ס זענען געפאלן, און די בענק האבן נישט געהאט מיט וואס צו צאלן די דיפאזעטירער. אויב בענק וואלטן געקויפט ביטקוין פאראיאר וואלט יעצט געווען די זעלבע קראך ווי 2008, ברוך השם אסאך בענק האבן גלייך געזען די ריזיקע פון אריינלייגן מענטשן'ס געלט אין א זאל וואס איז נישט ווערד לצור על פי צלוחותו.

________

וואס איז די עצה? איז בכלל דא אן עצה?

איך האב מקדים געווען די רפואה פאר די מכה, מארק טו מארקעט! אראפקורן די נומערן אויף די ביכער לויט די אמת'ע ווערד! און אויב זעט א באנק אז זיי האבן צו ווייניג עססעט'ס זאלן זיי צוקויפן נאך, אדער פארקויפן ווילאנג עס איז נאך ווערד עפעס. אבער איז עס טאקע א גוטע עצה?

אויב וועלן מיר קוקן אביסל טיפער וועלן מיר זען אז דאס איז אויך נישט קיין שלימות. לאמיר זאגן אז די בענק וועלן טאקע שרייבן די אמתע ווערד, און ווען עס וועט אראפגיין וועלן זיי עס שרייבן, איר ווייסט וואס וועט געשען? די עולם וועט זען אז זיי האבן א לאסס פון מיליאנען, און מען וועט לויפן ארויסנעמען געלט! און די באנק וועט טאקע מוזן נעמען דעם לאסס און פארקויפן די באנד'ס וואס באמת וואלטן זיי געקענט האלטן נאך אביסל און צוריקבאקומען די גאנצע געלט!

סאו וואס יא? כ'ווייס נישט! אבער מען דארף זיך ארומשפילן מיט די מארק טו מארקעט געדאנק, און עס מאכן ארבעטן.

הצלחה ברכה
לעצט פארראכטן דורך בעל מדרגה אום זונטאג מארטש 12, 2023 12:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

הערליך!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

די עולם קען אריינקומען מיט פראגן, און כ'האף צו ענטפערן עד שידי מגעת
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

בעל מדרגה האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 12:08 am
די עולם קען אריינקומען מיט פראגן, און כ'האף צו ענטפערן עד שידי מגעת
מיין פראגע איז: פארוואס שרייבסטו נישט אפטער אזאנע ארטיקלען?!

שיין און קלאר!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8629
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

זייער הנאה געהאט

ישר כח
רבי! פליז פאקעס...
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

איש האשכולות האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 12:10 am
בעל מדרגה האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 12:08 am
די עולם קען אריינקומען מיט פראגן, און כ'האף צו ענטפערן עד שידי מגעת
מיין פראגע איז: פארוואס שרייבסטו נישט אפטער אזאנע ארטיקלען?!

שיין און קלאר!
יישר כח.

איך האף מיט די צייט צו שרייבן מער...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

הערליך שיין געשריבן!
קלאר און לייכט צו פארשטיין!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
עדה
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

זייער קלאר באשריבן

דאס קוקט אויס די סיבה פארוואס די לייף אינשורענס פירמעס וועלן קיינמאל גיין געבראכן בדרך הטבע, ווייל זיי מוזן בדרך כלל נישט ארויסגיבן קיין געלט פאר צענדליגער יארן, וואס דאס מיינט אז זיי מוזן נישט פארקויפן קיין באנדס מיט א פארלוסט

מאכט סענס?
לעצט פארראכטן דורך עדה אום זונטאג מארטש 12, 2023 12:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

זייער קלאר
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

יישר כח! זייער קלאר געבענטש זאלסטו זיין
מיט א רואיגקייט
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

הערליך!

מיין שאלה איז, וויבאלד אז מען ווייסט דאך יא אז די נומערן אויף פאפיר זענען סאבזשעקט טו טשעינזש, פארשטייט מען אליין - סיי די וואס האנדלען מיט די בענק, און אפגערעדט די אינסטיטוציעס זעלבסט - אז עס איז נישט רילייעבל און מען דארף ליינען די פיין פרינט

אויב פארשטיי איך גוט צווישן די שורות, ווייסן די בענק זייער גוט די שייגעץ שטיק וואס זיי טוען, זיי נעמען אבער די ריזיקע עניוועי, זיי נוצן נאר די כסות עינים אז אויף פאפיר איז עס גוט, יוצא צו זיין ידי חובתם פאר די רעגירונג

קומען מיר אלזא צוריק צו די ארגינעלע נקודה, דאס איז די-רעגולעישן, ד.ה. די שיטה פון פילע לאביאיסטן און זייערע שותפים לדבר עבירה די פאליטיקאנטן, וועלכע בעפארצוגןַ צו לאזן וואל סטריט טון וואס זיי ווילן און מאכן ביליאנען, און ויהי אויב עס וועט אונטערגיין וועט מען זיי שוין ארויס בעילן, און / אדער לאזן טויזנטער אדער גאר מיליאנען דערלייגן זייערע שווער אפגעהארעוועטע געלטער.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

מי חכם האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 12:21 am
הערליך!

מיין שאלה איז, וויבאלד אז מען ווייסט דאך יא אז די נומערן אויף פאפיר זענען סאבזשעקט טו טשעינזש, פארשטייט מען אליין - סיי די וואס האנדלען מיט די בענק, און אפגערעדט די אינסטיטוציעס זעלבסט - אז עס איז נישט רילייעבל און מען דארף ליינען די פיין פרינט

אויב פארשטיי איך גוט צווישן די שורות, ווייסן די בענק זייער גוט די שייגעץ שטיק וואס זיי טוען, זיי נעמען אבער די ריזיקע עניוועי, זיי נוצן נאר די כסות עינים אז אויף פאפיר איז עס גוט, יוצא צו זיין ידי חובתם פאר די רעגירונג

קומען מיר אלזא צוריק צו די ארגינעלע נקודה, דאס איז די-רעגולעישן, ד.ה. די שיטה פון פילע לאביאיסטן און זייערע שותפים לדבר עבירה די פאליטיקאנטן, וועלכע בעפארצוגןַ צו לאזן וואל סטריט טון וואס זיי ווילן און מאכן ביליאנען, און ויהי אויב עס וועט אונטערגיין וועט מען זיי שוין ארויס בעילן, און / אדער לאזן טויזנטער אדער גאר מיליאנען דערלייגן זייערע שווער אפגעהארעוועטע געלטער.
אין 2008 האבן די המון עם דאס געשריגן, פארוואס בעילסטע ארויס די בענק? אויב העלפט מען זיי וועלן זיי וויסן אז זיי קענען טון וואס זיי ווילן, און אויב געלונגט עס איז גוט, און אויב נישט וועט זיי די גאווערמענט ארויסבעילן...

די אמתע תירוץ איז אז אפילו אויב די בענק פאלן ליידט דער פשוטער מענטש אסאך מער, סאו מען דארף סיי ארויסבעילן די באנק און סיי מאכן רעגולעישאנס וואס מען מעג טון מיט אנדערע מענטשן'ס געלט.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

בעל מדרגה האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 12:08 am
די עולם קען אריינקומען מיט פראגן, און כ'האף צו ענטפערן עד שידי מגעת
פארוואס האט סארבאנס-אקסלי דא נישט פריווענטעד דעם דורכפאל? דהיינו די פארלאנג פון דיווערסיפייען די עסעסטס.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8331
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

יוסי געשטעטנער - אנאליז:

א קורצע עקספּלענאציע אויף דעם צוזאם פאל פון די סיליקאן וואלי באנק

https://www.yiddish24.com/analysis/44/80205
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

אפענע וועלט האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 12:35 am
בעל מדרגה האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 12:08 am
די עולם קען אריינקומען מיט פראגן, און כ'האף צו ענטפערן עד שידי מגעת
פארוואס האט סארבאנס-אקסלי דא נישט פריווענטעד דעם דורכפאל? דהיינו די פארלאנג פון דיווערסיפייען די עסעסטס.
קודם כל סארבאנס אקסלי האט נישט מיט בענק, נאר מיט עני פאבליק קאמפעני.

סיליקאן איז טאקע געווען א פאבליק קאמפעני, אבער איך זעה נאכאלס נישט אז דייוועסרעפייען זאל העלפן, אויב די באנדס פאלן, און זיי מוזן עס פארקויפן, האבן זיי א לאסס און דאס דערשרעקט מענטשן
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6371
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

הערליך שיין!

די פראבלעם איז אבער פונקט אזוי אויב א באנק וועט זעהן אז זיי זענען לאו אין קעש און זיך נעמען פארקויפן עססעטס וועט דאס אנברענגען פונקט אזא פאניק וואס דאס אליין קען זיי אונטערברענגען
אני הוא הנער, נער המדבר
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

בניהו האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 1:02 am
הערליך שיין!

די פראבלעם איז אבער פונקט אזוי אויב א באנק וועט זעהן אז זיי זענען לאו אין קעש און זיך נעמען פארקויפן עססעטס וועט דאס אנברענגען פונקט אזא פאניק וואס דאס אליין קען זיי אונטערברענגען
גערעכט, אבער געווענטליך געשעט א קראך ווען מענטשן פילן נישט סעקיור מיט זייער באנק, און עפ"ר געשעט עס ווען די באנק האט לאסעס.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

בעל מדרגה האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 12:54 am
אפענע וועלט האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 12:35 am
בעל מדרגה האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 12:08 am
די עולם קען אריינקומען מיט פראגן, און כ'האף צו ענטפערן עד שידי מגעת
פארוואס האט סארבאנס-אקסלי דא נישט פריווענטעד דעם דורכפאל? דהיינו די פארלאנג פון דיווערסיפייען די עסעסטס.
קודם כל סארבאנס אקסלי האט נישט מיט בענק, נאר מיט עני פאבליק קאמפעני.

סיליקאן איז טאקע געווען א פאבליק קאמפעני, אבער איך זעה נאכאלס נישט אז דייוועסרעפייען זאל העלפן, אויב די באנדס פאלן, און זיי מוזן עס פארקויפן, האבן זיי א לאסס און דאס דערשרעקט מענטשן
גערעכט איך האב זיך טועה געווען מיט טאד-פרענק געזעצן.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
יעקב לעהמאן
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 5:56 pm

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב לעהמאן »

לייק!
איך האלט אין איין ליינען פון די נייעס מיט די באנק קראך.
סיי די מארטגעדזש רעיטס די סטאקס האבען געטראסקעט לכבוד דעים אבער כאניש געהאט קיינאנונג וואס דא איז פארגעקומען.
דו ביסט אריינגעקומען סופער קלאר!!!
אני מאמין באמונה שלימה שהוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
כי לא יטוש השם את עמו ונחלתו לא יעזוב

יעקב לעהמאן האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 1:24 am

יעצט איז די שאלה צו עס איז עקספעקטעד א פרישע דראפ און די סטאק מארקעט יעצט...

ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

תגובה דורך ממוצע »

איך האב פארשטאנען אז סעקיורעטיס וואס זענען אוועיליבל טו סעל.. ווי למשל באנדס.. דארף מען טאקע יא מארקעטן טו מארקעט אויפן בעלענס שיעט..

בלייבט נאר איבער די העלד טו מטשורעטי סעקיורעטיס. וואס לעולם, אויב זאל זיך די קאמפאני נישט צוזאמלייגן, איז עס נישט קיין פראבלעם.

נישט אזוי?

--
שוין באדאנקט.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

יעקב לעהמאן האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 1:26 am
יעקב לעהמאן האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 1:24 am
לייק!
איך האלט אין איין ליינען פון די נייעס מיט די באנק קראך.
סיי די מארטגעדזש רעיטס די סטאקס האבען געטראסקעט לכבוד דעים אבער כאניש געהאט קיינאנונג וואס דא איז פארגעקומען.
דו ביסט אריינגעקומען סופער קלאר!!!
יעצט איז די שאלה צו עס איז עקספעקטעד א פרישע דראפ און די סטאק מארקעט יעצט...
יישר כח.

צו די סטאק מארקעט גייט פאלן ווייסט איין באשעפער, קיינער קען נישט פארזאגן, אבער בפשטות יא.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

בעל מדרגה האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 11, 2023 11:54 pm
אזויווי אסאך האבן געבעטן אז איינער זאל אריינקומען קלארשטעלן וואס דא קומט פאר, האב איך אפגעמאכט צו נעמען די פעדער אין די האנט, ויהי נא אמרינו לרצון.

מארק טו מארקעט

לאמיר אנהויבן מיט א שיעור אין אקאונטינג.

א קאמפעני איז צוזאמגעשטעלט פון דריי חלקים, עססעט’ס, לייעבילעטיס און עקוויטי. פאר די המשך השמעוס וועלן מיר זיך באציען צו די עססעט’ס חלק פונעם ביזנעס.

וואס איז דאס א עססעט? די סימפל תירוץ איז אז א עססעט איז א זאך וואס איז אין דעם קאמפעניעס אייגענטום, און די קאמפעני וועט אין די עתיד האבן א ניצן דערפון. לאמיר ניצן א פשוטער משל, ווען א ביזנעס קויפט א געביידע צו ניצן פאר די ביזנעס, האט די ביזנעס אן עססעט פון וואס זיי וועלן האבן ניצן פאר לאנגע יארן, נעמליך, זיי קענען ניצן דעם בילדונג פאר זייער אפעראציעס.

עססעט'ס נעמען אריין אין זיך געלט, סטאקס, באנד'ס, טראק'ס, עקוויפמענט און נאך.

ווען א ביזנעס קויפט אן עססעט דארף מען, ווי יעדע טראנזאקציע פון א ביזנעס, עס פארשרייבן. ווען מען קויפט דעם עססעט שרייבט מען אראפ אז די ביזנעס האט געקויפט א עססעט פאר כך וכך, און סוף יאר ווען מען גרייט צו די פינאנציעלע דאקומענטן, לייגט מען ארויף אלע עססעט'ס וואס די קאמפעני האט אין איר באזיץ.

אבער לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט און אריינטראכטן אין דעם געדאנק, מיר האבן פריער געזאגט אז א עססעט איז א זאך וואס מען וועט האבן א ניצן דערפון אין די עתיד, אויב אזוי וואס געשעט אויב די עססעט טוישט ווערד? עס ווערט טייערער אדער ביליגער? דער תירוץ איז: גארנישט! מיר בלייבן מיט די היסטארישע ווערד. וואס יא? אויב איז דאס א זאך וואס ווערט פארנוצט, קען מען עס דעפרישיעטן, דהיינו מען רעכנט אראפ וויפיל מען האט שוין פארנוצט דערפון, און דאס ווערט די נייע פרייז, אבער סתם אזוי שאצן מיר דעם עססעט פאר וויפיל מען האט עס געקויפט.

אבער עס איז אבער דא איין אויסנאם, דאס איז ווען א קאמפעני באזיצט סטאקס פון א צווייטע קאמפעני.

קאמפעניעס קויפן סטאקס איינער פונעם צווייטן, און זיי ניצן דאס פאר געוויסע זאכן, ווי צאלן פאר ארבעטער'ס און נאך. ווען א קאמפעני האט אין איר באזיץ סטאקס דארפן זיי יעדע סוף יאר קוקן אין די סטאק מארקעט וויפיל די סטאקס זענען ווערד, און לויט דעם טוישן דער פרייז פון דעם עססעט. אויב איז עס נידריגער פון וויפיל זיי האבן עס געקויפט האבן זיי שאדן, און אויב איז עס העכער האבן זיי א ריוח. דאס ווערט אנגערופן מארק טו מארקעט, מען צייכנט אן די ווערד פון די סטאקס לויט וויפיל עס פארקויפט זיך אין די מארקעט.

היוצא לנו מזה, א ביזנעס קען האבן עססעט'ס אין ווערד פון צענדליגע ביליאנען דאלער, און אויף זייער פינאנציעלע דאקומענטן שטייט אז זיי זענען ווערד אפאר גרייצער, וויבאלד צענדליגע יארן צוריק, ווען מען האט עס געקויפט, איז עס געווען ביליג, בלייבט עס אזוי אויף די ביכער אפילו עס איז היינט ווערד אסאך מער. חוץ סטאקס וואס דאס גייט מען יא טוישן לויט וויפיל עס איז באמת ווערד.

באנד'ס

לאמיר אריבערגיין צו א צווייטע נושא פאר אפאר מינוט, די נושא פון באנד'ס.

דאס אז עס איז דא א סטאק מארקעט האט איר אלע אוודאי געהערט, אבער דאס אז עס איז דא א באנד מארקעט, וואס איז גרעסער פונעם סטאק מארקעט, קען זיין אז איר האט נישט געהערט. (די סיבה דערביי לענ"ד איז, וויבאלד די סטאק מארקעט האט א סטאק עקסטשעינדזש, משא"כ די באנד מארקעט ואכמ"ל)

ווען קאמפעניעס דארף געלט האבן זיי צוויי ברירות, אדער קענען זיי בארגן געלט, אדער ווי מיר קענען דאס אלס פארקויפן באנד'ס, אדער קענען זיי ארייננעמען שותפים, וואס מיר קענען אלס פארקויפן סטאקס. וועלכע א ביזנעס זאל אויסוועלן ווענט זיך אין די אומשטענדן, אבער עס איז נישט דא קיין כלל אין דעם, והא ראיה עס זענען דא צוויי מארקעט'ס און קאמפעניעס ניצן ביידע...

אבער לאמיר כאפן א בליק אויף א איינצעלנע באנד. א באנד האט אפאר חלקים, עס האט די ווערד וואס מען רופט די פעיס וועליו, פאר וויפיל עס גייט ווערן פארקויפט. עס האט די אינטערעסט וואס די באנד וועט צאלן, און עס האט א דאטום וואס די קאמפעני וועט צוריקצאלן דאס געלט וואס זיי האבן געבארגט.

אין אמעריקע פארקויפט מען בדרך כלל באנד'ס וואס זענען ווערד, אדער האבן א פעיס וועליו פון, טויזענט דאלער, און די אינטערעסט ראטע גייט ארויף אויף טויזענט דאלער, דהיינו, פינף פראצענט אינטערעסט מיינט אז די קאמפעני גייט צאלן פיפציג דאלער א יאר אינטערעסט.

ווען א קאמפעני בארגט געלט, אדער פארקויפט א באנד, דארפן זיי אפמאכט פאר ווי לאנג זיי דארפן דאס געלט, און לויט דעם אפמאכן ווען זיי וועלן צוריקצאלן דאס געלט. דאן דארפן זיי אפמאכן וויפיל אינטערעסט צו צאלן, דאס אפצומאכן דארפן זיי כאפן א בליק אין די באנד מארקעט, וויפיל צאלן אנדערע קאמפעניעס, און לויט דעם אפמאכן זייער פרייז, ווייל אויב וועלן זיי צאלן ווייניגגער ווי יעדן איינעם וועט קיינער נישט קויפן זייער באנד און צאלן מער ווי יעדן ווילן זיי זיכער נישט. (עס נעמט אויך אריין די רעיטונג פון די קאמפעני, זייער קרעדיט סקאור און נאך)

יעצט אז מיר פארשטייען שוין וואס א באנד איז, לאמיר באטראכטן א באנד מיט א בליק פון א אינוועסטירער.

ווען א אינוועסטירער האט געלט צו אינוועסטירן וועט ער זיך ארויסלאזן אויפן יאגד, און זוכן גוטע פלעצער איינצושטעקן זיין געלט. ער וועט האבן זייער א ברייטע פעלד, פון סטאקס און באנד'ס ביז ריעל עסטעיט און ווענטשור קעפיטעל. וואס זאל ער אויסוועלן? דאס איז די מיליאן, ביליאן דאלער פראגע, און ווער עס ווייסט א קלארע תירוץ אויף דעם, האמיר בקבלה דור אחר דור, אז ער וועט זיין די רייכסטע מענטש אויף דער וועלט...

אזויווי עס זענען פאראן אסאך פלעצער צו משקיע זיין דאס געלט, וועט זיך יעדער טרעפן זיין ארט לויט וואס ער גלייכט. עס זענען פאראן השקעות וואס אויב מען איז משקיע טוט מען ריזיקירן דאס געלט, און עס זענען פאראן וואס זענען רעלעטיוו פארזיכערט.

ווען מען איז שוקל סטאקס קעגן באנד'ס, וועלן מיר אלס הערן, און מיט רעכט, אז באנד'ס זענען אסאך מער פארזיכערט. פארוואס? ווייל א באנד מיינט אז די קאמפעני גייט דיר צאלן די אינטערעסט יעדעס יאר (אדער יעדע האלבע יאר, ווי עס גייט דא אין אמעריקע) און זיי וועלן דיר באצאלן א סכום (די פעיס וועליו) ווען די באנד ענדיגט זיך, משא"כ א סטאק.

אבער איז עס טאקע אזוי פארזיכערט?

לאמיר מאכן א משל, קאוקע קאלע דארף געלט און זיי מאכן אפ אז זיי וועלן פארקויפן באנד'ס, זיי דארפן דאס געלט פאר צען יאר, און זיי גייען צאלן 5 פראצענט אינטערעסט א יאר (וואס קומט אויס פיפציג דאלער, אויב די באנד האט א ווערד פון טויזנט דאלער). זיי גייען ארויס צום ציבור און ווילן פארקויפן דעם באנד, אבער עס ווארט זיי אפ א איבערראשונג, קיינער וויל נישט קויפן דעם באנד! וואס גייט פאר? זאגט זיי איינער אז וואלמארט האט נעכטן פארקויפט באנד'ס וואס צאלט 10 פראצענט אינטערעסט יאר, פארוואס זאל איינער קויפן א באנד וואס מען באקומט פינף פראצענט ווען מען קען קויפן די באנד וואס צאלט צען פראצענט?

באין ברירא דארף קאוקע קאולע אראפלאזן די פרייז צו באקומען קונים, אבער וויפיל? מיט וויפיל זאלן זיי אראפלאזן דעם פרייז? זייער פשוט, זיי וועלן מאכן אז די אינטערעסט זאל זיין צען פראצענט! וויאזוי? זיי גייען ווייטער צאלן פיפציג דאלער, (פינף פראצענט פון טויזנט) און זיי וועלן פארקויפן דעם באנד פאר פינף הינדערט דאלער, אזוי אז מען וועט אויסקומען אז מען מאכט צען פראצענט אינטערעסט! און אזוי גייט עס חשבונות על גבי חשבונות, יעדעס מאל א קאמפעני וויל פארקויפן באנד'ס.

די אלע חשבונות מאכן נישט נאר די קאמפעניעס, נאר יעדע מאנטש וואס האלט א באנד מאכט די חשבונות. לאמיר זאגן איך האב א באנד פון קאוקע קאולע וואס צאלט צען פראצענט אינטערעסט, און איך וויל עס פארקויפן, פאר וויפיל זאל איך עס פארקויפן? ווענט זיך, אויב אנדערע קאמפעניעס צאלן אויך צען פראצענט, דארפסטע עס פארקויפן פאר וויפיל די באנד איז ווערד, בדרך כלל טויזענט דאלער, אבער אויב אנדערע קאמפעניעס צאלן נאר פינף פראצענט, דאן קען איך עס פארקויפן פאר מער פון טויזענט דאלער לויט די פריערדיגע חשבון.

ליקוויד

אין די וועלט פון השקעות איז פאראן א באגריף וואס רופט זיך ליקוויד. ליקוויד מיינט אז מען קען עס שנעל טוישן צו געלט.

ווען מיר קוקן אויף השקעות וועלן מיר זען אז עס זענען פאראן אסאך סארטן השקעות און זיי זענען נישט אייניג אין ווי ליקוויד זיי זענען. סטאקס זענען זייער ליקוויד, מען קען עס אלס פארקויפן און ניצן דאס געלט, משא"כ ריעל עסטעיט וואס געדויערט ביז מען קען עס פארקויפן.

באנק

אז מיר האלטן שוין דא, לאמיר אריבערגיין צום נושא.

א באנק איז א פלאץ וואו מענטשן האלטן געלט, דער באנק קען נישט טון מיט דאס געלט וואס זיי ווילן, זיי מוזן עס האלטן אין א פארזיכערטע ארט, און עס מוז זיין ליקוויד, א באנק דארף אלס קענען נעמען דאס געלט אין פאל מענטשן ווילן ארויסנעמען זייער געלט. וואס איז פארזיכערט און וואס איז ליקוויד? דאס ווענט זיך שוין אין די באנק, און אין געזעצן.

בענק וועלן אלס האבן אסאך געלט צו די הענט, אז מען זאל קענען ארויסנעמען. און די איבריגע? דאס אינוועסטירן זיי. לאמיר זאגן א באנק מאכט אפ אז זיי וועלן אריינלייגן זייער געלט אין באנד'ס, זיי האלטן אז עס איז פארזיכערט און עס איז ליקוויד, זיי באקומען הינדערט מיליאן דאלער אין דיפאזיט'ס און מיט א חלק קויפן זיי באנד'ס, בדרך הטבע דארפן זיי צו זיין גוט. וואס געשעט אויב מענטשן דארפן זייער געלט? און עס קומט אויס מער פון וויפיל די באנק האט אין קעש? דאן וועלן זיי פארקויפן די באנד'ס און געבן פאר די וואס האבן דעפאזיט געלט.

אבער דא ווערט א פראבלעם, וויפיל איז די באנד ווערט?

מיר האבן פריער גערעדט אז די קאמפעני\באנק שרייבט אראפ די פרייז פון ווען זיי קויפן דעם עססעט, און זיי טוישן עס קיינמאל נישט, סאו וואס געשעט אויב די אינטערעסט ראטעס הויבן זיך, און זייער באנד'ס ווערן אדאנק דעם ביליגער? גארנישט! אין זייער ביכער שטייט ווייטער אז זיי האבן גענוג געלט אוועקגעלייגט קעגן די דיפאזיטס, אבער באמת האבן זיי אסאך ווייניגער!

דאס איז די פראבלעם פון די יאר הינדערט! דאס האט אנגעברענגט די 2008 קראך, און אויב גייט מען נישט קעיר נעמען פון דעם וועט עס נאך אנברענגען אסאך חרבנות!

לאמיר געבן נאך א משל, וואס איז גראדע רעלעוואנט. א באנק קויפט ביטקוין אין ווערד פון זייער דעפאזיט'ס, ביטקוין איז דאן ביי זעכציג אלפים, א יאר שפעטער פאלט ביטקוין צו פיפצן, וואס געשעט? גארנישט! אין די באנק'ס ביכער שטייט אז זיי האבן אוועקגעלייגט זעכציג אלפים קעגן דעפאזיט'ס! אבער וואס געשעט אויב מענטשן ווילן ארויסנעמען אסאך געלט און די באנק דארף פארקויפן די ביטקוין? דאן זענען זיי אויף צרות.

האלטן באנד'ס איז נישט קיין פראבלעם, ווייל אויב האלט מען עס ביז די קאמפעני צאלט צוריק דאס געלט באקומט מען די גאנצע געלט, נישט קיין חילוק די אינטערעסט ראטע, אבער אויב דארף מען עס פארקויפן פריער דאן קען זיין צרות!

אין 2008, ווען די סוב פריים מארגעדזשעס מארקעט האט געקראכט איז געשען די זעלבע זאך, די ווערד פון די עססעט'ס זענען געפאלן, און די בענק האבן נישט געהאט מיט וואס צו צאלן די דיפאזעטירער. אויב בענק וואלטן געקויפט ביטקוין פאראיאר וואלט יעצט געווען די זעלבע קראך ווי 2008, ברוך השם אסאך בענק האבן גלייך געזען די ריזיקע פון אריינלייגן מענטשן'ס געלט אין א זאל וואס איז נישט ווערד לצור על פי צלוחותו.

________

וואס איז די עצה? איז בכלל דא אן עצה?

איך האב מקדים געווען די רפואה פאר די מכה, מארק טו מארקעט! אראפקורן די נומערן אויף די ביכער לויט די אמת'ע ווערד! און אויב זעט א באנק אז זיי האבן צו ווייניג עססעט'ס זאלן זיי צוקויפן נאך, אדער פארקויפן ווילאנג עס איז נאך ווערד עפעס. אבער איז עס טאקע א גוטע עצה?

אויב וועלן מיר קוקן אביסל טיפער וועלן מיר זען אז דאס איז אויך נישט קיין שלימות. לאמיר זאגן אז די בענק וועלן טאקע שרייבן די אמתע ווערד, און ווען עס וועט אראפגיין וועלן זיי עס שרייבן, איר ווייסט וואס וועט געשען? די עולם וועט זען אז זיי האבן א לאסס פון מיליאנען, און מען וועט לויפן ארויסנעמען געלט! און די באנק וועט טאקע מוזן נעמען דעם לאסס און פארקויפן די באנד'ס וואס באמת וואלטן זיי געקענט האלטן נאך אביסל און צוריקבאקומען די גאנצע געלט!

סאו וואס יא? כ'ווייס נישט! אבער מען דארף זיך ארומשפילן מיט די מארק טו מארקעט געדאנק, און עס מאכן ארבעטן.

הצלחה ברכה
הערליך מסביר געווען ווי אזוי עס ארבייט וואס איז אבער למעשה געשען מיט סיליקאן וועלי באנק וועלכע עססעד איז געפאלן און פארוואס זענען זיי אויסגעלאפן פון קעש
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

ממוצע האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 1:32 am
איך האב פארשטאנען אז סעקיורעטיס וואס זענען אוועיליבל טו סעל.. ווי למשל באנדס.. דארף מען טאקע יא מארקעטן טו מארקעט אויפן בעלענס שיעט..

בלייבט נאר איבער די העלד טו מטשורעטי סעקיורעטיס. וואס לעולם, אויב זאל זיך די קאמפאני נישט צוזאמלייגן, איז עס נישט קיין פראבלעם.

נישט אזוי?

--
שוין באדאנקט.
איך האב נישט אזוינגוט מסביר געווען. דע קאנצעפט פון מארק טו מארקעט טוט מען נאר סוף יאר, לענ"ד זאל מען עס דארפן טון יעדע זעקס וואכן נאך די פעדעראלע רעזערוו מיטונג!

אבער כנ"ל דאס איז אויך נישט קיין הינדערט פראצענטיגע סעלושען.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וואס איז געשען מיט סיליקאן וועלי באנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

בעל מדרגה האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 1:44 am
ממוצע האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 1:32 am
איך האב פארשטאנען אז סעקיורעטיס וואס זענען אוועיליבל טו סעל.. ווי למשל באנדס.. דארף מען טאקע יא מארקעטן טו מארקעט אויפן בעלענס שיעט..

בלייבט נאר איבער די העלד טו מטשורעטי סעקיורעטיס. וואס לעולם, אויב זאל זיך די קאמפאני נישט צוזאמלייגן, איז עס נישט קיין פראבלעם.

נישט אזוי?

--
שוין באדאנקט.
איך האב נישט אזוינגוט מסביר געווען. דע קאנצעפט פון מארק טו מארקעט טוט מען נאר סוף יאר, לענ"ד זאל מען עס דארפן טון יעדע זעקס וואכן נאך די פעדעראלע רעזערוו מיטונג!

אבער כנ"ל דאס איז אויך נישט קיין הינדערט פראצענטיגע סעלושען.
מ'דארף עס טוהן יעדע קווארטל. נישט אזוי ווייט פון דיינע 6 וואכן...
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”