שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

@וחי וויאזוי מאכט מען א דורכזיכטיגע סקרינשאט ווי דו האסט געלייגט אין דיין ארטיקל?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

וחי בהם
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 5:22 pm

תגובה דורך וחי בהם »

האסטו וועסטו האט געשריבן:

כ'בין ווערטערלאז
נאכנישט גענוג צומישט? פיין.

כ'זע אז די רעדסט פון ווערטער. אויף וויפיל וועגן קען מען אויסלייגן אלע ווערטער פון אידיש?

און וויפיל ווערטער קען מען מאכן פון אלע אותיות פון די אלף בית?

איז שוין יעדע קאמבינאציע פון ווערטער אמאל געזאגט/געשריבן געווארן?

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:

אויף עקסעל קען מען כאפן א בילד פון א selection דורך דריקן דעם שטרעכל לעבן Copy, און דערנאך דריקן Copy As Picture. דער בילד קומט ארויס דורכזיכטיג. פעיסט עס אויפן בלאט, רעכט קליק אויפן בילד און דריק Save as Picture.

דיין תשפג קאמבינאציעס קען מען מאכן אויף עקסעל מיט איין דריק, דורך א מעקרא (macro).
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

וחי בהם האט געשריבן:

נאכנישט גענוג צומישט? פיין.

כ'זע אז די רעדסט פון ווערטער. אויף וויפיל וועגן קען מען אויסלייגן אלע ווערטער פון אידיש?

און וויפיל ווערטער קען מען מאכן פון אלע אותיות פון די אלף בית?

איז שוין יעדע קאמבינאציע פון ווערטער אמאל געזאגט/געשריבן געווארן?
ביז וויפיל ניגונים קען זיין אויף דער וועלט?

שטומען די נאטן אויך מאטעמאטיש, אדער איז דאס בלויזער געפיל?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

ביינערי סיסטעם.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

@וחי בהם, איך האב זייער הנאה געהאט פונעם עצם ארטיקל, ווי אויך פון דעם ארטיקל דא, און פון אייער גאסט עדיטאריעל. איר זענט מלא תוכן!

---

מ'דארף נאך דורכטון אויב אויפדעקן א רילעישאנשיפ צווישן צוויי ניקים אנעם ארויסגעבן סיי וועלכע אידענטיטעט אינפארמאציע, איז א חשש גילוי צו נישט..
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וחי בהם האט געשריבן:
האסטו וועסטו האט געשריבן:

כ'בין ווערטערלאז
נאכנישט גענוג צומישט? פיין.

כ'זע אז די רעדסט פון ווערטער. אויף וויפיל וועגן קען מען אויסלייגן אלע ווערטער פון אידיש?

און וויפיל ווערטער קען מען מאכן פון אלע אותיות פון די אלף בית?

איז שוין יעדע קאמבינאציע פון ווערטער אמאל געזאגט/געשריבן געווארן?
וואס ווילסטו כ'זאל יעצט זאגן?
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
וחי בהם האט געשריבן:

נאכנישט גענוג צומישט? פיין.

כ'זע אז די רעדסט פון ווערטער. אויף וויפיל וועגן קען מען אויסלייגן אלע ווערטער פון אידיש?

און וויפיל ווערטער קען מען מאכן פון אלע אותיות פון די אלף בית?

איז שוין יעדע קאמבינאציע פון ווערטער אמאל געזאגט/געשריבן געווארן?
ביז וויפיל ניגונים קען זיין אויף דער וועלט?

שטומען די נאטן אויך מאטעמאטיש, אדער איז דאס בלויזער געפיל?
די נאטן האבן א מאטעמאטיקל חשבון. וויפיל ניגונים עס קענען זיין איז טאקע א גוטע פראגע... לאמיר זען צי וחי בהם וועט וויסן...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

בעל מדרגה האט געשריבן:

איז שוין דא א קאמפיוטער פראגראם וואס קען קאמפיזירן שיינע ניגונים?...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

וחי בהם
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 5:22 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וחי בהם »

בעל מדרגה האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
וחי בהם האט געשריבן:

נאכנישט גענוג צומישט? פיין.

כ'זע אז די רעדסט פון ווערטער. אויף וויפיל וועגן קען מען אויסלייגן אלע ווערטער פון אידיש?

און וויפיל ווערטער קען מען מאכן פון אלע אותיות פון די אלף בית?

איז שוין יעדע קאמבינאציע פון ווערטער אמאל געזאגט/געשריבן געווארן?
ביז וויפיל ניגונים קען זיין אויף דער וועלט?

שטומען די נאטן אויך מאטעמאטיש, אדער איז דאס בלויזער געפיל?
די נאטן האבן א מאטעמאטיקל חשבון. וויפיל ניגונים עס קענען זיין איז טאקע א גוטע פראגע... לאמיר זען צי וחי בהם וועט וויסן...
איך האב נישט קיין השגה וויאזוי נאטן ארבעטן. איך בין אן עם הארץ ווען ס'קומט צו נגינה. אויסצורעכענען וויפיל ניגונים ס'קען זיין, דארף איך פארשטיין וואס נאטן מיינען. זענען נאטן אזויווי אותיות און מ'קען עס שטעלן אויף וועלכע וועג מ'וויל צו מאכן א ניגון אדער האט דאס א ספעציעלע סדר? ווי אויך, וואס מיינט א ניגון? מוז עס האבן פעלער? אַן אנהייב, א סוף און א מיטן? אויב זינג איך נאר דעם חסדי פון דעם חסדי השם ניגון, איז עס א ניגון? אויב זינג איך נאר דער ווארט חסדי, חסדי, חסדי, נאכאמאל און נאכאמאל מיטן זעלבן טאן, איז עס א ניגון?

ביי אותיות קען מען מאכן וויפיל וועטער מ'וויל עד אין סוף! טארכט אריין, איך קען מאכן א ווארט א, אא, אאא, אאאא, אא"וו פאר אייביג. אאאאא....אאאאאאא.....אאאאאא און איך קען אנגיין ביזן לעצטן נומער, און ס'איז דאך נישטא קיין לעצטע נומער.

אויב אבער ווילסטו וויסן וויפיל ווערטער מ'קען מאכן מיט א געוויסע צאל אותיות אין א ווארט, האט דאס א חשבון. למשל, וויפיל 2 ווערטער אותיות קען מען מאכן פון די אלף בית?

די אלף בית האט 22 אותיות. פון 22 אותיות קען מען מאכן 484 ווערטער. לאמיר מאכן דעם חשבון און אנהייבן מיט איין אות ווערטער. וויפיל איין אות ווערטער קען מען מאכן פון אלע אלף בית? דאס איז דאך פשוט: 22, ווייל ס'איז דאך נאר דא 22 אותיות.

לאמיר יעצט גיין צו צוויי אותיות וועטער. אויב הייבסטו אן דעם ווארט מיט אן אלף, האסטו 22 אותיות פארן צווייטן אות, אא, אב, אג, אד, ביז את. אויב הייבסטו אן מיט א בית, האסטו ווייטער 22 אותיות פארן צווייטן אות, בא, בב, בג, בד, ביז בת. די קענסט דאך אנהייבן דעם ווארט מיט יעדע אות פון די 22 אותיות, און די ערשטע אות פונעם ווארט האט 22 אותיות מיט וואס זיך צו באנוצן פארן צווייטן אות. קומט דאס אויס 22 מאל 22, אדער 22*22, מיט א סך הכל פון 484.

ביי דריי אותיות איז דער זעלבער חשבון. ס'איז 22*22*22, 10,648. ביי פיר אותיות, 22*22*22*22, 234,256.

כדי גרינגער צו מאכן דעם חשבון, זענען די חכמי החשבון אויפגענומען מיטן איקספאנענט (exponent). איקספאנענט רעכנט א נומער מאל דעם זעלבן נומער וויפיל מאל די ווילסט. למשל, 3^22 מיינט רעכן 22 מאל 22 דריי מאל, אדער 22*22*22. (דער ^ איז דער סימן פארן איקספאנענט, ווי דער + איז א סימן פאר פלאס.)

לאמיר נוצן דעם איקספאנענט צו רעכענען וויפיל פינף אותיות ווערטער מ'קען מאכן פון די אלף בית. הייב מיר ווייטער אן מיטן 22. 5^22 איז 5,153,632. ביי צען אותיות איז עס 10^22, 26,559,922,791,424, איבער 25 טריליאן. ביי זעכצן אותיות האלטן מיר ביי אונזער באליבטער סאקסטיליאן! מ'קען מאכן איבער 3 סאקסטיליאן ווערטער.

איז לאמיר צוריקגיין צו נאטן. איז נאטן ווי אותיות און מ'קען עס אויסשטעלן וויאזוי מ'וויל אן א סדר? איז חסדי, חסדי חסדי, א ניגון? קען א ניגון זיין ווי לאנג אדער קורץ מיין הארץ באגערט? אויב יא, איז נישט דא קיין צאל און ערך פון וויפיל ניגונים מ'קען מאכן. אויב האט עס עפעס א סדר, דעמאלט איז לכאורה דא א נומער וויפיל ניגונים ס'קען זיין, על אף וואס דער נומער איז לכאורה זייער, זייער, זייער גרויס.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

@וחי בהם
די לעבסט און דעם
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

וחי בהם האט געשריבן:
איך האב נישט קיין השגה וויאזוי נאטן ארבעטן. איך בין אן עם הארץ ווען ס'קומט צו נגינה. אויסצורעכענען וויפיל ניגונים ס'קען זיין, דארף איך פארשטיין וואס נאטן מיינען. זענען נאטן אזויווי אותיות און מ'קען עס שטעלן אויף וועלכע וועג מ'וויל צו מאכן א ניגון אדער האט דאס א ספעציעלע סדר? ווי אויך, וואס מיינט א ניגון? מוז עס האבן פעלער? אַן אנהייב, א סוף און א מיטן? אויב זינג איך נאר דעם חסדי פון דעם חסדי השם ניגון, איז עס א ניגון? אויב זינג איך נאר דער ווארט חסדי, חסדי, חסדי, נאכאמאל און נאכאמאל מיטן זעלבן טאן, איז עס א ניגון?
מער וועגן וויאזוי נאטן ארבעטן זע דא.

לפי מיין פארשטאנד, זענען פארהאן 12 נאטן, דערפון קענען בלויז 7 אריינגיין אין איטליכער ניגון.
וועלכע 7, ווענדט זיך וועלכע סקעיל דער ניגון איז.

יעצט בנוגע דעם אויסשטעל פונען ניגון, טעכניש קען עס זיין אלע וועגן. אבער יעדער סארט ניגון וועט האבן פארשידענע כללים וואס וועט עס מאכן פאר אזא סארט ניגון, מממילא אויב פיט עס נישט אריין אין קיינע פון די כללי הנגינה, קענסטו זאגן אז ס'איז נישט קיין ניגון, אדער קענסטו זאגן אז ס'איז א נייער סארט ניגון, וואס האט נאכנישט זיינס גלייכן (טו מיך עפעס)...

ציון, ציון, ציון, איז דריי מאל די זעלבע זאך און ס'איז א חלק פון א ניגון. אויב דו גייסט סתם האבן מיט א לעפל די זעלבע זאך טויזענט מאל... קען זיין ס'איז א ניגון, אבער נישט לויט די איצטיגע כללי הנגינה.

דערנאך האט יעדער ניגון נאך עטליכע פאקטארן וואס טוישן אינגאנצן דעם מהות, דאס הייסט, אז אפילו מען וועט האבן די זעלבע נאטן, וועט עס אבער האבן אינגאנצן אן אנדערע משמעות. און דאס וועט זיך ווענדן אין די ביעט (וויאזוי מען זעצט די ווערטער, כלומר; נאטן), די ריטם (ווי שנעל און שטאט), און ווי שטארק מען ציעט אויס יעדע תנועה (אָאָאָאָאָ אַאַאַאַאַאַ אָ, אדער אָ אַ אָ).

ממילא קען מסתם זיין גוגל ניגונים...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
וחי בהם האט געשריבן:
איך האב נישט קיין השגה וויאזוי נאטן ארבעטן. איך בין אן עם הארץ ווען ס'קומט צו נגינה. אויסצורעכענען וויפיל ניגונים ס'קען זיין, דארף איך פארשטיין וואס נאטן מיינען. זענען נאטן אזויווי אותיות און מ'קען עס שטעלן אויף וועלכע וועג מ'וויל צו מאכן א ניגון אדער האט דאס א ספעציעלע סדר? ווי אויך, וואס מיינט א ניגון? מוז עס האבן פעלער? אַן אנהייב, א סוף און א מיטן? אויב זינג איך נאר דעם חסדי פון דעם חסדי השם ניגון, איז עס א ניגון? אויב זינג איך נאר דער ווארט חסדי, חסדי, חסדי, נאכאמאל און נאכאמאל מיטן זעלבן טאן, איז עס א ניגון?
מער וועגן וויאזוי נאטן ארבעטן זע דא.

לפי מיין פארשטאנד, זענען פארהאן 12 נאטן, דערפון קענען בלויז 7 אריינגיין אין איטליכער ניגון.
וועלכע 7, ווענדט זיך וועלכע סקעיל דער ניגון איז.

יעצט בנוגע דעם אויסשטעל פונען ניגון, טעכניש קען עס זיין אלע וועגן. אבער יעדער סארט ניגון וועט האבן פארשידענע כללים וואס וועט עס מאכן פאר אזא סארט ניגון, מממילא אויב פיט עס נישט אריין אין קיינע פון די כללי הנגינה, קענסטו זאגן אז ס'איז נישט קיין ניגון, אדער קענסטו זאגן אז ס'איז א נייער סארט ניגון, וואס האט נאכנישט זיינס גלייכן (טו מיך עפעס)...

ציון, ציון, ציון, איז דריי מאל די זעלבע זאך און ס'איז א חלק פון א ניגון. אויב דו גייסט סתם האבן מיט א לעפל די זעלבע זאך טויזענט מאל... קען זיין ס'איז א ניגון, אבער נישט לויט די איצטיגע כללי הנגינה.

דערנאך האט יעדער ניגון נאך עטליכע פאקטארן וואס טוישן אינגאנצן דעם מהות, דאס הייסט, אז אפילו מען וועט האבן די זעלבע נאטן, וועט עס אבער האבן אינגאנצן אן אנדערע משמעות. און דאס וועט זיך ווענדן אין די ביעט (וויאזוי מען זעצט די ווערטער, כלומר; נאטן), די ריטם (ווי שנעל און שטאט), און ווי שטארק מען ציעט אויס יעדע תנועה (אָאָאָאָאָ אַאַאַאַאַאַ אָ, אדער אָ אַ אָ).

ממילא קען מסתם זיין גוגל ניגונים...
אין קורצן:

א ניגון איז א ארט, נישט קיין סייענס... מ’קען טון דערמיט וואס מ’וויל...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

בעל מדרגה האט געשריבן:

אין קורצן:

א ניגון איז א ארט, נישט קיין סייענס... מ’קען טון דערמיט וואס מ’וויל...
און וואס איז די סייענס פון אַרט?..
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:

אין קורצן:

א ניגון איז א ארט, נישט קיין סייענס... מ’קען טון דערמיט וואס מ’וויל...
און וואס איז די סייענס פון אַרט?..
ווער זאגט אז ארט האט א סייענס? וואס איז די סייענס אינטער א שיין בילד?
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
נישטא קיין לבנה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 10:28 am

Re: שרייבעריי פארמעסט: אסטראנאמישע סכום אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטא קיין לבנה »

וחי בהם האט געשריבן:
האסטו וועסטו האט געשריבן:
וואה וואה עמעזינג זייער קלאהר מסביר געוועהן צונימען אויף קליין געלט
קענסט מיר מסביר זיין פארוואס און די וועלט זאל איינער דארפן וויסן אזעלכע שווערע און ריזיגע חשבונות?
ווי אזוי גייסטו אן אויף דער וועלט אן קענען אויסרעכענען די אלע קאמבינאציעס?!

לאמיר רעדן פון היינט צופרי. די פארסט פונעם ביהמ"ד צו דיין באליבטען רעסטאראנט צו קויפן א פרישטאג. ווי אזוי רעכנסטו אויס אלע מעגלעכע וועגן פונעם ביהמ"ד צום רעסטאראנט? די האסט אן אהנונג וויפיל מעגלעכקייטן די האסט?

לאמיר זאגן אז דער רעסטאראנט איז 16 גאסן אוועק, 8 גאסן האריזאנטאל (horizontal) און 8 גאסן ווערטיקאל (vertical). די צאל וועגן אנצוקומען פונעם ביהמ"ד צום רעסטאראנט איז 3432!

וויאזוי רעכנסטו עס אויס אן קענען די קאפלעצירטע חשבונות?

און וואס אויב די ווילסט נאך מאכן א סטאפ ביי דיין מאמען צו זאגן גוט מארגן? וויפיל וועגן האסטו יעצט?

וויאזוי גיסטו דיך אן עצה?

שוין, די ביסט שוין ביים רעסטאראנט, סאם האו. יעצט האסטו מער עסן קאמבינאציע אפציעס פון די שרייבעריי אפציעס! מער פון 26 סאקסטיליאן!

כ'מיין, די קענסט אויסוועלן סענדוויטשן געמאכט פון פלעין טאנא, ציפעדיגע טאנא, וועטשבול טאנא, טאנא מיט אייער, הארטע אייער, לויזע אייער, אייער שפייז שטארק געקאכט, אייער שפייז לויז געקאכט, אייער שפייז מיט טשיז, אייער שפייז אן טשיז, מיט צוויבל, אן צוויבל, צוויבל געפרעגלט פאר די אייער, צוויבל געפרעגלט מיט די אייער, עוויקאדא, קרים טשיז, סעלמאן פיש, סארדינס, רויע פיש, געקאכטע פיש, געבראטענע פיש, געפרעגלטע פיש, כמו פיש, עכטע פיש, פאלשע פיש, וכל דגי הים וכל מיני סענדוויטשן שאי אפשר לפורטם כי רבים הם.

און יעצט דארפסטו אויסוועלן דעם ברויטל. קענסט האבן ברויט, פלעינע בייגל, הארטע בייגל, ווייכע בייגל, סעסעמי בייגל, פאפי סיד בייגל, עוורעטינג בייגל, פיטא, וורעפ, באגעט, דאס אלעס קען זיין געהעריג, האול וויט, ספעלט, טואסטעט לייט, טואסטעט דארק, נישט געטואסט, מיט פיטער, אן פיטער, פיטער צום ערשט, פיטער צום לעצט.

מיט זאלץ, מיט פעפער, מיט זאלץ און פעפער, מיט א טאמעטא, רויטע טאמעטא, גרינע טאמעטא, מיט א טשערי טאמעטא, מיט מאשרומס, אן מאשרומס, א טשויס פון כל מיני מאשרומס, אלע אנדערע זאכן וואס מ'לייגט אויף א סענדוויטש לויטן באגער. די אלע זאכן אריינגעלייגט אינעם סענדוויטש אדער נעבן דעם בחוץ. א חלק אינסייד און א חלק אינדרויסן.

זאל דער סענדוויטש זיין געשניטן אויף האלב אדער נישט?

וואספארא טרינקען? הייס, קאלט, קאווע, טשאקלעד מילך, סאדע, וואסער, אראנדזש דזשויס, עפל דזשויס, איקספרעסא, עכטע מילך, 2 פראצענט מילך, ווייטעמין וואסער, וואסער פון סינק.

מיט א נעפקין אדער אן א נעפקין? דער נעפקין גייט אינעם פאפיר בעג ווי דער סענדוויטש ליגט, אדער אינדרויסן. דער סענדוויטש זאל זיין איינגעוויקלט אין פאפיר אדער זילבער פאפיר, אפשר גאר ביידע.

און דאס איז אויב די וועלסט דיך אויס א סענדוויטש. אויב נעמסטו א פלעיט, הייבט זיך אן דאס גאנצע חשבון נאכאמאל אזוי: סענדוויטש מיט אלע אפציעס מאל נישט קיין סענדוויטש מיט אלע אפציעס מיינס (די אפציע פון שיינדן דעם סענדוויטש פלאס די אפציע פון די נעפקין אינעם בעג פלאס די אפציעס פון איינוויקלען דעם סענדוויטש).

די אלע אפציעס, און נאך אסאך, אסאך אפציעס האסטו. וויאזוי באגייסטו דיך מיט דעם אן קענען די שווערע חשבונות?
איך מיין אז איך בלייב אין בעט איך ווער משוגע נאר פון טראכטן מיין מח וואקלט זיך...
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”