משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

משה יוחנן האט געשריבן:
מפי השמועה האט געשריבן:
משה יוחנן האט געשריבן:
שווערדן מייסטער האט געשריבן:
אפשר פירט מען אײן אז בײ די ערשטע טאנץ װען די מוזיק איז רײן און ערליך זאל די עולם נישטמערשטװײניגער זיך נעמען ''טאנצן'' אנשטאט שפאצירן און אזױ ארױסברענגען אז מ׳קען טאנצן אױף דעי מוזיק
;l;p- שוין גערעדט דערפון אין עבר
אשר על כן
שטייט שטייט זיי דיך מסביר...
ווי כאילו ביי א חסידישע חתונה אן דעי מוזיק טאנצט מען נישט לעבעדיג ביי צווייטע טאנץ, אלא מאי ס'האט נישט מיט דעי מוזיק, ס'דא עפעס א חילוק פון ערשטע און צווייטע טאנץ געווענטליך, אפי' דארט ווי צווייטע טאנץ ארבעט נארמאלע מוזיק, סאו וואס איז יא די חילוק? כ'ווייס נישט.

און גראדע ס'דא ב"ה גענוג חתונות ווי מטאנצט פיין ביי ערשטע טאנץ אויך
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
משה יוחנן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2022 12:56 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יוחנן »

טעמפל שירה האט געשריבן:

דאס איז זיכער אז עס ווענט זיך אין די חתן ווי לעבעדיג ער טאנצט אבער ווען די בחורים קומען אריין צי א חתונה וואס די מוזיק איז מער היינטיג (זיי קענען די ניגונים מיט די איננטרויס) מאכט עס גאר לעבעדיג !!!
אין יא סשטייט כל המשמח חתן וכלה זוכה לחמשה קולות מיינט מען נישט די ארימיגע....
*רעדט קלארער ווייל איך הער נישט גוט*
קלונימוס קלמן
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 29, 2022 11:50 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלונימוס קלמן »

משה יוחנן האט געשריבן:
טעמפל שירה האט געשריבן:
משה יוחנן האט געשריבן:
מפי השמועה האט געשריבן:
משה יוחנן האט געשריבן:
;l;p- שוין גערעדט דערפון אין עבר
אשר על כן
שטייט שטייט זיי דיך מסביר...
ווי כאילו ביי א חסידישע חתונה אן דעי מוזיק טאנצט מען נישט לעבעדיג ביי צווייטע טאנץ, אלא מאי ס'האט נישט מיט דעי מוזיק, ס'דא עפעס א חילוק פון ערשטע און צווייטע טאנץ געווענטליך, אפי' דארט ווי צווייטע טאנץ ארבעט נארמאלע מוזיק, סאו וואס איז יא די חילוק? כ'ווייס נישט.

און גראדע ס'דא ב"ה גענוג חתונות ווי מטאנצט פיין ביי ערשטע טאנץ אויך
דאס איז זיכער אז עס ווענט זיך אין די חתן ווי לעבעדיג ער טאנצט אבער ווען די בחורים קומען אריין צי א חתונה וואס די מוזיק איז מער היינטיג (זיי קענען די ניגונים מיט די איננטרויס) מאכט עס גאר לעבעדיג !!!
אין יא סשטייט כל המשמח חתן וכלה זוכה לחמשה קולות מיינט מען נישט די ארימיגע....
https://drive.google.com/file/d/1-DEZGb ... TvKV4/view
זאג'זשע שעפעלע איז דאס לעבעדיג ביי דיר?
ביי מיר און יעדער נארמאלע יוד איז דעס הוללות און קלות ראש המרגילין את האדם לידי וכו.
דעס איז די היפך פון א באחנ'טע יודישע שמחה, די חברה טאנצן נישט, זיי שאקלען זיך ווי וואנזיניגער משוגעים.
משמח זיין חתן וכלה איז נישט ווי אזוי אפאר בעיביס האבן מחליט געווען ווי אזוי זיי גייען משמח זיין, חז"ל האבן געמיינט שמחה נישט הוללות און פריקות עול, א רוחניות'דיגע שמחה וואס ברענגט אונז נענטער צום באשעפער נישט חלילה דערווייטערט אונז פון איהם.
די הוללות איז נישט חמשה קולות, נאר קולות וברקים, א סגולה בדוק ומנוסה פאר קאפ בויך און הארץ ווייטאג צו ווי מען האט זיך דערקייקלט, און גארנישט מיט מיוזיק צו טוהן.
די מיינסט אז די חתן פילט גוט מיט דעם? ער ווייסט אפילו נישט וואס ער וויל, ער וויל עס ווייל זיינע חבירים טוהן אזוי, ווייל די שפילער מיינט אז יעדער האט עס ליב, און ווייל די זינגער דארף אסאך אטענטשן.
ווילסט ווייטער טאנצן אזוי נעבעך? טוה וואס די ווילסט (חלילה), אבער קום מיר נישט מיט חזל'ס ווערטער אלס א ראיה צו טוהן וואס מ'וויל.
שווערדן מייסטער
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 10:43 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערדן מייסטער »

יער האט געשריבן:
שווערדן מייסטער האט געשריבן:
אפשר פירט מען אײן אז בײ די ערשטע טאנץ װען די מוזיק איז רײן און ערליך זאל די עולם נישטמערשטװײניגער זיך נעמען ''טאנצן'' אנשטאט שפאצירן און אזױ ארױסברענגען אז מ׳קען טאנצן אױף דעי מוזיק
וועלעכע עולם?

די נאנטע קרובי משפחה טאנצן לעבעדיג ביי די ערשטע טאנץ, און די זעלבע נאנטע קרובי משפחה טאנצן אויך לעבעדיג ביי די צווייטע טאנץ, וואס ס'קומט נאר צו ביי די צווייטע טאנץ זענען די חברים פון די חתן.

סאו ווער שפאצירט ביי די ערשטע טאנץ?! די ווייטע קרובים און עלטערע לייט און פרעמדע. און וואס טוען די זעלבע ביי די צווייטע טאנץ?

אדער שפאצירן זיי די זעלבע אדער דעיס אויך נישט.

סאו ווער פונקטליך ווילסטו זאל זיך נעמען טאנצן ביים ערשטן טאנץ?
איך רעד טאקע פון די ווייטע קרובים און עלטערע לייט און פרעמדע װאס ׳געװענטליך׳ זענען זײ די װאס האבן טענות אױף די מוזיק , װיל איך זעהן דעי חברה טאנצן א קאדאטשקע פארן חתן אז ס׳זאל גײן א רױעך דעמאלטס קען איך הערן װאס ער טענה׳ט לגבי שמחת חתן וכלה.
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

און טאקע דא, קומט דעיס אריין קלאר....
56501.jpeg
56501.jpeg (66.64 KiB) געזען 3355 מאל
[/i]
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

מ'נעמט די זאך אין די האנט אריין
אטעטשמענטס
Screenshot_20230130-120628_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230130-120628_WhatsApp.jpg (84 KiB) געזען 3290 מאל
וקול התור נשמע בארצנו
sms
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 5:16 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sms »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
.
גוט געזאגט הרב פיטא!

יא, צו שפירן א טעם אין די -נישט DJ- מוזיק, ברויך מען רייניגן די אויערן פאר א תקופה.

כ'האב שוין מיטגעהאלטן אסאך עכטע לעבעדיגע חסידישע חתונות אן קיין DJ, די שמחה קען מען פילן אין די לופט!, יעדער איינער איז דערינען! (די 'גאנצער' עולם, נישט נאר די חברים...) די זינגער און שפילער ענדשויען עס אסאך אסאך מער (גלייב מיר נישט, גיי פרעג זיי) דאס איז אינערליכע אמת'ע שמחה.

לעומתם, ביי די חתונות ווי די שפילער-זינגער ברויכן זיך 'צושטעלן' מיט יעדן נייעם ניגון 'היינט ארויסגעקומען', און האבן די לעיטעסט 'ברידשעס און אינטראוס' דירעקט פונעם שווארצן פאסטוך ,אדער איז עס געבויעט אקוראט אויפן ראדיאו מהלך (Wow, הייליג! ס'איז "נישט" פון די טמא'נע ראדיאו... נישטאָ ווער ס'זאל לאכן...)

טראכט אריין!

פון ווי קומט DJ?

פון ווי קומט די סארט טענץ וואס מען טאנץ כאילו מ'ברויך ארויסגיין, נישט אין א רינג ווי נארמאלע מענטשן טאנצן?

איז עס באמת שמחת חתן וכלה?

שמחת חתן וכלה איז אויף 'אנצוהאלטן' די שמחה, 'הולולות' (יאָ, וואס די מגי"ש אין ישיבה קטנה פלעגט שרייען, אבער דעמאלטס זענען מיר געווען אפרוחים דאס צו פארשטיין) איז בשעת מעשה, די רגע מ'וואקט ארויס פון זאל, וואס שמחה ווען שמחה, גארנישט געבליבן, אפאר בחורים אטעמען הויעך אויפן באס אהיים, וזהו

ערעבּ "@פארדרייט"... ניין, גוי'אישע נגינה איז 'נישט' ווי א פרידזשידער אדער מייקראוועיוו ערצייגט דורך א גוי, דאס זענען דומם'ן, א פרידזשידער אדער סיי וועלכע כלי איז א טויטע זאך.

ניגונים, איז פונקט ווי מאכלים וואס דארף זיין 'כשר', עס גייט אריין אין דיר, דו וואקסט דערפון, דיין מוח טוט ערנערן דערפון, ממילא גוי'אישע נגינה (אדער נאכגעמאכט/געבויעט - מאכט נישט אויס) טוט שאטן, במציאות.

ווילסט וויסן אויב כ'בין גערעכט? דאן שייד דיר אפּ פון גוי'אישע/נאכגעמאכטע נגינה און DJ סארט מוזיק פאר א וויילע, דאן וועסטו פארשטיין וואס איך וויל דא בכלל.

נ.ב. ברוך השם איך האב קיינע DJ אין מיין כלי, און יעדער האט הנאה! כ'האב קיין קריטיק קיינמאל באקומען אז כ'פארמאג קיינע DJ!
let me tell you one thing jewish music was always influenced by non jewish music just we were 20 years behind
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

ס'זעהט מיר אויס ווי דערולעם האט פשוט נישט געליינט די ערשטע תגובה פונעם אשקול.

דער פותח האט אויך די אלע פראבלעמען מיט די הייניגע מוזיק וואס ווערט ארויס געברענגט און די 7 פארגאנגענע בלעטער, אין ווייניג האבן געענטפערט צום זאך.

א גאר באקאנטע שפילער און א אינטערוויו האט ארויס געברענגט די נקודה. ''ווער ס'טאנצט האט וואס אריין צו רעדן, אויב בוסטו די חתן אדער זיינס א חבר וואס ''טאנצט'' איז נארמאל אז מזאל זיך צו דיר צושטעלן, מיט דיין טעיסט.''

אויב בוסטו ס''ה א אנגעגעסענע פעטער וואס ביי די ערשטע טאנץ האסטו זיך באגענוגט מיט אזא 'טובים מאורות וואק', און ביי די צווייטע טאנץ געפונסטע זיך גלייך נעבן די רינג זייט מיט צווויי גלאציגע אויגן אויף די וואס טאנצן נאך ווי איינער קוקט וואס צו א פלעי, און מאכט אום באקוועם פאר די וואס טאנצן (און ווער רעדט נאך אויב דו שישקעסט זיך מיט איינעם מיט דיין פוינטער אויפן רינג), דאן וואס וויסטו? העסט אויך טאנצן העט מען זיך רעכענען מיט אייך אויך.

איך וואלט געוואלט זיין דיין טאטע און וויינען אויף דיין מצב און אויף דיין ירידות הדורות. היתכן איך באצאל דיין חתונה אין מזינגט בן בג בג אין אשר ברא פון פיאמענטא.

דאס איז די נאטור פון מענטשהייט וואס איז ביי מיר היינט מותר איז פאר דיר מארגן אסור לגמרי, בפרט 20-30 יאר שפעטער.
(ווען מיין פאון קלינגט אין מיטן שטילע שמו''ע, 'מקען מיינען וואס איז שוין געשען', דיין פאון קלינגט, 'נו, וואס איז דאס? די לעשט נישט אויס דיין פאון ווען די קומסט אריין און שול???', ודוק')

לסיום דו וועסט דיין הייסע בלוט קיינמאל צוריק באקומען, סא פארוואס זיך טענה'ן.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

באטל וואסער האט געשריבן:
ס'זעהט מיר אויס ווי דערולעם האט פשוט נישט געליינט די ערשטע תגובה פונעם אשכול.
און זעהט אויס אז דו האסט נישט געליינט די 7 נאכפאלגענדע בלעטער :roll:
מען האט שוין געשמועסט אז ווייל די יונגע ראצערס טאנצן מיינט נאך נישט אז די וועלט איז הפקר און מען קען טון וואס מען וויל.
גראדע האב איך שוין מיטגעהאלטן מערערע "עמרם אקער" סטיל חתונות מיט היימישע ניגונים אפילו ביים צווייטן טאנץ, און די בחורים זענען פונקט אזוי לעבעדיג געטאנצן (אפשר טאקע נישט אזוי פראסט, און דאס איז טאקע די נקודה).
דו ווילסט מיר זאגן אז אויב גייט מען זינגען הארא ניגונים פון 10 יאר צוריק אן די גרעבצעדיגע וואשמאשין טעקנאוס גייען די בחורים קלאצן?
כרמיאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 25, 2022 11:52 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמיאל »

.
לעצט פארראכטן דורך כרמיאל אום מאנטאג יאנואר 30, 2023 5:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך הער.
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
באטל וואסער האט געשריבן:
ס'זעהט מיר אויס ווי דערולעם האט פשוט נישט געליינט די ערשטע תגובה פונעם אשכול.
און זעהט אויס אז דו האסט נישט געליינט די 7 נאכפאלגענדע בלעטער :roll:
מען האט שוין געשמועסט אז ווייל די יונגע ראצערס טאנצן מיינט נאך נישט אז די וועלט איז הפקר און מען קען טון וואס מען וויל.
גראדע האב איך שוין מיטגעהאלטן מערערע "עמרם אקער" סטיל חתונות מיט היימישע ניגונים אפילו ביים צווייטן טאנץ, און די בחורים זענען פונקט אזוי לעבעדיג געטאנצן (אפשר טאקע נישט אזוי פראסט, און דאס איז טאקע די נקודה).
דו ווילסט מיר זאגן אז אויב גייט מען זינגען הארא ניגונים פון 10 יאר צוריק אן די גרעבצעדיגע וואשמאשין טעקנאוס גייען די בחורים קלאצן?
...כ'האף נאר אז דו פארעכענסט נישט די תגובה אלס אן אנטווארט.
מפי השמועה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

קלאנג האט געשריבן:
מ'נעמט די זאך אין די האנט אריין
זעהט אויס אז זיי קוקן "אייוועלט" און זיי זענען נתעורר געווארן.
משה יוחנן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2022 12:56 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יוחנן »

קלאנג האט געשריבן:
מ'נעמט די זאך אין די האנט אריין
סאטמאר ק"י האט שוין לאנג געאסרט בחורים פון גיין צי חתונות..... רפואה קודם למכה
*רעדט קלארער ווייל איך הער נישט גוט*
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

מפי השמועה האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:
מ'נעמט די זאך אין די האנט אריין
זעהט אויס אז זיי קוקן "אייוועלט" און זיי זענען נתעורר געווארן.
סוי ס'מיין זכות... מגלגלין זכות ע''י זכאי...
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
שבתון
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:59 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתון »

https://drive.google.com/file/d/1-DEZGb ... TvKV4/view
זאג'זשע שעפעלע איז דאס לעבעדיג ביי דיר?
ביי מיר און יעדער נארמאלע יוד איז דעס הוללות און קלות ראש המרגילין את האדם לידי וכו.
דעס איז די היפך פון א באחנ'טע יודישע שמחה, די חברה טאנצן נישט, זיי שאקלען זיך ווי וואנזיניגער משוגעים.
משמח זיין חתן וכלה איז נישט ווי אזוי אפאר בעיביס האבן מחליט געווען ווי אזוי זיי גייען משמח זיין, חז"ל האבן געמיינט שמחה נישט הוללות און פריקות עול, א רוחניות'דיגע שמחה וואס ברענגט אונז נענטער צום באשעפער נישט חלילה דערווייטערט אונז פון איהם.
די הוללות איז נישט חמשה קולות, נאר קולות וברקים, א סגולה בדוק ומנוסה פאר קאפ בויך און הארץ ווייטאג צו ווי מען האט זיך דערקייקלט, און גארנישט מיט מיוזיק צו טוהן.
די מיינסט אז די חתן פילט גוט מיט דעם? ער ווייסט אפילו נישט וואס ער וויל, ער וויל עס ווייל זיינע חבירים טוהן אזוי, ווייל די שפילער מיינט אז יעדער האט עס ליב, און ווייל די זינגער דארף אסאך אטענטשן.
ווילסט ווייטער טאנצן אזוי נעבעך? טוה וואס די ווילסט (חלילה), אבער קום מיר נישט מיט חזל'ס ווערטער אלס א ראיה צו טוהן וואס מ'וויל.[/quote]
די ווילסט אראפ רייסן היינטגע חתונות ברענגסטע דעי ווידיא ווי צידרייטע חברה זענען אנגעדראקט?
וויפיל פין דעי חברה האבן ג'לייגט תפילין יענע טאג מיינסטו?
שבתון
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:59 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתון »

.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

באטל וואסער האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
באטל וואסער האט געשריבן:
ס'זעהט מיר אויס ווי דערולעם האט פשוט נישט געליינט די ערשטע תגובה פונעם אשכול.
און זעהט אויס אז דו האסט נישט געליינט די 7 נאכפאלגענדע בלעטער :roll:
מען האט שוין געשמועסט אז ווייל די יונגע ראצערס טאנצן מיינט נאך נישט אז די וועלט איז הפקר און מען קען טון וואס מען וויל.
גראדע האב איך שוין מיטגעהאלטן מערערע "עמרם אקער" סטיל חתונות מיט היימישע ניגונים אפילו ביים צווייטן טאנץ, און די בחורים זענען פונקט אזוי לעבעדיג געטאנצן (אפשר טאקע נישט אזוי פראסט, און דאס איז טאקע די נקודה).
דו ווילסט מיר זאגן אז אויב גייט מען זינגען הארא ניגונים פון 10 יאר צוריק אן די גרעבצעדיגע וואשמאשין טעקנאוס גייען די בחורים קלאצן?
...כ'האף נאר אז דו פארעכע(נ)סט נישט די תגובה אלס אן אנטווארט.
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2783
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

שבתון האט געשריבן:
https://drive.google.com/file/d/1-DEZGb ... TvKV4/view
זאג'זשע שעפעלע איז דאס לעבעדיג ביי דיר?
ביי מיר און יעדער נארמאלע יוד איז דעס הוללות און קלות ראש המרגילין את האדם לידי וכו.
דעס איז די היפך פון א באחנ'טע יודישע שמחה, די חברה טאנצן נישט, זיי שאקלען זיך ווי וואנזיניגער משוגעים.
משמח זיין חתן וכלה איז נישט ווי אזוי אפאר בעיביס האבן מחליט געווען ווי אזוי זיי גייען משמח זיין, חז"ל האבן געמיינט שמחה נישט הוללות און פריקות עול, א רוחניות'דיגע שמחה וואס ברענגט אונז נענטער צום באשעפער נישט חלילה דערווייטערט אונז פון איהם.
די הוללות איז נישט חמשה קולות, נאר קולות וברקים, א סגולה בדוק ומנוסה פאר קאפ בויך און הארץ ווייטאג צו ווי מען האט זיך דערקייקלט, און גארנישט מיט מיוזיק צו טוהן.
די מיינסט אז די חתן פילט גוט מיט דעם? ער ווייסט אפילו נישט וואס ער וויל, ער וויל עס ווייל זיינע חבירים טוהן אזוי, ווייל די שפילער מיינט אז יעדער האט עס ליב, און ווייל די זינגער דארף אסאך אטענטשן.
ווילסט ווייטער טאנצן אזוי נעבעך? טוה וואס די ווילסט (חלילה), אבער קום מיר נישט מיט חזל'ס ווערטער אלס א ראיה צו טוהן וואס מ'וויל.

נעקסטע מאל ציטיר, קאפי נישט די לינק און לייג עס פין פריש שכויעך.
מפי השמועה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

פארדרייט האט געשריבן:
מפי השמועה האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:
מ'נעמט די זאך אין די האנט אריין
זעהט אויס אז זיי קוקן "אייוועלט" און זיי זענען נתעורר געווארן.
סוי ס'מיין זכות... מגלגלין זכות ע''י זכאי...
והמתחיל במצוה אומרים לו גמור.
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

מפי השמועה האט געשריבן:
פארדרייט האט געשריבן:
מפי השמועה האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:
מ'נעמט די זאך אין די האנט אריין
זעהט אויס אז זיי קוקן "אייוועלט" און זיי זענען נתעורר געווארן.
סוי ס'מיין זכות... מגלגלין זכות ע''י זכאי...
והמתחיל במצוה אומרים לו גמור.
ווי אזוי איז מען גומר די מצווה?
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון דא:
נשמת השכל האט געשריבן:
איך בין נישט באקאנט אויב די נושא האט א הלכה'דיגע פערספעקטיוו צו נישט.

אבער לגופו של ענין ווענט זיך עס זיכער ווי א ניגון.

א ניגון וואס האט א טיפע באדייט איז לכאורה בכלל נישט קיין פראבלעם. און אסאך צדיקים און אין צדיק'ישע הויפן האט מען געזינגען ניגונים וועלעכע האבן געשטאמט פון גוים, אדער אידישע ניגונים וועלעכע זענען געלאפן סינאנים מיט די סטיילן פון נגינה פון די אומה"ע אין יענע מקומות.

א ניגון וועלעכע גיט די הרגשה פון בהמישקייט און נידעריגקייט - און עפענט אין הארץ פונעם מענטשן געוויסע געפילן פון חושך תאוות און הפקרות, האט דאך א איד דאס רעכט צו טענה'ן אז איך וויל נישט דעם ניגון, דער ניגון גיט מיר פראבלעמאטישע הרגשים. עס קען זיין אז מען קען נישט א צווייטן מחייב זיין נישט אנצוצינדן, אבער א איד כשלעצמו - אויב שפירט ער אז דער ניגון זאגט עפעס פראבלעמאטיש מעג ער האבן טענות, און ער מעג אפילו האלטן אז יענער טוט א אומרעכט מיט'ן אנצינדן די סארט ניגונים אויב רוב באטייליגטע זענען ביי די מיינונג אז דער סארט ניגון איז א פראבלעם. פונקט ווי יעדער וואלט פארשטאנען אז מען קען נישט לאדענען א ציבור אמעריקאנע גוים להבדיל צו א מסיבה און דארטן אנצינדן קומיניסטישע ניגונים, אפילו עס איז דיין פלאץ, אבער נארמאלקייט זאגט אז אויב דער ציבור באטייליגטע באשטייען פון מענטשן וואס לעבן איין וועג - טוה נישט צו זיי עפעס וואס גייט דערקעגן.

אבער אויב דער חתן וכדו' טענה'ט - גייט'ס אלע אהיים איך דארף ענק נישט האבן, דאן קען מען לכאורה קיין טענות נישט האבן.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מיין טאגליכע
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:43 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין טאגליכע »

סאיז זייער משוגע
מיינע חתונה קאלעקשין

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

אזוי דארף זיין א חתונה
IMG-20190605-WA0006.jpg
IMG-20190605-WA0006.jpg (183.62 KiB) געזען 231 מאל
מיינע חתונה קאלעקשין

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
כעלעמערחכם
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 pm
לאקאציע: כעלעם

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעמערחכם »

פיקליש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 25, 2023 2:13 am
וואסערפאל האט געשריבן:
איך אגרי למחצה, דהיינו ס’איז טאקע די חתן וכלה’ס נאכט, אבער אויך די עלטערן/שושבינין זיידעס וכו. קאנטריביוטן עפעס צו די שמחה..., ובפרט אז די מחותנים צאלן עס ווי ”נעכטן” האט אנגעמערקט. אע”כ אפשר זאל מען נאכן ערשטן טאנץ, בענטשן, מאכן (נישט אויסגעצויגענע) מצוה טאנץ, און נאכהער גיין צום 2’טן טאנץ עקסלוסיוו פאר חתן וחבריו, וטשאלענט על איגנאץ.
איך האב נאכנישט געזען א טאטע זיך רעגן אינמיטן זיין קינד'ס חתונה אויף די מוזיק ער הערט ניטאמאל וואספארא ניגן עס ווערט געזינגען ער איז אויפגעלייגט און בּיזי מיט אנדערע ענינים.

געווענליך איז עס א פעטער (וועלכע האט נישט באקומען א ברכה אינטער די חופה) אדער איינער אנדערש פון די משפחה, וואס זיינע געפילן איז בכלל נישט אין די טיפקייט פון די שמחה דא.

אדרבה האט איר אמאל געזען עלטערן זיך בייזן?

לגבי די זיידעס, יונגע זיידעס איז געווענליך אזוי ווי טאטעס לגבי זיי טאנצן און טראכטן נישט וואספארא ניגן ס'ווערט געזונגען.
עלטערע זיידעס, דעס וואס זיי פארפירן איז מ'זאל מאכן שטילער די מוזיק... גארנישט וואספארא סארט ניגן ס'איז.
שוין געזעהן מער ווי איין מאל ביי שמחות א מחותן זאל שיקן זיין זוהן אדער איידעם -אדער גאר גיין בכבודו ובעצמו- צום מוזיק סטעידזש און בעטן אז מזאל ביטע נישט זינגען דעי ניגון אדער דעי אינטרא לעש אויס ביטע.... סדא אסאך מחותנים וואס רעדן צום שפילער אדער זינגער פארדעם און זאגט אים זיינע גדרים.
זופ מאנדלען
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 4:38 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מאנדלען »

געהערט פון א בעל דרשן אז די גוים קומען זיך לערנען פון די היימישע חתונות וויזוי צו מאכן די אלע צילאזטע ביעטס און צידרייטע עפעקטס, ליידער
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”