אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

שטומפיג האט געשריבן:
נישטא ווער ס'זאל לאכן... אבער ס'טוט וויי אז ס'איז נישט דא ווער ס'וויינט אויך נישט...
דעי אלע א.ג. היימישע חברה לופטערן אויס אלעס וואס זיי קוקן פון גוי'שע אינפלוענסערס, קאמידיענס, סעלעברעטיס וכדו' און פאמפן אריין דעי טוילעט וואסער אין די קאפ פונעם עולם. און נאכדעם וויינט מען בלא בלא בלא.
די היימישע עולם וואס זעהט ב"ה נישט וואס ס'טוצעך אין די גוי'שע גאס ווערט עקסייטעד פאר די מעסיוו איידיעס און געשמאקע זאכן וואס די חברה רעדן צאם, און כאפן נעבעך נישט אז ס'איז פלעין נאכגעמאכט די גוי'שע סטייל ענטערטעינמענט, און אסאך מאל איז עס ממש קאפי\פעיסט פון די תוכן פון עפעס א גוי'ס אדער גויטעס ווידיאו! אזעלכע עקזעמפלס זענען דא אין די צענדליגער!

**** **** ברענגט ליידער אראפ די לעוול פון נארמאלע דזשאוקס און היימישע קליפס אויף א מיליאן לעוולס!!! נעם פאר א משל די בוירטדעי פארטי קליפ. די גאנצע איידיע פון לאדענען מענטשן צו זיין "ווייב'ס" בוירטדעי איז א עקל און א גרויל און מ'וואלט געדארפט אפשפארן די אשכול און אסר'ן זיינע קליפס לכבוד דעם, אבער נאכדעם קומט עס נאך מיט נארישע וואטסעפפ מעסעדזשעס פאר א.ג. סעלעברעטיס אז די מילצן ווערן זויער פון שטותים...
און איין סקראול שפעטער קענסטו זעהן "מורא'דיגע" הייליגע מאטיוואציע צו פאוקוסן אויף רוחניות און נישט אויף גשמיות... אז איך בין ממש נתעורר געווארן...
איך כאפ נישט פאר פארוואס די מנהלים האלטן אז איינער וואס מאכט אזעלכע ווידיאוס וואס מ'דארף מעקן מעגן בכלל זיינע ווידיאוס זיין דא אויף אייוועלט.
און יעצט גיי איך דיר דערציילן א סוד פאר גאנץ בראד אז די גאנצע איידיע פון די ווידיאו פון אנהייב ביזן סוף איז קאפי\פעיסט פון עפעס א גוי'שע יוטוב'ער!! גלייבסט מיך נישט? קוק עס אליין נאך! סוירטש אויף גוגל "I invited 100 celebrities to my birthday", עיין שם ותמצא קדחת!

עפעס א קול אין מיין הארץ זאגט מיך אז דעי תגובה גייט פליען אפאר סעקונדעס נאכן ארויפגעלייגט ווערן, איך האלט נישט אז ס'איז יושר אז מ'זאל נישט מעגן זאגן דא א דעה וואס איז נישט קעגן די תורה אפילו רוב ניקס האלטן אנדערש, אבער אונז זעמער אין גלות הדיבור

און בד"וו, ס'א שאד אז מ'זאל מיט ריפלייען מיט אטאקעס אויף מיך צוליב מיינע ווערטער ווייל איך גיי בעז"ה מער קיינמאל נישט אריינטרעטן אין דעם אשכול. איך האב עס שוין אסאך מאל געוואלט מקבל זיין, אבער יעצט איז די צייט געקומען, און איך האף אז איך גיי מיך קענען האלטן דערצו.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

World Champion האט געשריבן:

איך בין מיט דיר אינגאנצן
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

אויב שוין יא, האט זיך עס נישט אנגעהויבן ביי ארי סאמעט.
קענסט טרעפן פלענטי סחורה פון ליפא שמעלצער און דודי קאליש (שוין נאכן גארטל) מיט גוי’שע סחורה.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
טו מיר א טובה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 4:54 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טו מיר א טובה »

פעטער שמואל האט געשריבן:
אויב שוין יא, האט זיך עס נישט אנגעהויבן ביי ארי סאמעט.
קענסט טרעפן פלענטי סחורה פון ליפא שמעלצער און דודי קאליש (שוין נאכן גארטל) מיט גוי’שע סחורה.
אה"נ
אבער סמיינט נישט אז סאיז נישט קיין פראבלעם
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

איך בין איישטימיג מיט שטומפיג'ן אז די בירטדעי קליפ איז געווען א גרויל שבגרויל, ואוי לדורנו שכך עלתה בו

אבער איך בין מחולק מיט איהם'ן, ראשית כל, מ'דארף נישט וועגן דעם אסר'ן יעדער קליפ זיינע. ס'איז דא פלענטי מענטשן וואס זייערע קליפס, זינגעריי, שרייבעריי פיגורירן צווישן אלע אשכולות, און באקומען הויפענעס גרינער פון שטומפיג אויך, וואס האבן אסאך אסאך פראבלעמאטישע סחורה. וואס דארפסטו מער פון הונדערטע קליפס פון גוים גמורים וואס מ'פאוסט אין גרויסן, כאטש וואס יעדער גוי איז בחזקת צו האבן גאר שמוציגע קליפס פון זיך אויך. אוודאי רעדט מען נישט פון מאכן א פאלאווינג נאך איהם, און איהם אויפנעמען אלס מנהיג, אבער צו גיין בפועל אסר'ן יעדער קליפ זיינע וועגן אפאר פראבלעמאטישע איז א כברת דרך.

און בנוגע אז אן איידיע קומט פון גוים, איז נישט קיין פראבלעם. יעדער דיזיינער, מארקעטער, פראדוסער, נעמט רעיונות פון גוים. אוודאי אז יהי חלקי בין אלו וואס האבן נישט קיין צוטריט צו גוי'עשע חכמות, אבער צו זאגן אז מ'איז פסול דערפאר איז נישט ריכטיג לענ"ד. יעדער פאך, פון דאקטעריי ביז עלעקטרישנס, באנוצט זיך מיט די איידיעס וואס גוים האבן ערפינדן.

[אגב, איך האב נעכטן מעיר געווען שיינערהייט אויף א קליפ אין אינטרעסאנטע קליפס אז עס פאסט נישט צו האבן אן אפישעל מיוזיק ווידיאו פון גוים זינגערס, כאטשיג ער זאגט עפעס וועגן נישט גוגלען סימפטאמען, פונקט ווי מ'גייט נישט לייגן א מיוזיק ווידיאו פון א גוי וואס זינגט איבער וויאזוי צו מאכן אייער שפייז. איך האב זוכה געווען צו עטליכע אישיס וואס האבן מוחה געווען אויפן מחאה, און אויך זוכה געווען אז די אחראים האבן עס אראפגענומען כאטש איך האב עס נישט באריכטעט. סאו, איך בין נישט קעגן מחאה אין אלגעמיין, פארט אבער האלט איך דא אנדערש]
שטאהלי
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 11:44 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאהלי »

פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:
World Champion האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:
נישטא ווער ס'זאל לאכן... אבער ס'טוט וויי אז ס'איז נישט דא ווער ס'וויינט אויך נישט...
דעי אלע א.ג. היימישע חברה לופטערן אויס אלעס וואס זיי קוקן פון גוי'שע אינפלוענסערס, קאמידיענס, סעלעברעטיס וכדו' און פאמפן אריין דעי טוילעט וואסער אין די קאפ פונעם עולם. און נאכדעם וויינט מען בלא בלא בלא.
די היימישע עולם וואס זעהט ב"ה נישט וואס ס'טוצעך אין די גוי'שע גאס ווערט עקסייטעד פאר די מעסיוו איידיעס און געשמאקע זאכן וואס די חברה רעדן צאם, און כאפן נעבעך נישט אז ס'איז פלעין נאכגעמאכט די גוי'שע סטייל ענטערטעינמענט, און אסאך מאל איז עס ממש קאפי\פעיסט פון די תוכן פון עפעס א גוי'ס אדער גויטעס ווידיאו! אזעלכע עקזעמפלס זענען דא אין די צענדליגער!

**** **** ברענגט ליידער אראפ די לעוול פון נארמאלע דזשאוקס און היימישע קליפס אויף א מיליאן לעוולס!!! נעם פאר א משל די בוירטדעי פארטי קליפ. די גאנצע איידיע פון לאדענען מענטשן צו זיין "ווייב'ס" בוירטדעי איז א עקל און א גרויל און מ'וואלט געדארפט אפשפארן די אשכול און אסר'ן זיינע קליפס לכבוד דעם, אבער נאכדעם קומט עס נאך מיט נארישע וואטסעפפ מעסעדזשעס פאר א.ג. סעלעברעטיס אז די מילצן ווערן זויער פון שטותים...
און איין סקראול שפעטער קענסטו זעהן "מורא'דיגע" הייליגע מאטיוואציע צו פאוקוסן אויף רוחניות און נישט אויף גשמיות... אז איך בין ממש נתעורר געווארן...
איך כאפ נישט פאר פארוואס די מנהלים האלטן אז איינער וואס מאכט אזעלכע ווידיאוס וואס מ'דארף מעקן מעגן בכלל זיינע ווידיאוס זיין דא אויף אייוועלט.
און יעצט גיי איך דיר דערציילן א סוד פאר גאנץ בראד אז די גאנצע איידיע פון די ווידיאו פון אנהייב ביזן סוף איז קאפי\פעיסט פון עפעס א גוי'שע יוטוב'ער!! גלייבסט מיך נישט? קוק עס אליין נאך! סוירטש אויף גוגל "I invited 100 celebrities to my birthday", עיין שם ותמצא קדחת!

עפעס א קול אין מיין הארץ זאגט מיך אז דעי תגובה גייט פליען אפאר סעקונדעס נאכן ארויפגעלייגט ווערן, איך האלט נישט אז ס'איז יושר אז מ'זאל נישט מעגן זאגן דא א דעה וואס איז נישט קעגן די תורה אפילו רוב ניקס האלטן אנדערש, אבער אונז זעמער אין גלות הדיבור

און בד"וו, ס'א שאד אז מ'זאל מיט ריפלייען מיט אטאקעס אויף מיך צוליב מיינע ווערטער ווייל איך גיי בעז"ה מער קיינמאל נישט אריינטרעטן אין דעם אשכול. איך האב עס שוין אסאך מאל געוואלט מקבל זיין, אבער יעצט איז די צייט געקומען, און איך האף אז איך גיי מיך קענען האלטן דערצו.
איך בין מיט דיר אינגאנצן
קבל את האמת ממי שאמרו...וואסא חילוק פון ווי ער קומט...ווילאנג סשטומט מיט אונזער השקפה...און גראדע זאגט ער פלענטי נאך אסאך פון צדיקים...
און בד"וו ביג דיל ער זאגט זיין ווייבס בירדעי פארטי...ער זאגט עפעס א נאמען פון א פרוי...און אז סקומט פון א גויישע קליפ ..פריידיך אז ער קוקט עס און דו נישט...זלמן ווידער דארף אויך אויסהערן רעדיא צו זאגן די נייעס...
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

איך האב א גרעסערע פראבלעים מיט א ווידיאו פון א חסידישע איד וואס רעד נאר אידיש אויפן ווידיאו און לייגט עס אויף יו טוב און שרייבט נאך פליז סאבסקרייב……. קיין איין (היימישע) רב בישראל איז נישט מתיר יו טוב פאר ענטערטעמענטס.

און מלייגט עס אויפן וועלטל, און יעדער איז צופרידן.
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

שטאהלי האט געשריבן:

דעטס איט! נאר אזוי קען מען בויען כלל ישראל, לאוו לאוו און נאכאמאל לאוו!

אראפ מיט די אלטמאדישע העיט פון אונזערע זיידעס, ס'נייע דורות היינט! פאזיטיוויטי און לאוו 2023!
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

:grin: אוקעי, פון וועלכע אשכול רעד מען דא? ווילעכעס אויסטשעקן.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

@שטומפיג איך בין טויזנט פראצענט מיט דיר.

און קיין שום וואטסעפ טשעלענדזש באלאנגט נישט דא, אייוועלט איז געמאכט פאר ערליכע אידן וועלכע ווילן זיך אויסלופטערן מיט כשר'ע זאכן עטה''ק, און נישט קיין אלטערנאטיוו פאר יעדע וואטסעפ סעלעברעטי און טשעלענדזש.
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובה דורך שטומפיג »

בלייב געזונט האט געשריבן:

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
איך יאג מיר
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 10, 2022 7:09 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך יאג מיר »

בערגשטיין האט געשריבן:
איך האב א גרעסערע פראבלעים מיט א ווידיאו פון א חסידישע איד וואס רעד נאר אידיש אויפן ווידיאו און לייגט עס אויף יו טוב און שרייבט נאך פליז סאבסקרייב……. קיין איין (היימישע) רב בישראל איז נישט מתיר יו טוב פאר ענטערטעמענטס.

און מלייגט עס אויפן וועלטל, און יעדער איז צופרידן.
סאיז יא דא וואס זענען מתיר סתם צי זיצן אויף די אינטערנעט, לשם ענטערטעמענט?
אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפלוואל »

בלייב געזונט האט געשריבן:
@שטומפיג איך בין טויזנט פראצענט מיט דיר.

און קיין שום וואטסעפ טשעלענדזש באלאנגט נישט דא, אייוועלט איז געמאכט פאר ערליכע אידן וועלכע ווילן זיך אויסלופטערן מיט כשר'ע זאכן עטה''ק, און נישט קיין אלטערנאטיוו פאר יעדע וואטסעפ סעלעברעטי און טשעלענדזש.
מה בין וואטסאפ ל'אייוועלט?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שטארק געזאגט שטומפיג, כה לחי
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

פערפלוואל האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
@שטומפיג איך בין טויזנט פראצענט מיט דיר.

און קיין שום וואטסעפ טשעלענדזש באלאנגט נישט דא, אייוועלט איז געמאכט פאר ערליכע אידן וועלכע ווילן זיך אויסלופטערן מיט כשר'ע זאכן עטה''ק, און נישט קיין אלטערנאטיוו פאר יעדע וואטסעפ סעלעברעטי און טשעלענדזש.
מה בין וואטסאפ ל'אייוועלט?
מען דארף טאקע שטיין על המושמר שיהא בין וואטסעפ לאייוועלט
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

טו מיר א טובה האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
אויב שוין יא, האט זיך עס נישט אנגעהויבן ביי ארי סאמעט.
קענסט טרעפן פלענטי סחורה פון ליפא שמעלצער און דודי קאליש (שוין נאכן גארטל) מיט גוי’שע סחורה.
אה"נ
אבער סמיינט נישט אז סאיז נישט קיין פראבלעם
אוודאי נישט.
איך בין פונקט אזוי איינשטימיג אז עס איז א פראבלעם. איך זאג נאר עס איז ברייטער ווי בלויז סאמעט מיט זיינע מאדנע זאכן.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפלוואל »

בלייב געזונט האט געשריבן:
פערפלוואל האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
@שטומפיג איך בין טויזנט פראצענט מיט דיר.

און קיין שום וואטסעפ טשעלענדזש באלאנגט נישט דא, אייוועלט איז געמאכט פאר ערליכע אידן וועלכע ווילן זיך אויסלופטערן מיט כשר'ע זאכן עטה''ק, און נישט קיין אלטערנאטיוו פאר יעדע וואטסעפ סעלעברעטי און טשעלענדזש.
מה בין וואטסאפ ל'אייוועלט?
מען דארף טאקע שטיין על המושמר שיהא בין וואטסעפ לאייוועלט
איך רעד פשוט פון די גערעדאכטץ ווי - "השם ישמרינו", די גע'אסר'טע וואטסאפ, וכו' - ווערט אזוי תמימותדיג געשריבן מיטן גאנצן התלהבות אויף אייוועלט, א וועבסייט אויפן אינטענעט.
שטייף
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 10, 2022 12:22 am

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייף »

אן אריין רעדן אין די נושא.

וואס דריקט מיר אסאך מאל ,איז די לשונות און שבחים וואס מען ניצט ארויס צוברענגען די התפעלת און איבערגענימענקייט וואס מען האט פון א געוויסע ניגון, זינגער אדער שרייבער.
מען קען זעען אז דער צדיקל איז איבער גענימען פון די ווערק, ווי א חסידישער אינגערמאן פון א שטיקל תניא.. פאר א שטייגער, "יעדעס ווארט אין יאנקיס ניגון איז הייליג" אדער " "די מעסעדש פון די ניגון איז קרעזי"

יעצט, בעצם איז נישט קיין עבירה און נישט קיין שים עוולה צו ניצן די לשונות.

וואס יא. אסאך מאל קומט די שפראך מחמת א חסרון פון שפירן וואס מיינט באמת קרבת אלוקים לי טוב.
מען דארף נישט זיין קיין תנא קמא דאס צו שפירן.
יעדער איד וואס האט זיך נאר אמאל אוועק געריסן פון זיך צו טאן אן אמת'ע מצוה, א שטייגער ווי היטן די אויגן, לערנען אפילע עס קומט אן שווער, טאן א חסד פאר א צווייטן, העט אייך וויסן צו דערציילן וואס מיינט ריכטיגע שמחה אין אמת'ע קרבת ה'.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

פערפלוואל האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
@שטומפיג איך בין טויזנט פראצענט מיט דיר.

און קיין שום וואטסעפ טשעלענדזש באלאנגט נישט דא, אייוועלט איז געמאכט פאר ערליכע אידן וועלכע ווילן זיך אויסלופטערן מיט כשר'ע זאכן עטה''ק, און נישט קיין אלטערנאטיוו פאר יעדע וואטסעפ סעלעברעטי און טשעלענדזש.
מה בין וואטסאפ ל'אייוועלט?
ליידער א שרעקליכע בושה דאס דעזיגנירן אן "אונטערהאלטונג" פארום, קיין אנונג וויאזוי די מנהלים וואס איך געדענק האבן דאס דורכגעלאזט.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

מיסטעריעז האט געשריבן:
פערפלוואל האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
@שטומפיג איך בין טויזנט פראצענט מיט דיר.

און קיין שום וואטסעפ טשעלענדזש באלאנגט נישט דא, אייוועלט איז געמאכט פאר ערליכע אידן וועלכע ווילן זיך אויסלופטערן מיט כשר'ע זאכן עטה''ק, און נישט קיין אלטערנאטיוו פאר יעדע וואטסעפ סעלעברעטי און טשעלענדזש.
מה בין וואטסאפ ל'אייוועלט?
ליידער א שרעקליכע בושה דאס דעזיגנירן אן "אונטערהאלטונג" פארום, קיין אנונג וויאזוי די מנהלים וואס איך געדענק האבן דאס דורכגעלאזט.
פלעיס וכדו' איז זייער פארשטענדליך, די פראבלעם איז אז די עיקר יסוד דא איז א געפיל וואס איז שווער צו מסביר זיין, אבער ביי קליפס דארף מען גיין לחומרא.
גראדע לענ"ד איז דאס אויך נישט געאייגנט פאר מענטשן מיט צו א הויכע אייקיו אבער דאס איז שוין א עקסטערע סוגיא.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

מיסטעריעז האט געשריבן:
פערפלוואל האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
@שטומפיג איך בין טויזנט פראצענט מיט דיר.

און קיין שום וואטסעפ טשעלענדזש באלאנגט נישט דא, אייוועלט איז געמאכט פאר ערליכע אידן וועלכע ווילן זיך אויסלופטערן מיט כשר'ע זאכן עטה''ק, און נישט קיין אלטערנאטיוו פאר יעדע וואטסעפ סעלעברעטי און טשעלענדזש.
מה בין וואטסאפ ל'אייוועלט?
ליידער א שרעקליכע בושה דאס דעזיגנירן אן "אונטערהאלטונג" פארום, קיין אנונג וויאזוי די מנהלים וואס איך געדענק האבן דאס דורכגעלאזט.
;l;p- דרוקט מיר שוין אויפן מאגן א לאנגע צייט
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

תינוק האט געשריבן:
איך בין איישטימיג מיט שטומפיג'ן אז די בירטדעי קליפ איז געווען א גרויל, ואוי לדורנו שכך עלתה לו.

אבער איך בין מחולק מיט איהם'ן, ראשית כל, מ'דארף נישט וועגן דעם אסר'ן יעדער קליפ זיינע. ס'איז דא פלענטי מענטשן וואס זייערע קליפס, זינגעריי, שרייבעריי פיגורירן צווישן אלע אשכולות, און באקומען הויפענעס גרינע פון שטומפיג אויך, וואס האבן אסאך אסאך פראבלעמאטישע סחורה. אוודאי רעדט מען נישט פון מאכן א פאלאווינג נאך איהם, און איהם אויפנעמען אלס מנהיג, אבער צו גיין בפועל אסר'ן יעדער קליפ זיינע וועגן אפאר פראבלעמאטישע איז א כברת דרך.

און בנוגע אז אן איידיע קומט פון גוים, איז נישט קיין פראבלעם. יעדער דיזיינער, מארקעטער, פראדוסער, נעמט רעיונות פון גוים. אוודאי אז יהי חלקי בין אלו וואס האבן נישט קיין צוטריט צו גוי'עשע חכמות, אבער צו זאגן אז מ'איז פסול דערפאר איז נישט ריכטיג לענ"ד.

כאטש מ'קען מחלק זיין צווישן השקפה ומחשבה וואס נעמט זיך פון גויים, אבער אויך דארט איז דא גענוג און נאך אין פאליטישע אשכולות, ווי מ'נעמט רעכטע אדער לינקע שיטות פון גויים, און מ'לאזט עס דאהי מיט רואיגקייט, אזוי אז צו זאגען אז דערפאר אליינס זאל מען אסר'ען זיינע קליפ'ס איז לענ"ד נישט ריכטיג.
מוגה קצת

;l;p-
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

בלייב געזונט האט געשריבן:
פערפלוואל האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
@שטומפיג איך בין טויזנט פראצענט מיט דיר.

און קיין שום וואטסעפ טשעלענדזש באלאנגט נישט דא, אייוועלט איז געמאכט פאר ערליכע אידן וועלכע ווילן זיך אויסלופטערן מיט כשר'ע זאכן עטה''ק, און נישט קיין אלטערנאטיוו פאר יעדע וואטסעפ סעלעברעטי און טשעלענדזש.
מה בין וואטסאפ ל'אייוועלט?
מען דארף טאקע שטיין על המושמר שיהא בין וואטסעפ לאייוועלט
גוט געזאגט...
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אבנים טובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 1:06 pm

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנים טובות »

אורח הכבוד האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
פערפלוואל האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
@שטומפיג איך בין טויזנט פראצענט מיט דיר.

און קיין שום וואטסעפ טשעלענדזש באלאנגט נישט דא, אייוועלט איז געמאכט פאר ערליכע אידן וועלכע ווילן זיך אויסלופטערן מיט כשר'ע זאכן עטה''ק, און נישט קיין אלטערנאטיוו פאר יעדע וואטסעפ סעלעברעטי און טשעלענדזש.
מה בין וואטסאפ ל'אייוועלט?
מען דארף טאקע שטיין על המושמר שיהא בין וואטסעפ לאייוועלט
גוט געזאגט...
גאמ
נישט ווער עס לאכט איז פרייליך
נישט ווער עס איז פרייליך לאכט

נעם דיין עתיד און צוקלאפ מיט דעם דיין עבר
נעם נישט דיין עבר און צוקלאפ מיט דעם דיין עתיד
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: אידישע קליפס נאכגעמאכט פון גויאישע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

טישטוך האט געשריבן:
אין די ערשטע אשכול וואס האט זיך געעפנט איבער די קליפס האב איך זיך געוואונדערט ברבים פארוואס ס׳פליט נישט תיכף ומיד. נישט צוליב גוי׳שע תוכן, נאר צוליב די זינלאזע אינהאלטסלאזיגקייט וועלכער איז א זלזול אין די אינטיליגענציע פון די היגע באזיכער.

@שטומפיג׳ס גילויים אז ער גנב׳עט די קאנטענט פון גוים איז אויך נישט גערעכט, ווייל @שטומפיג דארף וויסן אז אלע ניגונים וואס מען זינגט היינט, און אלע אונטערן פלעיס וואס מען שפילט היינט, און אלע דינערס וואס מען מאכט היינט, און אפילו אלע רבי׳שע מעמדים וואס מען מאכט היינט, און אלע וואכנאכטס/טיי אווענטן/ אפשערן און בת מצוה פארטיס, די אלע זאכן שטאמען אויך פון די גרועים שבאומות. פארוואס איז דער קצף ארויס אויף ארי סאמעט?

ער קעיטערט נישט פאר מענטשן וואס קענען ליינען און שרייבן. ער שטעלט צו זיינע ׳וויצן׳ פאר טאטעס אנע שכל, און פאר קינדער אויפן זעלבן שטאפל אין קלוגשאפט. היות עס איז נישט געאייגנט פאר מענטשן וואס האבן אביסל וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט, איז עס פשוט א דיסגרעיס אז אזא אשכול עקזיסטירט דא.
;l;p- שטארק געזאגט!

לעצטענס הער איך צומאל ווי א אינגערמאן רופן זיך אן א מילכיגע וויץ (?) אדער אזא סעט פון ווערטער וואס קלעבט נישט אינאיינעם און אפאר פון די חברים געבן אזא לאך, און איך טראכט וואס איז פאני דא? ביז איינער פרעגט עס קומט פון ארי סאמעט? קומט די תריץ אז יא.

איך האב דיר ציטירט אהער כדי נישט ווייצוטוהן די דארטיגער תושבים (און בחורים) וואס האבן ב"ה נישט קיין וואטסעפפ צוליב די אשכול (גיי רעד זיך אזוי איין... פלעגט נישט ארומפארן די אלע זאכן אויף די SD קארטלעך?)
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”