"א פינסטערע נאכט אין ווארשע" דורך SPAF פראדאקשן

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

"א פינסטערע נאכט אין ווארשע" דורך SPAF פראדאקשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

ענדליך... ענדליך... ענדליך...

די אזוי באליבטע SPAF PRODUCTION קומט צוריק אויף די ארענע...

נאך א לענגערע אפוועזנהייט, קומט די פרייליכע בשורה אז די אזוי-טאלאנטפולע און ערפארענע פרודוסערס שלמה פערל און ארי פרענקל וועלן היי-יאר פסח צושטעלן א מאסיווע פארשטעלונג פאר'ן ברייטן ציבור, וואס וועט ברענגען אן עונג יו"ט פאר די טויזנטער אידן וועלכע זוכן חול-המועד היימישע פלעצער וואו צו גיין פארברענגען מיט די משפחה.
די "ספעף פראדאקשן" זענען באוואוסט פאר זייערע צענדליגער פארשטעלונגען וואס זענען געשפילט געווארן מיט גרויס פראפעסיאנאליזם. זיי האבן שוין אנגעהויבן זייערע שפילן אין יאר תשכ"ו, ווען זיי האבן אהערגעשטעלט א פארשטעלונג "דער יתום" און צוויי יאר שפעטער: "דער רבי און דער בעל עגלה". שפעטער האבן זיי געשפילט:
יוסף שפיל (דריי מאל).
בוסתנאי (צוויי מאל).
שפאנישע אינקוויזיציע (אידיש-ענגליש)
המלאך הגואל
על נהרות בבל
א סליחות נאכט אין קיוב
אלע זייערע פארשטעלונגען זענען געשפילט געווארן גאר שפאנענד, צוציענד, דראמאטיש און הערליך שיין אראפגעשפילט ליגן נאך ביי יעדן אין די ביינער. די עקטן, די ניגונים, די פראפס, די ווערטלעך - אלעס אלעס אלעס.
זייערע פלעיס וואס מען קען איבערהערן און איבערקוקן איינמאל און נאכאמאל און קיינמאל נישט בארד ווערן.
דעריבער איז די שמחה גאר גרויס, ווען מען הערט פון הינטער די קוליסן אז עס קומט א פרישער פלעי, וואו עס וועלן שפילן טאלאנטפולע שפילער, אמאליגע און פרישע, מען וועט האבן דעם אלטן טעם, געמישט מיט יין חדש. לויט ווי מיר הערן קומט עפעס אזוינס און אזעלכעס.

אז עס וועט זיין פרישע אפדעיטס וועלן מיר פרובירן צו אפדעיטן, און אויב עמיצער אנדערש ווייסט - זאל ער מוחל זיין און ארויפשטעלן.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

ווי אלט זענען זיי? פאר 89 יאר צירוק האבן זיי געמאכט שפילן?
אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינוועסטער »

פערל איז נישט דער זעלבער פון "אונטערן"?
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אינוועסטער האט געשריבן:פערל איז נישט דער זעלבער פון "אונטערן"?

ניין, נייהויז
אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינוועסטער »

אה, מיר איז עפעס געליגן אין קאפ די נאמען פערל.

דארף זיי נאר זעהן ס'זאל זיין גענוג זיצן (אדער מאכן א פערטע פלעי...)
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

Iphone האט געשריבן:ווי אלט זענען זיי? פאר 89 יאר צירוק האבן זיי געמאכט שפילן?


רעכן עס איבער: ס'איז בערך פופציג יאר צוריק.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווער פון די גרופע שפילט נאך? די דאמאלדסדיגע אינגעלייט זענען שוין היינט ערנסטע בעלי בתים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

קאפי עלענבויגן פלעגט שפילען ביי אלע פלעיס פין פערל יעצט שפילט ער ביי נייהויז.

ארי פרענקל! ער איז דאך די אינטערן אליינס.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

farshlufen האט געשריבן:ווער פון די גרופע שפילט נאך? די דאמאלדסדיגע אינגעלייט זענען שוין היינט ערנסטע בעלי בתים.

גערעכט, אבער דו האסט נאך וואס עקטען א שטייגער,
קאפי עלענבויגען
ארי פרענקעל
הערשקאוויטץ(שוין געווען ביי המלאך הגואל)
פיני פריד
ארי מינץ
ועוד
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

ווער איז ארי פרענקל?
איך ווייס פון 2 ברודער; חיים פרענקל און יוסי פרענקל
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

private האט געשריבן:קאפי עלענבויגן פלעגט שפילען ביי אלע פלעיס פין פערל יעצט שפילט ער ביי נייהויז.

ארי פרענקל! ער איז דאך די אינטערן אליינס.


דו ביסט זיך טועה מיט יוסף שמואל און חיים פרענקל. זיי זענען שפילער. יוסף שמואל אויף די אמאליגע און היינטיגע (אונטערנ'ס) און חיים אויף די היינטיגע. ארי פרענקל איז א פראזשעקט-מענעדזשער, ער האט שוין אנגעפירט ריזיגע מעמדות, הפגנות, כינוסים אא"וו, און פלעיס און קאנצערטן. ער איז א זעלטן-גוטער אנפירער, און שלאפט קיינמאל נישט איין...
הערסטע?
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערסטע? »

עס פרייט מיר דאס הארץ הערנדיג די נייעס, עס ליגן מיר אין די ביינער די אלטע פלעיס. נישט אז די היינטיגע זענען שוואך. די אונטערנס זענען קנאקעדיגע פלעיס, אבער מער צו די מאדערניזירטע זייט. סיי די מעשיות און סיי די ליינס. די אמאליגע זענען געווען מער פארצייטיש, און דאך פראפעסיאנאל.
אבער ביידע זענען זייער גוט. איך גיי צו זייערע און צו די אונטערנס, און איך האב פון ביידע זייער הנאה.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

איך האף ער וועט צוריק ברענגען אפאר אלטע עקטארס, א שטייגער ווי שלמה'לע,קאפי'ס ברודער (דער חזן...),לעבעוויטש .
בקיצור די עקטארס וואס האבען גורם געווען אז א סליחות נאכט אין קיעוו און על נהרות בבל זאלען געדענקט ווערען.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:איך האף ער וועט צוריק ברענגען אפאר אלטע עקטארס, א שטייגער ווי שלמה'לע,קאפי'ס ברודער (דער חזן...),לעבעוויטש .
בקיצור די עקטארס וואס האבען גורם געווען אז א סליחות נאכט אין קיעוו און על נהרות בבל זאלען געדענקט ווערען.

שלמה'לע קען שוין ליידער נאר משיח צדקינו צוריק ברענגען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
הערסטע?
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערסטע? »

איך דארף ליטשפילד... יונתן ביי 'על נהרות' און פערדינאנד ביי 'א סליחות נאכט'
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

הערסטע? האט געשריבן:איך דארף ליטשפילד... יונתן ביי 'על נהרות' און פערדינאנד ביי 'א סליחות נאכט'

דער ליטשפילד איז נאמבער 1 ביי מיר. ער איז אזא רשע מרושע...
איך האב מיך אזוייי געפרייט מיט זיין מפלה.
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

אזוי גיט געזאגט אבער אייביג גייט ער מיט א מאסק
yield the right of way
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איך דארף..
יואלי לעבעוויטש אלטץ דער לץ
ליטשפיעלד אלטץ דער רשע
האפמאן אלטץ דער וואוילער גראף
הערשקאוויטש אלטץ די קאמעדי עקטאר
שלמה פערל אלטץ די וואוילע יוד
מינטץ אלטץ דער קעניג
פרענקל אלטץ דער שלעכטער יועץ

ווער נאך...
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

ארי גליק (האלוויי)
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

ווער האט טאקע די קאווערס פון די פלעיס זאל עס פליז ארויפלייגן
yield the right of way
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

יוסף שמואל פרענקל פרובירט גיין אין יונתנ'ס דרכים... זינט ער האט אויף אים משפיע געווען אלס תלמיד פון ירמיהו...
זיין דער סארקאסטישער און צינישער, שפילנדיג זיס און בא'טעמ'ט.
ער טוט טאקע זייער א גוטע זשאב, אבער ס'איז אינו דומה - במחילת כבודו...
היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטל »

זיי האבן דעם פרייטאג ארויסגעגעבן די ערשטע קליפ, מער ווייניגער ברענגן זיי ארויס אז ס'איז א "קאם-בעק" פון די אמאליגע גוטע פלעיס, לאמיר האפן אז ס'זאל טאקע זיין אזוי געלונגען ווי די אמאליגע.
כ'הער אז זיי גייען ארויסקומען מיט די נאמען, און מ'גייט אנהייבן פארקויפן טיקעטס שוין די וואך.

https://copy.com/4sh7Bu0bMFuDKeWc
הערסטע?
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערסטע? »

שמועות קורסירן אז עס וועט זיין "א קאלטע נאכט אין ווארשא", אבער איך גלייב שווער אז זיי וועלן איבערנוצן דעם "א סליחות נאכט אין קיוב" מיט'ן טוישן בלויז די 'סליחות' אין 'קיוב'
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

כ'פריי מיר זייער צו הערן אז זיי קומען צוריק,
אבער לדעתי איז א שטיקל טעות מיטן אזוי ארויפהייבן די ערווארטונגען פונעם עולם.
ווי ס'האט זיך שוין ארויסגעשעטלט מערערע מאל, אז ווען מ'הייבט די עקספעקטעישנ'ס קומט דערנאך א נידערלאגע,
בעסער זאל מען עס לאזן פארווע מיט פשוט'ע פאקטן ארום די שפיל, אזוי אז ווען ס'וועט געלונגען וועט דער עולם ארויסגיין פון די כלים.,

איך RT פיינע נייעס (יד"נ) פאר די קעסט.
כ'וואלט נאר צוגעלייגט עטליכע.
בנציון לעבאוויטש,
אייזיק האניג,
האס,
אפשר ברענגט מען צוריק "זעמל"?
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

ווייסט עמיצער דעם טעלעפאן נומער פון זעמל כ'וואלט געוואלט מאכן אן אינטערוויו מיט אים
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”