קויפט איר די וואך?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
קויפט איר די וואך?
די וואך איז אויסגעשטיגן אלץ איינע פון די שטערקסטע אויסגאבעס. לויפן מיר אן אנקעטע.
- הבעש''ט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4149
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
- לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט
Re: קויפט איר די וואך?
פעלט די אפציע: זענט איר סובסקרייבט?
- קרית יואל פלייש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3703
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm
Re: קויפט איר די וואך?
סוואלט געוועהן אינטערעסאנט צו מאכן אן אנקעטע צו איר קויפט די וואך פאר די בילדער אויסגאבע אדער פאר די שריפט
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: קויפט איר די וואך?
קרית יואל פלייש האט געשריבן:סוואלט געוועהן אינטערעסאנט צו מאכן אן אנקעטע צו איר קויפט די וואך פאר די בילדער אויסגאבע אדער פאר די שריפט
אדער פאר די קינדער שריפט.
לדעתי איז די קינדער אויסגאבע די מערסטע סוקסעספול פון אלע די וואך אויסגאבעס.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: קויפט איר די וואך?
איך קויף עס פון צייט צו צייט
בעזר השם ווען די קינדערלעך וועלען אינטערוואקסן האמיר אין פלאן עס צו קויפן פאר זיי וועכענטליך בסייעתא דשמיא
בעזר השם ווען די קינדערלעך וועלען אינטערוואקסן האמיר אין פלאן עס צו קויפן פאר זיי וועכענטליך בסייעתא דשמיא
- מיט א פרישקייט
- שר האלף
- תגובות: 1573
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
- לאקאציע: פריש'ידער
Re: קויפט איר די וואך?
איך קויף יעדע וואך די וואך, און איך מיט מיין גאנצע משפחה זענען זיך מיך מחי' דערמיט
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
Re: קויפט איר די וואך?
פאר די שריפט
Re: קויפט איר די וואך?
קרית יואל פלייש האט געשריבן:סוואלט געוועהן אינטערעסאנט צו מאכן אן אנקעטע צו איר קויפט די וואך פאר די בילדער אויסגאבע אדער פאר די שריפט
איך האב שוין געקלערט דערפון.. נו אפשר גייסטו פתיחה
געשריבן דורך: נעכטן
- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
Re: קויפט איר די וואך?
איך קויף עס גאנץ אפט, דא אין ירושלים קומט עס נישט אן יעדע וואך. איך האב זייער הנאה בעיקר פון די ׳שריפט׳ ארטיקלען וואס לויפן וועכנטליך, די קאווער סטארי׳ס זענען אפטמאל נישט אזוי אינטערסאנט, אבער דאס איבריגע איז עכט אינטערסאנט און אינפארמאטיוו. עס איז אזוי ווי די פארצייטישע אידישע מאגאזינען וואס האבן זיך פארנומען ממש נאר מיט אידישליכע ארטיקלען און שיינע מעשיות. ׳צוויי צענט׳ איז פון מיינע בעסטע ארטיקלען וועכנטליך, און אויך ׳שיריים׳ פון וועלוול שמעלצער.
- קרית יואל פלייש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3703
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm
Re: קויפט איר די וואך?
נעכטן האט געשריבן:קרית יואל פלייש האט געשריבן:סוואלט געוועהן אינטערעסאנט צו מאכן אן אנקעטע צו איר קויפט די וואך פאר די בילדער אויסגאבע אדער פאר די שריפט
איך האב שוין געקלערט דערפון.. נו אפשר גייסטו פתיחה
לאז קודם דיע אנקעטע זיך ענדיגן...
לדעתי וועט די בילדער ביילאגע האבן די וויניגסטע שטימעס
Re: קויפט איר די וואך?
איך קויף עס יעדע וואך זינט ס'האט אנגעהויבן ארויסקומען (דאכט זיך מיר אז כ'האב נאכנישט אויסגעלאזט קיין וואך דארוך די יארן). כ'קויף עס בעיקר פאר די רבי'שע בילדער, אבער כ'האב גאר שטארק הנאה פון די שריפט (בעיקר פון די וועכנטליכע רובריקן - די מעין קאווער סטארי דארף נאך א גרויסע תיקון, בעיקר ווען ס'קומט פון ארץ ישראל'דיגע שרייבערס און מ'זעצט עס איבער אויף אידיש, ס'פעלט די טעם...) און כ'וועל מיך נישט שעמען צו מודה זיין אז איך האב אויך זייער הנאה פון די קינדער שריפט, זיי מאכן א הערליכע ארבעט.
כ'קויף נאך אויסגאבעס וועכנטליך אבער ביי מיר איז 'די וואך' די שפיץ, די גאנצע משפחה האט הנאה פון דעם.
כ'קויף נאך אויסגאבעס וועכנטליך אבער ביי מיר איז 'די וואך' די שפיץ, די גאנצע משפחה האט הנאה פון דעם.
Re: קויפט איר די וואך?
אין קרית יואל איז עס שוין ערלויבט צו פארקויפען
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 332
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm
Re: קויפט איר די וואך?
מיט א פרישקייט האט געשריבן:איך קויף יעדע וואך די וואך, און איך מיט מיין גאנצע משפחה זענען זיך מיך מחי' דערמיט
גא"מ
- זילבערווערק
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3816
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am
Re: קויפט איר די וואך?
אין ירושלים איז דאס די לעצטע וואך אנגעקומען נאר זונטאג
און אז מ'רעדט שוין, די ארטיקל איבער'ן בעלזער גאון איז געווען געוואלדיג שבגעוואלדיג
הרב טאמבור, זיי ממשיך!
און אז מ'רעדט שוין, די ארטיקל איבער'ן בעלזער גאון איז געווען געוואלדיג שבגעוואלדיג
הרב טאמבור, זיי ממשיך!
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10744
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
Re: קויפט איר די וואך?
קיינמאל..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: קויפט איר די וואך?
הרב_שלום האט געשריבן:אין קרית יואל איז עס שוין ערלויבט צו פארקויפען
וואס הייסט??
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: קויפט איר די וואך?
איך קויף עס נאר אמאל אמאל. בעסער געזאגט זעלטן.
איך גלייך זייער די צוויי צענט קאלום און אליעזר הערש ראזענפעלד'ס קאלום.
איך קען פשוט נישט אניאגן צו ליינען אזויפיל, איך קויף שוין די מאמענט, משפחה און יעצט האב איך די שרייבער, און ביז ווען איך בין פארטיג ווערט שוין נאכאמאל שבת..

לעצטענס (זייט מיין סובסריפשאן צי די הונדערט - קינדליין האט זיך געענדיקט, און נישט ממשיך געווען מיט קיין איין) קויף איך עס כמעט יעדע וואך צילוב דעים וואס די קינדער גלייכען יעצט די קינדער שריפט.
לדעתי איז די אויסגאבע גאנץ פלאטשיק פאר אזא חכם ווי מיר הרב לימבא.
לדעתי איז די אויסגאבע גאנץ פלאטשיק פאר אזא חכם ווי מיר הרב לימבא.
סך הכל תגובות: 999
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: קויפט איר די וואך?
איך האב א מנהג נישט אריינצוברענגען קיין מאגאזינען ביי מיר אין שטוב. מיינע עלטערן האט געהאט אזא מנהג אבער איך האב מתחילה מקיל געווען. נאכן זיך אנטרעפן עטליכע מאל מיט ארטיקלען שאין רו"ח נוחה מהם, בפרט ווען אן ענגלישע אויסגאבע האט געלייגט א צורת אשה אויפן דעקל, האב איך געמאכט א קבלה אז 'דעטס איט'.
(צוויי אויסנאמען, ימים טובים קען איך פשוט נישט אויסלאזן די תוכן פון אזויפיל אויסגאבעס, און ווען איך פאר אוועק אויף שבת, דעמאלטס איז עס נישט ביי מיר אין שטוב...)
למעשה היות מיינע עלטערן האבן געהאט אויסנאמען, ווי מעלות, באלייכטונגען וכדו' מאך איך אויך אויסנאמען, בעיקר צופרידנשטעלן די ב"ב און קינדער. 'די וואך' איז לענ"ד די ריינסטע אידישע מאגאזין פאר יעדן עלטער. די קאווער סטאריס זענען גאר אידישליך און אויסגעהאלטן, די קאלומס זענען גאר באלערנד און שיין, און די קינדער שריפט האט זייער א תוכנ'דיגע אינהאלט. די בילדער אויסגאבע איז נאר א באנוס... איך שפיר אז דאס קען איך אריינלאזן אן קיין הארץ קלאפענישן.
עס פעלט טאקע א געוויסע ברייטקייט ווען ס'קומט צו נושאים, אבער איך זע עס אלס מעלה. איך גלייב זיי וואלטן זיך געקענט ארויפארבעטן צו זיין כאחד המאגאזינען, נאר זיי ווילן צופרידן שטעלן די ערליכע ליינער באזע און זיך האלטן צו א העכערע ניווא. כה לחי!

יצחק אייזיק האט געשריבן:הרב_שלום האט געשריבן:אין קרית יואל איז עס שוין ערלויבט צו פארקויפען
וואס הייסט??
נאך די אסיפת העיר איז נישט געווען ערלויבט צו פארקויפען, זיי האבן זיך אראפ געזעצט מיט די וועד העיר און פונקטלעך אויסגעשמיסט וועלכע ארטיקלעך זענען נישט ערלויבט, די וואך האט זיך מיט אלעם צוגשטעלט
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: קויפט איר די וואך?
הרב_שלום האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:הרב_שלום האט געשריבן:אין קרית יואל איז עס שוין ערלויבט צו פארקויפען
וואס הייסט??
נאך די אסיפת העיר איז נישט געווען ערלויבט צו פארקויפען, זיי האבן זיך אראפ געזעצט מיט די וועד העיר און פונקטלעך אויסגעשמיסט וועלכע ארטיקלעך זענען נישט ערלויבט, די וואך האט זיך מיט אלעם צוגשטעלט
הייסט אז די קרית יואלער וועד האט אפגעצויגן מיט די איראקער מערדער קאמיקס. נישט שיין...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- קרית יואל פלייש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3703
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm
Re: קויפט איר די וואך?
ראש לימבא האט געשריבן:לעצטענס (זייט מיין סובסריפשאן צי די הונדערט - קינדליין האט זיך געענדיקט, און נישט ממשיך געווען מיט קיין איין) קויף איך עס כמעט יעדע וואך צילוב דעים וואס די קינדער גלייכען יעצט די קינדער שריפט.
לדעתי איז די אויסגאבע גאנץ פלאטשיק פאר אזא חכם ווי מיר הרב לימבא.
וועליכע אויסגאבע איז למשל גענוג ברייט פאר אזא חכם ווי אייך??
- מיט א פרישקייט
- שר האלף
- תגובות: 1573
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
- לאקאציע: פריש'ידער
Re: קויפט איר די וואך?
יצחק אייזיק האט געשריבן:איך גלייב זיי וואלטן זיך געקענט ארויפארבעטן צו זיין כאחד המאגאזינען, נאר זיי ווילן צופרידן שטעלן די ערליכע ליינער באזע און זיך האלטן צו א העכערע ניווא. כה לחי!
אויב דו קענסט מסביר זיין די שורה. וואס הייסט זיי וואלטן זיך געקענט אויפארבעטן צו זיין כאחד המאגאזינען? זיי זענען נישט אחד המאגיזינען וואס פארקויפן זיך די מערסטע?
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: קויפט איר די וואך?
מיט א פרישקייט האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:איך גלייב זיי וואלטן זיך געקענט ארויפארבעטן צו זיין כאחד המאגאזינען, נאר זיי ווילן צופרידן שטעלן די ערליכע ליינער באזע און זיך האלטן צו א העכערע ניווא. כה לחי!
אויב דו קענסט מסביר זיין די שורה. וואס הייסט זיי וואלטן זיך געקענט אויפארבעטן צו זיין כאחד המאגאזינען? זיי זענען נישט אחד המאגיזינען וואס פארקויפן זיך די מערסטע?
איך רעד פון אקטועלע קאווער סטאריס, זשורנאליזם, אינטערוויוס, נייעס קאלומס, וכדו' וואס זיי וואלטן געקענט צושטעלן, אבער פאר מיר איז בעסער אז ס'איז מער אידישלעך ווי איידער מער אויפרייס מאגאזין סטייל.
די סיבה פארוואס זיי זענען אזוי מצליח איז לכאורה אדאנק זייער אויסוואל פון 3 אויסגאבעס וואס קאווערט אסאך סארט קונים. בילדער, שריפט און קינדער. ס'איז נישט ווייל די שריפט איז מער געלונגען פון אנדערע.
מאמענט איז מער זשורנאליסטיש, נאר די וואך האלט זיך צו סטאנדארטן און ס'איז מער תוכנ'דיג. מ'וועט טרעפן ווייניגער וואסער מאלעריי אין די וואך, טאקע פאר דעם ווייל זיי מוזן נישט דעזיינען יעדע וואך אויפגעריסענע קאווערס. והבן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: קויפט איר די וואך?
קרית יואל פלייש האט געשריבן:ראש לימבא האט געשריבן:לעצטענס (זייט מיין סובסריפשאן צי די הונדערט - קינדליין האט זיך געענדיקט, און נישט ממשיך געווען מיט קיין איין) קויף איך עס כמעט יעדע וואך צילוב דעים וואס די קינדער גלייכען יעצט די קינדער שריפט.
לדעתי איז די אויסגאבע גאנץ פלאטשיק פאר אזא חכם ווי מיר הרב לימבא.
וועליכע אויסגאבע איז למשל גענוג ברייט פאר אזא חכם ווי אייך??
היימישער דזשורנאל דא אויף אייוועלט....
סך הכל תגובות: 999