א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3862
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

קראקע שמש האט געשריבן:
אטאקירן? נישט אביסל איבערגעטריבן
מער ווי איינמאל זאגן הער אויף צו איין רעדן די מענטשן דא אויף קול מבשר וכו'
דהיינו שוין אפאר מאל גערעדט פערזענליך פון איין מענטש.
אזוי ווייט אז ר' מייליך האט שוין געשפירט אז מען דארף אויספירן אז דער עולם זאל נישט מיינען אז די קאלעיגעס זענען אויך מעסער שטעך.
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער חנן »

חאטצקל האט געשריבן:
קראקע שמש האט געשריבן:
אטאקירן? נישט אביסל איבערגעטריבן
מער ווי איינמאל זאגן הער אויף צו איין רעדן די מענטשן דא אויף קול מבשר וכו'
דהיינו שוין אפאר מאל גערעדט פערזענליך פון איין מענטש.
אזוי ווייט אז ר' מייליך האט שוין געשפירט אז מען דארף אויספירן אז דער עולם זאל נישט מיינען אז די קאלעיגעס זענען אויך מעסער שטעך.
ער אטאקירט נישט קיינעם, ער האט א אנדערע מיינוג אבער נישט אטאקירן
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

יער האט געשריבן:
דעי לעצטע אויפשטייג פון רעפערירן איין קול מבשר רעדנער צום צווייטן און זיך אראפרייסן [איידעלערהייט שטייצעך...] איז ממש מיאוס.

איך בין נישט סובל דעי פרובירן פארעכטן און שטעלן אין פלאץ איינער דעם צווייטן. און אזוי אויך דעי פרובירן שטעלן אין פלאץ די ציבור אנשי שלומינו.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

תגובה דורך טעמפל שירה »

איך ווארט אויף א דיבעיט צווישן אים און לעיזער קרויס
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע: טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

טעמפל שירה האט געשריבן:
איך ווארט אויף א דיבעיט צווישן אים און לעיזער קרויס
סאיז שוין געווען צווישן יוסי און לעזער קרויס א שטיקעלע דיבעיט און יוסי האט צימאלן לעזער...
ער רעדט פיין אבער נישט קיין שטארקע דיבעיטער. מיט וועלוועל האט ער אויך געהאט מיט די מוזיק ער איז אריין געקומען גאנץ שוואך.
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

דאס ארונטערייסן יענעם גייט מיר נישט אן, סאיז פארט נישט פראפעסיאנאל.

סאיז נארמאל צו האבן קעגנזייטיגע מיינונגען און סקומט מזאל עס אויסשמועסן אינאיינעם, א וועכנטליכע פראגראם פון געשטעטנער און ראלניצקי וואלט געווען רעקאמאנדירט און וואלט געצויגן טויזנטער צוהערער.

דערווייל ווייזט די אונטערגעציפטע מערכה אז קיינער האט נישט די מינימאלע גאטס צו דעבאטירן אן אפאנענט. פאר שמעון איז ענדערשער אז מיילעך אדער פעלזן זאלן שווייגן בשעת ער רעדט און פאר יוסי דאס זעלבע. סווייזט אויף טיפע אומזיכערהייט פון ביידע זייטן.

איך קוק ארויס אויף א בשותפיתדיגע פראגראם פון געשטעטנער און ראלניצקי וועכנטליך, דערווייל האקן זיי ביידע אין טשייניק.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

דעת גדול האט געשריבן:
טעמפל שירה האט געשריבן:
איך ווארט אויף א דיבעיט צווישן אים און לעיזער קרויס
סאיז שוין געווען צווישן יוסי און לעזער קרויס א שטיקעלע דיבעיט און יוסי האט צימאלן לעזער...
ער רעדט פיין אבער נישט קיין שטארקע דיבעיטער. מיט וועלוועל האט ער אויך געהאט מיט די מוזיק ער איז אריין געקומען גאנץ שוואך.
אליעזר האט איינמאל גערעדט דערוועגן און ער האט געזאגט אז ס'איז געווען א אפגעשמועסטע זאך צוליב וואס ער האט געלאזט פאלן געוויסע קאנטראווערסיאלע קאמענטארן און ער האט עס געוואלט אביסל פאררעכטן האט ער עס געמאכט אויף די וועג הגם ער האט נישט געוואוסט אז יוסי גייט גיין אזוי שארף.

מיט וועלוול איז טאקע געווען א דורכפאל, אבער די דורכפאל איז נישט געווען ביים דעבאטע, נאר דאס אז ער האט נישט גוט נאכגעזאגט א תשובה פון שבט הלוי וואס האט געגעבן די געלעגנהייט פאר וועלוול אים צו מסדר זיין בפני כל עם ועדה.

----

@מתמודד זאגט א גוטע געדאנק, א בשותפות'דיגע פראגראם וואלט געווען נעקסט לעוועל.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פונקט ווי יוסי רעדט שטותים רעדט שמעון אויך צוזאם היבש שטותים, כאטש ער זאגט אסאך אמת'ע פוינטס, רעדט ער אבער אזוינע נארישקייטן בנוגע מיטש מעקאנעל און די רעפובליקענס און ער לייגט אראפ מעקאנעל ווי עפעס א טאף גיי וואס געט נישט נאך קיין ניקל פאר די דעמאקראטן. על או על.

אבער דאס שטערט מיך נישט. יעדער האט א רעכט צו רעדן שטותים און יוסי רעדט מער שטותים ווי אים, עכ"פ אויף די סאבזשעקט. וואס רעגט מיך יא אויף איז, אז -ווי אלעמאל - שטעלט ער זיך אהער ווי כאילו ער רעדט נישט פון א פאליטישן שטאנדפונקט, נאר רעדט פון א אידישקייט פערספעקטיוו, און ברענגט ארויס אז דאס אז זיינע קאלעגעס רעדן אזעלכע נארישקייטן בנוגע טראמפ קומט ווייל ליידער ליגט מען היינט אזוי שטארק אין פאליטיק א.א.וו. כדרכו.

קיינער האט נישט קיין פראבלעם אז דו האסט פיינט טראמפ, האסט דיך דיין קנעפל און דארט קענסטו רואיג לופטערן דיינע פאליטישע מיינונגען, אבער טאקע נאר פאליטישע מיינונגען, קום נישט מעורר זיין דיינע אידישע ברודער מיט השקפה דרשות ווי ווייט זיי זענען ליידער פארקראכן. דאס איז נישט דיין דזשאב.

fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

רעגענדיג האט געשריבן:
פונקט ווי יוסי רעדט שטותים רעדט שמעון אויך צוזאם היבש שטותים, כאטש ער זאגט אסאך אמת'ע פוינטס, רעדט ער אבער אזוינע נארישקייטן בנוגע מיטש מעקאנעל און די רעפובליקענס און ער לייגט אראפ מעקאנעל ווי עפעס א טאף גיי וואס געט נישט נאך קיין ניקל פאר די דעמאקראטן. על או על.

אבער דאס שטערט מיך נישט. יעדער האט א רעכט צו רעדן שטותים און יוסי רעדט מער שטותים ווי אים, עכ"פ אויף די סאבזשעקט. וואס רעגט מיך יא אויף איז, אז -ווי אלעמאל - שטעלט ער זיך אהער ווי כאילו ער רעדט נישט פון א פאליטישן שטאנדפונקט, נאר רעדט פון א אידישקייט פערספעקטיוו, און ברענגט ארויס אז דאס אז זיינע קאלעגעס רעדן אזעלכע נארישקייטן בנוגע טראמפ קומט ווייל ליידער ליגט מען היינט אזוי שטארק אין פאליטיק א.א.וו. כדרכו.

קיינער האט נישט קיין פראבלעם אז דו האסט פיינט טראמפ, האסט דיך דיין קנעפל און דארט קענסטו רואיג לופטערן דיינע פאליטישע מיינונגען, אבער טאקע נאר פאליטישע מיינונגען, קום נישט מעורר זיין דיינע אידישע ברודער מיט השקפה דרשות ווי ווייט זיי זענען ליידער פארקראכן. דאס איז נישט דיין דזשאב.
און ער זינגט נאך דעי ניגון פאר דעם אז אונדז זעמיר נישט קיין ריפאבליקאנער...
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

מתמודד האט געשריבן:
דאס ארונטערייסן יענעם גייט מיר נישט אן, סאיז פארט נישט פראפעסיאנאל.

סאיז נארמאל צו האבן קעגנזייטיגע מיינונגען און סקומט מזאל עס אויסשמועסן אינאיינעם, א וועכנטליכע פראגראם פון געשטעטנער און ראלניצקי וואלט געווען רעקאמאנדירט און וואלט געצויגן טויזנטער צוהערער.

דערווייל ווייזט די אונטערגעציפטע מערכה אז קיינער האט נישט די מינימאלע גאטס צו דעבאטירן אן אפאנענט. פאר שמעון איז ענדערשער אז מיילעך אדער פעלזן זאלן שווייגן בשעת ער רעדט און פאר יוסי דאס זעלבע. סווייזט אויף טיפע אומזיכערהייט פון ביידע זייטן.

איך קוק ארויס אויף א בשותפיתדיגע פראגראם פון געשטעטנער און ראלניצקי וועכנטליך, דערווייל האקן זיי ביידע אין טשייניק.
נישט לאנג צוריק האבן זיי געהאט צוויי שמועסן א דעבאטע איבער גאן קאנטראל
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

רעגענדיג האט געשריבן:
פונקט ווי יוסי רעדט שטותים רעדט שמעון אויך צוזאם היבש שטותים, כאטש ער זאגט אסאך אמת'ע פוינטס, רעדט ער אבער אזוינע נארישקייטן בנוגע מיטש מעקאנעל און די רעפובליקענס און ער לייגט אראפ מעקאנעל ווי עפעס א טאף גיי וואס געט נישט נאך קיין ניקל פאר די דעמאקראטן. על או על.

אבער דאס שטערט מיך נישט. יעדער האט א רעכט צו רעדן שטותים און יוסי רעדט מער שטותים ווי אים, עכ"פ אויף די סאבזשעקט. וואס רעגט מיך יא אויף איז, אז -ווי אלעמאל - שטעלט ער זיך אהער ווי כאילו ער רעדט נישט פון א פאליטישן שטאנדפונקט, נאר רעדט פון א אידישקייט פערספעקטיוו, און ברענגט ארויס אז דאס אז זיינע קאלעגעס רעדן אזעלכע נארישקייטן בנוגע טראמפ קומט ווייל ליידער ליגט מען היינט אזוי שטארק אין פאליטיק א.א.וו. כדרכו.

קיינער האט נישט קיין פראבלעם אז דו האסט פיינט טראמפ, האסט דיך דיין קנעפל און דארט קענסטו רואיג לופטערן דיינע פאליטישע מיינונגען, אבער טאקע נאר פאליטישע מיינונגען, קום נישט מעורר זיין דיינע אידישע ברודער מיט השקפה דרשות ווי ווייט זיי זענען ליידער פארקראכן. דאס איז נישט דיין דזשאב.
עפעס מישסטו צווישן יוסי און שמעון, ווייל אלעס וואס דו זאגסט אויף טוט שמעון.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יער האט געשריבן:
עפעס מישסטו צווישן יוסי און שמעון, ווייל אלעס וואס דו זאגסט אויף טוט שמעון.
זיי מסביר
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יער האט געשריבן:
דעי לעצטע אויפשטייג פון רעפערירן איין קול מבשר רעדנער צום צווייטן און זיך אראפרייסן [איידעלערהייט שטייצעך...] איז ממש מיאוס.

איך בין נישט סובל דעי פרובירן פארעכטן און שטעלן אין פלאץ איינער דעם צווייטן. און אזוי אויך דעי פרובירן שטעלן אין פלאץ די ציבור אנשי שלומינו.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
בן זכריה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 11:33 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן זכריה »

איך האב נעכטן געהערט די שמועס און איך בין געווען ערשטוינט.
נישט אזוי ווייט פון די פערזענליכע אטאקעס אויף יאסי געשטעטנער, ווייל עס איז באמת נישט אזוי פערזענליך, ווי אויך האט יאסי פונקט ווי אים נעכטן דערמאנט שמעון'ס נאמען מיטן זאגן ווערטער כאילו, איך ווייס וואס ער זאגט און ס'גייט מיך נישט אן.
כאטש מען וואלט געקענט פארלאנגן פון שמעון וואס צינד דערמאטיש אן מיר זענען נישט קיין דעמקראטן אנפאנג שמועס, און פארפירט אלס אז ''מיר זענען אידן'' אז אזא איינער זאל נישט קומען אראפ רייסן יענעם מיט זיין שיטה, ווייל ער איז דאך א איד, און פארוואס נעמסטו עס פערזענליך? מיר זענען דאך נישט קיין דעמקראטן?
אבער זעהט אויס אז מיר זענען טאקע נישט קיין דעמקראטן, אבער פיינט האבן טראמפ מעגן מיר יא...
בקיצור המעשה, די טעלפאון האט שוין לאנג אויפגעגעבן פון אויסברעכן זאכן וואס מ'זאגט אריין אין איר.
איך וואלט געצה'ט יאסי אויך ארויפצולייגן די ניגון, און מיט דעם קען ער אויך אראפ רייסן יעדער וואס איז נישט איינשטימיג מיט אים.

יעצט בעצם בין איך בכלל נישט מודה צו אלע טענות פון יאסי געשטעטנער, איך האב שוין אפאר מאל געשיקט אימעיל'ס אפצופרעגן, ער ענטפערט אלעמאל צוריק, אמאל מיט א ספין און אמאל מוז איך מודה זיין אז ער איז גערעכט, און פון שמעון'ס שמועסן האב איך על פי רוב באמת הנאה, אבער די זאכן וואס שמעון פרעגט אים אפ, איז שמעון ווייט נישט גערעכט.

יעצט לאמיר ארויס ברענגן די עיקר 3 נקודות וואס ער ברענגט אפצופרעגן געשטעטנער, און עס צונעמען איינס ביי איינס.

מיילעך ניימאן ברענגט די נקודה פון יאסי אז רעפאבליקאנער זענען קיינמאל נישט צופרידן, זיי וועלן זיך אוועקדרייען פון זייער קאנדידאט, זיי וועלן זיך שעמן פון אים, וכו'

שמעון פארט אריין אין א זייטיגע אומדערקטע אטאקע אז מען מוז שוין ספינען צו פארענטפערן די חסידים, און ער פרעגט עס אפ מיט דזשמי קארטער אז מען האט אים נישט איינגעליידענט צום קאנווענשן, נאכדעם זאגט ער אז דאנאלד טראמפ איז באהאנדעלט געווארן שענער ווי יעדע אנדערע פארלירער, ווי אויך אז ווען קלינטאן געווען אומפאפולער ביי זיין ערשטע מידטורים האבן זיי אים נישט גערופן קאמפיינען, און הערשט נאך 6 יאר ווען ער האט געהאט א שטארקע צווייטע מידטורים איז ער ארויס אומצוביסן, און בכלל איז ער נישט דעי פאפולערע פירער...
יעצט שמעון טייערער, יאסי געשטעטנער האט דאס נישט אנגעהויבן שרייען יעצט, אדער נאך די 2020 עלעקשאנס, ער שרייט דעיס שוין יארן!
דו דארפסט משלים?
די ריפאבליקענס האבן געהאט א אינוועסטגעישן אויף זייער אייגענע פרעזידענט אויף א זאך וואס איז נישט געווען קיין שום באווייז.
וויפל ריפאבליקאנער האבן צוריק געצויגן פון טראמפ'ס אינדארסמענט נאכן הערן ריקארדינגס פון אים? וואלט אזא זאך געקענט געשעהן ביי א דעמקראט היינטיגע צייטן, 2 חדשים פאר א עלעקשען? נעווער מיין פריינד!
די רעפאבליקענס האבן פארפירט קעגן אבאמע קעיר אבער מיט אלע דריי הייזער האבן זיי עס נישט געקענט אפשאפן.
די ריפאבליקאנער'ס גרעסטע אישו ביי די 2016 עלעקשאן איז געווען אימיגרעישן, און דאס איז א זאך וואס דעמקראטן האבן געשטיצט מיט 8 יאר פארדעם, ווי איז די וואנט? אבאמע האט שוין געבויט מער וואנט ווי טראמפ!
די נקודה איז נישט אז זיי פייטן קיינמאל נישט, די נקודה איז אז ס'איז א לוזערישע מהות דורך און דורך.
זאג דו מיר וויפל ריפאבליקענס האבן געשטימט פאר ביידן'ס לינקע נאמאנירטע, פון ריכטער ביז עקזעקטיוו פאזציעס. און דערמאן דיך וויפל דעמקראטן האבן געשטימט פאר טראמפ'ס נאמאנירטע.
זאג דו מיר וויפל שאוט דאונס די ריפאבליקאנער האבן טאקע אנגעהויבן מיט גרויס שטארקייט, אבער נאך אפאר טעג (מערסטנ'ס וואכן) האבן זיי זיך געבראכן צו מידיע דריק.
זאג דו מיר וויפל דעמקראטן האבן פארדאמט די 2020 ראיאטן, און וויפל ריפאבליקאנער האבן פארדאמט און אפילו אימפיטשט טראמפ פאר א ראלי וואס 2 פראצענט מענטשן זענען געווארן צוהיצט, אפילו ס'איז געווען זיין שולד!
יעצט צו די נקודה אז דעמקראטן האבן נישט גערופן קלינטאן?
אוודאי האבן זיי אים נישט גערופן קאמפיינען ווייל ער איז געווען שוואך אין לאנד אבער זענען זיי געווען קעגן אים? האבן זיי אים אוועק געווארפן? איז ער נישט נאכן ארויס גיין פון אפיס ארום געלאפן קאמפיינען?
היינט רופט מען אים שוין נישט? מסכים קען זיין ווייל די היינטיגע יונגווארג קענען אים שוין נישט. זיי קענען אבאמע! און ער לויפט פעסט ארום! מעגליך ווען ער האט א שוואכע צייט וועלן זיי אים נישט ניצן ווייל זיי זענען נישט קיין בהמות, אבער אוועק ווארפן? מאן דכר שמיה?
די ריפאבליקענס האבן איינס נאכן צווייטען מיאוס אוועק געווארפן פאר אייביג געוואנדן לויט וויפל דריק די מידיע האט געלייגט.

יעצט צו מיטש מעקאנעל אז ער איז גאר א שטארקע פירער ברענגט שמעון צוויי דגמאות, ביידע אויפן סופרים קורט אישו.

יעצט, ווער זאגט אז ער האט גארנישט געטוהן גוט? אבער פירט ער דען א צענטעל אזוי שטארק ווי פעלאוסי, קוק וויפל דעמקראטישע בילס ער האט דורך געלאזט אדער גאר געשטיצט פון די אינפסטרוקטשער וואס ער זעלבסט האט געשטימט פאר, ביז הויכע ספענדינג הייבן די דעד סילינג און וואס נישט.

און צום לעצט די 3טע זאך אז טראמפ איז יא א בולי אנדערש ווי יאסי זאגט כסדר קומט שמעון מיט א באמבע פון א ראיה (אייגנטליך 2) אבאמע און דיסענטעס!
איך האלט גראדע אז טראמפ איז א היבשע בולי, אבער ווייט נישט ווי די מידיע לייגט אים אראפ, און די ראיות ברענגט ער פון פאליטישע קעגנער... וועלעכע פאליטקאנט האט נישט אראפ געריסן פאליטישע קעגנער?
ברענג מיר ביטע א ראיה פון סתם מענטשן אין זיין פארטיי, עס איז אפשר דא, גאנץ ווייניג, אבער מיין פריינד דיין ראיה איז קיין ראיה!
----
און לסיכום הענין ווי אנדערע האבן שוין געזאגט, אפשר מאכט מען א דעבאטע?
איך וואלט געראטן צו נעמען הענדל ברייער, אדער אפילו גאר וועלוול שמעלצער אלץ מאדירעיטער אבער סתם זיך ארום הארגענען ווי ביי די גאן קאנטראל האט נישט קיין פשט.
לעצט פארראכטן דורך בן זכריה אום דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 2:01 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
בן זכריה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 11:33 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן זכריה »

פעיק ניוז האט געשריבן:
יער האט געשריבן:
דעי לעצטע אויפשטייג פון רעפערירן איין קול מבשר רעדנער צום צווייטן און זיך אראפרייסן [איידעלערהייט שטייצעך...] איז ממש מיאוס.

איך בין נישט סובל דעי פרובירן פארעכטן און שטעלן אין פלאץ איינער דעם צווייטן. און אזוי אויך דעי פרובירן שטעלן אין פלאץ די ציבור אנשי שלומינו.
אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן גלעזל »

איך זע נישט די גאנצע שטורעם דא.

קודם כל, פארוואס מעג ער נישט רעדן איבער די אבנארמאלע טראמפיזם וואס הערשט צווישן אונז?

צווייטנס, יעדער ווייסט אז שמעון איז דעמאקראטיש געשטימט, ער פאפט דיר נישט! און ער האט א מיינונג וואס ער מעג גערן זאגן. איך זע נאכנישט ווי ער האט אראפגעריסן געשטעטנער אדער קרויס פערזענליך. ס"ה טענה'ט ער זיך מיט זיי איבער פאליטיק.

למעשה אז מען קוקט פאקטיש איז ער קלאר גערעכט. לדוגמא יואל פעלזן האט געכאפט ימין ושמאל פון מענטשן, מאנכע האבן נישט געוואלט טון מיט אים ביזנעס פארן בלויזע חטא פון האלטן קעגן טראמפ! אונז זענען ממש משוגע?! קוקט וואס גייט דא פאר אויף אייוועלט צווישן אונז... די זעלבע זאך!

אני כשלעצמי פלעג איך זיין זייער אריינגעטון אין פאליטיקס, ווען איך האב געכאפט ווי משוגע איך בין געווארן, האב איך געמאכט א שארט סטאפ. איך פאליטיזיר נישט, איך קוק נישט קיין נייעס חוץ קול מבשר דא און דארט. ניטאמאל דא אויף אייוועלט - כמעט.
איך וויל נאכאלץ זען טראמפ אין אפיס, איך האב נישט געטוישט מיין מיינונגען, אבער וויפיל איז די שיעור?! איך לעב נישט אויף מאדים! בתוך עמי אנכי יושבת, איך דריי מיר צווישן אונז אידעלעך! ס'נישט נארמאל! מיר ברויכן זיך ערנסט אויפוועקן...

שוין, לגבי זיין לעצטע פוינט איז ער צו מיין ווייטאג [כ'בין פארט א טראמפ שטיצער...] 100% גערעכט. טראמפ איז א גרויסע בולי! קענסט עס שעיפן וויזוי דו ווילסט, אלע תירוצים זענען גוט, פאליטיקס, וואטעווער... אזאנס איז נאך "קיינמאל" געווען.

אקעי, ביי ביי
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3862
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

בראנפן גלעזל האט געשריבן:
איך זע נישט די גאנצע שטורעם דא.

קודם כל, פארוואס מעג ער נישט רעדן איבער די אבנארמאלע טראמפיזם וואס הערשט צווישן אונז?

צווייטנס, יעדער ווייסט אז שמעון איז דעמאקראטיש געשטימט, ער פאפט דיר נישט! און ער האט א מיינונג וואס ער מעג גערן זאגן. איך זע נאכנישט ווי ער האט אראפגעריסן געשטעטנער אדער קרויס פערזענליך. ס"ה טענה'ט ער זיך מיט זיי איבער פאליטיק.

למעשה אז מען קוקט פאקטיש איז ער קלאר גערעכט. לדוגמא יואל פעלזן האט געכאפט ימין ושמאל פון מענטשן, מאנכע האבן נישט געוואלט טון מיט אים ביזנעס פארן בלויזע חטא פון האלטן קעגן טראמפ! אונז זענען ממש משוגע?! קוקט וואס גייט דא פאר אויף אייוועלט צווישן אונז... די זעלבע זאך!

אני כשלעצמי פלעג איך זיין זייער אריינגעטון אין פאליטיקס, ווען איך האב געכאפט ווי משוגע איך בין געווארן, האב איך געמאכט א שארט סטאפ. איך פאליטיזיר נישט, איך קוק נישט קיין נייעס חוץ קול מבשר דא און דארט. ניטאמאל דא אויף אייוועלט - כמעט.
איך וויל נאכאלץ זען טראמפ אין אפיס, איך האב נישט געטוישט מיין מיינונגען, אבער וויפיל איז די שיעור?! איך לעב נישט אויף מאדים! בתוך עמי אנכי יושבת, איך דריי מיר צווישן אונז אידעלעך! ס'נישט נארמאל! מיר ברויכן זיך ערנסט אויפוועקן...

שוין, לגבי זיין לעצטע פוינט איז ער צו מיין ווייטאג [כ'בין פארט א טראמפ שטיצער...] 100% גערעכט. טראמפ איז א גרויסע בולי! קענסט עס שעיפן וויזוי דו ווילסט, אלע תירוצים זענען גוט, פאליטיקס, וואטעווער... אזאנס איז נאך "קיינמאל" געווען.

אקעי, ביי ביי
אנטשולדיגט אבער נישט דאס איז די נושא דא.
צען רעדט דא פון אטעקירן א צווייטן.(ווי טראמפ...)
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

ער פאפט יא, ער זאגט כסדר אז ער איז נישט קיין דעמאקראט און נישט קיין רעפובליקאנער. פארשטייט זיך אז ס'איז נישטא וועם צו פאפן ווייל די מציאות רעדט פאר זיך.

די פוינט איז נישט צו ער איז גערעכט אדער נישט. דאס איז פשוט נישט זיין דזשאב, ווען א רב שטעלט זיך אויף מעורר זיין אויף דעם, פיין. אפילו א איד איז מעורר זיין חבר דערוועגן, אויך נישט שלעכט. א אנאליזירער אויף קולמע האט נישט וואס צו מוסר'ן דעם ציבור. פינטל. זיין דזשאב איז אך ורק צו אנאליזירן געשעענישן. זה הא.

דאס איז אפילו ווען ער איז באמת אומפארטייאיש, די לצנות ווערט אבער פיל גרעסער ווען ער אלס לינקער קומט אראפרייסן זיינע רעכטע קאלעגן אז זיי זענען צו שטארק פארזינקען אין פאליטיק.

האקט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

בן זכריה האט געשריבן:
און לסיכום הענין ווי אנדערע האבן שוין געזאגט, אפשר מאכט מען א דעבאטע?
איך וואלט געראטן צו נעמען הענדל ברייער, אדער אפילו גאר וועלוול שמעלצער אלץ מאדירעיטער אבער סתם זיך ארום הארגענען ווי ביי די גאן קאנטראל האט נישט קיין פשט.
גראדע איז יענע דיבעיט דורך זייער נארמאל און רואיג לויט ווי איך געדענק
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
בן זכריה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 11:33 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן זכריה »

טעמפל שירה האט געשריבן:
בן זכריה האט געשריבן:
און לסיכום הענין ווי אנדערע האבן שוין געזאגט, אפשר מאכט מען א דעבאטע?
איך וואלט געראטן צו נעמען הענדל ברייער, אדער אפילו גאר וועלוול שמעלצער אלץ מאדירעיטער אבער סתם זיך ארום הארגענען ווי ביי די גאן קאנטראל האט נישט קיין פשט.
גראדע איז יענע דיבעיט דורך זייער נארמאל און רואיג לויט ווי איך געדענק
איך רעד נישט נארמאל אויב מען רייסט זיך אראפ, איך רעד נארמאל אז מען שמועס קלאר אויס זאכן, מען האקט זיך נישט אריין, ווען איינער פרעגט דעם צווייטען זאל נישט יענער לויפן צו א דריטע נושא,
אזאנס איז נאכנישט געווען צווישן זיי.
א שטיק צייט האט וועלוועל אנגעפירט אזא פראגראם ביי זיין ''שפאציר אין די וועלט און אין די עולם הנגינה''
לעצט פארראכטן דורך בן זכריה אום דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 2:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

אקטועלע אנאליזן - אליעזר קרויס
ה' חיי שרה פ״ג
לאמיר ענטפערן...
https://www.yiddish24.com/miscellanies/118/73243
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

רעגענדיג האט געשריבן:
יער האט געשריבן:
עפעס מישסטו צווישן יוסי און שמעון, ווייל אלעס וואס דו זאגסט אויף טוט שמעון.
זיי מסביר
סימפל, דעי אלע זאכן מיט וואס דו באשולדיגט'סט יוסי זע איך שמעון טון און נישט יוסי.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יער האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
יער האט געשריבן:
עפעס מישסטו צווישן יוסי און שמעון, ווייל אלעס וואס דו זאגסט אויף טוט שמעון.
זיי מסביר
סימפל, דעי אלע זאכן מיט וואס דו באשולדיגט'סט יוסי זע איך שמעון טון און נישט יוסי.
איך האב דען גערעדט פון יוסי? מיין גאנצע תגובה האט זיך באצויגן צו שמעון, כ'האב נאר אריינגעווארפן אז יוסי רעדט אויך אסאך שטותים.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

רעגענדיג האט געשריבן:
יער האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
יער האט געשריבן:
עפעס מישסטו צווישן יוסי און שמעון, ווייל אלעס וואס דו זאגסט אויף טוט שמעון.
זיי מסביר
סימפל, דעי אלע זאכן מיט וואס דו באשולדיגט'סט יוסי זע איך שמעון טון און נישט יוסי.
איך האב דען גערעדט פון יוסי? מיין גאנצע תגובה האט זיך באצויגן צו שמעון, כ'האב נאר אריינגעווארפן אז יוסי רעדט אויך אסאך שטותים.
גערעכט, יעצט איבערגעליינט, שטימט.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

פעיק ניוז האט געשריבן:
יער האט געשריבן:
דעי לעצטע אויפשטייג פון רעפערירן איין קול מבשר רעדנער צום צווייטן און זיך אראפרייסן [איידעלערהייט שטייצעך...] איז ממש מיאוס.

איך בין נישט סובל דעי פרובירן פארעכטן און שטעלן אין פלאץ איינער דעם צווייטן. און אזוי אויך דעי פרובירן שטעלן אין פלאץ די ציבור אנשי שלומינו.
גא״מ

עס איז נישט געזונט פאר עדאלטס און כש״כ פאר בחורים און פארשטענדליכע קינדער. @קול מבשר מיר בעטן דאס זאל זיך אויפהערן.
אני הוא הנער, נער המדבר
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”