אלעס ארום די אנאליזן פון ר' הערשל פריעדמאן אויף קול מבשר 3-9

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

אלעס ארום די אנאליזן פון ר' הערשל פריעדמאן אויף קול מבשר 3-9

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

אזוי ווי איך ווארט וועכנטליך אויף דעם יום שנכפל בו כי טוב כדי צו קענען הערן די פרישע ווארע וואס גיסט זיך פון ר' הערשל'ן אז עס גייט א רויך, עפן איך דא דעם דאזיגן שנירל מ'זאל'מיר קענען באהאנדלען קלאר זיין און שמועסן ארום זיינע נושאים.

איך קען דעם ר' הערשל'ן נישט פערזענדליך אבער פאר עפעס א גוטע ריזן שפיר איך ווי ער רעדט צו מיר, ער רעדט בעיקר וועגן די אויסרן פאליטיק מער ווי די אינערן און זינט איך הער זיינע אנאליזן האב איך באקומען א נייע ברייטערע בליק אויף די גאנצע מיטל מזרח און אלעס ארום. זיינע וויצן זענען צומאל גוט אבער פאר די וויצן וועל איך ליבערשט הערן א פראפעסיאנאלן בדחן, פון אים באקום איך גוטע אינפארמאציע אויף זאכן וואס אינטרעסירן מיר.

איך געדענק נישט די איראקער מלחמה און איך האב אלס געוואלט וויסן מער דערוועגן, פארוואס האט זיך דאס אנגעהויבן אא"וו, ר' הערשל ביי זיין נעכטיגע רעדע (528#) גייט אביסל אריין און דעם און ער זאגט אז עס קומט נישט ווייל אמעריקא וויל באפרייען לענדער פון דיקטאטורן ווארום סאודי אראביע איז אויך א שטארק דיקטאטוריש לאנד ואין פוצה פה ומצפצף, אזוי אויך איראק ביז גלייך פאר די ערשטע מלחמה זענען געווען גוטע פריינט פאר אמעריטשקע, אויף אזוי ווייט אז 3 טעג פאר די מלחמה האט נאך די אמעריקאנער אויסערן מיניסטער (אדער עפעס א אנדערע צדיק) נאך געמאכט א פריינטליכן באזוך און איראק.

ר' הערשל האט מיר אבער נייגעריג געמאכט, ער האט נישט געזאגט וואס האט יא גורם געווען די מלחמה, איז אויב איינער איז אביסל אויסגעקאכט און דעם לוינט זיך עס אויסצושמועסן.

------
בכלל איז די נעכטיגע אנאליז גאר פיין, דער בחור איז פעסט און די כלים ער לאכט ארום און לייגט אראפ די זאך אויף א שטארק ציענדן אופן....

ביי די צווייטע האלב פון זיין שמועס רעדט ער וועגן די נושא פון נושרים במחנינו און וואס מ'דארף טוהן דערצו, אויך זייער אינטעסאנט...
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

גוטע אשכול אחר פסח אי"ה
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

ער הייבט אן די היינטיגע אנאליז אויף פרייטאג ויקה"פ תשע"ז און ער רעדט וויאזוי עס איז אדורך די ערשטע צוויי וואכען מיט פרעזידענט טראמפ

זיער זיס
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

געגאנבעט פון די פסח'דיגע המבשר
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זייער זייער זיס....

ויתן לך האט געשריבן:געגאנבעט פון די פסח'דיגע המבשר

אדער פון בוידעם...
מייקל סעוועדזש
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 8:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקל סעוועדזש »

איך זע נישט וויאזוי ער האט אריינגעברענגט סאודע אראביע מיט איראק. אראביע איז א קעניגרייך, ס'בכלל נישט דא קיין וואלן. דאס מיינט נישט דיקטאטורשאפט. איראק האט זיך אהערגעשטעלט ווי א דעמאקראטיש לאנד מיט וואלן וואו סאדאם האט ווינדערליך אלעמאל געווינען..
צייכן מיינע ווערטער: טראמפ און קרוז גייען קיינמאל נישט זיין פרעזידענט!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

מייקל סעוועדזש האט געשריבן:איך זע נישט וויאזוי ער האט אריינגעברענגט סאודע אראביע מיט איראק. אראביע איז א קעניגרייך, ס'בכלל נישט דא קיין וואלן. דאס מיינט נישט דיקטאטורשאפט. איראק האט זיך אהערגעשטעלט ווי א דעמאקראטיש לאנד מיט וואלן וואו סאדאם האט ווינדערליך אלעמאל געווינען..

די פראבלעם מיט א דיקטאטור איז אז ער הרג'ט און בא'עולה'ט אומשולדיגע מענטשן, לויט ר' הערשל איז דאס וואס סאודיע טוט.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

פאליק האט געשריבן:ער הייבט אן די היינטיגע אנאליז אויף פרייטאג ויקה"פ תשע"ז און ער רעדט וויאזוי עס איז אדורך די ערשטע צוויי וואכען מיט פרעזידענט טראמפ

זיער זיס

צוקער זיס, ווערט אויסצוהערן, די עשטע מאל וואס איינער האט מיר ריכטיג אפגעשראקן וועגן טראמפ
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך האב נישט געוואוסט מענטשן הערן אויס זיינע אנאליזן.

איז עס אינטערעסאנט? איז ער אינפארמעטיוו? ברענגט ער חדישום? ווייסט ער וואס ער רעדט?

איך פרעג ווייל איך האב נישט אזוי ליב זיין סטייל פון רעדן, אבער אויב איך קען באקומען ידיעות בין איך גרייט צו פארקוקן אויף באקוועמליכקייט (און זיך צוגעוואוינען צו אים...)
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

בן נון האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט מענטשן הערן אויס זיינע אנאליזן.

איך האב אים אנגעהויבן הערן בערך א האלב יאר צוריק, אזוי ווי איך בין נישט געלעגן אזוי ווייט אין פאליטיק האט ער מיר אויסגעקלארט מיט זייער א סך בעיסיק נאלעדש, און ער רעדט גאר געשמאק עפ"י רוב, זינט מיין ערשטע מאל וואס איך האב אים געהערט האב איך נישט אויסגעלאזט קיין וואך! צו עס איז אינטערסאנט פאר איינעם וואס האלט אלעס מיט איז א זאך וואס מ'קען דן זיין, ווייל אפי' אויב מ'ווייסט די פאקטן לייגט ער כסדר צו סברות, און ער גיבט דאס אראפ אויף א גאלדענעם טאץ, עס איז געשמאק איינצושלאפן מיט אים...
שפיץ
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:55 am
לאקאציע: אויבען אפען שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיץ »

ויתן לך האט געשריבן:געגאנבעט פון די פסח'דיגע המבשר

אלע ביידע גענימען פין א דריטע...
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

בן נון האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט מענטשן הערן אויס זיינע אנאליזן.

איז עס אינטערעסאנט? איז ער אינפארמעטיוו? ברענגט ער חדישום? ווייסט ער וואס ער רעדט?

איך פרעג ווייל איך האב נישט אזוי ליב זיין סטייל פון רעדן, אבער אויב איך קען באקומען ידיעות בין איך גרייט צו פארקוקן אויף באקוועמליכקייט (און זיך צוגעוואוינען צו אים...)

I like his speeches

He knows a very lot

But I cant understand why it takes him so long

Why a speech of 25 minutes, takes him 55 minutes
He explains everything 3 times

He could have said the same things much quicker
To the point
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

דאס איז טאקע וואס מאכט מיר נערוועז.

אבער אויב אין די 25 רעדט ער יא צום דבר וואלט איך עס נאך מוחל געווען.

איינער האט איינמאל דא געמענטשנט אז ער איז געווען ערענסט איבערצייגט אז פאטאקי גייט זיין אונזער קומענדיגע פרעזידענט.

האט ער טאקע ׳געמיינט׳ אדער ׳געוואלט׳?
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

די וואך לערנט ער אפ די גאנצע איבערקערעניש מיט די איזרעילי פאליטיק, זייער קלאר פאר מתחילים.
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

רבי הערשל איז איינס אין דער וועלט! איך באלעק זיך מיט זיינע אנאליזן יעדע וואך און ספעציעל די איזראעלי פאליטיק אזוי שיין אראפצולייגן פאר די אמעריקאנער
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

א גוטן .
יעצט אריינגעקומען דא צום ערשטן מאל, אבער גראדע נישט צו קאמפלעמענטירן.

ר' הערשל איז א יוד וואס האט זייער אסאך ידיעות אין אלוועלטליכע פאליטיק און איבער אלע סארטן רעגירונגען איבער די וועלט, און איך גלייך זייער ווען ער צונעמט למשל די איזראעלי גאווערמענט אדער די איראנער וואלן.
צו דעם לייגט ער עס נאך אראפ מיט אזא געשמאקע זאפטיג'קייט ס'רינט אים.. ער רעדט מיט א געוואלדיגע רואיגקייט, און זייער אריגינאל.

אבער...
ווען ער נעמצעך רעדן איבער די נאציאנאלע פאליטיק, וואלן, וכדומה רעדט ער דאך צוזאם אזאנע .. שוין. כ'העל נישט מאריך זיין.

איך ווייס נישט וואס די סיבה איז. ס'קען זיין אז פשוט ווען ער רעדט זאכן וואס דערוילעם האט א שטיקל ידיעה זעהט מען אז ער ווייסט נישט אזוי סך.
אדער קען זיין אז ווען ס'קומט צו אמעריקאנע פאליטיק ווערט פשוט אריינגעמישט זיין אייגענע בייעס, בעת וואס פון פאקיסטאן און סאודי אראביע קען ער רעדן אבדזשעקטיוו ווייל ער האט לכאורה נישט קיין סטאקס דארט.

לאמיר נעמען די נייע אנאליז פון פרשת פנחס.
א גאנצע שמועס איבער די ליעק פון די די ענ סי אימעילס, אבער אנשטאט ארומרעדן פון די עולה פון די פארטיי אזוי צו ארומשפילן מיט סאנדערס, איז זיין גאנצע שמועס בעיסיקלי געפאוקעסט אויף די שייכות פון טראמפ צו פוטין, און די פחד וואס אונז דארפן יעצט באקומען פון טראמפ(!) נאכן זעהן די אימעילס.

ער הייבט אהן מיט די פשיטות'דיגע הנחה אז פוטין אליין האט געשיקט זיין פערזענדליכן באדינער זאל גיין העקן די DNC קאמפיוטערס.

אויף דעם קומט א הנחה אז אודאי איז עס ווייל ער וויל אז טראמפ זאל געווינען די וואלן.

פארוואס? האט ער עטליכע סברות פארוואס פוטין זאל וועלן טראמפ פאר פרעזידענט פון אמעריקע. 1 "פשוטע שכל'דיגע" און נאך 2 וואס ער איז שוין אליין מודה אז ס'איז שוין ענדערש קאנספיראציעס.

און די ס"ה אידאך אודאי, אז אויב וויל פוטין וואס איז דאך דער גרעסטער שונא פון אמעריקע אז טראמפ זאל געווינען, דארף דאס אפשרעקן יעדן אמעריקאנער בירגער צום טויט, און יעדער זאל לויפן שנעל וואויטן פאר קלינטאן.

איז אזוי. ווילסט ספינען איז איין זאך. ווילסט בויען השערות אויף דמיונות אויף חלומות-בוי.
אבער נעמען די גאנצע פאוקעס און ארויפלייגן אויף דעם?! שטיי מיר דא נאך א מעכטיגן סקאנדאל, מ'האט געטראפן בזיונות'דיגע אימעילס, שולץ האט געדארפט ריזיינען, און גארנישט!!
קיין ווארט נישט וועגן דעם. א גאנצער שמועס איבער דעם אז ווער האט עס געהעקט בלא בלא בלא..

ער מעג רעדן פון אזא השערה. דאנט געט מי ראנג. אבער קודם זאל ער רעדן 20 מינוןט פון די שרעקליכע סקאנדאל, און נאכדעם אריינווארפן א ווארט איבער די השערות ווער און פארוואס מ'האט געהעקט די אימעילס.
נישט פארקערט, מאכן פונעם תפל א עיקר און פונעם עיקר א טפל, אלעס כדי צו איבערצייגן נאכאמאל ווי שלעכט טראמפ איז?

דאס פאסט קוים פאר CNN ..

איי דאנט געט איט
לעצט פארראכטן דורך וואוילע שעפעלע אום מיטוואך יולי 27, 2016 2:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן: ווען ער רעדט זאכן וואס דערוילעם האט א שטיקל ידיעה זעהט מען אז ער ווייסט נישט אזוי סך.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איי פיל יור פעין שעפעלע...
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

איך וועל אויך אריינלייגען מיינע צוויי צענט
ר' הערשל איז זייער א גיטער ''אונטערטענער'' ביי די קאווע אינדערפרי, און ביי די לחיים נאכען דאווענען,
ביי א שבע ברכות ''אויסגעצייכנט''
אבער ווען ער רעדט וועגן נאציאנאלע פאליטיק זאל ער מיר מוחל זיין סאיז נאר אונטרעסאנט צו הערן וואספארא דזשאק'ס ער גייט אריינווארפען דארט אבער חוץ דעם,,,,,,,
ובפרט וואס אויף טראמט האט ער נאך נישט געטראפען קיין איין גיט ווארט זאג כאטש אז ער איז אויך אזא אונטערטענער ווי דיר,,, איך פארשטיי אלע טראמפס חולשות אבער ווען איינער איז אביעקטיוו קען ער טרעפן גיטע זאכען אויך
לענ''ד
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
ח.דעמבא
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:19 pm
לאקאציע: נישט ביים קומפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ח.דעמבא »

איך ווייס נישט וואס ענק האבען קעגן ר' הערשל
אזא קלארקייט אין יעדע נושא און בלייבט נוטראל
אהן זיינע שיטות אין השקפה וואס דאס קען מען הערען אין קול סאטמער ביי די השקפה שמיעסן
סתם אימפארגינערס
מיט האפנונג צו זיין א שר עשרת אלפים
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שטימט מיט דיין אונטערשריפט......
אוועטאר
ח.דעמבא
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:19 pm
לאקאציע: נישט ביים קומפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ח.דעמבא »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שטימט מיט דיין אונטערשריפט......

גאנץ גוט :P :P :P :P :P :P :P :P :P
מיט האפנונג צו זיין א שר עשרת אלפים
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

זייער אינטערעסאנטע שמועס פון 'עסן' פון ר' הערשל'ן אויף קול מבשר 3-9-488# און דריקט 9 מאל נומער "9" און איין מאל נומער "6"
צו לאכן און וויינען און זאט צו ווערן
ספעציעל פאר אונגארישע אפשטאמיגע
הערט און ווערט זאט...

און כ'בעט דיך אויב דו הערסט עס און דו האסט הנאה קום ארויף דא מיר געבן א לייק אדער א שמייכעלע...
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p-

יא אבער ער האט דאך נישט געווינען די פריימעריס
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

שוין נישט קיין נפק"מ, ס'האט זיך פאר די שמועס אליין געלוינט אז ער זאל לויפן
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”