אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מערסטע פארקויפט איז:

א בליק
13
7%
די צייטונג
2
1%
די וואך
45
23%
בחצרות
5
3%
דער איד
49
25%
מאמענט
45
23%
בלאט
13
7%
קינדליין
18
9%
באלייכטונגען
6
3%
 
סך הכל שטימען: 196

נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

וועלכע אידישע אויסגאבע קלערט איר פארקויפט דאס מערסטע וועכנטליך אריינגערעכנט סובסקריבשאן
געשריבן דורך: נעכטן
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

כ'מיין זאלסט מאכן אן אנקעטע עקסטער פאר מאגאזינען און עקסטער פאר צייטונגען ווייל צייטונגען ווערט לפע"ד פארקויפט מער ווי מאגאזינען
חינוך האט געזיגט!
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7666
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

לכאורה דער איד
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

געווען א תקופה א פאר יאר צירוק וואס קינדליין האט פארקויפט מער ווי די איד און דער בלאט צוזאמען, איך ווייס נישט וואס די מצב איז היינט, דעמאלסט האבן זיי געהאט בערך 15 אלפים בלויז פון סובסקרייבערס
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

די איד, צייטנג, בלאט האבן אלע איינמאל א יאר וואס זיי (דארפן לעגאל) לייגן אריין וויפיל שטיק זיי פרינטן יעדע וואך,
די איד איז לעצטע מאל געשטאנען 12000 און די צייטונג 10000 (אויב געדענק איך גוט)
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

אושפיזין האט געשריבן:כ'מיין זאלסט מאכן אן אנקעטע עקסטער פאר מאגאזינען און עקסטער פאר צייטונגען ווייל צייטונגען ווערט לפע"ד פארקויפט מער ווי מאגאזינען

אפשר ביז לעצטענס אבער נאט ענימאור. אונזערע צייטונגען פארלירן וועכנטליך ליינער זייט די גאנצע פרינטינג סומאטוכע און פרייז העכערונג. געהערט פון א גראסערי מאן אז ער פארקויפט האלב ווי געווענליך פון איינע פון די צייטונגען און כמעט האלב פון א צווייטע.
געשריבן דורך: נעכטן
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

איך האב געוואוט פאר די איד
מסתמא פון היינט און ווייטער איז די מאמענט
חינוך האט געזיגט!
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

הר גריזים האט געשריבן:די איד, צייטנג, בלאט האבן אלע איינמאל א יאר וואס זיי (דארפן לעגאל) לייגן אריין וויפיל שטיק זיי פרינטן יעדע וואך,
די איד איז לעצטע מאל געשטאנען 12000 און די צייטונג 10000 (אויב געדענק איך גוט)

צייטונג האט נאך קיינמאל געשריבן 10000, כ'מיין ארום 7 אדער 8
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

דער איד בלאט צייטונג לייגן אראפ ביי די געשעפטן די זעלבע סכום
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שמן האט געשריבן:געווען א תקופה א פאר יאר צירוק וואס קינדליין האט פארקויפט מער ווי די איד און דער בלאט צוזאמען, איך ווייס נישט וואס די מצב איז היינט, דעמאלסט האבן זיי געהאט בערך 15 אלפים בלויז פון סובסקרייבערס

היינט איז שוין נישט אזוי. אפילו הונדערט איז שוין פארמאכט, זענען שוין דא די וואך און א בליק קינדער מאגאזינען וואס האבן זיכער צוגענומען אסאך קינדליין ליינער.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

קרית יואל פלייש האט געשריבן:דער איד בלאט צייטונג לייגן אראפ ביי די געשעפטן די זעלבע סכום

וואס עפעס? בכלל נישט
געשריבן דורך: נעכטן
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:געווען א תקופה א פאר יאר צירוק וואס קינדליין האט פארקויפט מער ווי די איד און דער בלאט צוזאמען, איך ווייס נישט וואס די מצב איז היינט, דעמאלסט האבן זיי געהאט בערך 15 אלפים בלויז פון סובסקרייבערס

היינט איז שוין נישט אזוי. אפילו הונדערט איז שוין פארמאכט, זענען שוין דא די וואך און א בליק קינדער מאגאזינען וואס האבן זיכער צוגענומען אסאך קינדליין ליינער.

און קינדליין איז שוין נישט וואס ס'איז געווען אין די גוטע צייטן
געשריבן דורך: נעכטן
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

הר גריזים האט געשריבן:די איד, צייטנג, בלאט האבן אלע איינמאל א יאר וואס זיי (דארפן לעגאל) לייגן אריין וויפיל שטיק זיי פרינטן יעדע וואך,
די איד איז לעצטע מאל געשטאנען 12000 און די צייטונג 10000 (אויב געדענק איך גוט)

געהערט אפאר יאר צוריק פון איינער וואס פרינט אדווערטייזמענט ליפלעטן אין די צייטונגען אז קיין איין צייטונג פרינט נישט היינט קיין 10,000 שטיק. (ער זאגט אז אלע צייטונגען זאגן אים צו דרוקן א געוויסע סכום פון בוקלעטס, למשל 12,000, אבער ער ווייסט אז דאס זענען נישט עכטע נומערן, ער פרינט ווייניגער פון 10,000 און וואונדער איבער וואונדער, מ'שיקט אים נאך צוריק די איבריגע...)

מיט די לעצטערע פרייז העכערונגען, פארברייטערטע מאגאזינען, און מער אינטערנעט באנוצער וואס ליינען די נייעס אינמיטן די וואך איז עס לכאורה ווייניגער געווארן זייט כ'האב גערעדט צו אים לעצטע מאל, נישט מער.
טבי עבדו
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 9:45 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טבי עבדו »

מענדל הערש פאנעט האט אמאל געזאגט ביי א דרשה אז אין זיינע שענסטע צייטן האט ער פארקויפט ארום פערצן טויזענט שטיקלעך א וואך.
איך זיך נישט איינער וואס קען צונעמען א נושא, איך זיך איינער וואס קען עס צוזאמשטעלן.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

דער איד פארקויפט לכאורה די מערסטע.

אושפיזין האט געשריבן:כ'מיין זאלסט מאכן אן אנקעטע עקסטער פאר מאגאזינען און עקסטער פאר צייטונגען ווייל צייטונגען ווערט לפע"ד פארקויפט מער ווי מאגאזינען

נעם צוזאם אלע צייטונגען און מאגאזינען, וועט לכאורה אויסקומען אז מאגאזינען ווערן מער פארקויפט ווי צייטונגען.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

טבי עבדו האט געשריבן:מענדל הערש פאנעט האט אמאל געזאגט ביי א דרשה אז אין זיינע שענסטע צייטן האט ער פארקויפט ארום פערצן טויזענט שטיקלעך א וואך.

און יום טוב מסתמא אסאך מער.

אגב, וואו האלט ער דרשות?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

וויפיל דער בלאט און דער איד פרינטען מיינט נאכנישט אז זיי פארקויפען אזוי סאך מ'דארף וויסען וויפיל בלייבט איבער אין די געשעפטן יעדע וואך מן הסתם א היבש ביסעל
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

זיס צו זען וויאזוי מענטשן שרייבן מיט א זעלבסטזיכערקייט זאכן וואס מ'האט נישט קיין מושג.

רעד צו עני דיסטריובעטער, וועסט לאכן.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

שמן האט געשריבן:וויפיל דער בלאט און דער איד פרינטען מיינט נאכנישט אז זיי פארקויפען אזוי סאך מ'דארף וויסען וויפיל בלייבט איבער אין די געשעפטן יעדע וואך מן הסתם א היבש ביסעל

כ'גלייב נישט אז זיי פרינטען סתם אזוי מער פאר שוואיל טאג מ'פרינט מיט א חשבון און סטארס ארדערן מיט א חשבון
חינוך האט געזיגט!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

מיט א פרישקייט האט געשריבן:זיס צו זען וויאזוי מענטשן שרייבן מיט א זעלבסטזיכערקייט זאכן וואס מ'האט נישט קיין מושג.

רעד צו עני דיסטריובעטער, וועסט לאכן.

נו אז די ווייסט יא זאג
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

אושפיזין האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:זיס צו זען וויאזוי מענטשן שרייבן מיט א זעלבסטזיכערקייט זאכן וואס מ'האט נישט קיין מושג.

רעד צו עני דיסטריובעטער, וועסט לאכן.

נו אז די ווייסט יא זאג


איינס פון די גרעסטע סודות ביי יעדע מאגאזין איז וואו מען דרוקט עס, ווייל זיי ווילן נישט זאלסט וויסן די עכטע נומערן וואס מ'דרוקט. די נומערן וואס מ'זאגט פאר אדווערטייזער איז איבערגעטריבן. רוב דיסטריבוטערס זענען מושבע ועומד נישט צו זאגן קיין עכטע נאמבערס. כ'האב א נאנטער וואס איז א דיסטריובעטער פאר א שיינע פאר אויסגאבעס, און איך בין אויך געווען שאקירט הערנדיג די עכטע נאמבערס. גארנישט אזויפיל וויפיל דער עולם דא מיינט.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

מיט א פרישקייט האט געשריבן:זיס צו זען וויאזוי מענטשן שרייבן מיט א זעלבסטזיכערקייט זאכן וואס מ'האט נישט קיין מושג.

רעד צו עני דיסטריובעטער, וועסט לאכן.

יא יא
כהאב לעצטנס גערעדט מיט איינער פון די גרויסע דיסטריבעטערס זאגט ער אז א גוטע וואך גייט 5 א האלב טויזנט שטיק (יום טוב גייט מער)
אזוי אויכט טענהט ער אז מאגעזינען גייט אסאך מער
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

קרית יואל פלייש האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:זיס צו זען וויאזוי מענטשן שרייבן מיט א זעלבסטזיכערקייט זאכן וואס מ'האט נישט קיין מושג.

רעד צו עני דיסטריובעטער, וועסט לאכן.

יא יא
כהאב לעצטנס גערעדט מיט איינער פון די גרויסע דיסטריבעטערס זאגט ער אז א גוטע וואך גייט 5 א האלב טויזנט שטיק (יום טוב גייט מער)
אזוי אויכט טענהט ער אז מאגעזינען גייט אסאך מער

5000 שטיק פון וואס? דער איד פלעגט כמעט דאס פארקויפן נאר אין וויליאמסבורג אליינס
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

נעכטן האט געשריבן:
קרית יואל פלייש האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:זיס צו זען וויאזוי מענטשן שרייבן מיט א זעלבסטזיכערקייט זאכן וואס מ'האט נישט קיין מושג.

רעד צו עני דיסטריובעטער, וועסט לאכן.

יא יא
כהאב לעצטנס גערעדט מיט איינער פון די גרויסע דיסטריבעטערס זאגט ער אז א גוטע וואך גייט 5 א האלב טויזנט שטיק (יום טוב גייט מער)
אזוי אויכט טענהט ער אז מאגעזינען גייט אסאך מער

5000 שטיק פון וואס? דער איד פלעגט כמעט דאס פארקויפן נאר אין וויליאמסבורג אליינס

אזוי האט מען אינז איינגערעדט..
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

Re: אויסגאבעס ציפערן אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

נעכטן האט געשריבן:
קרית יואל פלייש האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:זיס צו זען וויאזוי מענטשן שרייבן מיט א זעלבסטזיכערקייט זאכן וואס מ'האט נישט קיין מושג.

רעד צו עני דיסטריובעטער, וועסט לאכן.

יא יא
כהאב לעצטנס גערעדט מיט איינער פון די גרויסע דיסטריבעטערס זאגט ער אז א גוטע וואך גייט 5 א האלב טויזנט שטיק (יום טוב גייט מער)
אזוי אויכט טענהט ער אז מאגעזינען גייט אסאך מער

5000 שטיק פון וואס? דער איד פלעגט כמעט דאס פארקויפן נאר אין וויליאמסבורג אליינס

בכלליות קויפט מען היינט ווייניגער צייטונגען ווי אמאל, אמאל האט מען אויסגעפינען די נייעס דורך די צייטונג היינט ווייסט מען אלס א פאר מינוט שפעטער איבערדעם קויפט מען מער מאגעזינען ווי צייטונגען
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”