מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

אקעי.

לאקעישנ'ס וואס זענען מער נישט ערלויבט צו מאכן קיינע מוזיק ווידיאו'ס.
וואסער, ביימער, וואלד, פארק, ליידיגע אלטע הייזער, און רעסטוראנטן, און מדבריות.

וואס טאר מען נישט טון אין די ווידיאו?
ס'איז אסור צו.
האבן זיבן חסידישע אינגעלייט מיט איין מאדערנעם זיצן ביי א טיש מיט עסן, צו האבן וויין, צו האלטן די וויין ווי כאילו ס'איז א פאן פון פרייהייט, צו שמייכלען צו די וויין, שמייכלען צו די עסן, קלאוז אפס פון די וויין, נאך א קלאוז אפ ווי יעדער אין די קליפ נעמט וויין, און ווי יעדערער אינעם קלים באקומט וויין פונעם מארח. ס'איז אסור צו, איינליידענען א הייפל אינגעלייט מיט שיינע שטריימעלעך און הארטע פיאות צו טאנצן ארום דעם טיש מיט די וויין אין די הענט, ווען די אויגן, און די קעמרע, פאוקוסן ביידע אויף די העווי אמאונט פון אכילה און פלייש באורדס וואס ליגן אויסגעשפרייט אויף דעם טיש.

וואס וויל איך?

סימפל.

איך טוה נישט בכלל אין ווידיאו'ס, איך טוה נישט אין מוזיק, און ליידער קעיר איך אויך נישט פאר די אידישקייט פונעם דור.

וואס גייט מיך אן, איז מיין פערזענליכע ענזשוימענט.
ווי אסאך אינגעלייט פונעם נייעם דור, פאלט אריין צו מיר יעדע שטיק צייט, די לעצטערע מוזיק ווידיאו'ס, וואס גיבט א שטיקל ענזשוימענט. ווען מ'דארף א מינוט זיך אויסצוטשוכענען, קוק איך מיר א ווידיאו צוויי און שוין.

האב איך באמערקט א אינטערעסאנטע פענאמען.

ס'איז דא עטליכע סארטן מוזיק ווידיאו'ס. די ערטשע און פשוט'סטע סארט, זענען די כמו ליייוו זאכן.

כלומר, א זינגער וויל ארויסגעבן א קאווער אויף א ניגון, אדער אראפזינגען א שיינע מעדלי, זעצן זיך צאם דער זינגער, א קאפעליע פון אינגעלייט , און די מוזיק באנד, אין א שיינעם זאל, אדער אין א צוגענגליכע שיינע הויז. וזהו. ס'איז גאנץ געשמאק אמאל, אפילו ס'איז די זעלבע זאל, די זעלבע כאר, און די זעלבע בלומען אינעם הינטערגרונד, איז עס געווענליך תלוי אינעם בעל מנגן אליינס. אויב איז עס א געשמאקע בעל מנגן, מיט א גוטן ניגון, אדער א גוט געזונטע מעדלי, אדער אפילו א פילע טאנצן חתונה טרעק, קען ער עס טון נאכאמאל און נאכאמאל, ס'איז נישט קיין שום פראבלעם, מענטשן וועלן נאכאלץ הערן, קוקן, און ענדזשויען די ווידיאו, און אפילו עס לאזן שפילן ביזן סוף, און נישט מישן צו אינדערמיט, - פיין און וואויל, כל הכבוד.

די צווייטע סארט זיינען זינגערס וואס גיבן ארויס א שטאטע ניגון.
די סארט זינגערס מיט נישט די גרעסטע באדזשעט, אבער ווילן דאך ארויסגעבן א מוזיק ווידיאו צוזאמען מיט די נייע ניגון וואס זיי גיבן ארויס.
די אמאליגע ווערסיע פון די סארט זענען געווענליך באשטאנען פונעם זינגער און א פארק, אדער אין א וואלד, אדער נעבן וואסער. אפאר שאט'ס שטייענדיג, אפאר זיצנדיג, און אסאך גייענדיג. אויב האט דער זינגער געפילט פענסי, האט ער אפילו געהאט אפאר שפילער אין די בעקראונד אינעם טייך/פעלד/פארק/מדבר מיטזינגען און מיט שפילן מיט אים.

דערנאך זענען פארהאן די קילערע, - די וואס געווענליך האט די ניגון מער דידזשעי דראפס ווי ווערטער און מעלאדיע.
די זענען באשטאנען פון גארנישט בעצם, לייטס, נאך לייטס, ווילדערע לייטס, געווענליך איז רוב פונעם ווידיאו געשען אין א קאר, אדער פארנט פון א קאר, אמאל א הויז, אמאל א מייק, בעיסיקלי אסאך קאליר טשעינדזשעס, העדפאונס, סאונד גראפיקס אינמיטן, מיט א גרופע טאנצער פאר אן אויפגעקלערטן.

יעצט לאמיר נישט פארגעסן פונעם ספאנסאר. אויב - און געווענליך - איז די ווידיאו געספאנסערט ביי א וויין אדער עסן געשעפט, ווערן זיי אוודאי געפיטשערט העווילי, אינמיטן, אנהייב, קלאוז אפס פון די לאגא, און געווענליך ביי די 72 פראצענט מארק פון די ווידיאו, טרעפן זיך די זינגער און שפילער טאקע אין דעם געשעפט, רעסטוראנט, וויין קעלער. און דארט גייט עס אוט אוו קאנטראל, שעיקי קעם, אומקלארע אומבאטעמטע קאלאר ספלעשעס, און א משהו בלארי דורכאויס.

דערנאך האט אנגעהויבן ווערן קומזיץ ווידיאו'ס, לייכטע ליידיגע ווידיאו'ס, פון אידן אויף בענק, ארום איינעם מיט א גיטאר, װאס דארט איז ממש נישט דא וואס צו זען, האט מען געדארפט לייגן שיינע פראפס, גוטע עסן, קאלירפולע געטראנקען, און זיכער מאכן די באטייליגטע אינעם קליפ זעען אויס ווי זיי האבן א גוד טיים, אזוי איז עס אינטרעסאנט צו זען.

און יא, ס'זענען אלץ דא גוטע ווידיאו'ס אויך, איך רעד אבער פון די רוב עולם.

פראבלעם איז, וויפל אזוינע קען מען קוקן? עס קומען ארויס א עוורידש פון צען צו פופצן "לויפן אין מדבר/טייך/פעלד" ווידיאו'ס. און די אנדערע האלב זענען נאכאמאל און נאכאמאל אינגעלייט אדער בחורים ארום א טיש מיט וויין, אדער אין א ווערצהויז מיט וויין, וואס במשך די גאנצע קליפ שמייכלט מען צו די קעמרע בשעתן אויפהייבן דיגלעזלעך איינער צום צווייטן, וואס טוישט זיך אינדערמיט צו אומקלארע צומישעניש פון טענץ און סייקעדעליק טריפס.

איך בין באורד פון מוזיק ווידעאס!

ווי איז א בילד אפ? ווי איז א סטארי ליין? ווי איז א מעסעדזש? אביסל ארגעניעלקייט?

פארוואס פארשטייען נישט די ארויסגעבער, אז וויין מיט פלייש זענען שוין נישט אינטערסאנט מער!!!

קען זיין איך מיס עפעס?

אפשר מענטשן האבן עס נאך אלץ ליב?

אדרבה לאמיר הערן מיינונגען ַ
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

לייק פאר דיין פוינט! ;l;p-

טינט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 11:51 am
די צווייטע סארט זיינען זינגערס וואס גיבן ארויס א שטאטע ניגון.

די סארט זינגערס מיט נישט די גרעסטע באדזשעט, אבער ווילן דאך ארויסגעבן א מוזיק ווידיאו צוזאמען מיט די נייע ניגון וואס זיי גיבן ארויס.
די אמאליגע ווערסיע פון די סארט זענען געווענליך באשטאנען פונעם זינגער און א פארק, אדער אין א וואלד, אדער נעבן וואסער. אפאר שאט'ס שטייענדיג, אפאר זיצנדיג, און אסאך גייענדיג. אויב האט דער זינגער געפילט פענסי, האט ער אפילו געהאט אפאר שפילער אין די בעקראונד אינעם טייך/פעלד/פארק/מדבר מיטזינגען און מיט שפילן מיט אים.
דעיס גראדע כאפ איך נישט. וואס האט דעיס מיט שטאטע אדער שנעלע ניגונים?

און בכלל, א ווידיאו אין וואס ס'ווערט אויפגעשפילט עטליכע סצענעס פון מערערע לאקאציעס, קאסט לכאורה טייערער ווי א ווידיאו וואס שפילט אויף איין סצענעס ביי א איינציגע לאקאציע.

סאו וואס האט דעיס מיט קלענערע באדזשעט צוטון?
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

דעמאלטס ווי אזוי זאל מען עס יא מאכן?
אז דו פארשטייסט נישט יענעם, כאטש האלט אייך ס'מויל.
--
דאס לעבן איז אסאך גרינגער ווען מ'פארשטייט א צווייטן. מ'פארשפאָרט זיך אסאך!
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

פארשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 12:18 pm
דעמאלטס ווי אזוי זאל מען עס יא מאכן?
לכאורה מיינט ער צו זאגן אז די ווידיאוס מיט די ניגונים זאלן האבן מער שייכות און מאכן מער סענץ.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

מיין פוינט איז נישט אז מ'דארף אריינלייגן מער געלט, אדער האבן א גרעסערע בודזשעט.

מיין פוינט איז אז זיי ברויכן ווערן מער ארגעניעל, א איידיע, א קאנצעפט, עפעס מער ווי דזשאסט ווידיאו פאטעדזש פונעם זינגער
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

מאכט סענס.

למשל, צווישן אנדערע, כלו עיני פון מענדי ראטה, פיני איינהארן תאמין, ברוך השם ס׳שבת אדער פילע אנדערע שוועקי ווידיאוס, איז א געשמאק צו קוקן, עס דערציילט עפעס ברענגט ארויס א מעסעזש.

אבער Nati elbar ווידיאוס וואס ווערט גענוצט דורך מלכות וועט טאקע האבן הערליכע פערפעסיאנאלע הערליכע שטיק אבער אלעס מיט וויין און עסן ווי דו ברענגסט ארויס.
אוועטאר
שיינשרייבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 6:17 pm
לאקאציע: אין פארשפארטן שראנק...

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינשרייבן »

;l;p-
ריכטיג, און ארויסגעברענגט זייער זיס
ש'כח פאר "פאנטאזיע פליער" פארן נאסטאלגישן אוועטער.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך ווייס נישט צי דו מיסט עפעס, אבער וואס קען שוין זיין שלעכט אז ס'איז פשוט? נו, איז עס פשוט! ס'געט אבער א געשמאקע ווייב! מענטשן פארן אין די זעלבע קאנטרי יעדעס יאר. איי ס'איז בארינג? ס'איז טאקע, אבער ס'איז געשמאק!

אוודאי אויב מ'קען עפעס ארויסברענגען איז בוודאי גוט, אבער אז נישט, מהיכי תיתי.

אסאך מאל גייט אריין גאר אסאך דיטעילס אין א ווידיאו. א שטייגער ווי די מלכות ווידעאוס. וואס ליגט אזויפיל קאפ און מח אין יעדע דיטעיל. אבער ליידער כאפן עס אזוי ווייניג מענטשן אויף. ס'איז סתם א שאד...
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

ממוצע האט געשריבן: פרייטאג מארטש 03, 2023 1:43 am
איך ווייס נישט צי דו מיסט עפעס, אבער וואס קען שוין זיין שלעכט אז ס'איז פשוט? נו, איז עס פשוט! ס'געט אבער א געשמאקע ווייב! מענטשן פארן אין די זעלבע קאנטרי יעדעס יאר. איי ס'איז בארינג? ס'איז טאקע, אבער ס'איז געשמאק!

אוודאי אויב מ'קען עפעס ארויסברענגען איז בוודאי גוט, אבער אז נישט, מהיכי תיתי.

אסאך מאל גייט אריין גאר אסאך דיטעילס אין א ווידיאו. א שטייגער ווי די מלכות ווידעאוס. וואס ליגט אזויפיל קאפ און מח אין יעדע דיטעיל. אבער ליידער כאפן עס אזוי ווייניג מענטשן אויף. ס'איז סתם א שאד...
מיט די אלע דיטעילס ווערט עס בארינג מיט די צייט, די קבלת שבת קען איך איבערהערן צענדליגע מאל, אבער איבערקוקן מערסטנס דריי, אנדערע, מיט עפעס מער, קען מען איבערקוקן צענדליגע מאל.
אוועטאר
געבראטענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2022 10:44 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבראטענס »

בעני און שוואקי האבן אלס חידושים
און האבן טאקע גאר אסאך views
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

א פיינע נקודה.

איך וואלט אראפגעשטיפט דיין ערשטע סארט פון "כמו לייוו ווידיאוס" צו די צווייטע אין די ליסט, און געלייגט "ממש לייוו" דער ערשטער, און דאס איז מער ווייניגער דער איינציגסטער סארט וואס איך פערזענליך קוק מער ווי א סעקונדע.

איך סטראגגל סתם אזוי צו טרעפן אסאך זינגער וואס זענען כל כלו קאננעקטעד צום עצם ניגון און נישט צום פערפארמענס און קונץ, כל שכן ווען דער גאנצע ציל פונעם זינגען איז פאר א ווידיאו.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

דו גייסט צו טיף... א מוזיק ווידיאו איז בלויז אויף צו שלעפן די פולע קאנצעטראציע אנטשטאט מען זאל ליינען בשעתן הערן אבער זאגסט א וואלידע נקודה. מאך נישט חוזק פון דיינע צוהערער
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זייער שטארק!!

כ'וואונדער זיך אסאך מאל, לייגסט אריין א באנדזש פון געלט, נו פארוואס נישט אריינלייגן אויך אביסל שכל? עפעס קריעיטיוו, אינטערעסאנט, תוכן, נישט סתם זען דיינע נאזלעכער...

אין מיינע אויגן איז עס מער ליצנות פונעם זינגער ווי די עוילעם.

(די זעלבע טענה איז אויף פילע ניגונים, לייגסט שוין אריין א אוצר, נו פארוואס אזא נארישע תנועה? אבער שוין...)

אבער @כינור זאגט א שטארקע פוינט (נאר וואדען?), א ווידאו - זאל זיין וואס זאל זיין - ציט אויפמערקזאם, און אזוי גייען טרעפן א תירוץ צו שטופן די צייט און אזוי ארום האסטו געהערט זיין ניגון, וואס דאס וויל ער אויך נאר אז דו זאלסט זען זיין פנים און הערן זיין נאמען...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

אפגעזען דעם פוינט, אבער לייק פאר דיין שריפט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

מידד טסה איז נארוואס ארויסגעקומען מיט א נייע ניגון "רציתי לגדול"

די ווידיאו דערפון איז צוקער.

ס'האט א איידיע, ס'האט א נאראטיוו, און עס האט ניטאמאל קיין גרויסע סעט'ס און פראפס. און זיכער נישט קיין שמייכלדיגע אינגעלייט מיט וויין.

מ'קען מאכן גוטע סחורה, אויב וויל מען.

קודאוס צו מידד.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

טינט האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 11:19 am

אהער דערמיט פליז
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

איינער פארשטייט די נייע סטייל (שוין גארנישט אזוי ניי) אז די שפילער דארף לאכן??? נישט שמייכלען, לאכן.
סומכוס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 11:19 pm
פארבינד זיך:

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סומכוס »

די רב פון ליאן האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 6:08 pm
איינער פארשטייט די נייע סטייל (שוין גארנישט אזוי ניי) אז די שפילער דארף לאכן??? נישט שמייכלען, לאכן.

א שמחה פון אידן איז א בחינה פון עולם הבא און ממילא איז מקויים אז ימלא שחוק פינה ולשוננו רינה
מיין ישיבה איז נישט קיין הפקר וועלט.
לאזן 50% בחורים קלאצן איבער גמרות איז נישט וועלקאם. פינטל.
אוועטאר
פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

די רב פון ליאן האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 6:08 pm
איינער פארשטייט די נייע סטייל (שוין גארנישט אזוי ניי) אז די שפילער דארף לאכן??? נישט שמייכלען, לאכן.
א פרייליכער מענטש דארף נישט לאכן מ'זאל זעהן אז ער איז פרייליך...
אז דו פארשטייסט נישט יענעם, כאטש האלט אייך ס'מויל.
--
דאס לעבן איז אסאך גרינגער ווען מ'פארשטייט א צווייטן. מ'פארשפאָרט זיך אסאך!
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

אסאך מאל איז די ניגון א נארישע ניגון... און עס פארקויפט נישט גארנישט, ...
דארף אבער די זינגער זיכער מאכן אז ס'קומט אריין קלאר און די עולם זאל עס אנהייבן נאכזינגען און עס זאל ווערן אויפגעפיקט,
געבט ער ארויס א קליפ פון א הערליכע טיש געדעקט מיט אלעם גוטן און פליישן און וויינען כיד המלך, און יעדער שמייכעלט און איז צופרידן, און די עולם טאנצט און האפקעט,. אזוי זאל זיך דיר דאכטן אז דעיס איז א היט. ממש א שלאגער. אוטומאטיש ווערט עס אויפגעפיקט...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

גראדע שכל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 7:58 pm
אסאך מאל איז די ניגון א נארישע ניגון... און עס פארקויפט נישט גארנישט, ...
דארף אבער די זינגער זיכער מאכן אז ס'קומט אריין קלאר און די עולם זאל עס אנהייבן נאכזינגען און עס זאל ווערן אויפגעפיקט,
געבט ער ארויס א קליפ פון א הערליכע טיש געדעקט מיט אלעם גוטן און פליישן און וויינען כיד המלך, און יעדער שמייכעלט און איז צופרידן, און די עולם טאנצט און האפקעט,. אזוי זאל זיך דיר דאכטן אז דעיס איז א היט. ממש א שלאגער. אוטומאטיש ווערט עס אויפגעפיקט...
נו, פיר אויס...

און סארבייט נישט.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

טינט האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 11:19 am
מידד טסה איז נארוואס ארויסגעקומען מיט א נייע ניגון "רציתי לגדול"

די ווידיאו דערפון איז צוקער.

ס'האט א איידיע, ס'האט א נאראטיוו, און עס האט ניטאמאל קיין גרויסע סעט'ס און פראפס. און זיכער נישט קיין שמייכלדיגע אינגעלייט מיט וויין.

מ'קען מאכן גוטע סחורה, אויב וויל מען.

קודאוס צו מידד.
געזען אפאר מאל, איך פארשטיי דעם שפראך אבער כ׳פארשטיי נישט דעם ווידעיו, אפשר ביסטע מסביר וואס דארט קומט פאר?
שטאהלי
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 11:44 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאהלי »

די כמו לייוו וידיאס זענען אסאך מאל נישט באטעמט צו קוקן ווייל מזעהט די פאלטשקייט..ווייל זיי טרייען סזאל אויסזעהן עכט און בדרך כלל זעהט עס נישט אויס גוט..סמאכטצעך דא דארט.. אבער רוב מאל נישט..
שטאהלי
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 11:44 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאהלי »

טינט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 11:51 am

איך בין באורד פון מוזיק ווידעאס!

ווי איז א בילד אפ? ווי איז א סטארי ליין? ווי איז א מעסעדזש? אביסל ארגעניעלקייט?

פארוואס פארשטייען נישט די ארויסגעבער, אז וויין מיט פלייש זענען שוין נישט אינטערסאנט מער!!!

קען זיין איך מיס עפעס?

אפשר מענטשן האבן עס נאך אלץ ליב?

אדרבה לאמיר הערן מיינונגען ַ
איך מיין אז דו האסט א שטארקע נקודה..אבער לכאורה איז די ווארט אז יעדע מענטש זעהט עפעס אנדערש אין א מוזיק וידיא..איינער וואס פארשטייט גוט צו מוזיק קען עס זיין די שוואכסטע וידיא און ער זאל עס איבערהערן א מיליאן מאל...ווייל ער הערט די ניגון מער וויפיל ער זעהט די שיינקייט פון די וידיא..משא"כ איינער קוקט נאר אויף די וידיא...רוב עולם היינט אפילו מהאט ליב מוזיק איז עס ערגעץ אינצווישן סאו למעשה ביסטע לכאורה גערעכט ווייל רוב עולם דארף האבן אז סזאל זיין א געשמאקע וידיא און אויך א גאנץ גוטע ניגון....
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: מוזיק ווידיאוס, צייט פאר טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

גראדע שכל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 7:58 pm
אסאך מאל איז די ניגון א נארישע ניגון... און עס פארקויפט נישט גארנישט, ...
דארף אבער די זינגער זיכער מאכן אז ס'קומט אריין קלאר און די עולם זאל עס אנהייבן נאכזינגען און עס זאל ווערן אויפגעפיקט,
געבט ער ארויס א קליפ פון א הערליכע טיש געדעקט מיט אלעם גוטן און פליישן און וויינען כיד המלך, און יעדער שמייכעלט און איז צופרידן, און די עולם טאנצט און האפקעט,. אזוי זאל זיך דיר דאכטן אז דעיס איז א היט. ממש א שלאגער. אוטומאטיש ווערט עס אויפגעפיקט...
איך פארשטיי, אבער וויפל מאל קען מען זעהן די זעלבע זאך?
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”