ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך ר' דן »

פעיק ניוז האט געשריבן:יאפ, אייוועלט מיט אלע איר פאלשע ניקים איז דע בעסט!

יא יא, און עס איז זיך נישט סותר מיט די פאקט אז ליפא'ס אלבום איז געוואלדיג קאניינעאהארע...
(און אויך נישט מיט די פאקט אז עס איז מעגליך אביסל פראבלאמאטיש)
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך ממוצע »

א שעפערישער און אפנהארציגער מענטש, שאפט א כאריזמע צו וואס עס איז שווער צו בלייבן גלייכגילטיג. אפגעזעהן וויפיל איך בין יא מסכים אדער נישט מסכים, מוז איך מודה זיין, אז ליפא'ס שורות רעדן דירעקט צו מיר. אריין אין אויער. און גראד צום הארץ. כאילו עומד כנגדו.. נישט אומזיסט איז ער אזוי פאפולער.

נאך איין זאך, אן אינטעליגענטער מענטש האט דירעקט ליב זיך צו אנטרעפן מיט מענטשן וואס קלערן אנדערש ווי אים. ווייל קיין מענטש איז נישט ריין פון טעותים און סאביעקטיווער טראכט, און צומאל איז דער צווייטער גערעכט. ואיזהו חכם הלומד מכל אדם. אנדערע מיינונגן בויען דעם מענטש, און אפילו אויב זיין אייגענע מיינונג ווערט נישט געטוישט, ווער עס כאטש אסאך שטערקער, ווייל עס איז שוין דורך א מבחן.

אסאך מאל איז שווער צו מבחין זיין צווישן "נישט אקצעפטירן מיינע שיטות" און "נישט מיך אקצעפטירן". אפילו אויב מענטשן זענען נישט מסכים צו דיינע פרינציפן, מיינט דאס נישט אז זיי ווארפן דיר אוועק. ס'מיינט נישט אז געבן נישט קיין פלאץ פאר דיר. ס'מיינט נישט אז זיי האבן דיר נישט ליב. ס'מיינט נאר אז זיי דינגען זיך מיט דיר אין געוויסע קאנצעפטן. און קאנצעפטן פון א מענטש איז זייער א חיצוניות'דיגע זאך. ס'איז נישט "ער" אליין. ס'איז א עפעס "וואס ער האט". נישט עפעס "וואס ער איז". געב א קוק, ווי אזויפיל ניקס וואס האבן אויסגעדרוקט קעגנערשאפט צו געוויסע זאכן פון דעם אלבום, זענען געפאלן פאר דיין פערזענליכקייט און כאריזמע. נעם דאס אלץ דעם "עצם", און די מיינונגס פארשידענהייטן אלץ א "מקרה".

--
מיינע קאמענטארן אינעם בבליפא זענען גראדע געווען פאזעטיוו, כאטש איך האב דעם אלבום נישט געהערט... קוק די אנדערע זייט פונעם מטבע.. איך האב עס נישט געהערט, און דאך איך בין געווען פאזעטיוו. (ס'איז געווען וועגן די דעקל סומאטוכע... גראדע אויף די ניגונים בין איך נישט געווען אזוי שוה בשוה, אבער איך האב מיך באגענוגענט מיט אן אישי צו עמיצן דערוועגן...)

און אויב מעג איך געבן א שטיקל מקרה'דיגע קריטיק אויף עפעס א מקרה'דיגע מיינונג פון דיר.. וואלט איך געזאגט, אז ס'האט מיר אביסל געבאדערט דאס וואס דו האסט געגעבן א מאך אוועק גאנץ אייוועלט אלץ א "נעגאטיווער ארט". איך ווייס אז אין אלגעמיין דרייען זיך נישטא מענטשן מיט שווארצערערע ברילן ווי אנדערע מענטשן. קוק, דו ביסט אויך נעגאטיוו וועגן אייוועלט... ס'מיינט נישט אז דו ביזט א נעגאטיווער מענטש....

--

בנוגע אפנקייט און פארמאכטקייט. ניקס און נעמען.

געוויסע האבן שוין דא בארירט. און ווי געווענליך, איז ערגעץ אינמיטן דער אמת. באלאנס איז די זאך. זיין זייער אפן האט פארשידענע חסרונות. איינס, דער דראנג צו ווערן בעסער וועט פעלן ביי געוויסע מענטשן. צווייטנס, עס וועט נארמאליזירן שוואכערע התנהגות'ער. אויך וועסטו מוזן מודה זיין אז ס'האט אסאך צו טוען מיט די נאטור פון א מענטש. פונקט ווי דיין נאטור בעט אויף "קאנעקשאן", און דערפאר ציט עס צו אפנקייט. פונקט אזוי, זענען דא מענטשן, וואס פאר זייער אונטער באוויסטזיניגע "סעיפטי", פילן זיי א געברויך צו האלטן א געוויסע סארט פרייוועסי. איך בין מסכים אז מיר מעגן ווען זיין מער אויטענטיש אין אלגעמיין. אבער פון דארט, ביז שרייבן פאר טויזענטער מענטשן אפן מיטן נאמען, איז א ווייטע און טיילווייז אומנויטיגע וועג צו גיין.

דאס איז חוץ המעשה וואס ס'זענען דא מענטשן וואס צוליב פארשידנענע סיבות, קען מען נישט זאגן, אז די איינציגסטע מניעה צו זיין אפן מיטן נאמען, איז דער אייגענער פאראנויע און בושה רעה. ס'זענען דא מענטשן וואס וועלן האבן לעגעטימע סיבות זיך צו וועלן באהאלטן, און עס איז גארנישט שלעכט מיט דעם.
--

אבער יא.. פונקט ווי דיין קול מבשר אינטערוויא האט מיר גערירט.. ווי געשריבן אין בבליפא.. אזוי אויך דיינע איצטיגע שריפטן. דו האסט עפעס צו דיר זייער צוציענד. אפילו מיט די מיינונגס פארשידענהייטן.

זאלסטו האבן אסאך הצלחה!
אוועטאר
פירסט ריספאנדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 06, 2022 11:20 am

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך פירסט ריספאנדער »

ליפא איז זיס..

ליפא איז ר"ת: לאכט פון אייוועלט יודן.. (קרעדיט פינקי)
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך Masmid »

פירסט ריספאנדער האט געשריבן:ליפא איז זיס..

ליפא איז ר"ת: לאכט פון אייוועלט יודן.. (קרעדיט פינקי)

סיריעס? פינקי האט עס טאקע געזאגט?
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך עולם האמת »

Masmid האט געשריבן:
פירסט ריספאנדער האט געשריבן:ליפא איז זיס..

ליפא איז ר"ת: לאכט פון אייוועלט יודן.. (קרעדיט פינקי)

סיריעס? פינקי האט עס טאקע געזאגט?

פינקי האט געזאגט ליפא איז ר"ת: לאכט פון א יעדן
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
פירסט ריספאנדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 06, 2022 11:20 am

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך פירסט ריספאנדער »

עולם האמת האט געשריבן:פינקי האט געזאגט ליפא איז ר"ת: לאכט פון א יעדן

יאפס, פונעם באקאנטן שיף קליפ, אגב, איז יענעם קליפ די בעסט אף די בעסט...
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

פירסט ריספאנדער האט געשריבן:ליפא איז זיס..

ליפא איז ר"ת: לאכט פון אייוועלט יודן.. (קרעדיט פינקי)

אייוועלט יודן לאכן פונעם...
משה דער פינפטער
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:19 pm
לאקאציע: אין פאלאץ

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך משה דער פינפטער »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
פירסט ריספאנדער האט געשריבן:ליפא איז זיס..

ליפא איז ר"ת: לאכט פון אייוועלט יודן.. (קרעדיט פינקי)

אייוועלט יודן לאכן פונעם...

רעדסט אין נאמען פון? :roll:

משה דער פינפטער האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
פירסט ריספאנדער האט געשריבן:ליפא איז זיס..

ליפא איז ר"ת: לאכט פון אייוועלט יודן.. (קרעדיט פינקי)

אייוועלט יודן לאכן פונעם...

רעדסט אין נאמען פון? :roll:

משה דער פערדער
משה דער דריטער
משה דער צווייטער
משה דער ערשטער
משה

און מיט אחשוורוש דער ערשטער און צווייטער ביזטו דאך אין קאמפעטישען...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך פעיק ניוז »

משה דער פינפטער האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
פירסט ריספאנדער האט געשריבן:ליפא איז זיס..

ליפא איז ר"ת: לאכט פון אייוועלט יודן.. (קרעדיט פינקי)

אייוועלט יודן לאכן פונעם...

רעדסט אין נאמען פון? :roll:

ער האט בלויז געזאגט א ר"ת.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
משה דער פינפטער
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:19 pm
לאקאציע: אין פאלאץ

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך משה דער פינפטער »

פעיק ניוז האט געשריבן:
משה דער פינפטער האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
פירסט ריספאנדער האט געשריבן:ליפא איז זיס..

ליפא איז ר"ת: לאכט פון אייוועלט יודן.. (קרעדיט פינקי)

אייוועלט יודן לאכן פונעם...

רעדסט אין נאמען פון? :roll:

ער האט בלויז געזאגט א ר"ת.

גערעכט
אוועטאר
ציישעבט
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 12, 2021 1:32 pm

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך ציישעבט »

;l;p- ;l;p-

פירסט ריספאנדער האט געשריבן:ליפא איז זיס..

ליפא איז ר"ת: לאכט פון אייוועלט יודן.. (קרעדיט פינקי)
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך שבתי בוים »

הייליגער ר' ליפא, העם אתך, דיין סידי איז א היסטארישער ווענדפונקט אין דער וועלט פון אידישער קונסט און אין מיינע אויגן ממש א זיכוי הרבים, פון אריינברענגען א לעבהאפט און פרישע גייסט אין דער וועלט פון אגדות חז"ל, נעכטן האב איך צום ערשטן מאל אין מיין לעבן געלערנט די גמרא פון וכן למר ביי מיין טעגליכן נאכט שיעור, און יא, די ווערטער האבן געשפרינגען פאר מיינע אויגן און באקומען אזא קלארע אילוסטרירנדע באדייט, כ'האב מיך אנגערופן פאר מיינע חברים אז די וועלט זאגט אויף אזא פאל "תורה לשמה". (א קליינע הערה'לע, די גמרא רעדט פון "ומשכנתיה להמיינאי" פארמשכונ'ען דעם גארטל, נישט פארקויפן דעם גארטל).

צום ערשטן מאל וואס מיר באקומען אן אלבום מיט ריינע אפענע געפילן, אזויפיל ווארנעביליטי און אמת'קייט, אזויפיל נשמה, אזויפיל אהבת התורה, דער לעצטער ניגון, ווי דו לייגסט אראפ מיט אזא קאך און פלאם פייער דער געשמאק פון א סוגיא, האט מיך צוריקגעטראגן צו מיינע זיסע בחורישע יארן ווען א ר' שמעון שקאפ איז באשיינפערליך געווען זיסער ווי א סטעיק און אנגעצינדן א פונק פון בענקעניש נאך ריכטיגע עמל התורה.

יא, ליפא, דו מאכסט עס אויף דיין וועג, מיט ארטיסטישע לייסענס, מיט קאלירן אינדרויסן פון די ליניעס, כי לכך נצרת, דאס איז דיין תפקיד, דאס איז דיין טאלאנט, דאס וויל מען און דארף מען הערן פון דיר. אזויפיל סעלף אווערנעס וויאזוי צו זיין א בעסערער איד און א בעסערער מענטש בין אדם לחבירו. אזויפיל סעלף אווערנעס פאר א געזונטערן נפש, צו ארבעטן אויף א געזונטן גייסטיגן וועזן און א פאזיטיוון בליק.

לעכטיגער ליפא, איך באוואונדער ווי דו האסט געטראפן א פארעם פון קריעטיוויטעט, אבער אלעס מיט א ריינער גייסט, אין דער וועלט פון לערנען און הארעווען, אין דער וועלט פון שטייגן און התמדת התורה, דוקא אין די שענסטע און די הייליגסטע כאראקטערן פון אונזער הייליגער קולטור, האסטו באוויזן צו שנירן א וועג פון קונסט. אין עליך ליפא, קיינער קען נישט וואס דו קענסט.

ליפא, דיינע ענדלאזע רעמבלען און ווערטער צוזאמווארפענישן אין דעם אלבום איז ריין קונסט. אלעס וואס מ'קען זאגן אין פראזע אדער אין געווענליכע גראמען איז שוין געזאגט געווארן. דו האסט אצינד באשאפן א נייע פארמאט פון אויסדרוק, ווייניגער פארמאל און מער נאטירליך, ווייניגער איינהייטליך און מער קינסטלעריש, לאזן די געדאנקען און עמאציעס פליסן ווי א רינעדיג קוואל פון מחי'דיגע וואסער.

ליפא, ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז דיין אלבום וועט צוריקגעקוקט ווערן ווי א ווענדפונקט, ווען א נייער בונד מיט אונזער לעכטיגער תלמוד בבלי איז געשאפן געווארן אין די הערצער פון בני נעורים וואס קענען זיך צומאל שווער טרעפן דערין אן ארט. אויך זיי האבן א פלאץ אין תלמוד בבלי, ווייל יעדער איד האט זיין פלאץ אין תלמוד בבלי -- די נשמה פון כלל ישראל. דער המחדש בטובו בכל יום גיט פאר יעדן איד זיין מקום החידוש אין דער גמרא און יא ליפא, דו האסט געגעבן נייע פינגער אפדרוקן וויאזוי זיך צו מקשר זיין צו א גמרא. וויאזוי עס זאל זיין דער בעל השמועה עומד לפניו. די הייליגע ווערטער וואס זענען געשריבן געווארן ברוח הקודש פאר צוויי טויזנט יאר צוריק, אין א שווערע אראמישע שפראך וואס ווייניג רעדן היינט, איז אצינד נאך מער לעבעדיג און פייערדיג ווי סיי ווען און וועט ווייטער לעכערן אידישע הערצער ביז משיח'ס טאג.

אויך דער קינוח ניגון איז הערליך אילוסטרירט דער יסוד פון דער גמרא אז רווחא לבסומי שכיחא און ווען מ'נוצט אביסל פאנטאזיע אראפצומאלן א סצענע האט דאס גארנישט מיט הס מלהזכיר מזלזל געווען אין די היליגע תנאים ואמוראים. כ'ווייס נישט צי אנדערע האבן שוין דערמאנט אבער וואס איז דאס אנדערש ווי יוסף שפיל? מיר האבן דען א השגה אין די קדושה פון שבטי קה? אויב דער שניאווער רב האט געזאגט אויפ'ן רבי'ן ר' מענדעלע אז דער כיבכול האט גענומען דעם שם הוי' און אנגעטון א בעקיטשע, וואס זאלן מיר זאגן אויף די הייליגע שבטי קה? און אז ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם אז מ'זאל אויפשפילן א יהודה, מיט א יחצאל, מיט א מכירת יוסף, צו מקרב זיין די סיפורי תורה אל השכל, וואס איז קינוח אנדערש? אויב ביים באבובער רב'ס טיש האט מען אויפגעשפילט א שלמה המלך מיט אן אשמדאי, וואס איז אנדערש אראפלייגן אן אגדתא מיט א געשמאק?

לאז דיך נישט פון קיין קריטיקירער און גיי ווייטער דיין וועג. אלע וויזיאנערן וואס בויען פרישע בריקן האבן אויסצושטיין קריטיק און ס'קומט מיט דער טעריטאריע, אבער נישט קיין ספק אז דו וועסט האבן די לעצטע לאך.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך איינס »

די נקודה וועגן קינוח און אזוי אויך די 60 טעללער איז אז אביי גייט ארויס א פרעסער. פינטל. נישטא וואס צו בארעכטיגן. און ווי געשריבן די נקודה איז נישט צו ער האט געמייינט צו נישט, נאר אז לעתיד זאל ער יא טראכטן נאכאמאל.

ווען ער געבט דאס פאר א דעת תורה וואלט ער איהם געהייסן טוישן געוויסע ליינס (און איך רעד פון א מורה הוראה וואס הערט ליפא מרדכי און שוועקי..)

און בעצם איז דא אסאך ליינס וואס ווען ער טראכט איבער נאכאמל וואלט ער געטוישט, נישט אייביג אז סאיז א סיון נאר דאך איז דא זאכן וואס מטראכט איבער נאכאמאל
לדוגמא, גמרא שטודירט מען נישט, איי שטודירן איז די כונה לערנען, גערכעט אבער דאך איז דאס נישט אין פלאץ.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך Borrower »

שבתי בוים האט געשריבן:

שבתי קומט אריין שרעקליך קלאר - ;l;p-
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך אנעים זמירות »

שבתי בוים האט געשריבן:הייליגער ר' ליפא, העם אתך

ביטע רעד אין דיין אייגענעם נאמען. סיידען אויב מיט 'עם' רעדסטו פון נפש כי תחטא מעם הארץ בעשותה.

די ניגונים וואס דערמאנען די הייליגע אמוראים זענען חוצפה כלפי שמיא, ויהי כמלעיבים במלאכי אלוקים. עס צייגט אויפ'ן שיפלות הדור אז אזא אלבום פארקויפט זיך בכלל ביי היימישע יודען.

מדוע לא יראת לדבר? יוצק **** רותחת לתוך פיו, אזוי ביליג צו זינגען פון די הייליגע אמוראים, וואס מיר האבען קיין השגה בגודל קדושתם.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך מתמודד »

די חילוקים פון ביליג און טייער כלפי אמוראים איז אין מיינע אויגן די זעלבע באשטימט ווי מארקעטינג סטאנדארטן, דארט זאגן אויך מאנכע אז סאיז ממש אומאיידל וכולהו און די פארשטייסט אז א צווייטע מיינונג איז בארעכטיגט. דאן פארוואס שעלטן ווען סזענען דא נאך מוחות אויף דער וועלט?
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך יש לו מנה »

איך האב היינט געקויפט די USB ווייל איך האב עס באקומען אויף וואטסעפפ האב איך נישט געוואלט עס האבן דורך א נישט ערליכע וועג.

גלייך ביים אויסהערן די ערשטע מאל האב איך זייער הנאה געהאט, די תנועות, מוזיק, און גראמען, אבער ס'איז אויך געווען די לעצטע מאל וואס איך האב אויסגעהערט די אלבום, סאם האו בינעך געווען זייער נישט באקוועם ביים עס אויסהערן, איך ווייס אז איך בין נישט די גרויסע מבין צו ארט, אבער מיין אומבאקוועמליכקייט איז נישט געקומען צוליב א מאנגל אין ארט. ודי בזה.

צו אייך ר' ליפא, דו האסט טאלאנט נעקסט לעוועל צו גיין ניסלעך, אלס א שטארקע פען פון דיינע ווערק, ביטע זייט אונז מהנה מיט ערליכע אויסגעהאלטענע און ריינע אינטערטעימענט אויף א שטייגער ווי נאר ליפא קען.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך לב בשר »

אנעים זמירות האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:

די ניגונים וואס דערמאנען די הייליגע אמוראים זענען חוצפה כלפי שמיא, ויהי כמלעיבים במלאכי אלוקים. עס צייגט אויפ'ן שיפלות הדור אז אזא אלבום פארקויפט זיך בכלל ביי היימישע יודען.
לעצט פארראכטן דורך לב בשר אום מאנטאג מארטש 07, 2022 8:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אנעים זמירות האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:הייליגער ר' ליפא, העם אתך

ביטע רעד אין דיין אייגענעם נאמען. סיידען אויב מיט 'עם' רעדסטו פון נפש כי תחטא מעם הארץ בעשותה.

די ניגונים וואס דערמאנען די הייליגע אמוראים זענען חוצפה כלפי שמיא, ויהי כמלעיבים במלאכי אלוקים. עס צייגט אויפ'ן שיפלות הדור אז אזא אלבום פארקויפט זיך בכלל ביי היימישע יודען.

מדוע לא יראת לדבר? יוצק **** רותחת לתוך פיו, אזוי ביליג צו זינגען פון די הייליגע אמוראים, וואס מיר האבען קיין השגה בגודל קדושתם.

הייליגער.... נו שוין....
קוק אהער
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 8:50 pm

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך קוק אהער »

כ׳ווייס נישט וואס, אבער די ניגון שועלים איז מיין פעיוואריט!!
ממש א הייליגע ניגון!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך מתמודד »

יש לו מנה האט געשריבן:איך האב היינט געקויפט די USB ווייל איך האב עס באקומען אויף וואטסעפפ האב איך נישט געוואלט עס האבן דורך א נישט ערליכע וועג.

גלייך ביים אויסהערן די ערשטע מאל האב איך זייער הנאה געהאט, די תנועות, מוזיק, און גראמען, אבער ס'איז אויך געווען די לעצטע מאל וואס איך האב אויסגעהערט די אלבום, סאם האו בינעך געווען זייער נישט באקוועם ביים עס אויסהערן, איך ווייס אז איך בין נישט די גרויסע מבין צו ארט, אבער מיין אומבאקוועמליכקייט איז נישט געקומען צוליב א מאנגל אין ארט. ודי בזה.

צו אייך ר' ליפא, דו האסט טאלאנט נעקסט לעוועל צו גיין ניסלעך, אלס א שטארקע פען פון דיינע ווערק, ביטע זייט אונז מהנה מיט ערליכע אויסגעהאלטענע און ריינע אינטערטעימענט אויף א שטייגער ווי נאר ליפא קען.

נאכן ערשטן מאל האב איך עס אויך נישט געגליכן און כהאב אויך אזוי געהערט פון אנדערע.

קום צוריק נאך א וואך צוויי עס הערן, אדער ליין כינורס אנאליז. סאיז געוואלדיג.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך shalsheles »

ער זאגט דאך ער האט יא הנאה געהאט די ערשטע מאל..
און וויאזוי וועט כינור׳ס אנאליז אוועקנעמען די אומבאקוועמליכקייט צו הערן וואס קומט לכאורה פון רגשי יהדות (אויב פארשטיי איך גוט די ודי בזה)
אוועטאר
myrtle
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:42 pm

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך myrtle »

ודי בזה...
צו בארשט דארף מען נישט שטיין אין די ליין
קרעדיט ...
פארשפארט

צוריק צו “היכל הנגינה”