Bissli האט געשריבן:מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:דער הימלישע איד האט געשריבן:לחי האט געשריבן:די אלבום איז ביוטעפול אבער איך פארשטיי נישט איין זאך, פארוואס קען ער נישט דאבל טשעקען די ניגונים אויף עברית מיט איינער וואס פארשטייט צו העברעאישע גרעממער, ס'הערט זיך עפעס פרעמד און נישט אריגינעל, ס'סאונד אביסל ווי ווען איך טריי צו רעדן עברית.
איך ווייס נישט פארוואס, אבער בערי גלייכט שטארק צי זינגען אויף עברית.
לדעתי איז בערי נומבער 1 ביי חסידישע זינגערס ווען עס קומט אראפצולייגן אן העברעאיש שטיקל. ער לייגט אראפ די הויכע געדרייטע שטיקלעך אזוי ווי קיינער קען נישט, און עס קען זיך דאכטן ווי די הערסט א שטיקל חיים ישראל אדער דדיה.
@לחי, די ווערטער זענען געמאכט געווארן דורך באקאנטע איזראעלישע ניגונים שרייבערס, און עס פארט אויף א סטייל וואס דארף דירעקט נישט זיין אראפגעלייגט אויף א מסודר'דיגע וועג, פארקערט, ווי מער צופלויגן איז מער COOL. א געמיש פון ענגליש מיט צופארענע ווערטער (באלאגאן, ווייב, DUDE, וכו').
@דער הימלישער, די תירוץ איז - 'ער קען'.
דאס אז ער האט אליין פארפאסט דעם חג שמח ווייזט אויף זיין קענטעניס אינעם סטייל.
חג שמח האט ער נאר געמאכט די טאן, און עס איז בכלל נישט אלטערנאטיוו.
די חכמה פון רוב איזרעאלי זינגערס איז, אז זיי זינגען הויכע געדרייטע שטיקלעך אויף א לאו וואויס, און מיט די ארגינעלע קול, און עס הערט זיך טיף און געדרייט, אן דארפן לעכערן די אויערן אדער זיך שטיקן ביים ארויפגיין, און ווען בערי פארט דין און הויך פארפאטשקעט ער עס אביסל.
איך זאג נישט אז ער קען נישט, אבער מ'קען נישט מיינען אז ער איז א איזרעאלי.
ס'איז א מעכטיגע ניגון שמח. היבש ארום גענאשט פון חיים ישראל'ס ניגונים ממש זיין סטייל. אבער דעיס איז פון די היטס. א ניגון וואס זינגטסעך מיר אונטער די מערסטע פון אלע אנדערע.