ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

דעם שבת האבן אידן אפגעצײכנט 11 יאר פון װען ס׳איז אװעקגעריסן געװארן דער איד װאס האט צוגעשטעלט ״אמת׳ע״ הײמישע נגינה פאר׳ן הײמישן עולם,
יעדער פון אונז װאס איז געװאקסן אױף די ערליכע נגינה בענקט צו דעם און אסאך װײטאגן אױף די מצב װי הײמישע מוזיק האלט הײנט,
די ״פראבלעם״ װײסט יעדער אבער ס׳װערט שװערליך עפעס ״געטוהן״ דערװעגן,
איך װאלט פארגעשלאגן א געדאנק: אונז האבן דאך אזא שײנעם אוצר װאס ר׳ משה האט איבערגעלאזט און די יונגע עולם קען עס ממש נישט, אדער האט מען נישט קײן געדולד אױסצוהערן די אלטע אלבױמס,
אפשר איז א געדאנק מ׳זאל ארױסגעבן א סעריע פון פראדזשעקטס פון ר׳ משה׳ס ניגונים אראפגעזונגען דורך די הײנטיגע זינגערס-קװײערס-קינדער קװײער און צוריק אױפלעבן די אמאליגע שײנע ניגונים פאר׳ן אינגען דור מיט א פרישן טעם בבחינת מעט מן האור דוחה הרבה מן.....

װאס האלט דער עולם?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

איך בין מיט דיר!
ווער שפרינגט אריין? ווי זענען אינזערע סידי מאכערס?
נחמדים
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 7:56 pm

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמדים »

שירה טוט עס אביסל דא און דארט, ס'ווייט נישט גענוג דאך.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

האסטע שירה מיט פינקי א פאר ניגונים פון ר' משה
https://drive.google.com/file/d/1A5M-8E ... p=drivesdk
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

קויף דעם USB מיט אלע ר' משה'ס ניגונים עס קאסט נישט קיין סאך און צינד עס אן די קינדער זאלן עס הערן, וכן אני נוהג,
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

כא כא כא האט געשריבן:האסטע שירה מיט פינקי א פאר ניגונים פון ר' משה
https://drive.google.com/file/d/1A5M-8E ... p=drivesdk

נאפ! זיי זינגן אינגאנצן נישט ריכטיג דעם אלוקי נשמה, איך קען עס נישט הערן
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

די צווייטע טרעק אין דעם אלבום
https://jewishmusic.page.link/iMvhDUHkFqBM9wuR9

איך גלייך שטארק זיינע ניגונים אבער נישט טייל פון די זינגערס אויף זיינע אלבומס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

מקווה איד האט געשריבן:שירה קווייער, יונגערלעך, פריילעך בענד, רבי משה גאלדמאן מעדלי.

https://drive.google.com/file/d/1g1nCcB ... p=drivesdk

א הערליכע ארבעט הלוואי נאך אזעלכע
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

לענ"ד טוען די נייע "יונגערליך" סידיס די זעלבע גוטע ארבייט וואס ר' משה האט געטון בימיו, ערליך, שיין, און פראפעשענאל, זעלבסט פארשטענדליך מער צוגעפאסט צו די היינטיגע סטיל, סטאנדארט און מאדערנע מוזיק
די איינציגסטע פראבלעם איז אז דער דריטער סידי איז איינגעשלאפן און דער עולם ווארט אויף נאך גוטע סחורה
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:קויף דעם USB מיט אלע ר' משה'ס ניגונים עס קאסט נישט קיין סאך און צינד עס אן די קינדער זאלן עס הערן, וכן אני נוהג,

איך האב טאקע די גאנצע קאלעקציע און ארבעט כסדר ביי מיר אין קאר.
(אזוי אויך ר' יונתן שווארץ'ס ניגונים, אבער דאס איז אלטע ניגונים מיט גראמען)
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:קויף דעם USB מיט אלע ר' משה'ס ניגונים עס קאסט נישט קיין סאך און צינד עס אן די קינדער זאלן עס הערן, וכן אני נוהג,

איך האב די USB,אין איך הער נישט אױף דאס איבער און איבערהערן, איך רעד אבער פונעם יונגערן עולם װאס האט נישט די זיץ פלײש פאר די עלטערע אלבױמס, פאר זײ זאל מען מאכן עפעס מער צוגעפאסט, למשל אנהײבן מיט די מער קורצערע 2 פעלערדיגע ניגונים, און אזױ גײן װײטער און װײטער ביז די לענגערע װי: כנשר, א נשמה, הבן יקיר לי וגם את נח, וכו׳ וכו׳

לגבי יונגערליך, עסאיז טאקע א הײמישע קװײער, אבער זײערע ״ניגונים״ זענען װײײײײט נישט אױף די לעװל פון ר׳ משה׳ס,
כ׳רעד פון נעמען ר׳ משה׳ס זאכן און ״דאס״ צוריקברענגען צום יונגען דור.
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דא דארט איז דא ניגונים פון ר' משה וואס מ'טרייעט צוריק ברענגען, למשל "הבן יקיר לי" דורך זאנוויל וויינבערגער מיט שירה.
אבער ס'זייער ווייניג. (כ'האב געחלומ'ט צו מאכן א קאלעקשן סידי פון ר' משה, און כ'האב דערווייל נישט געפינען צופיל שטאף).

והריני מצטרף צו יעדער דא, הלוואי ברענגט מען צוריק די אמת'ע גוטע סחורה!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
sky
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:42 pm

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sky »

Ban Mazel האט געשריבן:לענ"ד טוען די נייע "יונגערליך" סידיס די זעלבע גוטע ארבייט וואס ר' משה האט געטון בימיו, ערליך, שיין, און פראפעשענאל, זעלבסט פארשטענדליך מער צוגעפאסט צו די היינטיגע סטיל, סטאנדארט און מאדערנע מוזיק
די איינציגסטע פראבלעם איז אז דער דריטער סידי איז איינגעשלאפן און דער עולם ווארט אויף נאך גוטע סחורה

לענ"ד איז עס ניטאמאל א דמיון צו ר' משה'ס ניגונים.

אזוי ווי פינקי דרוקט זיך אלס אויס, ר' משה איז געווען זייער א איידעלע איד און האט זייער איידעלע ניגונים.
לעצט פארראכטן דורך sky אום מאנטאג מארטש 08, 2021 10:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די פארגענענע וואך ביים הכנסת ס"ת אין קר"י האט די קאפעליע שיין אראפגעזונגען ר' משה'ס ובנוחה, טרעק #7 אויף "שומרים" #17
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

farshlufen האט געשריבן:די פארגענענע וואך ביים הכנסת ס"ת אין קר"י האט די קאפעליע שיין אראפגעזונגען ר' משה'ס ובנוחה, טרעק #7 אויף "שומרים" #17

ביים כתיבת ספר תורה אין הופער אויך איין ניגון
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

sky האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:לענ"ד טוען די נייע "יונגערליך" סידיס די זעלבע גוטע ארבייט וואס ר' משה האט געטון בימיו, ערליך, שיין, און פראפעשענאל, זעלבסט פארשטענדליך מער צוגעפאסט צו די היינטיגע סטיל, סטאנדארט און מאדערנע מוזיק
די איינציגסטע פראבלעם איז אז דער דריטער סידי איז איינגעשלאפן און דער עולם ווארט אויף נאך גוטע סחורה

לענ"ד איז עס ניטאמאל א דמיון צו ר' משה'ס ניגונים.

גא"מ ווייט נישט קיין פארגלייך.
רייך, איידל חסידיש, געשמאק.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

יונגערליך קלעימט אז זײ זענען ממשיך ר׳ משה׳ס מחנה שלוה סטיל, טא, אפשר זאלן זײ פשוט איבערשפילן די הערליכע ניגונים מיט שײנע רײכע מוזיק, אנשטאט ארױסגעבן נײע ניגונים און טרײען אײנצורעדן די גאנצע עולם אז דאס איז א המשך פון מחנה שלוה,
נפתלי משה האט געזאגט בײ די גרונדונג פון יונגערליך אז זײער ציל איז טאקע דאס צוריקצוברענגען ״עכטע״ הײמישע נגינה,
ביזדערװײל האלט איך נישט אז זײ האבן דאס ״עכט״ מקײם געװען,
דאװענען, לעשות רצונך, באלד, וכו׳ איז זײער שײן און הײמיש, אבער מ׳האמיר דאך די ״עכטע״ אוצר עװעיליבל, טא, פארװאס דאס נישט נוצן???
יעצט װען זײ האלטן פאר די דריטע סידי װאלט איך געזאגט אנשטאט נײע זאכן, מאך א שײנע קאלעקשאן פון די ״ארגינעלע״ מחנה שלוה,
יעדער װעט הנאה האבן, די ערװאקסענע עולם איבערצוהערן נאסטאלגיע, און די יונגע ציבור װעט זיך אױסלערנען ״אמת׳ע״ שײנע הײמישע ניגונים.
כ׳רעד צום זאך?

(נאר אײן זאך והיא העיקר נארנישט סתם אפדאװענען די זאכן נאר געהעריג שטײײײט, מיט׳ן עכטן אמאליגן טעם)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

איך זע נישט עכט די מטרה פון ארויפצווינגען אלטע זאכן אויפ'ן עולם. ווער ס'איז אמת'דיג אינטערעסירט אין אלטע גוטע מוזיק, הערט עס שוין יעצט ארגינעל. דאס אז עולם גולם וועט אנהייבן נאכצוזינגען די ניגונים גיט מיר גארנישט צו.
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

ביי שבחים פארגאנגענע חוה"מ סוכות האט פריילעך, שירה, מיט יונגערליך אראפגעלייגט א הערליכע משה גאלדמאן מעדלי

viewtopic.php?p=2592035#p2592035
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

איך זעה נישט די געדאנק פון איבערמאכן די אמאליגע ר׳ משה גאלדמאן סידיס מיט היינטיגע קינדער קווייער. זיין ערשטע אלבום על הר גבוה האט דאך אזא אלטן נאסטאלגישן חן איז פארוואס פארטוישן מיט היינטיג. כ׳גלייב אז די עולם וואס איז אויפגעוואקסן דערמיט וועט ענדערשט וועלן בלייבן מיט די אריגענעלע. ווי אויך אמאל איז געווען א ריינערע וועלט און ס׳שפיגעלט זיך אפ אין די מוזיק, ס׳האט האט א געוויסע ריינקייט אין זיך.
איז אז ס׳קומט ארויס א אזא סידי וועלן די עלטערע נישט קויפן און די יונגערע וועלן עס ניטאמאל אנקוקן (ליידער).
לגבי יווגערלעך, מ׳קען שוין באלד גיין פתיחה מיט א יונגערליך 3# אשכול. כ׳הער אז ס׳קומט עפעס אזאנס און אזעלכס און די דריטע וועט איינפאקן די ערשטע צוויי. אויך האבן זיי פארשאפט עפעס א נייע קאמפאזיטער וואס נמ׳׳ש האלט פון אים עולם ומלואה.
פארפאלן, דורות בייטן זיך און די אמאליגע איידלקייט ווייס איך נישט צו ס׳קען צוריקקומען. אלס קען טאקע ווערן בעסער, אבער יונגערלעך איז פון די איינצעלנע פאן טרעגער פון היימישע נגינה היינט, וואונטש איך זיי פיל הצלחה און סייעתה דשמיא.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

שטארק @כינור, און גוטע נייעס.

די פראבלעם איז נישט נאר די ניגונים, די היינטיגע מיוזיק איז אינגאנצן אנדערש ווי ביי ר' משה'ן, פאר דעם אליין ברויכט זיך אן אשכול, מ'זאל דאס אויך צוריקברענגען.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

צו מען רעדט פון ר' משה גאלדמאן ניגונים צו אנדערע, כמיין כולי עלמא מודה אז די שענסטע זאך היינט איז נעמען אלטע ניגונים און עס איבערארבייטן מיט רייכע קאהר, סאלאוס און מוזיק, טאקע א גוטע דוגמא איז דער שבחים סידי וואס מען קען איבערהערן און איבערהערן אזוי פיל מאל און עס פארלירט נישט די חן, איינער זאל וועלן מאכן גרויס געלט, אן צאלן טויזענטער דאללער פאר די קאמפאוזער, נעמט ער א קאלעקשאן פון אלטע שיינע ניגונים שטאט און לעבעדיג פון סאטמאר, באבוב, סקולען, ליובאוויטש, קארלין און מאדזיץ, און ארבייט אריין עס זאל זיין העכסט פראפעשאנעל, כגלייב דארט איז דא דער מארקעט.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

כינור האט געשריבן:איך זעה נישט די געדאנק פון איבערמאכן די אמאליגע ר׳ משה גאלדמאן סידיס מיט היינטיגע קינדער קווייער. זיין ערשטע אלבום על הר גבוה האט דאך אזא אלטן נאסטאלגישן חן איז פארוואס פארטוישן מיט היינטיג. כ׳גלייב אז די עולם וואס איז אויפגעוואקסן דערמיט וועט ענדערשט וועלן בלייבן מיט די אריגענעלע. ווי אויך אמאל איז געווען א ריינערע וועלט און ס׳שפיגעלט זיך אפ אין די מוזיק, ס׳האט האט א געוויסע ריינקייט אין זיך.
איז אז ס׳קומט ארויס א אזא סידי וועלן די עלטערע נישט קויפן און די יונגערע וועלן עס ניטאמאל אנקוקן (ליידער).
לגבי יווגערלעך, מ׳קען שוין באלד גיין פתיחה מיט א יונגערליך 3# אשכול. כ׳הער אז ס׳קומט עפעס אזאנס און אזעלכס און די דריטע וועט איינפאקן די ערשטע צוויי. אויך האבן זיי פארשאפט עפעס א נייע קאמפאזיטער וואס נמ׳׳ש האלט פון אים עולם ומלואה.
פארפאלן, דורות בייטן זיך און די אמאליגע איידלקייט ווייס איך נישט צו ס׳קען צוריקקומען. אלס קען טאקע ווערן בעסער, אבער יונגערלעך איז פון די איינצעלנע פאן טרעגער פון היימישע נגינה היינט, וואונטש איך זיי פיל הצלחה און סייעתה דשמיא.

ביסט גערעכט כינור, די אמאל קומט קײנמאל נישט צוריק
די געדאנק איז נישט פון איבערמאכן ״ארגינעל״ די אלטע זאכן, ס׳נאר א געדאנק װיאזױ ״כאטש אביסעלע״ צוריק אױפלעבן שײנע הײמישע מוזיק, אז די יונגװארג זאל קענענלערנען שײנע חסיד׳שע ניגונים.
יוסף משה כהנא ארבעט אױף א פראדזשעקט פון ר׳ יום טוב ערליך׳ס ניגונים (כ׳מײן ער האט אפי׳ משה לאופער פאר די מוזיק) אבער איך ערװארט נישט אז אפי׳ דאס זאל זײן ״ארגינעל״, די װאס זענען געװאקסן אױף זײנע זאכן װעלן נאכאלץ נישט זײן 100 פראצענט צופרידן
(כ׳מײן אז מ׳קען שױן בערך פאראױסזעהן די תגובות נאכן ערשײנונג פון די אלבױם - ״עההה״, ׳ס׳װאלט געדארפט זײן אזי - אזױ״, ׳שטײטער״, ״די מוזיק איז נישט לאופער אין די גוטע צײטן״ וכו׳....)
אבער, דאס איז װאס ס׳איז דא, און כ׳פרײ מיך אז מ׳גיט א שאנס פאר די ניגונים צוריקצוקומען ״ספעציעל״ פארן אינגען דור,
די זעלבע בנוגע ר׳ משה׳ס ניגונים,אנשטאט סתם אפ׳פסל׳ן און זאגן ״פארפאלן״, קען מען פרובירן דאס בעסטע שײך צוריקצוברענגען די דיאמאנטן אױפ׳ן בעסטן אופן שײך אין 2021, כ׳האף מ׳פארשטײט די נקודה,
אגב, כ׳שרײב נישט סתם כ׳האב מיך שױן געװאנדן בעבר צו מוזיק פראדוצירער און געבעטן מ׳זאל טוהן איבער די נושא (מ׳מוז דאך זײן א נאה מקײם אױכעט.....)

נאר מיט שמחה, לדעתי איז אױך די ״מוזיק״ די גרעסטע אישו מיט די סארט אלבױמס, מ׳גיבט אזא דאװען אפ א 20-25 ניגונים שנעל און געלאפן װײטער,
איך שלאג פאר (נאר א מײנונג פון א יחיד) אז אזא פראיעקט זאל באשטײן נאר 13-15 ניגונים אנשטאט 22-25, און מ׳זאל איבערזינגען מער מאל יעדע פאל, מער רײן מוזיק, און גענוג שטײט ס׳זאל האבן א שאנס זיך אנצוקלעבן,

אױב מ׳װיל טאקע ״עכט״ ארײנברענגען הײמישע מוזיק קען מען, נײן, נישט ״פונקט״ װי אמאל, אבער גענוג גוט דאס צוריק אױפצופרישן מיט א הײמישן טעם, דער עולם זאל הנאה האבן.
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:

כ׳הער וואס איר זאגט, ס׳איז טאקע א געוואלדיגע זאך פאר עלטערן אריינצוברענגען אין שטוב כדי אפצוהיטן די טעם צו חסידישע נגינה. אבער ס׳איז נישט גענוג, מען דארף געדענקן אז מען קען נישט בלייבן נאר ביי די פריערדיגע. א מענטש וויל אלטס פרישע און נייע זאכן, און אז מען שטעלט נישט צו קיין נייע גוטע היימישע זאכן פאשעט מען אין פרעמדע פעלדער נישט קיין חילוק מיט וויפיל חסידישע מוזיק מען פיטערט אן. געב נאר א קוק וואס ליגט היינט אין א דורכשניטליכער בחור׳ס מפ3 שפילער. די פראבלעם איז, אז אלע גרויסע נייע קאמפאזיטארן וואס זענען ערשינען אויפן היימישן מאפע די לעצטע פאר יאר זענען געגאנגען לינקס. איך ווארט אויף א יונגערמאן איידל באזעסן כדוגמת ר׳ משולם גרינבערגער וואס זאל אנהייבן פראדוצירן גוטע סחורה כדבעי און נישט ווערן א ׳סעלעבריטי׳ און האבן א סאושעל מידיא קאנטע. ס׳זעכער דא אזאנע, מ׳דארף עס נאר טרעפן.
לעצט פארראכטן דורך כינור אום מאנטאג מארטש 08, 2021 3:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים - װיאזױ ברענגט מען דאס צוריק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

כינור האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:איך זעה נישט די געדאנק פון איבערמאכן די אמאליגע ר׳ משה גאלדמאן סידיס מיט היינטיגע קינדער קווייער. זיין ערשטע אלבום על הר גבוה האט דאך אזא אלטן נאסטאלגישן חן איז פארוואס פארטוישן מיט היינטיג. כ׳גלייב אז די עולם וואס איז אויפגעוואקסן דערמיט וועט ענדערשט וועלן בלייבן מיט די אריגענעלע. ווי אויך אמאל איז געווען א ריינערע וועלט און ס׳שפיגעלט זיך אפ אין די מוזיק, ס׳האט האט א געוויסע ריינקייט אין זיך.
איז אז ס׳קומט ארויס א אזא סידי וועלן די עלטערע נישט קויפן און די יונגערע וועלן עס ניטאמאל אנקוקן (ליידער).
לגבי יווגערלעך, מ׳קען שוין באלד גיין פתיחה מיט א יונגערליך 3# אשכול. כ׳הער אז ס׳קומט עפעס אזאנס און אזעלכס און די דריטע וועט איינפאקן די ערשטע צוויי. אויך האבן זיי פארשאפט עפעס א נייע קאמפאזיטער וואס נמ׳׳ש האלט פון אים עולם ומלואה.
פארפאלן, דורות בייטן זיך און די אמאליגע איידלקייט ווייס איך נישט צו ס׳קען צוריקקומען. אלס קען טאקע ווערן בעסער, אבער יונגערלעך איז פון די איינצעלנע פאן טרעגער פון היימישע נגינה היינט, וואונטש איך זיי פיל הצלחה און סייעתה דשמיא.

ביסט גערעכט כינור, די אמאל קומט קײנמאל נישט צוריק
די געדאנק איז נישט פון איבערמאכן ״ארגינעל״ די אלטע זאכן, ס׳נאר א געדאנק װיאזױ ״כאטש אביסעלע״ צוריק אױפלעבן שײנע הײמישע מוזיק, אז די יונגװארג זאל קענענלערנען שײנע חסיד׳שע ניגונים.
יוסף משה כהנא ארבעט אױף א פראדזשעקט פון ר׳ יום טוב ערליך׳ס ניגונים (כ׳מײן ער האט אפי׳ משה לאופער פאר די מוזיק) אבער איך ערװארט נישט אז אפי׳ דאס זאל זײן ״ארגינעל״, די װאס זענען געװאקסן אױף זײנע זאכן װעלן נאכאלץ נישט זײן 100 פראצענט צופרידן
(כ׳מײן אז מ׳קען שױן בערך פאראױסזעהן די תגובות נאכן ערשײנונג פון די אלבױם - ״עההה״, ׳ס׳װאלט געדארפט זײן אזי - אזױ״, ׳שטײטער״, ״די מוזיק איז נישט לאופער אין די גוטע צײטן״ וכו׳....)
אבער, דאס איז װאס ס׳איז דא, און כ׳פרײ מיך אז מ׳גיט א שאנס פאר די ניגונים צוריקצוקומען ״ספעציעל״ פארן אינגען דור,
די זעלבע בנוגע ר׳ משה׳ס ניגונים,אנשטאט סתם אפ׳פסל׳ן און זאגן ״פארפאלן״, קען מען פרובירן דאס בעסטע שײך צוריקצוברענגען די דיאמאנטן אױפ׳ן בעסטן אופן שײך אין 2021, כ׳האף מ׳פארשטײט די נקודה,
אגב, כ׳שרײב נישט סתם כ׳האב מיך שױן געװאנדן בעבר צו מוזיק פראדוצירער און געבעטן מ׳זאל טוהן איבער די נושא (מ׳מוז דאך זײן א נאה מקײם אױכעט.....)

נאר מיט שמחה, לדעתי איז אױך די ״מוזיק״ די גרעסטע אישו מיט די סארט אלבױמס, מ׳גיבט אזא דאװען אפ א 20-25 ניגונים שנעל און געלאפן װײטער,
איך שלאג פאר (נאר א מײנונג פון א יחיד) אז אזא פראיעקט זאל באשטײן נאר 13-15 ניגונים אנשטאט 22-25, און מ׳זאל איבערזינגען מער מאל יעדע פאל, מער רײן מוזיק, און גענוג שטײט ס׳זאל האבן א שאנס זיך אנצוקלעבן,
ס׳איז אביסל א טשיקן-אײער ערשט בחינה,
איך האלט אז ס׳הײבט זיך קלאר אן בײ די ארױסגעבער, אױב װעלן זײ אפמאכן צו כאטש ״פרובירן״ װעלן זײ בסיעתא דשמיא מצליח זײן

אױב מ׳װיל טאקע ״עכט״ ארײנברענגען הײמישע מוזיק קען מען, נײן, נישט ״פונקט״ װי אמאל, אבער גענוג גוט דאס צוריק אױפצופרישן מיט א הײמישן טעם, דער עולם זאל הנאה האבן.
כ׳הער וואס איר זאגט, ס׳איז טאקע א געוואלדיגע זאך פאר עלטערן אריינצוברענגען אין שטוב כדי אפצוהיטן די טעם צו חסידישע נגינה. אבער ס׳איז נישט גענוג, מען דארף געדענקן אז מען קען נישט בלייבן נאר ביי די פריערדיגע. א מענטש וויל אלטס פרישע און נייע זאכן, און אז מען שטעלט נישט צו קיין נייע גוטע היימישע זאכן פאשעט מען אין פרעמדע פעלדער נישט קיין חילוק מיט וויפיל חסידישע מוזיק מען פיטערט אריין. געב נאר א קוק וואס ליגט היינט אין א דורכשניטליכער בחור׳ס מפ3 שפילער. די פראבלעם איז, אז אלע גרויסע נייע קאמפאזיטארן וואס זענען ערשינען אויפן היימישן מאפע די לעצטע פאר יאר זענען געגאנגען לינקס. איך ווארט אויף א יונגערמאן איידל באזעסן כדוגמת ר׳ משולם גרינבערגער וואס זאל אנהייבן פראדוצירן גוטע סחורה כדבעי און נישט ווערן א ׳סעלעבריטי׳ און האבן א סאושעל מידיא קאנטע. ס׳זעכער דא אזאנע, מ׳דארף עס נאר טרעפן.

ס׳איז אביסל א טשיקן-אײער ערשט בחינה,
איך האלט אז ס׳הײבט זיך קלאר אן בײ די ארױסגעבער, אױב װעלן זײ אפמאכן צו כאטש ״פרובירן״ װעלן זײ בסיעתא דשמיא מצליח זײן
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”