לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

מתמודד האט געשריבן:דער רעוויו ליגט שוין אין מיינע קאמערן גאר לאנג, כדארף טאקע קרעדיטירן @מתמיד פאר אונטעראיילן ווען ער האט געקענט, למעשה האב איך קיין כובש נבואתו נישט געוואלט זיין האב איך עס ארויסגעלייגט דעם רעצענזיע אזויווי סשטייט און גייט און מי יתן והיה מזאל האבן צייט עס צו אפפארטיגן.

נו שוין... לייגסטו אויף מיר די שולד פארן ארויסלייגן א האלבע ארבעט...
אבער יא, ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן! דיין שריפט איז עפעס אוט אוו די ווארלד! דיין וועג וויאזוי צונעמסט זאכן איז ריעלי קרעזי!

עניוועי, הייבמיר אן א פרעשור קאמפיין פארן צווייטן חלק...
המאור שבה יחזירנו למוטב!
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

אפשר ביי די נעקסטע גרויסע דינער א פענעל פון כינור און מתמודד? האאא?
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מתמודד במתמודדיתו... איי ביסטו גוט! זיך באלעקט די זייטן, בבחינת רצוא ושוב...

אזא אנאליז דארף א זאפטיגע אנאליז, שטייצעך זיך דינגען ווי ס'ברויך צו זיין...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

מתמודד you hit me גאונות און שרייבעריי...
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

מתמודד ביסט מאסיוו!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: קרבן עולה צו חטאת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

מתמודד האט געשריבן:
בערי וועבער.
מ'טשעקט אריין נאך אפאר חדשים אפוועזנהייט... און וואס טרעפט מען א מאמאמיא אנאליז פון מתמודד. צו באלעקן! דיין שפראך און ווערטער אוצר איז ריזיג.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: קרבן עולה צו חטאת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

כינור האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:
בערי וועבער.
מ'טשעקט אריין נאך אפאר חדשים אפוועזנהייט... און וואס טרעפט מען א מאמאמיא אנאליז פון מתמודד. צו באלעקן! דיין שפראך און ווערטער אוצר איז ריזיג.
מ׳ווארט אויף אן אנאליז אויפן ׳וויזשניץ אינדערהיים׳ אלבום פון שלמה גערטנער.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ווערהענד כינור צושפילט זיין lyre
עס ברענגט ארויף די טיעף פון שיר.
אפהאנדלונגן אימער אביעקטיוו
יעדער נואנס באמערקט, קיינמאל פאסיוו.
דער כח געלאסן צו בלייבן,
אפגעזעהן וואס עס טוט באשרייבן.
ברענג פארגעניגן ביים ליינער.
ווי עס קען אויסער אים קיינער.
ישר כח כינור מיין פריינט
לעכטיג דיר זיין דער היינט!
(און מארגן אויך)
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

גאמ לבקשה.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

גא"מ למצטרפים לבקשה. @כינור, די סידיס האבן נישט קיין טעם פארן ליינען דיינע אנאליזן
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

שלום אחים ורעים.

דעם סידי האב איך נאכנישט געהערט. בעזר הויה יתברך שמו בקרוב. אבער אן אנדערע פראבלעם איז אין וועג. מיין 2 אלפים׳דיגע מעק קאמפיוטער איז טויט. על דרך לא דרך איז ער נאס געווארן און זינט דאן שפילט ער באהאלטן. כ׳האב נישט קיין צוטריט צו מיינע פראגראמען און פיילס. ווי נאר די קאמפיוטער איז צוריק, הייבט מען אן שרייבן.

האט אינזין מעק בן עפל זאל פארטרוקנט ווערן ווי אומשנעלסטן.

יישר כוחכם פאר די חיזוק.

׳שטארק זיך׳ איך בין גערירט. אמן! וכן למר. אזאנע תגובות געבן א בוסט פארן טאג.
לעצט פארראכטן דורך כינור אום זונטאג אוגוסט 14, 2022 7:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

שטעלטצעך א מנין דארט ביים קארנער... כ'האב אבער מורא אז ער וועט צוריק פארפרלייצט ווערן פון די טרערן...

ערנסט גערעדט, מיר ווארטן מיט שפאנונג לרפואת מעק בן עפל, און ס'זאל זיך נעמען פליסן סחורה... מיט הצלחה!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

אמן! שכוח פארן מנין
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

טישטוך האט געשריבן:
מ׳ווארט אויף אן אנאליז אויפן ׳וויזשניץ אינדערהיים׳ אלבום פון שלמה גערטנער.
ממוצע האט געשריבן:
גאמ לבקשה.
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
גא"מ למצטרפים לבקשה. @כינור, די סידיס
FD34874F-15D5-48D5-A6C6-2519AFC0C717.jpeg
FD34874F-15D5-48D5-A6C6-2519AFC0C717.jpeg (102.38 KiB) געזען 1866 מאל
בס״ד

שלומי גרטנר - ויזניצא אינדערהיים
תשפ״ב איז א שטיקל ויזניצע יאר… מוטי שטיינמעץ איז ארויסגעקומען מיט א הערליכן אלבום, בעיקר ניגוני ויז’ניץ, און יעצט כאפט זיך שלמה גרטנר ארויף אויפן נאסטאלגישן באן און ברענגט אויך אלטע ויזניצע ניגונים אויף וואס ער איז אויפגעוואקסן. און נישט פארגעסן אז די ניגונים פון יענקי דסקל - דער מלחין פון ויזניצן הויף - האבן דאס יאר גענאסן פון ספעציעלע פאפולריטעט ביים ציבור. איבערהויפט ויהי זרעי.

מוטי שטיינמעץ האט דעליווערט. קיין ספק. גאר א שיינע פראדוקציע געמאכט. לאמיר זעהן צו הרב גרטנער - וואס זיין ספעציעלקייט איז לאו דוקא היימיש חסידיש - קומט אויך אריין קלאר.


1. זכר חסדו

פארוואס האט געדויערט באלד א יובל יארן די ניגון זאל זיך טרעפן אויף א סידי? א מעסטערפיעס פון א ניגון.

הערליך! איך בין באמת איבערראשט וואס זיי האבן געטוהן מיט דעם ניגון כאטש די ניגון איז שוין א באקאנטע.

קומט אריין מיט א שיינעם אינטרא מיט נגיעות פון די ניגון אליין. די אקארדיען געבט דעם ריכטיגן נאסטאלגישן געפיל. די אינטרא פאר די שטייטע חלק איז דאך אזוי ניי און שיין. די מוזיק איז הערליך. שטארק הנאה געהאט פונעם טעמפא אין לעבעדיגן פאל. ווערט שנעלער און שנעלער. חידוש.

עס ווייזט וואס א שיינע פראדוקציע קען טוהן צו א ניגון. געברענגט א נייע דימענשען. כל הכבוד.

שלמה זינגט גוט!

א מעלה אדער טשעלענדזש פון א קאלעקציע סידי איז, אז מען דארף נישט כאפן קיין נייע תנועות נאר מען קען גראד פאקוסירן און אנשפיצן די אויערן אויף די פראדוקציע. און ס׳איז געוואלדיג. דזשאב וועל דאן.

אנגעהויבן מיטן רעכטן פיס.


2. ושויתי

אה. א הערליכע ווארימע פרייטאג צונאכטס ניגון. די אלטע לויטערע דערהויבנקייט וועט מען שוין היינט ליידער נישט טרעפן.

פשיהא דער סאלא פידל אין אינטרא איז פיין. ער הייבט אן מיט פיאנא און ספרינגס און דאן מיטן אינטערסאנטן עלעקטראנישן גיטאר אין לינקן אויער וואס באגלייט די פאל דורכאויס. פיינע קאורדס!

פארוואס זינגט ער נאר איינמאל ולעורר ליבי און דערנאך דעם אינטרא? אה, ווייל דאס איז כאילו א סימפאנישע הקדמה צום עיקר ווי די ניגון פארט אויפן ביעט. דארט זינגט ער טאקע איבער 2 מאל כדבעי. ער האט זייער פיין אנגעטוהן דעם ניגון אויפן ביעט.

הארץ הארץ און נאכאמאל הארץ.


3. שמך נאה

פשיהא, ער ברענגט די שענסטע ויזניצע ניגונים צום טיש! מען קען ניטאמאל זאגן וואס דאס מיינט פאר א ויזניצע חסיד ווען מען ברענגט אים זיינע ליבע ניגוני נעורים אראפגעשפילט ווי קיינמאל פריער. מוטי שטיינמעץ איז געווען די מתחיל במצוה, כאטש נישט בשלימות… ער האט געהאט ניגונים פון אנדערע חצירות אויך, און ר׳ שלמה ציט ווייטער די האפענטליך לאנג קייט מיטן ברענגען די סמעטענע פאר חסידי ויזניץ און פאר די וועלט זיך צו באקענען מיט די אוצרות. כה לחי.

בין איך נייגעריג צו דמי פראדוקציע אויף דעם ניגון וועט טאקע ברענגען דעם מורא׳דיגן ניגון אויף א העכערן שטאפל.

וואס איז די גערודער בעפאר די קווייער קומט אריין? שוין, 2022.

ביי 36: הערט מען די דילעי צו הויעך.

שיינע שילוב פון עלעקטריק פיאנא און טשעלא!

הערט זיך ווי א קיבאורד ווען די ביעט קומט אריין. עפעס פיל איך ווי די מוזיק איז צו קאלט כלפי די ווארימע מעלאדיע.

וואס? פארוואס הייבט ער נישט אן ביי די שטאטע פאל עשה עשה כנהוג? ווייס איך נישט. ביי שולחן עורך אנטלויפט ער. די קווייער קומט אויך אריין מיט צו געקונצעלטע שטיק (3:16) פאר אזא ווארימע שטיקל. מוזיקאליש איז עס נעקסט לעוועל אבער פאר די נשמה שבו נישט צו. און די אוי אוי פון שלמה (4:03) קומט אויך נישט אריין.

זייער א שיינע טרעק, טאקע דיפרענט, אבער זייער געלונגען און גרינג אויסצוהערן.

4. שבענו

פשיהא די טרעק הייבט זיך מיט אן אינטערסאנטן נייע סאונד. פיין. דערנאך לאזט ער זיך אריין אין א פיינע געשמאקע ביעט… איך האב מיר צולאכט וואס דער טוט מיט שבענו… גענומען אזא יאנטשי מיטאג טיש ניגון און פארוואנדעלט אין א רוקעדיגס… פארפאלן יעדע ניגון האט פאטענשעל. פיין! א געשמאק אויסצוהערן. דאס מיינט משנה צורה געווען. מען וויל זיך דערהייבן טפחים מן הקרקע.

די בעיס ליינס קומען אריין געוואלדיג קלאר.


5. לעכטיגע שבת מעדלי

אהא, ס׳הייבט זיך אן מיט אזא פארוועטשטן קווייער גראד פון מארמרוש ארויס. כ׳האף ער גייט מיר נישט אפזינגען דא די גאנצע זמירות שבת, אה, נאר שלום עליכם. די וואדווינס קומען אריין קלאר אין אינטרא, אבער די שארפע הארמאניקע ביי 51: ווייס איך נישט ווי ער האט זיך געטראפן דאס פלאץ אין דעם קוגל פון אינסטרומענטן. אביסל צו הויעך אין די מיקס.

יא, נישט יעדער ווייסט אז אדון השלום איז יצחק אונגאר׳ס א ניגון. אבער איך וועל מגלה סוד זיין, אז איין פאל פון דעם ניגון האט זיין זוהן ר׳ אברהם אונגאר געמאכט. געדענק איך נישט צו די הויעכע פאל צו די ערשטע פאל. ביידע זענען אייניג שיין.

עס לעבן נאך היינט אזאנע קינדער….?

די רעקארדירונג פון דעם יונגל איז וואונדערבאר, הערט זיך ווי פאר 40 יאר צוריק. ביי 1:09 הערט מען א קריץ. און פריער אויך.

געווענטליך קומט ארייין די פארשנעלערטע ביעט דעם צוויייטן מאל די ניגון גייט איבער, דא אבער הייבט ער גראד אן דערמיט. שיין.

די צווישנשייד צווישן אדון השלום און שבענו איז עפעס גאר גוט! די פיאנא ביי שבענו איז עפעס געוואלדיג.

די רעקארדירונג פונעם יונגל איז עפעס נישט צו קלאר, אבער די חן! שניידט גראד אדורך.

אוי שבת קודש… הערליך.

האפפפ, די לעצטע ניגון איז שוין געווען אויף מוטי׳ס סידי ניין? נאו טרענספעסינג.

עפעס די אוטראס אויף יעדע טרעק איז נישט סתם אבי. מען האט משקיע געווען.


6. לב טהור

ווידעראמאל קומט ער מיט א נייע סאונד. כל הכבוד. ער קומט אריין מיטן קלארינעט אויפן נידריגן רעדזשסטער. אן אינטערסאנטן אינטרא. קלאסיש.

אוי די ניגון ציפט! ווער עס האט נאר אמאל געזינגען די ניגון ברוב עם ביים באטע צו שלש סעודות וועט פארשטיין דעם אימפאקט פונעם ניגון אויפן הארץ. אזא הערליכע שיינע מעלאדיע. כ׳וואלט אפי׳ געזאגט אז ס׳איז מער ׳סאפאסטעקירט׳ פון די די אור אלטע ויזניצע ניגונים. די ניגון איז פלעין גארדזשעס. פארפאסט דורכ׳ן מח עצום אין נגינה ר׳ בנימין הארטמאן ז״ל.

די הויעכע פאל האט ענדליכע שטריכן צו משה גאלדמאן.

שלמה׳ס געזאנג צונעמט די גלידער.


7. הייליגער שבת מעדלי

ווער האט געמאכט די נעמען פון די טרעקס? לעכטיגע און הייליגע שבת. שוין. זאל זיין.

די קינדער קווייער הערט זיך ווי זיי זינגען פון פאליש. יא, טאקע דארט אין מארמרוש. אזוי ווייט און אומקלאר.

וואס ישמח משה איז א ויזניצע ניגון?? די ברידזשעס פון איין ניגון צום צווייטן זענען געוואלדיג.

די ברעסס ביי ישמח משה קומט אריין עפעס געוואלדיג שיין. די קווייער אויך. גאונות! ער גייט אריבער צו א וואלס. וואו. געכאפט אין סורפרייז. די טרעק איז עפעס הערליך שיין ארעינדזשט.


8.להודות מעדלי

די אינטרא איז אין א מיינאר און טוט גארנישט אנדייטן וועלכע ניגון עס קומט, ווארום, די ניגון אין ערשטן פאל איז א פרעיגיש.

ווי ער טוישט סקעיל צווישן איין ניגון און צווייטן איז עפעס הויכע חידושים. איך קען נישט דעם ועינינו תראינה. אינטערסאנט. איך מיין איך קען רוב ויזניצע ניגונים. העי, נאך איינער זינגט דא. מי הוא זה ואיזהו? וועט מען באלד אין בוקלעט קוקן. לכאורה דויד טויב. ער זינגט ויזניצ׳דיג - די לייסענסד קוועטשעס נאך מער ווי שלמה.

וואס פונקטליך האט די ועינינו תראינה מיט די להודות מעדלי? תיקו.

די אינטרא פאר להודות איז א וואו. ספעציעל די דראם פיל. ער לאזט דיר וויסן אז ער איז דא. געוואלדיג. ס׳איז פארהאן דא אסאך חידושים אין די מוזיק וואס מען זעהט נישט יעדן טאג. אזאנע מוזיקאלישע קרישקעלעך.


9. הקפה שישית.

א הערליכע פיאנא באגלייט דעם איקאנישן ויזניצן אתה הראת שטיקל.

העלא?? וואס איז די נייע שטיקל אינמיטן? חדש אסור שמחת תורה.

די זעקסטע הקפה ניגון דארף נישט קיין ארעינדזשמענט. דא ברויך מען בלויז מאיר אדלר׳ס אלטע קעטראן זאל דערהייבן דעם עולם אין די ספערן אריין. גראדע איז די ארעינדזשמענט גאר גוט.


10. כאיל תערוג

אה! ר׳ יצחק׳ס כאיל תערוג. א שלש סעודות פעיוועריט. איין מינוט, האט מוטי שטיינמעץ נישט געהאט די ניגון אויף זיין סידי? שוין איך געב אויף.

די ניגון האט א ספעציעלע פלאץ אין מיין הארץ, נעמליך, כ׳האב דעם ניגון געזינגען סאלא ביי א חבר׳ס בר מצווה.

א שיינעם אינטרא.

מתי ווען שוין?? נאו וועי. דאס מיינט די פסוק געהארגעט א ניגון. נישט ממש, אבער שוין.

הערליך שיין דעליווערט דעם ניגון. ר׳ שלמה׳ס שטימע איז אביסל צו שטיל דאכט זיך.


11. אברכה

א קלאסיק. כמדומני אז די וועלט קען דעם ניגון. א רואיגע מעידזשער ניגון געמאכט איינצושלעפן דעם עולם ביים טיש.

די אינטרא האט זילטש מיטן ניגון כאטש ס׳איז גאר שיין. עס געבט מער דעם געפיל ווי א חופה פילהארמאניע.

השם ירחם, ווואס איז די גדלו לשם הארמאניע פון שלמה ביי 1:59?

די טרעק איז הערליך שיין ארעינדזשט. די אינטערלוד איז הערליך קלאסיש. טאלאנט טאלאנט.


12. שבועות ניגון

ר׳ שלמה! דו ברענגסט די מערסט חשובע תנועות וואס פארמאגט א ספעציעל פלאץ אין הארץ פון יעדן ויזניצן חסיד צום אויבערפלאך. אזאנע קליינע תנועה׳לעך דא און דארט.

א הערליכן אינטרא!

געשמאקע מוזיק. ברענגט זייער גוט ארויס דעם ניגון.

איך בין ממש סורפרייזד פון די ארבעט וואס דויד טויב האט דא געמאכט. פלא והפלא. איך שמעק אז רובי בנט לערנט אים זיינע סודות. נישט געבעיסד אויף עפעס קלאסיפיצירטע אינפארמאציע. בלויז אן השערה בעלמא.


13. מזמור לדוד

איך שמעק די בילקעלעך און די טונא. ווידעראמאל דעם קלארינעט אין נידריגן רעדזשסטער. ר׳ שלמה האט א הערליכע שטימע קעניינע הארע.

אוי טאטע אין הימל! הערליך, עמאציאנאל, דערהויבן, הייליג, דביקות.

א געהעריגע סימפאני פונעם אידישן מאצארט ר׳ יענקל תלמוד ז״ל
……….
איך קוק אין בוקלעט און נישט מער און נישט ווייניגער, שלמה גרטנר אליינס איז די יונגל סאלא! א ילד הפלא של ממש. די סידי איז א בריק פון אמאל און היינט.

נישט פשוט! נאו ווארדס ר׳ שלמה. האסט דעליווערט א הערליכע ארבעט. איך שטיי און וואנדער מיך פארוואס מען האט געדארפט ווארטן ביז היינט. אין הכי נמי, די מזמור לדוד וועט מען נישט קענען זינגען אויפן קאנצערט סטעידזש, אבער דא איז דיין נשמה! איך גלייב די מערסטע נחת וועסטו נאך שעפן פון דעם אלבום.

די מוזיק אויף דעם אלבום איז ווערד א מעדאל. דויד האט דעליווערט ווי אן אלטגעזעצענעם ארראנדזשירער. ער האט נאך אזאנס נישט דעליווערט. נאך אלעם איז ער א ויזניצע נשמה.
……..
אינטערסאנט אז אין די שטאט ויזניצע אינדערהיים זענען געוויסע קינדער געגאנגען בארפעס. גאר א שיינע דעקל און בוקלעט.

[email protected]
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

א מחי׳ צו ליינען! כמעט ווי אויסגעכאפט די ווערטער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

הערליך הערליך!!! אזוי שיין ווי די סידי.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

כעט א הנאה צו ליינען דיינע אנאליזן

מ'ווארט אויף א אנאליז אויף קמפה'ס סידי
אוועטאר
בעל פרנסה
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:48 pm
לאקאציע: איך זוך עס נאך...

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל פרנסה »

הארי פלארי האט געשריבן:
כעט א הנאה צו ליינען דיינע אנאליזן

מ'ווארט אויף א אנאליז אויף קמפה'ס סידי
גא"מ.
אזוי מחי'דיג צו ליינען דיינע אנאליזן
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

כינור! הערליך צענומען!!

גראדע די יונגל סולו ביי אדון השלום טרעק שרייבט ער אז דאס איז ער שלומי אליין טאקע 30 יאר צוריק, און ער האט באקומען די ריקארדינג.
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

כינור, אמת ביסט מיט מיר אז אויף די נעקסטע ניגון גייט מען זינגען די וויזניצער חמול? די ניגון צונעמט מיך עקסטער יעדע מאל וואס איך הער עס, און די הייליגע טעג ביים דאווענען מורמל איך צו ווערן נאך מער נתעורר און בעטעדיג. נישט פשוט.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ענדע צדיק האט געשריבן:
א מחי׳ צו ליינען! כמעט ווי אויסגעכאפט די ווערטער.
איך האב ממש אזוי געפילט ביי שמך נאה די צווייטע מאל, אז ס'איז צו מאדערן די מוזיק פאר דעם ניגון.

אויך באוואנדער איך דיינע פאזעטיווע ווערטער וועגן די מוזיק ביי שבענו און הקפה ששית.. ביי מיר ווערט עס גלייך אוועקגעמישט....
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ממוצע האט געשריבן:
ענדע צדיק האט געשריבן:
א מחי׳ צו ליינען! כמעט ווי אויסגעכאפט די ווערטער.
איך האב ממש אזוי געפילט ביי שמך נאה די צווייטע מאל, אז ס'איז צו מאדערן די מוזיק פאר דעם ניגון.

אויך באוואנדער איך דיינע פאזעטיווע ווערטער וועגן די מוזיק ביי שבענו און הקפה ששית.. ביי מיר ווערט עס גלייך אוועקגעמישט....
יע.

געטראכט בשעתן הערן די סידי די ערשטע מאל: ס׳דא אמאל דער קעכער וואס קאכט שוין פאר 15 יאר, ער דארף יעצט קאכן פאר א היי ענד דזשאב זיין בארימטע פאטעיטא קוגל וואס יעדער לויבט אויס אזוי. ער קומט אריין צופרי, טוט אזוי שטייט אויס דעם רעקל, הענגט עס אויף, ציננדט אן אזא אלטע קאלעקשן טעיפ פון שטייטע מרדכי ניגונים, און מיט א פונקטליכקייט הייבט ער אן שיילן קארטאפל, מעסטן די סעלצער, דינסטן צוויבל, פונטקליך די אויל און די זאלץ...

נאכדעם איז דא ווען דער קעכער האט עפעס א נייע דזשאב, נייע מעניו, אלעס וואס ער וועט מאכן איז גוט, אבער מען האט באשטעלט פאטעטא קוגל... מען קען דאך נישט מאכן פשוטע קוגל. ער קומט אריין, שיסט אראפ די רעקל, גיבט א שמייס ארויף די ארבל צינד אן א געזונטע אברעימל סידי, אויפן העכסטן וואליום, גיבט א שליידער ארויס די גאנצע שיסל ספייסעס וואס ער האט און נוצט כמעט קיינמאל נישט, א ריזיגע פעקל צוקער, און מען נעמט זיך צו די עבודה, לאמיר זעהן וואס מען קען דא מאכן עפעס פריש...

עפעס אזויווי דער צווייטער האט געפילט די סידי.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

״מאיר אדלער׳ס אלטע קעטראָן״

נאטירט!
(ממני הקטן וועמען עס איבעלט די פלאסטישע קאָרג סאונד. און שפילט אויף א (נייע) קעטראן״.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
יע.

געטראכט בשעתן הערן די סידי די ערשטע מאל: ס׳דא אמאל דער קעכער וואס קאכט שוין פאר 15 יאר, ער דארף יעצט קאכן פאר א היי ענד דזשאב זיין בארימטע פאטעיטא קוגל וואס יעדער לויבט אויס אזוי. ער קומט אריין צופרי, טוט אזוי שטייט אויס דעם רעקל, הענגט עס אויף, ציננדט אן אזא אלטע קאלעקשן טעיפ פון שטייטע מרדכי ניגונים, און מיט א פונקטליכקייט הייבט ער אן שיילן קארטאפל, מעסטן די סעלצער, דינסטן צוויבל, פונטקליך די אויל און די זאלץ...

נאכדעם איז דא ווען דער קעכער האט עפעס א נייע דזשאב, נייע מעניו, אלעס וואס ער וועט מאכן איז גוט, אבער מען האט באשטעלט פאטעטא קוגל... מען קען דאך נישט מאכן פשוטע קוגל. ער קומט אריין, שיסט אראפ די רעקל, גיבט א שמייס ארויף די ארבל צינד אן א געזונטע אברעימל סידי, אויפן העכסטן וואליום, גיבט א שליידער ארויס די גאנצע שיסל ספייסעס וואס ער האט און נוצט כמעט קיינמאל נישט, א ריזיגע פעקל צוקער, און מען נעמט זיך צו די עבודה, לאמיר זעהן וואס מען קען דא מאכן עפעס פריש...

עפעס אזויווי דער צווייטער האט געפילט די סידי.
:grin:
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”