אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

איך און מיך
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 26, 2022 9:34 am

אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך איך און מיך » דינסטאג יוני 07, 2022 5:32 am

פיהל אידישע שפריכווערטער קומען פון פארצייטענס מיט טיפע באדייטונגען און צומאל מערערע
פון פארשידענע מקורות הייליגע אדער פארקערט(צ''ב משכילישע) טיילמאל איבערגענומען ווי עס שטייט און גייט (איינער ווייסט עפעס איבער דעם שפריכווארט?) פון די גוי'שע שכנים לויט לענדער, שפראכן און אומשטענדן וואו אויך צוליב פארשידנארטיגע הינטערגרונדען
איך וועל ארויפלייגן דאס ערשטע און לאמיר זעהן ווי די זאכן וועלן פאהרן
איך האף אז עס וועט איינעם אינטערעסירען


1)נישט געשטויגן און נישט געפלויגן
באדייט. א אומריכטיג זאך
מקור. אידן אין די קריסטליכע לענדער
הינטערגרונד. קומט אפצושפאטן פון זייער גלויבן אז זייער שמייליגער איז ארויפגעשטיגען פליעדיגעהייט אין הימל נאכן געקרייצט ווערן
א מעשה וואס איז פארשטייט זיך נישט געשטויגן און נישט געפלויגן

אוועטאר
פיפיות
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך פיפיות » דינסטאג יוני 07, 2022 7:38 am

איך און מיך האט געשריבן:

זייער שיין
גיי ווייטער
הֱיֵה עִם פִּיפִיּוֹת שְׁלוּחֵי עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל

אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 12100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג יוני 07, 2022 8:04 am

געוואלדאוונע.

באדייט: וואזשנעם איידיע
מקור: ערליכע אידן וועלכע באנוצן זיך מיט אייוועלט
הינטערגרונט: ווען מען וויל אויסדרוקן התפעלות און הנאה פון א שרייבער...

פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך פארשער » דינסטאג יוני 07, 2022 11:55 am

יאנאש האט געשריבן:געוואלדאוונע.

באדייט: וואזשנעם איידיע
מקור: ערליכע אידן וועלכע באנוצן זיך מיט אייוועלט
הינטערגרונט: ווען מען וויל אויסדרוקן התפעלות און הנאה פון א שרייבער...

אויך א נאמען פון א ניק וואס ברענגט נייעס פון הוצאת געוואלדיג.

אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 12100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג יוני 07, 2022 12:07 pm

כאפ איך יעצט אז כאב פארגעסן צו לייגן אין מיין תגובה די ’נישט צ”ק’...

עס איז א תגובה פשוט צו קאמפלימענטירן דעם פותח האשכול, וואס זאלעך טון אז דער קאמפלימענט האט אנגענומען א שטעקל שעיפ און פארעם אן איטס אוען....

בעיק טו @איך און מיך, קיפעם קאומינג

איך און מיך
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 26, 2022 9:34 am

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך איך און מיך » דינסטאג יוני 07, 2022 4:31 pm

2) די אידן וויינען און קלאגן מיט די קעפעלעך און עסן זיך אן מיט קרעפעלעך
באדייט. א איד ווערט נישט צובראכן פון צרות און לאכט גאר פון עס
מקור. אן אלט פויליש ווערטל (צום ערשטן מאל געהערט דעם שבועות)
הינטערגרונד. ווי באקאנט עסט מען קרעפלעך אין טעג וואס מען קלאפט
עריו''כ על חטא ,הו''ר הושענות ,פורים ביי המן און שבועות (אויפצוועקן דיין חבר אינמיטן תיקון)

איך און מיך
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 26, 2022 9:34 am

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך איך און מיך » מיטוואך יוני 08, 2022 3:27 pm

3)גיי צו וואו די פעפער וואקסט\זאל ער גיין צו וואו די פעפער וואקסט
באדייט. ווער פארשוואונדען פון פאר מיינע אויגן און קום נישט צוריק \ זיין שיקזאל גייט מיך נישט אן
מקור. א דייטשע שפריכווארט (איז צ''ב גענוצט געווארן דורך אייכמאן ימ''ש אינמיטען זיין געריכט)
הינטערגרונד. פעפער וואקסט אין אינדיע זייער ווייט פון דייטשלאנד אזוי אויך זענען די וועגען אמאל געווען גאר מסוכן. האט שוין דער דייטשער גוי געטראפן א וועג צו געבן א שיינע ברכה זיכער האט ער צוגעלייגט ביטע שיין גייען זי צו וואו די פעפער וואקסט

אוועטאר
את פתח לו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך את פתח לו » מיטוואך יוני 08, 2022 3:29 pm

גאר אינטערסאנט

#קיפ איט קאמונג
איר געפינט זיך יעצט אין א סאטמערע פלאץ,
ביטע ריספעקטירן דעם סאטמערע רעבינס שיטה.

איך און מיך
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 26, 2022 9:34 am

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך איך און מיך » מיטוואך יוני 08, 2022 6:15 pm

את פתח לו האט געשריבן:גאר אינטערסאנט

#קיפ איט קאמונג
יאנאש האט געשריבן:געוואלדאוונע.

באדייט: וואזשנעם איידיע
מקור: ערליכע אידן וועלכע באנוצן זיך מיט אייוועלט
הינטערגרונט: ווען מען וויל אויסדרוקן התפעלות און הנאה פון א שרייבער...
פיפיות האט געשריבן:
איך און מיך האט געשריבן:

זייער שיין
גיי ווייטער

שכח פאר אללע קאמפלימענטען
עס געבט מוט צו גיין ווייטער אי''ה

איך און מיך
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 26, 2022 9:34 am

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך איך און מיך » דאנארשטאג יוני 09, 2022 7:26 am

4)צוויי קעכער פארדארבען דעם בריי
באדייט. פיהל מאל איז בעסער א זאך זאל געטון ווערן אלליין ווי איידער מיט הילף פון אנדערע ווען קיינער טראגט א פולשטענדיגע פאראנטווארטליכקייט
מקור. חז''ל קידרא דבי שותפי לא חמימא ולא קרירא בבא בתרא כד, ב.
הינטערגרונד. אז א'''י זאל זיין א שיין לאנד טאר מען נישט פלאנצן א בוים נאנט צו א שטאדט ,אויב האט איינער געפלאנצט בעפאר דער שטאדט איז באשטאנען מוז ער עס אפשניידן און כאטש וואס די שטאדטסלייט דארפן באצאלען דערפאר קען ער נישט ווארטען מיטן שניידען ביז דאס געלט קומט אן ווייל קידרא דבי שותפי לא חמימא ולא קרירא האבן חז''ל פאראנטווארטליך געמאכט דעם בוים אייגעטומער

איך און מיך
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 26, 2022 9:34 am

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך איך און מיך » פרייטאג יוני 10, 2022 12:54 pm

5)עס וועט נישט העלפן קיין פודינו ומצילנו
באדייט. א פארפלאנטערטע מצב וואס מען זעהט נישט קיין וועג ארויס (בדרך הטבע)
מקור. פון די משכילים
הינטערגרונד. א משכילישע וועג אריינצודרינגען אז אמת שאתה הוא ה' אלקינו ...פודינו ומצילנו מעולם הוא שמך ואין לנו עוד אלקים איז מער נישט רעלעוואנט ח''ו
אבער אין אייוועלט ווייסט מען אז מען קען זיך פארלאזן אויפן פודה ומציל בכל עת צרה וצוקה וואס זאל זיך נישט מאכן

אוועטאר
דער הימלישע איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6838
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך דער הימלישע איד » פרייטאג יוני 10, 2022 1:30 pm

איך און מיך האט געשריבן:5)עס וועט נישט העלפן קיין פודינו ומצילנו
באדייט. א פארפלאנטערטע מצב וואס מען זעהט נישט קיין וועג ארויס (בדרך הטבע)
מקור. פון די משכילים
הינטערגרונד. א משכילישע וועג אריינצודרינגען אז אמת שאתה הוא ה' אלקינו ...פודינו ומצילנו מעולם הוא שמך ואין לנו עוד אלקים איז מער נישט רעלעוואנט ח''ו
אבער אין אייוועלט ווייסט מען אז מען קען זיך פארלאזן אויפן פודה ומציל בכל עת צרה וצוקה וואס זאל זיך נישט מאכן

שרעקעדיג פארוואס עס איז א נארמאלע שפריכווארט.

די דערמאנסט מיר יעצט פון די קינדער וואס בלאבלען נאך די רוסישע אויפגערעטע באס דרייווערס, אבער ווען זיי וואלטן געוויסט וואס דאס מיינט וואלטן זיי עס אין לעבן נישט ארויסגעזאגט.

אמר"ש עס איז דא א באקאנטע אויסדרוק די פץ? שמעתי אז עס איז זייער נישט קיין איידעלע ווארט, בינעך נייגעריג פון ווי דעי ווארט שטאמט.
פרנסה ס'גוט? ב"ה! איימעניט, האט איר פראבלעמען מיט אייער סופטוועיר?
נישט די ריכטיגע פראגראם? אדער פעלט פשוט "פראפעשיאנאלע עקספיריענס!"
קיצור... פאר אלע אייערע ביזנעס טעק געברויכן, (נישט IT) שיקט מיר א אימעיל אדער אישי.

אוועטאר
טשעבינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 12:09 pm

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך טשעבינער » מאנטאג יוני 13, 2022 2:42 pm

מיין זיידע פלעגט זאגן;
אדם א מענטש, קאטשקע דריי זיך...
וואס טייטש לינקע...? - היפוך דעת תורה!

אוועטאר
היסטאריש
שר האלף
תגובות: 1589
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך היסטאריש » זונטאג יולי 10, 2022 5:39 am

ש'כח

שרייב ווייטער..
דער פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.

בילד

☝☝☝ דריקט דא אנצוקומען צום פארמעסט! ☝☝☝

פארפאסונג
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2022 11:42 pm

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך פארפאסונג » זונטאג יולי 10, 2022 5:43 am

פון וואו קומט דער אויסדרוק: ״אויפן שפיץ גאָפל״

פארפאסונג
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2022 11:42 pm

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך פארפאסונג » זונטאג יולי 10, 2022 5:47 am

דער הימלישע איד האט געשריבן:
איך און מיך האט געשריבן:5)עס וועט נישט העלפן קיין פודינו ומצילנו
באדייט. א פארפלאנטערטע מצב וואס מען זעהט נישט קיין וועג ארויס (בדרך הטבע)
מקור. פון די משכילים
הינטערגרונד. א משכילישע וועג אריינצודרינגען אז אמת שאתה הוא ה' אלקינו ...פודינו ומצילנו מעולם הוא שמך ואין לנו עוד אלקים איז מער נישט רעלעוואנט ח''ו
אבער אין אייוועלט ווייסט מען אז מען קען זיך פארלאזן אויפן פודה ומציל בכל עת צרה וצוקה וואס זאל זיך נישט מאכן

שרעקעדיג פארוואס עס איז א נארמאלע שפריכווארט.

די דערמאנסט מיר יעצט פון די קינדער וואס בלאבלען נאך די רוסישע אויפגערעטע באס דרייווערס, אבער ווען זיי וואלטן געוויסט וואס דאס מיינט וואלטן זיי עס אין לעבן נישט ארויסגעזאגט.

אמר"ש עס איז דא א באקאנטע אויסדרוק די פץ? שמעתי אז עס איז זייער נישט קיין איידעלע ווארט, בינעך נייגעריג פון ווי דעי ווארט שטאמט.


אזוי אויך קען מען צומאל הערן פון מענטשן: ״קענסט שרייען חי וקים, ס׳גייט גאָרנ*** העלפן. ר״ל
פארשטענדליך פון די זעלבע מקור..
איך פלעג עס צומאל ניצן נישט וואוסנדיג אפילו וואס עס מיינט.

טאהש'ער אייניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך טאהש'ער אייניקעל » זונטאג יולי 10, 2022 4:44 pm

איך און מיך האט געשריבן:2) די אידן וויינען און קלאגן מיט די קעפעלעך און עסן זיך אן מיט קרעפעלעך
באדייט. א איד ווערט נישט צובראכן פון צרות און לאכט גאר פון עס
מקור. אן אלט פויליש ווערטל (צום ערשטן מאל געהערט דעם שבועות)
הינטערגרונד. ווי באקאנט עסט מען קרעפלעך אין טעג וואס מען קלאפט
עריו''כ על חטא ,הו''ר הושענות ,פורים ביי המן און שבועות (אויפצוועקן דיין חבר אינמיטן תיקון)

איך האב עס געהערט אז יודן ווען מ'שלאגט עסן זיי קרעפלעך
עריו"כ שלאגט מען כפרות הו"ר שלאגט מען הושענות און פורים שלאגט מען המן'ען

אוועטאר
דעת בעל הבית
שר ששת אלפים
תגובות: 6057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

תגובהדורך דעת בעל הבית » פרייטאג יולי 15, 2022 1:07 am

זייער זייער אינטרסאנט! ;l;p-


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט