ווערטער שרשים און אויפפאסונגען אין דער אידישער שפראך

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

ווערטער שרשים און אויפפאסונגען אין דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אסאך מאל בין איך זיך מתבונן אין ווערטער פון אונזער רייכע אידישע שפראך, און עס איז אינטערעסאנט צו זען זען ווי אזוי די ווערטער זענען געבויעט געווארן און צונויפגעשטעלט געווארן.
פיל ווערטער זענען פשוט א צוזאמענשטעל פון צווייי ווערטער.

אט למשל גיבט א קלער אריין וויפיל ווערטער זענען צוזאמגעשטעלט פון דעם איינעם 'טוך'. דאס איז א גלאט שטיקל בגד וואס האט באקומען א פארזילבע געוואנדן אינעם באנוץ דערפון.

  • האנטוך (האנד טוך)
  • טישטוך
  • ווישטוך
  • פארטוך
  • טיכל (אויפן קאפ)
  • טאשטוך - טאשטיכל

די זעלבע מיט דער "'אנט', וואס מיינט זעט אויס עפעס ווי 'ניין' אדער שטעלן אן אפאזיציע. אזוי ווי מען נוצט אין אנטי. איז אויך פארהאן אסאך ווערטער געבויעט דערפון.

  • אנט-שולדיג (ווארפט אראפ די שולד)
  • אנטמוטיגן (נעמט אוועק די מוט)
  • אנטלויפן (אוועקלויפן)
  • אנט-ווארט (פון דעם שטאמט ענטפער - א ווארט אויף צוריק)
  • אנטדעקן (אראפנעמען דעם דעקע)
  • אנטוואפענען
  • אנטבלויזט (אראפציען ביז בלויז..)
  • אנטקעגן (איז לכאו' צוויי מאל די זעלבע, דהיינו ער איז שטארק קעגן

און נאך עטליכע וואס באלאנגט לכאו' אויך דא אבער איך ווייס נישט פונקט פארוואס. ווי:
  • אנטשלאסן
  • אנטוויקלונג
  • אנטפלעקן
לעצט פארראכטן דורך הלבלר בקולמסו אום פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 12:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

א פעני
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 5:03 pm

Re: ווערטער שרשים אין דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פעני »

אפשר קען מען דא פילעווען אין אן אלטע קשיא וואסי מיר שווער, וואס טוהט א "צו" צום ווארט
נעמען-צונעמען (תרתי משמע)
קלאפן-צוקלאפן
מאכן-צומאכן
טרעפן-צוטרעפן
לייגן-צולייגן
ועוד כמה וכמה
ווען דער פעני ווייסט ווען וויפיל ער איז ווערט, וואלט ער זיך געשפירט 2 סענט..
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ווערטער שרשים אין דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

א פעני האט געשריבן:אפשר קען מען דא פילעווען אין אן אלטע קשיא וואסי מיר שווער, וואס טוהט א "צו" צום ווארט
נעמען-צונעמען (תרתי משמע)
קלאפן-צוקלאפן
מאכן-צומאכן
טרעפן-צוטרעפן
לייגן-צולייגן
ועוד כמה וכמה

ס'מאכט שטערקער די פעולה.

נעמען - איינער נעמט פלעין.
צונעמען - מיט א שטארקייט אפי' איינער איז לוחם.

קלאפן - סתם א קלאפ.
צוקלאפן - נישט סתם...

טרעפן - סתם געטראפן.
צוטרעפן - ממש צום פינטל.

לייגן - איינער לייגט עפעס.
צולייגן - ער לייגט צו נאכמער.
לעצט פארראכטן דורך יצחק אייזיק אום דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: ווערטער שרשים אין דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

א פעני האט געשריבן:אפשר קען מען דא פילעווען אין אן אלטע קשיא וואסי מיר שווער, וואס טוהט א "צו" צום ווארט
נעמען-צונעמען (תרתי משמע)
קלאפן-צוקלאפן
מאכן-צומאכן
טרעפן-צוטרעפן
לייגן-צולייגן
ועוד כמה וכמה

די ווערטער זיינען אלע א "צו"גאב

קלאפען איז א איינצעלנע, צוקלאפען איז א פעולה פון נאך און נאך ביז עס איז גענצליך צעקלאפט, אדער צוקלאפען די טיר, וואס דאס קומט מיט מער קראפט, ביז עס איז גענצליך פארשלאסען
לייגן, לייג דארט עפעס. צולייגען: עס ליגט שוין עפעס, לייג נאך

א.א.וו.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
א פעני
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 5:03 pm

Re: ווערטער שרשים אין דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פעני »

צו געזונט האט געשריבן:
א פעני האט געשריבן:אפשר קען מען דא פילעווען אין אן אלטע קשיא וואסי מיר שווער, וואס טוהט א "צו" צום ווארט
נעמען-צונעמען (תרתי משמע)
קלאפן-צוקלאפן
מאכן-צומאכן
טרעפן-צוטרעפן
לייגן-צולייגן
ועוד כמה וכמה

די ווערטער זיינען אלע א "צו"גאב

קלאפען איז א איינצעלנע, צוקלאפען איז א פעולה פון נאך און נאך ביז עס איז גענצליך צעקלאפט, אדער צוקלאפען די טיר, וואס דאס קומט מיט מער קראפט, ביז עס איז גענצליך פארשלאסען
לייגן, לייג דארט עפעס. צולייגען: עס ליגט שוין עפעס, לייג נאך

א.א.וו.

גוט, גוט. אויף דערווייל שטימט עס, אויב כ'על טרעפן דוגמאות וואס שטימט נישט וועל'ך ארויפקומען בעה"ש
אבער
ווען דער פעני ווייסט ווען וויפיל ער איז ווערט, וואלט ער זיך געשפירט 2 סענט..
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ווערטער שרשים אין דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

א פעני האט געשריבן:גוט, גוט. אויף דערווייל שטימט עס, אויב כ'על טרעפן דוגמאות וואס שטימט נישט וועל'ך ארויפקומען בעה"ש
אבער

עס איז דא צע- וואס מיינט פונאנדער. אזוי ווי צעפלויגן וכו'
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

ל' סופית, לשון נופל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פארהאן א צאל ווערטער וואס אין אפשטאם זענען זיי א דעמינוטיוו, אבער מיט די צייט איז דאס שוין פארוואנדלט געווארן א זעלבסשטעדיגע ווארט פאר זיך און איז אין היינטיגן טאג גאר נאך פיל מער אין באנוץ ווי איר ארגינעלער טערמין.
א שטייגער ווי רעקל וואז איז פיל מער גאנגבאר ווי ראק, רעדל פון ראד, וועסטל פון וועסט. און אזוי אויך טיכל, קריגל, דעקל, צווענגל און קנעפל.

דאן איז דא נאך פילע אידישע ווערטער וואס זייער דעמינוטיוו וועט לאו דוקא סיגנאליזירן אויף א קליינער אפצווייג פון איר מאמע שטאם, נאר זי איז שוין געווארן א ווארט פאר זיך, וואס טוט אידענטיציפירן א געוויסער סארט פאר זיך.
צום ביישפיל, א גרויסער טעפל בלייבט א טעפל, הגם ער איז קלענער פון א קליינער טאפ. א הענטל פון א טיר, קען צומאל זיין גרעסער ווי א האנט.
און די זעלבע מיט א פיסל, רינגל, קייטל, קעסטל [-קאסטן], זעקל, גלעזל, בענדל, בלעטל, שטיקל אדער ווערטל.

צומאל איז דער למ"ד צום סוף ווארט, נישט קיין אנדייטונג בכלל אויף א פארקלענערונג, נאר א תשמיש, ווי אין שלאס-שליסל, ארעם-ערמל און שערל.

נאך ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א למ"ד, אבער איך בין נישט דערגאנגען אלטס וואס, זענען: שאכטל, קרעפל, כרעמזל, שיסל, שיידל, ביידל [אולי פון געביידע], קוגל, קאפל, לעדל [פילייכט פון שופלאד און לאדן], זעמל, שירצל [אולי מלשון shirt], צעטל און בייטל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ל' סופית, לשון נופל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:פארהאן א צאל ווערטער וואס אין אפשטאם זענען זיי א דעמינוטיוו, אבער מיט די צייט איז דאס שוין פארוואנדלט געווארן א זעלבסשטעדיגע ווארט פאר זיך און איז אין היינטיגן טאג גאר נאך פיל מער אין באנוץ ווי איר ארגינעלער טערמין.
א שטייגער ווי רעקל וואז איז פיל מער גאנגבאר ווי ראק, רעדל פון ראד, וועסטל פון וועסט. און אזוי אויך טיכל, קריגל, דעקל, צווענגל און קנעפל.

דאן איז דא נאך פילע אידישע ווערטער וואס זייער דעמינוטיוו וועט לאו דוקא סיגנאליזירן אויף א קליינער אפצווייג פון איר מאמע שטאם, נאר זי איז שוין געווארן א ווארט פאר זיך, וואס טוט אידענטיציפירן א געוויסער סארט פאר זיך.
צום ביישפיל, א גרויסער טעפל בלייבט א טעפל, הגם ער איז קלענער פון א קליינער טאפ. א הענטל פון א טיר, קען צומאל זיין גרעסער ווי א האנט.
און די זעלבע מיט א פיסל, רינגל, קייטל, קעסטל [-קאסטן], זעקל, גלעזל, בענדל, בלעטל, שטיקל אדער ווערטל.

צומאל איז דער למ"ד צום סוף ווארט, נישט קיין אנדייטונג בכלל אויף א פארקלענערונג, נאר א תשמיש, ווי אין שלאס-שליסל, ארעם-ערמל און שערל.

נאך ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א למ"ד, אבער איך בין נישט דערגאנגען אלטס וואס, זענען: שאכטל, קרעפל, כרעמזל, שיסל, שיידל, ביידל [אולי פון געביידע], קוגל, קאפל, לעדל [פילייכט פון שופלאד און לאדן], זעמל, שירצל [אולי מלשון shirt], צעטל און בייטל.

*דימינוטיוו.

זייער אינטערעסאנט. איראניש איז "א ריזיגע בעקעלע".

שליסל וואלט איך נישט געטראכט איז א דימינוטיוו פון שלאס, הגם מסתמא האבן די ווערטער שייכות. א קליינער שלאס איז א שלעסל. ערמל איז מעגליך טאקע יא פון ארעם, אזוי ווי קאפל פון קאפ. שערל קומט פון שערע. ביידל, שירצל, און לעדל זענען טאקע דימינוטיוון, ווי דו זאגסט, אזוי אויך צעטל.

נישט אלע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ל' זענען דימינוטיוון. דימינוטיוון מיט א ל' צום סוף ענדיגן זיך בלשון-רבים עך; די וואס זענען נישט קיין דימינוטיוון ענדיגן זיך ען: הימלען, שליסלען, גאפלען, קוגלען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

קאפל איז וואשיינליך פון קאפ מיט א פת"ח, ווי דא און איז א דימיניטיוו.
[לפי מעלות קומט עס פון כיפה, גראדע אין ענגליש הייסט עס headland אדער cape].

שליסל און ערמל האב איך דירעקט נישט געשריבן אלס דימיניטיוו, נאר אזוי ווי מען נוצט צינדער פאר עפעס וואס מען צינדט, נוצט מען ערמל צו פארדעקן דעם ארעם.
[עפעס קלינגט מיר א גלעקל איבער א כלי אין לשה"ק מיט צוויי חלקים, און ביידע הייסן גאר ענדליכע נעמען, אויב איך וועל זיך דערמאנען וועל איך בל"נ צוריקקומען].
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

ליידן, ליידיג, באליידיגן, אויסליידיגן און אפליידיגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אין דער דייטשער שפראך מיינט ליידן דאס זעלבע ווי אין אידיש. ליידיג מיינט עפעס וואס מאכט ליידן, און באליידיגן מיינט אויך דאס זעלבע ווי אין אידיש און קומט פון דעם וואס ווען מ’באליידיגט א צווייטן מאכט מען יענעם ליידן. אזעלכע ווערבן ווי אויסליידיגן און אפליידיגן זענען בכלל נישט בנמצא אין דייטש. אין אידיש האט דער אדיעקטיוו ליידיג באקומען גאר אן אנדער מיינונג. וואס ביי אונז מיינט ליידיג איז אין דייטש לער. אזא ווערב ווי ליידיגן איז נישטא נישט אין דייטש און נישט אין אידיש, אבער מיט פארשידענע פרעפיקסן האט דער שורש "ליידיגן" באקומען גאר אנדערע מיינונגען אין אידיש. באליידיגן מיינט אינגאנצן עפעס אנדערש ווי אויסליידיגן און אפליידיגן.

גיי ווייס ווי אזוי דאס האט זיך אנטוויקלט.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

ציילן, פארציילן און דערציילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ווען מ’לייגט צו דעם פרעפיקס דער־ אדער פאר־ צו דעם ווערב ציילן, באקומט עס גאר אן אנדער באדייט. אזוי אויך אין דייטש, ציילן איז ציילן געלט, און ערציילן איז ערציילן א מעשה. פארציילן אין דייטש האט צוויי באדייטן. 1) זיך פאררעכענען, ד"ה נישט ציילן גוט. 2) פארציילן שטותים.

אין ענגליש איז ציילן, count. ווען מ’לייגט צו דעם פרעפיקס re-, recount, באקומט עס אויך דאס זעלבע משמעות ווי פארציילן… הפלא ופלא.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ציילן, פארציילן און דערציילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

למדן וצדיק האט געשריבן:ווען מ’לייגט צו דעם פרעפיקס דער־ אדער פאר־ צו דעם ווערב ציילן, באקומט עס גאר אן אנדער באדייט. אזוי אויך אין דייטש, ציילן איז ציילן געלט, און ערציילן איז ערציילן א מעשה. פארציילן אין דייטש האט צוויי באדייטן. 1) זיך פאררעכענען, ד"ה נישט ציילן גוט. 2) פארציילן שטותים.

זיי זאגן אז רעקאונט איז א פרעפיקס אויף "אקאונט" וואס דאס קען מיינען סיי א קאנטע (וואו מען ציילט געלט), און סיי א געשיכטע (וואס מען דערציילט).

אינטערעסאנט וועט זיין דאס צוצושטעלן צו לשה"ק וואו סיפור מיינט דערציילן, און ספירה הייסט ציילן!
לְסַפֵּר און לִסְפוֹר...

אבער דאס באלאנגט שוין פאר מעלות צו שפינען.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: ציילן, פארציילן און דערציילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:אינטערעסאנט וועט זיין דאס צוצושטעלן צו לשה"ק וואו סיפור מיינט דערציילן, און ספירה הייסט ציילן!
לְסַפֵּר און לִסְפוֹר...

אה, נישט אויפגעפאסט... דאס איז אינטערסאנט!
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

הינגעריכט(עט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

געווענליך ווען מ'וויל טוישן א ווערב צו לשון עבר, וועט מען צולייגן גע- פון אנהייב: געגעסן, געטרונקען, געלאפן, געשלאפן, געקוקט, געזוכט, געטראכט, אא"וו. פארוואס פונעם ווערב הינריכטן ווערט הינגעריכט און נישט געהינריכט?

דאס קען מען שנעל שמעקן אז דאס ווארט איז דייטש. נאכקוקנדיג האב איך געזען אז הין איז אייגנטליך א פרעפיקס פאר'ן ווארט ריכטן. אזוי ווי מ'קען זאגן [א]הינגיין, [א]הינווארפן, [א]הינקוקן, קען מען אויך זאגן הינריכטן, און דעריבער איז דער לשון עבר דאס זעלבע ווי אהינגעגאנגען, אהינגעווארפן, און אהינגעקוקט. איך טראכט אז דאס באדייט אזוי ווי אינעם ענגלישן טייטש אויף דעם ווארט execute, וואס באציט זיך יעדעס מאל עפעס ווערט אויסגעפירט; אין אנדערע ווערטער, מ'ריכט דעם מענטש אויף אהין.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: ציילן, פארציילן און דערציילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

למדן וצדיק האט געשריבן:ווען מ’לייגט צו דעם פרעפיקס דער־ אדער פאר־ צו דעם ווערב ציילן, באקומט עס גאר אן אנדער באדייט. אזוי אויך אין דייטש, ציילן איז ציילן געלט, און ערציילן איז ערציילן א מעשה. פארציילן אין דייטש האט צוויי באדייטן. 1) זיך פאררעכענען, ד"ה נישט ציילן גוט. 2) פארציילן שטותים.

אין ענגליש איז ציילן, count. ווען מ’לייגט צו דעם פרעפיקס re-, recount, באקומט עס אויך דאס זעלבע משמעות ווי פארציילן… הפלא ופלא.

איך שפיר אז איך דארף אויסבעסערן א משהוא.

Recount
1) איבערדערציילן א געשיכטע = ער האט איבערדערציילט אין קאורט (פאר די דזשורזי) וואס האט פאסירט מיט אים. (נישט סתם דערציילן/פארציילן א מעשה)

2) איבערציילן. = איבערציילן שטימעס (זיכער צו מאכן) וואס זענען שוין געציילט געווארן.
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע: צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: ווערטער שרשים און אויפפאסונגען אין דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

כ'האב יעצט משים לב געווען אז די פאלגנדע דריי ווערטער "פארמאגן", "פארמעגליך", און "פארמעגן" קומען אלע פון זעלבן שורש. זייער אינטערסאנט...
טייערע אידן אין אמעריקא! אויפמערקזאם!

די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!

פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.

א דאנק!
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: ווערטער שרשים און אויפפאסונגען אין דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

כ'שעם מיר צו זאגן, אבער איך האב הערשט די וואך אויסגעפונען אז (מיין באקאנט אלץ) אידישע ווארט ''אנאלפאבעט'', איז צוזאמגעשטעלט פון "on Alfa bat"
וואס דייטעט אן אז דער סארט פערזאן קען נישט שרייבן און ליינען אלפא בעטן
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: הינגעריכט(עט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

גרשון האט געשריבן:
געווענליך ווען מ'וויל טוישן א ווערב צו לשון עבר, וועט מען צולייגן גע- פון אנהייב: געגעסן, געטרונקען, געלאפן, געשלאפן, געקוקט, געזוכט, געטראכט, אא"וו. פארוואס פונעם ווערב הינריכטן ווערט הינגעריכט און נישט געהינריכט?

דאס קען מען שנעל שמעקן אז דאס ווארט איז דייטש. נאכקוקנדיג האב איך געזען אז הין איז אייגנטליך א פרעפיקס פאר'ן ווארט ריכטן. אזוי ווי מ'קען זאגן [א]הינגיין, [א]הינווארפן, [א]הינקוקן, קען מען אויך זאגן הינריכטן, און דעריבער איז דער לשון עבר דאס זעלבע ווי אהינגעגאנגען, אהינגעווארפן, און אהינגעקוקט. איך טראכט אז דאס באדייט אזוי ווי אינעם ענגלישן טייטש אויף דעם ווארט execute, וואס באציט זיך יעדעס מאל עפעס ווערט אויסגעפירט; אין אנדערע ווערטער, מ'ריכט דעם מענטש אויף אהין.
לויט דעם איז [א]הינריכטן מיינט פשוט אהינפירן, אזוי ווי מען זאגט געריכטעט צום טיר. און נישט פונען שורש פון געריכט.

אמר"ש קען מען קלערן אויב ריכטן, רעכטס, גערעכט, ריכטיג און געריכט. זענען פונעם זעלבן יסוד.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ווערטער שרשים און אויפפאסונגען אין דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

די שורש פון באגענוגן איז "גענוג". (מקור)
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך היסטאריש »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:

נעמסט דאך נישט ארויס דעם עיקר. ער זאגט אז מען שרייבט 'באנוגענען' און נישט 'באגניגענען'…

אבער גרשון שרייבט יא 'באגנוגנט'.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: הינגעריכט(עט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
אמר"ש קען מען קלערן אויב ריכטן, רעכטס, גערעכט, ריכטיג און געריכט. זענען פונעם זעלבן יסוד.
ריכטיג. דער שורש איז פון אינדאָ-אייראפעאיש, וואו דאס ווארט האט באדייט גראד, גלייך ווי דאס לשון-קודש'דיג יושר מיינט באמת גראד. איינער וואס פירט זיך ביושר און טוט וואס איז ריכטיג גייט אויפ'ן גראדן וועג.

ערגעצוואו אין פּראָטאָ-גערמאניש האט מען עס אנגעפאנגען ניצן פאר דעם פארקערטן ווי לינק. איך האב נישט געזען אין ערגעץ די סיבה דערצו, אבער ס'לאזט זיך שפעקולירן אז דאס איז וויבאלד ביי רוב מענטשן אין די רעכטע האנט חשוב'ער. מערקווירדיג איז אין פראנצויזיש ווי רעכטס הייסט סתם רעכטס, און גראד הייסט "אינגאנצן רעכטס".
אטעטשמענטס
Annotation 2022-11-13 150450.png
Annotation 2022-11-13 150450.png (32.13 KiB) געזען 808 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: הינגעריכט(עט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

גרשון האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
אמר"ש קען מען קלערן אויב ריכטן, רעכטס, גערעכט, ריכטיג און געריכט. זענען פונעם זעלבן יסוד.
ריכטיג. דער שורש איז פון אינדאָ-אייראפעאיש, וואו דאס ווארט האט באדייט גראד, גלייך ווי דאס לשון-קודש'דיג יושר מיינט באמת גראד. איינער וואס פירט זיך ביושר און טוט וואס איז ריכטיג גייט אויפ'ן גראדן וועג.

ערגעצוואו אין פּראָטאָ-גערמאניש האט מען עס אנגעפאנגען ניצן פאר דעם פארקערטן ווי לינק. איך האב נישט געזען אין ערגעץ די סיבה דערצו, אבער ס'לאזט זיך שפעקולירן אז דאס איז וויבאלד ביי רוב מענטשן אין די רעכטע האנט חשוב'ער. מערקווירדיג איז אין פראנצויזיש ווי רעכטס הייסט סתם רעכטס, און גראד הייסט "אינגאנצן רעכטס".
אינטערעסאנט.
לויט דעם הייסט געריכטעט, צוגעפירט אויפן ריכטיגן וועג.

סטרעי(כ)ט פון ענגליש, וואס דו האסט געלייגט אינעם סקרין-שאס (קרעדיט: י. געשטעטנער), זעט אויך אויס פון דעם שורש.

און מען אויך צולייגן "אנרעכטן" "אפרעכטן", "פאררעכטן" און "צורעכטן" וואס דאס אלעס איז ווארשיינליך זיך צורעכט מאכן (correct).
און מעגליך אויך "צוריכטן". און "זיך ריכטן" וואס מען נוצט ביים זיך רישן אויף עפעס.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ווערטער שרשים און אויפפאסונגען אין דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היסטאריש האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
די שורש פון באגענוגן איז "גענוג". (מקור)
נעמסט דאך נישט ארויס דעם עיקר. ער זאגט אז מען שרייבט 'באנוגענען' און נישט 'באגניגענען'…

אבער גרשון שרייבט יא 'באגנוגנט'.
בא[ג]נוגענען איז ריכטיג מיט אדער אן דעם ערשטן ג'. א דריטער פארעם איז באגנוגן. טוישן דעם ו' פאר א י' טרעפט מען כמעט נישט און מ'קען עס באצייכענען אלס אומריכטיג.

ר' סענדער ע"ה האט ווייזט אויס געשריבן באנוגענען, אן דעם ג', אבער היינט איז דאכט זיך מער אנגענומען מיט'ן ג', ווי אריגינעל אין דייטש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ווערטער שרשים און אויפפאסונגען אין דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
די שורש פון באגענוגן איז "גענוג". (מקור)
נעמסט דאך נישט ארויס דעם עיקר. ער זאגט אז מען שרייבט 'באנוגענען' און נישט 'באגניגענען'…

אבער גרשון שרייבט יא 'באגנוגנט'.
בא[ג]נוגענען איז ריכטיג מיט אדער אן דעם ערשטן ג'. א דריטער פארעם איז באגנוגן. טוישן דעם ו' פאר א י' טרעפט מען כמעט נישט און מ'קען עס באצייכענען אלס אומריכטיג.

ר' סענדער ע"ה האט ווייזט אויס געשריבן באנוגענען, אן דעם ג', אבער היינט איז דאכט זיך מער אנגענומען מיט'ן ג', ווי אריגינעל אין דייטש.
מיט דעם ביסטו גערעכט אז היינט איז מער אנגענומען צו שרייבן 'באגנוגענען' מיט'ן ג'…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ווערטער שרשים און אויפפאסונגען אין דער אידישער שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ווואס איז דער שייכות צווישן 'רעגולער' רעגלמעסיג' און 'רגילות'?

#מעלות אלערט
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”