קנאפער ידען האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:File איז טעקע, יא?
אבער ווי אזוי שרייבט מען Filed
צב"ש, "he filed all the documents about the project"
לכאורה וואלט מען געשריבן אריינגעלייגט אדער אריינגעשטעלט.
הא תינח ווען דו רעדסט פון אוועקשטעלן פיילס אין דיין אייגענע קאמפיוטער.
ווי וועסטו שרייבן ווען ער האט געפיילט די נויטיגע דאקומענטן אדער פערמיטן?
יענער filed (וואס מיינט submitted) איז א תולדה פון דער filed וואס ער פרעגט (וואס איז מער ווי placed) פשוט ווייל מען שיקט עס אריין צו די חברה צו אריינשטעלן אויפן רעקארד.
אבער אין דעם פאל קען מען פשוט שרייבן ער האט "אריינגעשיקט" די נויטיגע דאקומענטן.
איך מיין אז מ'קען אנפרעגן ביי די וואס אפגעמאכט אז מ'מעג נוצן דאס ווארט "פארקירט", צו זיי לאזן אויך נוצן "פיילירט" אויף געפיילט.
אבער דער אמת איז אז א פייל מיין איך הייסט אין אידיש "דאסיאר", מילא קען זיין בדרך אפשר אז מ'וואלט געקענט זאגן "ג'דאסיאר'ט".
וויאזוי מ'טוט איז דא על מי שיסמוך, ובלבד שיכון לבו לשם שמים. (ובעל נפש יעשה שאלת חכם)